זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

הילף, עצות און טיפס
פארשפארט
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

שליחה דורך טמיר »

אפילו ביידע זענען געסעיווד אין די זעלבע פארמאט (mp4) איז אויך שייך אז איינס איז מער קאמפרעסט ווי די צווייטע?

סאררי, די 1.7 גב דוגמא איז נישט א מאווי, ס'איז פילמירט א מענטש בשעת ער רעדט (פראפעסיאנאל), כ'ווייס נישט אויב עס איז א חילוק.
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

שליחה דורך טראכטכמוני »

יא. ס'פאדערט זיך באמת א לענגערע טעכנישע אפהאנדלונג, אבער די mp4 איז א 'קאנטיענער פארמאט' וואס קען אנטהאלן פארשידענע סארט ענקאודעד/קאמפרעסטע אינפארמאציע, וואס טייל קאמפרעשאן אופנים מאכן עס קלענער ווי די אנדערערס.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

געדאנקן האט געשריבן:מקען שיקן בילדער אין אישי? וויאזוי?

ניין.
די שאלות באלאנגען אין די "קאמענטארן" אשכול.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

שליחה דורך חתן בחור »

דאס איז א משל פון א חלק פון די סעטינגס וואס מ׳ברויך אנשטעלן.
און די פראגראם איז געמאכט פאר פשוטע עמך מענטשן, נישט פאר פראפעסיאנאלע מאוויס.

בילד
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
געדאנקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

שליחה דורך געדאנקן »

וואו איז דא פרי וויי פיי אין וומסב"ג?
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

שליחה דורך מונטסורי »

סטארבאקס ביי בראדוועי און פלאשינג? לייברערי מארסי און דעוויזשאן?
געדאנקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

שליחה דורך געדאנקן »

מונטסורי האט געשריבן:סטארבאקס ביי בראדוועי און פלאשינג? לייברערי מארסי און דעוויזשאן?

וואו נאך?
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

געדאנקן האט געשריבן:
מונטסורי האט געשריבן:סטארבאקס ביי בראדוועי און פלאשינג? לייברערי מארסי און דעוויזשאן?

וואו נאך?

אלע link NYC אויף בראדוועי.
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
ערבי נחל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך ערבי נחל »

געדאנקן האט געשריבן:וואו איז דא פרי וויי פיי אין וומסב"ג?

אין ווי איז דא אין מאנסי?
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

פינקעלסטין לייבערי און ביי טשעיס
באניצער אוואטאר
אייער שפייז
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 2:44 pm
האט שוין געלייקט: 1438 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

שליחה דורך אייער שפייז »

How can I have my favorite forms in subscribed. (in discussions tab on Tapatalk) but not receiving emails whenever there’s a new post?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאכ'ן ענטפערן פאר אייער שפייז, וויל איך פרעגן א (שטיקל) טעכנישע שאלה...וויאזוי ארבעט א טראנספארמער (נישט א רעפארמער). וויאזוי טושט עס די כח פון עלעקטריק. פון שטארק צו שוואך. און פון שוואך צו שטארק...! ווער ס'ווייסט ווערט געבעטן זיך אן צו רופן . יישר כח.
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

[tag]Berlbalaguleh[/tag]
אין קורצן איז די תירוץ אז עס די שטארקייט און שוואכקייט פון די אלעקטעריק שטראם ווענדט זיך וויפיל מאל עס דרייט זיך ארום.
דאס הייסט אויב די שטראם דרייט זיך מער מאל איז די וואלט שוואכער. עד כאן דרך קצרה שהיא ארוכה
די דרך ארוכה שהיא קצרה דארף א גאנצע באשרייבונג מיסודו
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נפה: ייש"כ פאר אנרופן זיך. נאר די שאלה וואס איך האב געפרעגט איז מתחילה געווען בבחינת רעטאריש. ווייל איך האב געוואוסט דעם ענטפער פון פריער. איך האב עס נאר געשריבן כדי להגדיל תורה ולהאדירה.

