וויפיל איך האב צוגעהערט מענדי לעווי, האלט איך ער איז גאנץ א גוטער מקור. אין די ווידיאו אליין רעדט ער זייער צום זאך.
אין די ווידיאו איז אויך דא חלקים ווי אנדערע רעדן, מען זעט נישט זייער פנימ'ער, דאס נעם איך שוין נישט אן. מיין כלל איז זייער פשוט, א מעשה דארף מאכן סענס, אז נישט מוז זיין גאר א באגלייבטער מקור עס צו פארציילן.
ווען מענדי פארציילט וועגן די "תיקון" למשל, כאטש איך האב קיינמאל נישט געהערט דערפון, קען איך עס מקבל זיין. עס מאכט סענס עס זאלן זיין מענטשן משוגע אויף אזא סארט אופן, א מענטש פארציילט ער אליין איז דארט געווען, גלייב איך עס.
ווען די אנדערע אומאידענטיפיצירטער קול לייגט אראפ וויאזוי זיי האבן געהייסן שעכטן די קינדער, גלייב איך עס נישט, עס מאכט נישט קיין סענס זיין זאלן זאגן אזא סארט זאך. איך זאג נישט עס איז אוממעגליך, ווען משה רבינו וואלט מיר געזאגט אז זיי האבן עס געטון וואלט איך עס געגלייבט, אבער ווילאנג איך האב נישט גאר א גוטע מקור גלייב איך עס נישט.
דארף איך טראכטן אז די קול זאגט ליגנט? אויך נישט מוכרח. קען זיין עס איז איינער פון די גרים קהילה, מעגליך מען האט דארט גערעדט אז מען דארף זיך ענדערש הארגענען ווי ווערן אוועקגעפירט פון די ריינע אמונה, דאס איז גלייב איך זייער נארמאל דארט. קען אפילו זיין זי האט איבערגעפרעגט א צווייטע גר וויאזוי מען דארף זיך הארגענען ווייל זי האט נישט גוט פארשטאנען, און יענע גר האט איר געגעבן די גוטע הסבר פון נעמען א מעסער און שעכטן די קינדער.
עניוועי, אויב ווילסטו נישט פארשטיין וויאזוי זייער מהלך המחשבה ארבעט, קענסטו גלייבן אויף זיי וועלכע מעשה דו ווילסט, און מצדי איז עס נישט קיין פראבלעם. אויב ווילסטו יא פארשטיין, איז די מעגליכקייט פארהאן. פונקט ווי מען קען פארשטיין די מיינדסעט פון רוצחים, טעראריסטען, טמאים, טהורים, רבנים, אדמורים, און נאך.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
איך האב געזען די בילד אין בחדרי די שאלה איז נאר פארוואס ער האט נישט גענומען קיין בילד פון מיין בעקיארד? עס קען זיין אז עס איז אמת איך ווייס אבער נישט וואס עס ווייזט אויף
ביטע זייט מתפלל פאר יהודי גולת בבל, וועלכע זענען צוזייעט און צושפרייט אין עטליכע מדינות, אז אלעס זאל געפירט ווערן על מי מנוחות און זאלן אנקומען למקום מנוחה וקדושה.
חכמת שלמה האט געשריבן:ביטע זייט מתפלל פאר יהודי גולת בבל, וועלכע זענען צוזייעט און צושפרייט אין עטליכע מדינות, אז אלעס זאל געפירט ווערן על מי מנוחות און זאלן אנקומען למקום מנוחה וקדושה.
זיי קענען צוריק גיין צו אמעריקא אדער קאנאדא עניטיים. זייערע משפחות וועלן זיי אננעמען מיט אפענע ארעמעס.
חכמת שלמה האט געשריבן:ביטע זייט מתפלל פאר יהודי גולת בבל, וועלכע זענען צוזייעט און צושפרייט אין עטליכע מדינות, אז אלעס זאל געפירט ווערן על מי מנוחות און זאלן אנקומען למקום מנוחה וקדושה.
וכל קרני רשעים אגדע...יהי אחריתו להכרית בדור אחר ימח שמם.