פארוואס זאגט מען אז קארנבלו איז א מסור?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

אישתישבי האט געשריבן:איך האב גראדע געהערט פין מענטשן וואס זענען דארט געוועהן טאן געזעהן ווי מען שלאגט אים צאם, און די פאליס האבן אים געראטעוועט.

איך זעה נישט די פאונט אין דער איגנארענץ פין לייקענען אז מען האט אים געשלאגן.


קיינער לייקנט נישט... א זאך וואס איז פארגעקומען פארנט פון הונדערטער מענטשן וואלט געמאכט סענס ס'זאל זיין ווידעאוי, ווילאנג ס'איז נישטא באדייט דאס גלייבן, און ליידער איז דא אסאך אום גלויביגע צווישן אונז...
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

אישתישבי האט געשריבן:איך האב גראדע געהערט פין מענטשן וואס זענען דארט געוועהן טאן געזעהן ווי מען שלאגט אים צאם, און די פאליס האבן אים געראטעוועט.

איך זעה נישט די פאונט אין דער איגנארענץ פין לייקענען אז מען האט אים געשלאגן.

ער אליין האט געזאגט אויף CNN הושענא רבא צופרי אז קיינער האט אים נישט פאקטיש צוגערירט, נאר נאכגעלאפן און פארטריבן.

כ'האב געוואוסט ער איז א מסור, נישט אז ער איז א שקרן....
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: פארוואס זאגט מען אז קארנבלו איז א מסור?

שליחה דורך קל וחומר »

איך זעה דא שיינע טענות לכאן ולכאן.

אז מ'רעדט שוין פון דין מסור, איז דא נאך דינים, אויב ווערן מיר געוואור אז טראמפ איז מזרע עמלק וועט איר געוויס טענה'ן אז מ'ברויך אים הרגענען אפילו ער האט גערוקט דעם עמבעסי און באפרייט רובאשקין.
אויב שטייט יעצט סנהדרין ויד ישראל שליט און עס קומען עדים אז אייער זוהן האט עובר געווען אויף איסור סקילה וועט איר אים אוודאי פארשטיינערן צוזאמען מיט בי"ד.

אקיצור מ'רעדט דא פון אריגינעלע אידישקייט, חלילה נישט קיין אינערליכע האס וואס זוכט אין די תורה ווי אזוי מ'קען אים פטור ווערן.

כה לחי
קאווע שטיבל האט עס.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

moneyminded האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:אבער דא קומט אריין די שאלה פארוואס לגבי שלאגן דארפסטו פרוף, און אז ער רופט בקביעות פאליציי דארפסטו נישט?
די ווידיא ווי ער פאר"מסר"ט פאר דיבלאזיא אויפן פובליק שאו א בית המדרש , איז די בעסטע פרוף , פעלט נישט אויס מער

וואו קען מען דאס זען?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

פאליטיקאנט האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:ס'וואלט געווען א גוטע תורה ווען קארנבלי וואלט עפעס אויפגעטון. ער האט דאך אבער נאר קליא געמאכט. ער האט נישט געראטעוועט קיין איין לעבן! דריי א צווייטן א קאפ......

אן זיך ארייננמישן צו דאס הייסט מסירה אדער בכלל איז בארעכטיגט:
דאס איז נישט קיין טענה אז "מיר האבן זיך ממילא אויסגעלאכט" די תוצאה איז נישט משנה אויב די כונה איז געווען גוט!

אבער איך עגרי דו זאלסט נישט לאזן דיין קאפ ווערן געדרייט.

אן אדרעסירן קארנבלי'ס אגענדע בכלליות לאמיר רעדן פונעם קריזיס גופא: איך וויל פארשטיין אזוי; ראול צוריק דעם טעיפ צו ניסן ווען די נומבערס זענען געווען אסטראנאמיש און יעדער פארשטייט אז 3 איז צו סאך, אבער ווען הויפנס יונגעלייט פון 30 יאר פאלן ווי פליגן, צענדליגע אויב נישט טויזנטער 50 60 יעריגע זענען אויף ווענטילעטערס, און מ'ווייסט נישט פון איין מינוט צום צווייטן וואס וועט זיך אויסלאזן, יעדע שעה קומט ארויס אנדערע באריכטן און מ'ווייסט שוין נישט וואס יא און וואס נישט אנצונעמען, ס'איז דא א געזעצליכע לאקדאון, די עקענאמיע איז נאך האלב פארגליווערט, ביזנעסער זענען פארמאכט, פארקס און סקולס זענען געשלאסן, די שטימונג איז אנגעצויגן וועגן געוואלדטאטן, און אפאר אידעלעך האבן די העזה צו גיין אין שוהל אדער טאנצן אויף א חתונה און דער וואס רופט פאליציי ער איז דער אכזר?!?!!! איינמאל איינס.

