מה יאמרו הבריות! ווער וועט זיך משדך זיין מיט אונז?!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

מה יאמרו הבריות! ווער וועט זיך משדך זיין מיט אונז?!

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

יענקל, גאנץ א וואוילער אינגערמאן, א בא'טעמ'טער, גלייכט צו סאשעלייזן. האלט מיט זיינע שיעורים, גלייכט צו לערנען, אבער גלייכט נישט דעם סיסטעם, דער סטאטוסקווא. פרובירט ווען ער קען, מיט וואס ער קען, צו ווייזן אז ער איז בעסער פון דעם, אז מ'קען זיין אן עהרליכער איד אהן נאכגיין כסוס כפערד אין הבין. יענקל קריגט זיך נישט מיט קיינעם דערוועגן נאר טוט זיך דאס זייניגס, און איז מחנך די קינדער אויך אויף אזא מהלך, גיבט כסדר אריין זעלבסטווירדע, אז דער עיקר איז פאר זיך, און נישט פאר יענעם. אין דער צייט ווען יענקל'ס חברים זענען פארנומען זיך צו טוישן צו קענען טוהן גוטע שידוכים, אויסצוקוקן גוט פאר די גאס, איז יענקל פארנומען אנצוגיין מיט זיין לעבן. בשעת ווען זיינע ברודערס/שוואגערס זענען פארנומען טאנצן ביי זייערע רבי'ס חתונות איז יענקל פארנומען צו כאפן נאך תורה, נאך וויסענשאפט.

גאנץ פיין חתונה געהאט, ס'ווייב זיינע ביילא קומט פון א באלעבאטישע שטוב ווי מ'שווערט זיך ביים סיסטעם, דעם שמור לי ואשמור לך איז ווי א אפגעהיטענע מסורה שאין לזוז ממנה, דאס לעבן פאר יענעם גייט אן מיטן פולסטן טעמפא, אפילו די קינדער אין די וויגעלעך לערנט מען שוין אויס וויאזוי צו לעבן פאר יענעם, די זאקן מוז מעטשן מיט די הויזלעך, די קליינע זיסע הויזלעך מוז מעטשן מיט די העמד'ל, די קיוט קאלערדיגע העמד'ל מוז מעטשן מיט... אלעס ברויך שטימען און קלאפן, אפילו די באגעבא סחורה מוז זיין אפטודעיט. אלע יונגלעך'ס פיאות ברויכן זיין די זעלבע געשניטן און געקרייזלט, די מיידלעך'ס רייף מוז מעטשן מיט די קליידער, און ווען די מאמע שפאצירט ארום די גאסן מוזן אלע קינדער שיין נאכוואקן אין א סיסטעם פון הקטן לפי קטנו והגדול לפי גדלו און די חשוב'ע מאמע אינדערמיט ווי א קעניגן, און אלע קינדער ארום איר, זכרים איין זייט, נקבות די אנדערע זייט, ממש א הערליכע פאמיליע! מיט דעם אלעם קומט זיך יענקל מיט'ן ווייב אויס גאנץ גוט, קען זיך מאכן דיפרענסעס דא און דארט, דהיינו אין וועלכע מוסדות צו שיקן די קינדער און וועלכע הכשרים מ'לאזט אריין אין הויז, וועלכע קאליר קאר צו ליעסן וכדומה, אבער בדרך כלל גיבט בילא איבער די הנהגה פאר יענקל, ספעציעל ווען ס'קומט צו רוחניות'דיגע דיסיזשענס.

ושניים יסעו. די קינדערלעך וואקסן אויף, גדיים נעשו תיישים, ס'הייבט זיך די שידוכים עידזש. שדכנים הויבן אן רופן, און צעגערן, דאס איז גאר א גוטע שידוך און יענץ איז נאך א בעסערע, יענקל'ס ערשטע קאזין דער ראש הקהל'ס יונגסטע זוהן א רייסער פון דער ערשטער קלאס האט זיך אויך משדך געווען מיט יענעם, אזא בחור, פשיהאא! וועט זיכער בלייבן ביים לערנען אויב מ'וועט אים אויסהאלטן שטייטסעך אא"וו.