איז אזוי. מיט דעם ערשטן חלק פון דיין תשובה ביסטו גערעכט. אז די שטארקייט פון עלעקטרישן שטראם אויף די צווייטע זייט (סעקאנדערי) ווענדט זיך אין די צאל פון דרייען פון די (גאר דינע) עלעקטרישע דראטן. נאר דער צווייטער חלק פון דיין תשובה איז נישט אינגאנצן מדוייק. דער מציאות איז אז אויב די צאל פון דרייען (טוירנס) אויף די סעקאנדערי איז גרעסער, דאמאלס איז דער כח שטערקער. און, פארשטענדליך. אויב די צאל פון טוירנס אויף די סעקאנדערי איז ווייניגער ווי די פון די ערשטע, דאמאלס איז די וואלטידזש ביים צווייטן עק שוואכער. טעכנישט ווערט דאס אנגערופן...די ערשטע א ..."סטעפ-אפ"...טראנספארמער. און די צווייטע. א ..."סטעפ-דאון"...טראנספארמער...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

גערעכט איך שטעל אן אמורא אויף מיר און איך זאג דברים שאמרתי לפניכם טעות הן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נפה: חס ושלום. דו זאגסט אייביג גוט (אויסער ווען נישט, פארשטייצעך...לאל). נאר ס'איז פשוט מסתבר (אזוי וי איך האב געזאגט). אויב דו וועסט זעהן א פיקטשער אדער א דראואינג פון א טראנספארמער מיט אלע זיינע/איהרע חלקים, וועסטו עס פארשטיין מיט א געוואלדיגע קלארקייט...!

ועוד...מדי דברי...! עמיר שוין אינאיינוועגס מסביר זיין בכלל די פרינסיפל וויאזוי א טראנסאפרמער (נישט א רעפארמער, ווי ראביי אבי ווייס) ארבעט. והנה: נאר מ'דארף מאכן א שטיקל הקדמה. ס'איז פארהאן 2 ערליי אופנים וויאזוי די עלעקטרישע שטראם לויפט...איינס: דיירעקט קארענט. (די.סי.). די צווייטע. אלטערנעיטינג קארענט. (עי.סי.). ביי די.סי. בלייבט די פאזיטיוו אייביג פאזיטיוו. לעומת ביי עי.סי. טוישט זיך עס 120 מאל אין א סעקונדע אין אמעריקע און קענעדע.(60 סייקלס). לעומת אין ארץ ישראל און ענגלאנד. און נאך א פאר מדינות איז עס איינגעשטעלט אויף 100 מאל א סעקונדע (50 סייקלס). דאס איז דאך ידוע אז עלעקטריק מאכט מאגנעט. (און פארקערט אויך. מאגנעט מאכט עלעקטריק. זיי זענען זייער נאנטע קרובים.). והנה. ווען מ'לייגט צו איין קויל (נישט א קנויל. נאר אפשר יא.) נעבן די צווייטע. און מ'לאזט אריין אן עלקטרישן שטראם. באשאפט דאס א מאגנעטישן כח. ווען דער מאגנעטישער כח פאלט צוזאם. (אין די מייקרא-סעקונדע וואס די סייקל טוישט זיך) געבט דאס אריין אן עלעקטרישן שטראם אין דעם דערנעבנדיגן קויל. וחוזר חלילה...! נפלאות הבורא... דו מוזסט מיר נישט גלייבן. און טאמער וועט זיך טרעפן איינער אן (אויבער, אדער אונטער) חכם וואס מכח קוצר שכלו והבנתו וועט ער נישט פארשטיין וואס אונז האמיר דא אויסגעשמועסט. און ער 'עט זאגן אז דער בעל עגלה רעדט נארישקייטן. להוי ידוע לו ולהם. אז דער בעל עגלה האט שוין שטודירט די טעאריע (און פראקטיק) פון דעם וואנדערבארן פענאמען עלעקטריק נאך פאר זיי זענען געבוירן געווארן...לאל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'זענען דא נאך א סאך אינטרעסאנטע זאכן וואס מ'קען אויסשמועסן. למשל וויאזוי א דזשענערעיטאר (ואס מאכט דעם עלעקטרישן שטראם) ארבעט. און וויאזוי אן עלעקטרישער מאטאר ארבעט. דאס עמיר לאזן פאר א צווייטע (אדער דריטע) געלעגנהייט.
היינט עמיר רעדן איבער וויאזוי די עלעקטריק כח קומט אן צו אונז אין שטוב. פאר די לייטס און פלאגס. אויך פאר די רעפרידזשערעיטארס און עירקאנדישאנערס.

