[justify]די סאמע בעסטע אָרט וואו צו פראווען דעם י"ט כסליו איז הויפטזעכליך אינעם שמעלץ טאפ גופא, קראון-הייטס. אבער אויך אין קראון-הייטס זעלבסט ברויך מען וויסן וואו אהין צו גיין כדי צו דערשפירן דעם אמת'ן טעם אינעם יום טוב.
א גערוך פון געבאקענע קארטאפל און עוף-דיכטלעך איז צעשפרייט אינעם היכל הבית המדרש אין סעווען סעוונטי. ס'איז שוין נאך צוועלף אזייגער ביינאכט, די טענץ האבן זיך שוין געענדיגט, אבער דאס אייגן קול הערט זיך נאכאלץ נישט. אויף איטליכער שורה פון טישן קומט פאר א באזונדערע פארברענג, קוים וואס מ'הערט א ווארט אויך ווען מ'בייגט זיך צו. אויסער די אטמאספערע, שטערבליכע גערוך און ליידיגע פלעשער משקה איז גארנישט דא צום געפינען אין בית המדרש.
מ'ברויך זיך דרייען צווישן איסטערן פארקעווי, פרעזידענט סטריט און יוניאן צו דערשנאפן עפעס א מעלאדיע אדער 'מאמר' פון א הייזקע און דערגיין אז אויך דארט קומט פאר א באשיידענע אבער ערנסטע התוועדות.
"אויב קען ער נישט טאנצן נאקעט אין גאס, איז דער באדייט אז ער איז נאכנישט ריין פון ישות". הער איך אנקומענדיג צום צווייטן שטאק אינעם בנין הכולל, כולל מנחם, כולל אברכים, וואו א פארברענגען ווערט געפראוועט אין שפיץ פון הגאון החסיד רבי יוסף [אברהם] העללער.
*
שוין עטליכע שעות וואס הרב העללער זיצט ביים התוועדות, ער האט שוין געענדיגט מיט'ן לאנגן 'מאמר' און יעצט ענטפערט ער תשובות. צווישן ניגון און ניגון ענטפערט ער די געשריבענע שאלות געשריבן אויף א כארייניגן סערוועטל וואס ער באקומט פון די בחורים און יונגלייט בשעת'ן פארבריינגען.
*
"זיין א שוטה איז אן עבירה מדאורייתא! האט איינע פון די חסידים געפרעגט: למאי נפקא מינה צי ס'איז א דאורייתא אדער א דרבנן? הוא מותיב והוא מפרק, די נפקא מינה וועט זיין לגבי א ספק שוטה... ספיקא דאורייתא לחומרא... ממילא, אז איך האב א שאלה צי עפעס קומט פון נפש הבהמית אדער נפש אלוקית, דארף איך גיין לחומרא, דער נפקא מינה איז אויף למעשה, אז אויב איז דא א הוה אמינא אז ס'קומט פון נפש הבהמית, טאר מען נישט זיין קיין ספק שוטה!... לחיים ולברכה!"... ענטפערט ער ווען איינער פרעגט "אן אינטערעסאנטע היכי תמצא, דער שואל פרעגט, ער דאוונט, און א צווייטער שטערט אים פון דאווענען און ס'באדערט אים, קומט דאס פון נפש הבהמית און גראָבקייט; היתכן יענער האט די חוצפה מיר צו שטערן פון דאווענען, אדער קומט דאס פון נפש אלוקית".
*
"יא איך האב מיר געדרייט ביי פילע גדולים און צדיקים, אלע זענען געווען וואוילע לייט, אבער דאס האט מיר שטארק געצויגן. איז דען שייך צו פרעגן דעם 'אייזן' פארוואס ער ציט צום מאגנעט? דער מאגנעט איז דאך דער וואס ציט אים. וואס איז שייך צו זאגן ווען עפעס טוט צוציען?..." ענטפערט ער ווען איינער פרעגט א פראגע: איר האט זיך געדרייט ביי אסאך גרויסע לייט און פארוואס זענט אין ענדע אזוי צוגעצויגן געווארן צום רבי'ן?
"אבער דער אמת'ער ענטפער איז, אז ביים רבי'ן האב איך געזען דעם 'גאָרנישט', און דאס האב איך נישט געזען ביי אנדערע גרויסע אידן. ווי אזוי האט זיך דער רבי אמאל אויסגעדרוקט אויפ'ן מאמר חז"ל 'אין בן דוד בא אלא בדור שכולו חייו או כולו זכאי'? דער סאטמארער רבי און ראביי שניאורסון וועלן זיכער מאכן אז ער קומט בדור שכולו זכאי, אזוי האט ער געזאגט, 'ראביי שניאורסון', גארנישט... ער האט געלעבט ווי אן ארבעטער אין אן אפיס, נישט מער...