צווייטנס, וואס איז זיין vigilante אנדערש ווי שומרים און שמירה? ווער האט זיי געבעטן זיך אריינצומישן? אפשר זאל נאר 911 האנדלען פארברעכן? דעס פארשטייסטו נישט? נאר ווען ס'קומט דיך נישט אויס גוט איז נעמען די געזעץ אין די האנט אריין א בעיה? נאר וואזשע דען די געמיינדע אטעמט אויף פאליטיקל און רבניש'ע פאוער און ווען איינער עקסערסייזט זיינע רעכטן אנטקעגן וואס רוב האלטן ווערט יעדער ווילד... (איך רעד נישט דווקא פון דזשעיק, איך זאג נישט איך עגרי מיט אלע זיינע טאהטן דעס קען מיינען יאסל וואלדמאן אויך)

דריטנס, ס'קומט מיר צו לאכן ווי מענטשן שימפן קעגן א קארנבלי אדער א געץ ווען זיי ווייסן טיף אינעווייניג אז זיי זענען ראנג, און טאקע דעס איז וואס באדערט זיי! זיי האלטן נישט אויס אז ס'איז דא אפאר אופען מיינדעד מענטשן וואס האלטן נישט ביים זיך צומאכן די אויגן און "געבן איבער" פאר די הויעכע פענסטער... אין אנדערע ווערטער ווען כלל ישראל איז ווען נישט קיין אויבער חכמים ווי אלעמאל וואלט געווען וואס איבערצוגעבן? וואס איז די סוד? סא איז ער אן איבערגעבער? אדער א פאנטאזירער? מאך אפ. איך בין נישט קיין דיבלאזיא שטיצער אין די סלייטעסט, אבער איך עקל מיך פון די חסידישע אויבער חכמיש'קייט טרעיט "נאא דארפסט פארשטיין, אונז זעמיר אנדערש ווי די גאס די קינדער אונטער די פיס... מ'קען נישט אזוי" קאט די קרעפ! יעדער פאלגט פאלג אויך, מ'הייסט גיין א מאסק גיי מיט א מאסק, צו ס'ארבעט יא צו ס'ארבעט נישט גיי דערמיט ווייל דו פאלגסט! בלינדערהייט נישט ווייל אויב פאלגסטו נישט קומט א מסור, אדער א סומענס און נאך א לאקדאון, פאלג! זיי נישט קלוגער געדענקסט נאך אונז זעמיר אין גלות? פלוצלינג דא פארגעסט מען... ווי קארופטירט ניו יארק איז מיטן זיין rebellious קומט מען אין ערגעץ נישט אן

און איך וועל צוריקווארפן די זעלבע טענה וואס מפיל האט געזאגט אויף קארנבלי, האסט א ברירה קענסט מופן צו א רעכטע סטעיט...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

קורנבלי גייט אויך אין שוהל צו קידוש שבת אינדערפרי.

ער מיינט נישט קיין איין רגע לשם הלאקדיין וכו', ער איז כולו משוגע.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך מה בכך »

אישתישבי האט געשריבן:קורנבלי גייט אויך אין שוהל צו קידוש שבת אינדערפרי.

ער מיינט נישט קיין איין רגע לשם הלאקדיין וכו', ער איז כולו משוגע.

איך גיי נישט אריין צי ער איז גערעכו צי מישט יא מסר'ן צי נישט אבער איין זאך איז קלאר אז ווילאנג ער גייט בריש גלי פארמסר'ן מיין קהילה/מוסדות/בית מדרש און וועגן דעם האבן מיינע קינדער נישט קיין חדר בין איך פולי בארעכטיגט אים צי האסן און אפילו געבן א שפיי ווען ער וואקט מיר אריבער .
נניח ער מיינט די ערסטקייט פון די זאך אבער וואס איז די גרויסהאלטן מיט דעם אז ער האט פאר'מסר'ט מיין קהילה. ???! הא ? פאמפן ביי די מידיע ? למען ילמדו ויעשו ? אויף דעם בין איך בארעכטיגט אים צי פערזענליך האסן און פיינט האבן .
נעמטס ענק האקן
כל טוב גוט שבת
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ביסט הונדערט פראצענט גערעכט.