אבער אונזער יענקל האט גאנץ אנאנדערער אפטייטש, גאנץ אנאנדערער מהלך אין קאפ. שוין יארן וואס ער טראגט ארום מיט זיך א פאנטאזיע וויאזוי ער גייט טוהן שידוכים מיט זיינע קינדער. דהיינו, ער גייט נישט "קויפן" בחורים פאר זיינע טעכטער, נאר ענדערש גייט ער לאזן זיינע קינדער וועהלן וואס פאר זיי איז גוט. איי פון וואנעט ווייסן זיי וואס איז גוט פאר זיי, פרעגט אים ס'ווייב? און פון וואנעט ווייס איך און דו און סיי ווער וואס איז גוט פאר די קינדער פרעגט יענקל צוריק א פארוואונדערטער?! ווייל זיי זענען נאך יונג? הינטער די צוואנציג?? דערפאר קען מען זיי איינרעדן סיי וואס?! הא גופא איז טאקע דער תירוץ! כ'יאג זיך נישט, אונזערע קינדער יאגן זיך נישט, מ'העט ווארטן נאך אפאר יאר און ווען די קינדער וועלן שוין שפירן גענוג גרויס און באקוועם צו מאכן א דיסיזשען דאן וועלן זיי ארויסגיין זוכן זייער באשערטע און פרעגן זייער באגליקטע, דו יו וואנע מערי מי?? און פארשטייסעך, איז יענקל מסביר פאר בילא, אז אונז זענען שטענדיג דא פאר זיי, אויב ברויכן זיי הילף צו קענען מאכן א דיסיזשען, אדער פינאציעלע הילף, אדער סיי וואס, זענען אונז גרייט פאר זיי יעדע רגע אין טאג.

ס'ווייב זיינע טאנצט אויף און שיסט אויס מיט א געשריי.... וואאססס?!?! ביסט פון זינען אראפ?? ווער מאכט דען אזאנע שידוכים?!?! זעמער אונז דען מאדערן ארטאדאקסישע יודן?!?! וויאזוי וועל איך מיך קענען באווייזן אויף די גאס מיט אזאנע שידוכים??? און בכלל וואס גיי איך ענטפערן פאר מיינע עלטערן, ווען זיי גייען פרעגן פארוואס אונזערע קינדער ווערן עלטער און קיין שידוכים מאכן זיך נישט? אונז זענען נישט פון די שוואכערע עלעמענטן, אונז זענען פון די עשירים, פון די עליטע!!! וויאזוי וועל איך מיך קענען באווייזן פאר מיינע שוועסטערס, ברודערס, שכנים, פרענדס, קאנטרי מעידס, ווען זייערע קינדער גייען שוין ביי די אכצן-ניינצן און אונזערע קינדער ווארטן ביז די דריי און צוואנציג??? אבער יענקל האלט זיך ביי זיינס. פארוואס עפעס טוהן זאכן וועגן יענעם צו געפעלן?? דאס זענען דאך אונזערע קינדער וואס אונז האבן געהארעוועט זיי אויפצוציען מיט איבערמידליכע כוחות!!

אבער בילא לאזט זיך נישט און דא הויבט אן בילא שטורעמען, כ'האב שוין חרטה פארוואס כ'האב מיך די אלע יארן געלאזט איינרעדן פון דיר, פון דיינע מעשיות פון לייגן די קינדער אין פרעמדע מוסדות וואס ביינונז האט מען שטענדיג געוואוסט אז ס'באדערן, פון נישט דאווענען אינעם גרויסן שול וואו מיין טאטע און אלע מיינע משפחה מיטגלידער דאווענען, פון נישט גיין צוזאמען מיט מיין משפחה צו די אלע רבי'שע שמחות, ועוד ועוד. אזוי איז אנגעגאנגען העפטיגע דעבאטעס צווישן יענקל און בילא.