מ'דארף מאכן א שטיקל הקדמה: ווען טאמאס עדיסאן האט אויפגטראפן די דינאמא. דעם עלעקטרישן דזשענערעיטאר איז דאס געווען א געוואלדיגער חידוש. צוזאמען מיט זיין עלעקטרישן לייט באלב. ס'האט אבער געהאט א גרויסן חיסרון. דער כח פון עלעקטריק האט נישט געקענט גיין זייער ווייט. נישט מער ווי (בערך) 200 פוס. איין בלאק. זיין פלאן איז טאקע געווען אז א יעדע הויז זאלל האבן א דזשענערעיטאר. אזוי ווי ס'איז דא א בוילער אין א יעדן הויז פאר הייצונג. דער פלאן האטציך אבער נישט אויסגעארבעט אין די גרויסע, קאמערציעלע בילדינגס פון וואל סטריט. איז געווען א צווייטער סייענטיסט מיט'ן נאמען טעסלא. (נישט א איד. א זון פון א גלח.) ער האט אויסגעטראפן, און עקספערימענטירט מיט אן אנדער פארם פון עלעקטריק. אנדערש ווי די פארמאט וואס עדיסאן האט ערצייגט. זיין אויפטרעף האט געהייסן..."אלטערנעיטינג קאררענט"...ס'הייסט אזוי ווייל די דירעקציע פון דעם עלעקטרישן שטראם טוישט זיך אייביג (120 מאל אין א סעקונדע). נאך א סאך מוטשענישן און די הילף פון אנדערע ענדזשינירן זענען זיי אויפגעקומען מיט א סיסטעם וואס קען אהערשטעללן דעם עלעקטרישן שטראם אין א געוויסן פלאטץ. און ס'קען ווערן געשיקט צו גאר ווייטע שטרעקעס. נאך וואס די עלעקטריק קומט ארויס פונ'ם דזשענערעיטאר גייט עס אריין אין א טראנספארמער. וואס שיסט ארויף דעם כח צו זייער שטארק. (בערך 250,000 וואלטס און העכער.) דאס ערמעגליכט עס צו פארן צו זייער ווייטע שטרעקעס. אין פארשידענע שטעט הונדערטער מיילן אוועק. ווען ס'קומט אן צו א שטאט וואו מ'וויל זיך באנוצן מיט דעם. גייט עס אדורך א טראנספארמער וואס שוואכט א ביסל אפ דעם כח.צו פארשידענע שטארקייטן...7.5 טויזנט וואלט. אויך 12 טויזנט וואלט. אין א יעדע גאס וואו ס'דא הייזער זענען דא נאך טראנספארמערס וואס ברענגען אראפ די שטארקייט צו 120/208 וואס מ'נוצט אין הייזער. היימיש גערעדט הייסט עס טו טוועני. ס'איז אבער נישט קיין 220 וואלט. מכח כמה טעמים. שאי אפשר לפורטם כאן ועכשיו.

הני מילי. דאס איז געזאגט געווארן אין אמעריקע און קענעדע. אין א סאך אנדערע מדינות ווי ענגלאנד און ארץ ישראל איז דא אן אנדער חשבון וואו די שטארקייט פון עלעקטרישן שטראם איז יא 220 וואלטס. ווייל ס'איז דער קלענערער חלק פון דעם 380 וואלט סיסטעם. וואס מ' נוצט אין אינדוסטרי. דאהי אין אמעריקע איז אויך דא (אין די גרויסע, פעקטארי בילדינגס) א שטארקייט פון עלעקטריק וואס איז צוטיילט אזוי..277/480...די קלענערע חלק נוצט מען אמאל פאר (ספעציעלע) לייטס. נאר ווען מ'כאפט א שאק, אפילו פון די שוואכערע חלק (די שטערקערע איז גאר מסוכן) ווערט די פינגערס אדער די הענט בלו. די בלוט צירקולאציע שטעלט זיך אפ פאר א פאר סעקונדעס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

וויאזוי ארבעט אן עלעקטרישער מאטאר?

