ריכטיג האט געשריבן:די בת יחידה פון רבי'ן שליט"א אינעם מלכות'דיגן באגעבו, כראוי וכיאות פאר א פרינצעסין לבית רוזין
ריכטיג: אבער ווער איז דער חתן (המלך)...?!
Lesser האט געשריבן:למשל די באיאנער רבי איז אויך נכתר געווארן בילדותו, אין טאקע ער האט זיך איינגעהאלטן פאר יארן, נישט געוואלט כאפען די מלוכה אויף איין מינוט.
די קלוגע וועג, איז ווי מהאט דערמאנט, שטייטלעך, דבר ביי דבר..
מחצה''ק האט געשריבן:הערטס א מעשה וואס א קליינער נערישער שחצן גאוותן ספּויעלט ראַטן דער קליינער שיעלע סאדיגערער איז...
איך האב עס דא געשריגן זייט עריז דא
אבער עטס האט נאר געוואלט זיין טויבּ. און זיך מיטאנצן מיט דעם קינדישן טאנץ..
עריז געווען ביי חיים טאגער אינדערהיים אין מאנרא
און דער גרויסער סאטמארער רבי ר׳ אהרן זאל זיין געזונט האט געוואלט קומען פאר א ביקור גומלין.
מעהאט אפגעשמיעסט אויף 11:00 ביינאכט
סיז פינעף נאך עלעף און חיים טאגער זעט ווי דער קליינער טוט זיך אן זיין רעשוואלקע
ער פרעגט אים
ווי גייט דער רבי?!?!?
מעהאט אפגעשמיסט 11:00 ווילאנג דארף איך ווארטן פרעגט ער....?!?
סיז געווארן שווארץ פאר חיים וואס טוט ער מיט דעם אומדערצויגענעם יונגל..
ער בעט אים ווארט נאך אפאר מינוט כקען נישט אויסשפילן דעם סאטמאר רבין
11:20 זעהט ער ווי דער קליינער סאדיגורער שפאנצירט ארויס אנגעטון און זעצט זיך אריין אינעם קאר אוועק צו פארן....
חיים רופט אן חיים שלמה דעם גבאין, ער זאגט אים סיז צרות דער יונגל שפילט ארום דא. זעה דער רבי זאל נישט אנקומען דא. סנישטא פארוואס...
זאגט אים חיים שלמה סיז דערנאך דער רבי איז שוין אין קאר איך בין כמעט דארט
חיים גייט צו דעם שיעלע רבי און זאגט אים אז דער סאטמאר רב איז שוין כמעט דא...
פרעגט אים דער סאדיגערער. איז וואס זאל איך טון. איך דארף אויפגעבן און ארויס גיין פון מיין קאר צוריק צו דיר אינדערהיים אדער זאל דער סאטמאר רבי אויפגעבן און ארויס פון זיין קאר און צוריק ארויפגיין צו זיך אהיים... דער קליינער שחצן טראכט אזוי אפאר סעקונדן... ווייסט וואס רופט ער זיך אן מיט טיפשות איך וועל מוותר זיין דאס מאל.. איך קום צוריק...
עריז צוריק אריין פון א אונטערשטע זייטיגע טיר..!!
דאס זאגט אלעס וואס איך שריי דא שוין די גאנצע צייט. זייטס נישט איקסייטעד מיט אזא פארדארבענעם עסק.! סיז א באלאן! א טיפשותדיגער בחורישע פראפעגאנדע חסידות׳ל. א חסידות בלויז פאר די גבאים זיי זאלן האבן ווי צו זיין גבאי!