איין שבת מיטאג נאך די טשולענט איז יענקל מיט'ן ווייב געגאנגען אויף די וועכנטליכע שפאציר, און אזוי געמיטלעך שפאצירנדיג גערעדט פון אלע מיני נושאים. אבער די שמועסן און העפטיגע דעבאטעס האבן נישט געשפעטיגט צו קומען, סוכ"ס זענען זיי טרוד אין פרק האיש מקדש, און ס'ענין וויאזוי מ'ברויך מקדש זיין דאס באשערטע האט ווייטער פארנומען ס'אויבן אן. יענקל האלט זיך ביי זייניגס אז מ'ברויך לאזן די קינדער אליין האבן ס'לעצטע ווארט און די עלטערן מעגן נאר צוהעלפן אויב די קינדער פארלאנגען הילף. און בילא גיבט בשו"א נישט נאך, זי האלט זיך פעסט ביי אירע מיינונגען. אזוי גייען די ארגומענטן אהין און צוריק, יעדער ברענגט זיך זיינע ראיות, און נאכדעם הויבט בילא נאכאמאל ארויף צו ברענגען אירע ווייטאגן, פארוואס יענקל מוז שטענדיג זיין אנדערש? פארוואס אונזערע קינדער ברויכן לערנען אין אנדערע מוסדות, פון וועלכע די עלטערן זענען אויפגעוואקסן? גיין מיט די פיאות אנדערש ווי איר משפחה? אנדערע הוטן? און אזוי מאלט מען וואסער און מ'קאמפערט יענקל'ס קינדער צו די קאזינס, און מ'טענה'ט זיך נאכאמאל און נאכאמאל און מיט אלע טענה'רייען דערזעהט מען זיך צוריק ביי א'. נאר איין זאך וואס יענקל טענה'ט שטענדיג, אז מ'קען נישט און מ'טאהר נישט קאמפערן איין קינד צום צווייטן, צו א חבר'ס קינד אדער צו א קרוב'ס א קינד, אבער בילא וויל עס נישט דערהערן, ביי איר איז אסאך וויכטיגער וואס וועלן אירע שוועסטער, ברודערס, נעפיוס, ניסעס, קאזינס זאגן, וויאזוי וועט זי זיך קענען באווייזן פאר זיי, ווען אירע קינדער קליידן זיך אן אפילו עטוואס אנדערש, רעדן עטוואס אנדערש?? און אזוי שטייט דאס פארפאלק אריינגעטוהן אין זייער וועלטל.

פון אנטקעגן איבער די גאס באמערקט יענקל ווי די שכן'טעס גאסט, שושנה, שפאצירט זיך אזוי געמיטלעך, אהערגעשטעלט ווי א ריכטיגע אשת חיל ברויך זיין. א שיינע לאנגע שייטל, א שיינעם קלייד וואס קומט אן קוים ביז די קניען, ולא עד בכלל, אפילו דוד המלך וואלט באגייסטערט געווארן פון אזאנע שיינע פוס. די לאנגע האר פון די שייטל ענדיגט זיך ממש דארט וואו די הוד יפיה הויבט זיך אן, קוקט אויס ווי די צוויי רייצן זיך ווער ס'שענער, א נייעם דערהער אין דעם מאמר פונעם בעל הגדה שדיים נכונו ושערך צמח. און יעדע פאר מינוט קומט צו גיין א קילע שבת נאכמיטאג ווינטעלע און מאכט נענועים מיט אירע שיינע איידעלע האר. הויכע שטעק שיך וואס קלאפט ווי א גלאק כאילו ווי צו איינמעלדן פאר די ארומיגע אז די קעניגן פון שבא שפאצירט דא, בקיצור ממש ווי א אידישע פרוי ברויך אויסקוקן.

און דא נעמט יענקל די דרייסטקייט און גיבט זיך א דריי אויס צו בילא, קוקט איר אריין אין די אויגן און גיבט איר א פרעג: בילא זיסע, פארוואס קענסטו נישט זיין אזוי ווי די פרוי? פארוואס ברויכסטו שטענדיג זיין פרום? קוק ווי שיין זי גייט אנגעטוהן! און איר מאן איז נאך מן הסתם אין כולל אויכעט... בילא גיבט א טאנץ אויף ווי כאילו די קעניג פון די בינען האבן איר אליין געשטאכן ניטאמאל געשיקט זיינע דראנען שליחים, און שרייט אויף יענקל, פוי!! דו שעמסט דיך נישט? קודם כל ווי קומסטו צו קוקן אויף פרעמדע פרויען?? און נאך דערצו ווען דו שפאצירסט מיט מיר אויפן גאס, און דו האסט נאך די חוצפה מיך צו פרעגן פארוואס איך בין נישט ווי איר?? וואו איז דיין איידלקייט אוועקגעפלויגן?? וואו איז דיין סענסיטיוויטעט אוועקגעריסן געווארן?? דאס האט דיך דיין תורה פון אלע יארן געלערנט?? וואס טוט זיך מיט לא תחמוד אשת רעך?? פארדעם האסטו געברויכט אהערקומען וואוינען, זיך אנצוזעהן מיט פריצות'דיגע פרויען?? בילא הערט נישט אויף צו שטורעמען ווי א בייזער ווינט, ווי א וואלקאונישער אויסברוך...