שליחה דורך berlbalaguleh »

דאס איז דאך ידוע אז עלעקטריק מאכט מאגנעט . און מאגנעט מאכט עלעקטריק. אויך. ביי מאגנעט איז דא 2 זייטן/עקן. (אזוי ווי ביי עלעקטריק, פאזיטיוו און נעגאטיוו.) נארטה און סאוטה.ווען מ'נעמט איין עק פון א מאגנעט וואס האט דעם כח פון סאוטה (דרום) און מ'לייגט עס נאנט צו א מאגנעט וואס האט דעם כח פון נארטה (צפון) וועט עס אים צו ציען.אבער ווען מ'לייגט צו 2' מאגנעטן וואס האבן דעם זעלבן כח . א סאוטה מאגנעט צו א סאוטה מאגנעט. אדער א נארטה מאגנעט צו א נארטה מאגנעט וועט עס איהם אוועקשטופן.

א יעדער מאטאר האט עטליכע קוילס (א קנויל פון גאר דינע עלעקטרישע ווייערס אנגעשמירט מיט אן אינסולעיטאר, אזוי ווי פעינט, וואס לאזט נישט אדורך דעם עלעקטרישן שטראם) ביי די זייטן (4 אדער 6). דער חלק הייסט דער סטאטאר (פון לשון בלייבן שטיין).נאכדעם איז דא דער חלק אינמיטן, וואס דרייט זיך. דאס הייסט דער ראטאר (פון לשון ראטעישן, דרייען). ווען דער מאטאר באקומט אן עלעקטרישן שטראם ווערט דער חלק פונ'ם ראטאר וואס איז נאנט צום סטאטאר א פארקערטע כח פון מאגנעט. ממילא שלעפט איהם דער סטאטאר צו זיך. איינמאל ער קומט אן צו דעם עק פון סטאטאר (וואס איז שוין די זעלבע מאגנעטישער כח, באקומט ער א שטופ. ביז ער קומט אן צו די '2טע סטאנציע. וחוזר חלילה...! נפלאות הבורא.

ווען איך וועלל קענען וועלל איך (בלי"נ) ארויפלייגן א דראואינג פון אן עלעקטרישן מאטאר.

ס'זענען פארהאן (לכה"פ) 20 ערליי מאטארן. אבער דאס איז די בעיסיק פרינסיפל פון אן עלעקטרישן מאטאר...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

וואס איז דאס אהמ'ס לאו...(געזעץ/כלל)

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז געווען איינער פון די חכמי אוה"ע (זיין נאמען איז געווען אהם) וועלכער האט אויסגעפארשט די אייגנשאפטן. די נאטור פון דעם עלעקטרישן שטראם. צי זאלל דאס קומען פון באטעריעס. אדער פון די עלעקטריק קאמפעני. אדער פון א דזשענערעיטאר וואס מ'האט ביי זיך אין אייגענעם הויף.

נאך א סאך ארומארבעטן מיט עלעקטריק האט ער באמערקט אז א יעדער שטראם פון עלעקטריק בויעט אויך אויף א כח פון ווידערשטאנד/רעזיסטענס. כדי בייצוקומען דעם כח התנגדות דארף מען האבן א קעגן כח. דאס איז די וואלטידזש. דער כח וואס שטופט דעם עלעקטרישן שטראם. איז ער געקומען צו אזא מסקנא. ער האט געזאגט אז אויב מ'ווייסט 2 געגנשטאנדן (חלקים) וויפיהל אדער ווי שטארק זיי זענען קענמען שוין אויסרעכענען די דריטע. ער האט עס פארמולירט מאטעמאטיש אויף אזא וועג...E=IR (IxR)...also...I=E/R; R=E/I;
אי. איז וואלטידזש. דער כח. די שטארקייט פון עלעקטרישן שטראם. איי. איז די מאס פון עלעקטריק וואס לויפט אדורך (אזוי ווי גאלאנס וואסער) געמאסטן אין אמפערס. אר. איז די ווידערשטאנד. די כח התנגדות. אויב מ'וויל וויסן וואספארא שטארקן כח מ'דארף האבן. (וואלטידזש) קענמען דאס וויסן דורך אויסרעכענען וויפיהל אמפערס (כמו גאלאנס) מ'ווילל אדורכפיהרן. און וואס דער כח פון רעזיסטענס איז...למשל. אויב איך האב א שטראם פון 10 אמפערס. און איך וויל עס אדורכשטופן דורך א רעזיסטענס פון 12 אהמס. (די מאס פון רעזיסטענס). וואספארא וואלטידזש דארף איך האבן? דער ענטפער איז...120 וואלטס... 12X10=120...! בקיצור. אלע 3 כוחות זענען פארבונדן איינס מיט'ן צווייטן. אויב מ'ווילל אויסרעכענען איינס פון זיי דארף מען צוזאמרעכענען די איבריגע 2...! וקל להבין. (איך מיין א תוספות איז שווערער.)