פארגעס נישט צו האסען דער ראש ישיבה וואס לאזט נישט אריין דיין בחור אויך.

און לאמיר זעהן ווי די גיבסט אים א שפיי אין פנים אויך.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך מה בכך »

אישתישבי האט געשריבן:ביסט הונדערט פראצענט גערעכט.

פארגעס נישט צו האסען דער ראש ישיבה וואס לאזט נישט אריין דיין בחור אויך.

און לאמיר זעהן ווי די גיבסט אים א שפיי אין פנים אויך.

דערווייל זענען אלע מיינע קינדער מסודר און ישיבות ב"ה...
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

ארויסגעווארפן געווארן נעכטן פון כ"א כסלו מהר"יי.

עס איז מיר א גרויסע חידוש אז סאטמאר האט א פראבלעם מיט מסירה
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

ר' קארנבלי זיכט זיך דראמא, ווער גייט צום שונא אינדערהיים פאר זייער בירטדעי פארטי? און וואס וואלט ער געטון אויב לאמיר זאגן הרב חיים דוד כ"ץ באווייזט זיך אריין צו זיין וויייב'ס, מרס קארנבלי'ס, בירטדעי פארטי? ער וואלט געווען נייס צו אים אדער וואלט ער ווען געבעטן די וועיטער אים צו פארשיקן. שוין האט ער עס באקומען אויף א סאטמארישע וועג. שייגעץ ארויס!. ער האט אפילו אפגעכאפט אויף טעיפ האבן מיר אלע געהאט די זכיה צו הערן היינט אויף וואטסעפפ שייגעץ ארויס!

ס'איז שוין א גוטע פאר יאר וואס איך האב נישט געהאט שרייען שייגעץ ארויס.. דארף איך אים זאגן שכויעך ווייל ער האט צוריק געברענגט מיינע קינדערישע זכרונות אדער קאשמורות.
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

אויף די אודיאו הערט ער זיך ווי א פארציטערטע נשמה "מאך נישט קיין בושות פאר א איד ברבים" "איך האב נישט איבערגעדרייט" "מען האט מיך געלאדענט אהער" (בערכ'דיגע לשון).

ער מאכט בכלל נישט די איינדרוק פון א שטארקע כאראקטער.
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

וואו איז די ווידיאו איך האב גארנישט באקומען
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

מפיל קינד האט געשריבן:אגב, מיר שטערט נישט אז ער איז א מסור, פונקט ווי ס'וואלט מיך נישט געשטערט אויב ער וואלט בועל געווען אן אשת איש (נאר נישט מיינס...) אבער זיין שנאה צו כלל ישראל איז שוידערליך. אויב האסטו אזוי פיינט א איד, פארוואס ווערסטו נישט קיין גוי? האסט פיינט דעם אויבערשטן, שנייד אפ דיין בארד! פארוואס בלייבסטו דא צו שימפן אויף כלל ישראל?? גיי שמד דיך און פארטיג.


ניין דאס וועט ער נישט טוהן. ער וועט פארלירען דו אפעטיט. דעמאלס איז ער סתם א שיגץ. עס פיהלט זיך אסאך בעסער ווען עס גייט מיט די שמונה בגדים.

מען דערציילט אז אמאהל זענען צוויי ירושלמי משולחים געגאנגען נאך געלט און גייען דורך א תפלה און זעהן אז עס הענגט א שילד אז איעדער איד וואס שמד זיך (ל"ע) באקומט $10,000.00.

נו זאגט איינער צום אנדערען, וואס טוהט מען נישט פאר פרנסה, לאמיר גיין.

איינער גייט אריין און נאך 20 מינוט קומט ער ארויס און זיין חבר פרעגט איהם,

נו משה, האט מען דיר געגבען?

ענטפערט ער... שמוציגע אידן, נאר געלט האבן ענק אינזן
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:אויף די אודיאו הערט ער זיך ווי א פארציטערטע נשמה "מאך נישט קיין בושות פאר א איד ברבים" "איך האב נישט איבערגעדרייט" "מען האט מיך געלאדענט אהער" (בערכ'דיגע לשון).

ער מאכט בכלל נישט די איינדרוק פון א שטארקע כאראקטער.

איך האב געהערט די אודיאו, אבער איך פארשטיי נישט וואס זיין בקשה איז... ער איז דאך א דזשורנאליסט און ער מאכט דאך כסדר בושות פאר אידן (אפגערעדט די קליפ וואס ער האט ארומגעשיקט פון דעם בעלזער שמש) פונקט דא מעג מען נישט?
פארשפארט