יענקל שטייט דארט מיט די גרעסטע מאס רואיגקייט. טאקע פאר אזא ערדציטעניש ווארט שוין יענקל בכליון עיניים פאר די לעצטע צען, צוואנציג יאר, סוכ"ס נאך אלע יארן זיך טענה'ן מיט בילא איז מען אין ערגעץ נישט אנגעקומען, געמאלן דעם זעלבן וואסער נאכאמאל און נאכאמאל און אין ערגעץ נישט דערגרייכט. און אט יעצט האט יענקל געקענט געבן אביסל צו טעיסטן פאר'ן ווייב פון אירע אייגענע מעדיצין וואס זי פיטערט אן פאר אירע קינדער. ער קוקט אריין בילא אין די אויגן, אבער טוט נישט רעאגירן, נאר ווארט אויס ביז די לעצטע שטיקלעך לאווא רינען ארויס פון די אנגעווייטאגטע בילא, ביז די לעצטע טרעמארס ענדיגן זיך. באלד דערויף רופט זיך יענקל אן מיט די גרעסטע מאס רואיגקייט, אז דארט אינעם זעלבן עשרת הדברות וואו ס'שטייט לא תחמוד שטייט אויך "וכל אשר לרעך"! דאס נעמט אריין שוועסטערס, ברודערס, נעפיוס, ניסעס, קאזינס און סתם פריינדינעס. יענקל גיבט צו פארשטיין פאר'ן ווייב, יעדע קינד פון אונז איז א ספעציעלע מתנה פון גאט, יעדער מיט זייערע כשרונות, מיט זייערע פארלאנגען, וואס איז גוט פאר איינעם מוז בכלל נישט זיין גוט פאר'ן צווייטן, צוויי משפחות זענען בכלל נישט גלייך, פונקט ווי צוויי מענטשן זענען נישט גלייך. און מענטשן זענען נישט קיין מאנקיס, מענטשן האבן געפילן, און פונקט אזויווי דו האסט נישט ליב ווען מ'קאמפערט דיך צו יענע פרוי, האבן די קינדער אויך נישט ליב ווען מ'קאמפערט זיי צו אנדערע, זיי ווערן גאר שטארק צוקלאפט פונקט ווי דו ביסט געווארן צוקלאפט, און מיט רעכט.

בילא שטייט דארט ווי אן אפגעגאסענע, קען נישט קוקן יענקל אין די אויגן, אבער... וויל מסביר זיין אז ס'נישט די זעלבע, ווייל.... אבער ס'גייט נישט, דער אמת פראסקעט אין פנים ווי א פראסטיגע ווינט וואס לאזט נישט נאך, דער "אבער" בלייבט הענגען אין די לופטן ווי א פארקרומטער שטומפיגער פייל, ווי א קויל וואס האט פארלארן איר כח, דער זעלבער "אבער" און "ווייל" וואס האט געטראגן א שווערע געוויכט קוים א שעה צוריק שטייט יעצט פוסט און ליידיג אן א נאכפאלגער, פונקט ווי א מענטש שרייט אין א חלום ווערט דער "אבער" פארשוואונדן, דער זעלבער "אבער" וואס האט געהאט מיט זיך א קורצע צייט צוריק מיין שוועסטער, מיין ברודער, מיין נעפיו מיין ניס, שטייט יעצט גענצליך ליידיג, הענגט אין די לופט ווי מכת ברד אינמיטן די מכה פון חשך. בילא שטייט דארט א פארטראכטע, כ'האב אים נישט וואס צוריק צו ענטפערן! געמיינט האב איך ביז היינט אז כ'בין מיך גרייט אלץ אוועקצוגעבן פאר די קינדער, אבער בין איך יעצט געוואר געווארן אז נאר דעם את הטפל לבשרו בין איך גרייט צו שניידן פון מיר, אבער דעם בשרו אליין נישט...
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: מה יאמרו הבריות! ווער וועט זיך משדך זיין מיט אונז?!