ס'זענען דא נאך אנדערע פארמולאס און חשבונות. נאר לאמיר קודם פארדייען די יעצטיגע לעסאן/לעקציע.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז דא נאך א חשבון: ווען מ'וויל וויסן וויפיהל וואטס אן אפלייענס אדער מאשין פארנוצט קענמען דאס אויסרעכענען. די פארמולא איז ווי פאלגענד...P (watts) = E (volts) X I (amps.)...P =EI. Conversely. E=P/I; I=P/E...!

מ'קען אויך אויסרעכענען די וואלטידזש וואס פארלאנגט זיך פאר דעם אפלייענס. אויך וויפיהל עלעקטרישער שטראם דער אפליינעס אדער מאשין פארנוצט...! דאס מיינט אז אן אפלייענס, לאמיר זאן אן עירקאנדישאנער וועט פארנוצן א העלפט פון די מאס פון עעלעקטריק אויף א העכערן וואלטידזש. וועגן דעם טעם זענען די גרעסערע עירקאנדישאנערס געבויעט צו ארבעטן אויף 220 וואלטס.(208 די מערסטע עיקאנדישאנערס זענען געבויט צו קענען פארנעמען דעם דיפערענץ צווישן 220 און 208 וואלטס. אבער געוויסע אפלייענסעס, אוי ווי עלעקטריק היטערס וועללן נישט ארויסגעבן די פולע מאס היץ אויף א קלענערן וואלטידזש. איז דא אן עצה פאר דעם. ס'איז דא א מין טראנספארמער וואס הייסט א..."באק-ענד-בוסט"...דאס קען א ביסל הייבן די שטארקייט פון שטראם. אדער א ביסל אראפנידערן. לפי הצורך.

ומעשה שהיה. איך בין אמאל געווען אין א ת"ת אין בארא פארק וואו אן עלעקטריקל קאנטראקטאר האט אינסטאלירט עלעקטרישע היטערס אין א קלאס. און ס'איז גארנישט ווערד געווען . ס'האט נישט ארויסגעגעבן קיין היץ. וועגן דעם טעם. ווייל די עלעקטריק איז נישט געווען געניג שטארק. האביך געפרעגט דעם מנהל פארוואס מ'רופט נישט צוריק דעם קאנטראקטאר ער זאלל עס קומען פאררעכטן. האט דער מנהל געזאגט אז ער האט עס געטון בהתנדבות...האביך ערשט פארשטאנען דעם מאמר חז"ל.."אסיא דמגנא במגן שויא"...אן אומזינסטער דאקטער איז גארנישט ווערד...!























x
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

זייער שיין ר׳ בערל יישר כח

ואגב צ״ל: אסיא דמגן במגן מגן שוה בבא קמא פה עמוד ב
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

ערעב בערל: כ'פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס דו שרייבסט דא, אבער כ'זעה אז חוץ פון א באס דרייווער ביסטו אויך א עלעקטרישען, א נייעס קאמענטעיטאר, א אדמו"ר וואס ווייסט (וועיסט), א מהר"א נאכפאלגער (ווער ס'פארשטייט פארשטייט), קוואנטאם פיזיקס (ווהאטעווער דהעט מיענס) מסתם קענסטו אויך, אזוי זעט אויס פון די מאטעמאטישע אשכולות, און נאך א בעל תוקע צו די זייט נאך אויך (לאל...לאל...שברים...תרועה...), א אשכולות פארדרייער (קרעדיט: דער פאריקטע ל'), און צי דעם אלעם ביסטו א זיידע אויכעט....

ווען יאשקע/יוזל/יעזוז/ישו/ג'יזס/פנדירא/פונדריק/אותו האיש/קרייסט וואלט געוויסט וואס דו קענסט אלץ וואלט ער זיך פארשטעקט פאר בושה מיט זיין הייליגע בעכער.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קהל'ס נער: ייש"כ. נאר דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. נעה. איך האב מיך אזוי שטארק געווארפן און געלאכט אויך, אז מיין שכן איז געקומען טשעקן אויב אלעס איז אין ארדענונג...שברים, תרועה. לאל. לאל, לאל...!
פארשפארט