שליחה דורך תוהו ובוהו »

געוואלדיג!! געליינט אין איין אטעם!!

מזל טוב @דער גאלדענער אדלער פארן טויזענסטער תגובה!!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

געוואלדיג! אדם אחד "מאלף" מצאתי ואשה בכל אלה לא מצאתי (קהלת ז כח)…

די צושטעל פון די סתירה אין לא תחמוד איז גאר אין פלאץ. דאס גייט סתם אזוי מיט מיט דעם אז מ'שרייט "נישט אוועקרירן פון הלכה א קוצו של י'!" אבער בנוגע די הלכה ביי שידוכים אין דעם, וואס די ארטיקל רעדט איבער, גייט עס נישט אָן.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

Wow wow און נאכאמאל wow....

לתועלת הענין: א pdf ביטע
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

אייזן שטארק. א שכוח!
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

זייער גוט! קוקט אויס אז דו האסט א ריקארדער ביי מיר אינדערהיים.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]גוט געזאגט (אדער געטראכט...).

וואס טאר מען נישט גליסטן/קוקן אויף? לֹא תַחְמֹד שֶׁכֶן רֵעֲךָ בֵּיתוֹ וְאָהֳלוֹ מִקְנֵהוּ וְקִנְיָנוֹ וְכָל חֵילוֹ עַבְדּוֹ וַאֲמָתוֹ שָׂדֵהוּ וּגְבוּלוֹ וְשׁוֹרוֹ וַחֲמוֹרוֹ וְכָל אֲשֶׁר לוֹ נִטְעוֹ וְכַרְמוֹ גַּנּוֹ וּשְׁבִילוֹ בְּעִירוֹ וְעֵצָיו פֵּרוֹתָיו וִיבוּלוֹ רִכְבּוֹ וּפָרָשָׁיו יַעְרוֹ וְכַרְמִלּוֹ יְקָר כַּסְפּוֹ וּזְהָבוֹ וְנֹעַם גָּדְלוֹ צֹאנוֹ וַאֲלָפָיו מַשְׁקֵהוּ וּמַאֲכָלוֹ חֲבֶרְתּוֹ וְכָל מַחֲמַדֵּי מַכְלוּלוֹ. נו, אויב אזוי פארוואס שעמט מען זיך נישט ווען מ'קוקט אן יענעמס קעדילעק, באגעבו אדער יענעמ'ס קינדער ווי קיוט זיי זענען? ועל זה צווח הנשר הגדול.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
לולב הגזול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך לולב הגזול »

איר זענט פיינע נייעס רבי גאלדענער! צום פינטל.
באניצער אוואטאר
yn.NY
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

שליחה דורך yn.NY »

תוהו ובוהו האט געשריבן:געוואלדיג!! געליינט אין איין אטעם!!

מזל טוב @דער גאלדענער אדלער פארן טויזענסטער תגובה!!


---

אונזער "סיסטעם" איז אוועקגעשטעלט געווארן צו זיין געטערעפט פון אלע זייטן.

קודם הייבט זיך עס אן ביים אסיפת חינוך מיט'ן 'עשה מפני בנינו' - אויב נישט פאר דיר אליין, טוע עס פאר דיינע קינדער... "די גרעסטע חינוך איז אז די קינדער זעהען ווי די טאטע וכו'", הונדערטע היימישע יודן פארמאגן נישט קיין סמארטפאן, רעדן נישט ביים דאווענען, און גייען צו כ"א כסליו/צום רבינ'ס טיש, בלויז כדי זייערע קינדער זאלן זעהן און זיך "אפלערנען" (צו טוען די זעלבע מיט זייערע קינדער...)

דערנאך פרעדיגט מען אריין אין די מיידלעך אין סקול, אז די שענסטע זאך איז צו האבן א מאן א בן-תורה, אזוי אז ווען די מאן וויל נאכן חתונה עוסק צו זיין וואס ער האט זיך אונטערגענומען אין די כתובה לזון את אשתו, זאל ער בלייבן זיצן און קוועטשן די באנק, כדי צופרודענצושטעלן די געהויבענע בעלת-הבית.

די זעלבע זאך איז מיט אלטע בחורים אין ישיבות וואס טוען נישט גארנישט אויף מיט'ן טאג, און די זעלבע איז ווען ס'קומט צו שידוכים. וכו' וכו'
"ואהבת למוך כרעך" איז מען מקיים אויפ'ן העכסטען ניווא, מיטן בריסקען שיעור! און דערנאך וואונדערט מען זיך פארוואס די יוגענט וואקסט אויף פאטריקענט ווי די ערבות מוצאי סוכות :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יי.ען.ען.וויי.: אבער די זעלבע פרוי וואס ווילל נישט לאזן דעם מאן גיין ארבעטן. נאר זיין א כולל יונגערמאן. זי ווילל אין די זעלבע צייט אויך האבן אלע לקוסוס וואס איהרע חבר'טעס האבן. זי וויל נישט מוותר זיין אויף גארנישט.

נישט אזוי ווי די ווייבער פון די אמאליגע ירושלימ'ער בני תורה. די אלטע (ירושלימ'ער) אידישע ליכט האט אמאל געברענגט א מעשה ווי די אשת חיל פון אן עלטערן יונגערמאן א בן תורה האט שוין א לאנגע צייט נישט באזוכט ביי איהרע עלטערן. האט זי געוואלט אין א מוצאי שבת גיין באזוכן. האט זי געבעטן ביי איהר מאן א ער זאלל וואטשן די קינדער. דער מאן האט געזאגט אז ער האט א שיעור אין ביהמ"ד. האט זי געמאכט אן החלטה, נאך א לאנגן יישוב הדעת, אז זי וויל ענדערש איהר מאן זאל גיין אין ביהמ"ד לערנען תורה. זי איז נישט געגאנגען באזוכן איהרע עלטערן...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

וואס איז דער תירוץ? קיינער וועט זיך נישט משדך זיין מיט אונז און שוין, מ׳האט שוין געהערט אזאנס. רוב אמעריקאנע גוים זענען זיך נישט משדך מיט קיינעם, די קינדער האבן פשוט חתונה צווישן זיך און ס׳פעלט זיי גארנישט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: וואס 'עט דער גוי זאגן...?! איך האב מיך משדך געווען מיט דעם מר. מעקדאנאלד. ער איז אן אנגעזעהענער גוי. א סוחר. ער זיצט אויבן אן אין טשוירטש. דער גלח שמייכלט צו איהם. און געט איהם א קלאפ אין פלייצע פון צייט צו צייט . מיין איידעם וועט גיין אין קאלידזש פאר די נעקסטע 3 יאר. איך 'עלל איהם אויסהאלטן...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מזל טוב גאלדענע אדלער פאר דיין טויזענסטע תגובה, און ייש"כ פאר די נארהאפטיגע ארטיקל פון וואס קאווע שטיבל האט זיך באלעקט די פינגערס און טאקע געלייקט כמו שכתוב.

און אגב, ביודעי ומכירי קאמינא, איך ווייס נישט וועגן א גאלדענע אדלער, אבער איך ווייס יא וועגן א גאלדענע הארץ, א וואוילע נשמה אונזער נשר... זאלסטו אייביג קענען מהנה זיין אנדערע אידן!
וירח ה' את ריח הניחוח
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ייש"כ ידידי היקר הרב שמעקעדיג פאר די ווארעמע חיזוק ווערטער! כ'האף אז צו די נעקסטע צען טויזענט תגובות/ארטיקלעך וועל איך שנעלער אנקומען ווי צו די ערשטע טויזענט.

דיין שרייבן דא אין שטיבל האט מיר אסאך אויסגעלערנט! דער פרישער עולם ווייסט נאך נישט וואספארא אוצר נחמד ס'דרייט זיך דא ארום, זיי וועלן זייער שנעל געוואר ווערן!
פארשפארט