*
מען ענדיגט 'לכתחילה אריבער' און ס'קומט אן א סערוועטל און דערויף א שאלה: "דער רבי האט געזאגט אז חסידות פועל'ט איידלקייט, ווי קען זיין אז איך זע חסידים וואס קוקן אויס גראָב, מ'דערקענט נישט חסידות אויף זיי".
"זענען זיי נישט קיין חסידים! וואס איז די קושיא? זענען זיי נישט קיין חסידים!... ווייל ער דאוונט אין א חסידישן שול איז ער א חסיד? ער איז נישט קיין חסיד! אויב מ'דערקענט נישט אויף אים איידלקייט איז ער נישט קיין חסיד. א חסיד מיינט אן איידעלער, אן אפגעהיטענער וכולהו וכולהו, אויב נישט איז ער נישט קיין חסיד".
"ווי קען זיין אז א פרומער איד מאכט אזעלכע גראבע עבירות? ער איז נישט קיין פרומער איד! אפשר קוקט ער אויס ווי א פרומער איד, אבער ער איז נישט! ער איז א חיה! אוודאי אז חסידות פועל'ט איידלקייט וכולהו וכולהו, אבער אויב נישט איז ער נישט קיין חסיד, ער איז א קינד פון א חסיד, ער איז א חבר פון חסידים, ער וואוינט צווישן חסידים, ער דאוונט צווישן חסידים, אבער ער איז נישט קיין חסיד. וואס איז די קושיא?..."
"חסידות איז נישט קיין מאָוומענט אדער קאמיונעטי. חסידות איז א דרך החיים!" ווארפט ער צו א הגדרה.
*
"מ'וויל מחנך זיין א בחור זאל לערנען בהתמדה, ער איז נישט דער גרעסטער מתמיד. דע וועג צו זאגן דעם בחור איז אזוי: איך פארשטיי אז דו קענסט נישט זיצן שעות און לערנען, אבער פינף מינוט קענסטו יא לערנען, לערן פינף מינוט מיט חשק. פינף מינוט איז זייער אסאך. נעם א גמרא און לערן פינף מינוט. דער בחור איז זייער ביזי, ער האט נישט קיין צייט צו לערנען גמרא, ער האט נישט קיין צייט, אבער פינף מינוט האט ער דאך יא, נעם א גמרא און לערן פינף מינוט מיט חשק, בדוק ומנוסה אז פון די פינף מינוט וועט ווערן צען מינוט, בדוק ומנוסה, און צוביסלעלך וועט ווערן פופצן מינוט, פארוואס? ווייל אויב פינף מינוט איז טייער, וויל מען נאך, וויל מען נאך. אויב פינף מינוט איז נישט טייער איז פופציג מינוט אויך נישט טייער. אזוי זאלט איר זאגן דעם בחור".
"און לערנען מיינט נישט דווקא גמרא, ס'קען אויך זיין משניות, און ס'קען אויך זיין חסידות. ער וועט אנהייבן פינף מינוט, ער וועט באקומען א חשק, ס'וועט אים זיין געשמאק, און ער וועט זיך אפילו 'פאַרלערנען' און ער וועט אפילו פארפאסן זמן תפלה און חצות. ס'האט גארנישט פאסירט! זאל ער ענדיגן דעם 'מאמר' און זיך שטעלן דאווענען!"
"לחיים ולברכה!"
*
החסיד רבי יוסף העללער איז נישט בלויז נאך א צעקאלישטער ליובאוויטשער משפיע אזוי צו זאגן. ער איז א פיר און זיבעציג יעריגער דמות מיט א ברייטן הונטערגרונט. א זון פון רבי דוד א פוילישער חסיד, און א איד מיט אן עבר פון א נאנטע שייכות מיט הגרי"ז מבריסק מיט וועמען ער איז געווען נאנט און געלערנט נגלות התורה.
שפעטער האט ער געלערנט אין סלאבאדקע ישיבה און דערנאך ביי רבי דוד סאלאווייטשיק וואו ער איז געווען פון די ערשטע צען תלמידים. אין דעם אטמאספערע האט ער זיך געדרייט, געלערנט תורה און אזוי ממלא כריסו געווען בש"ס ופוסקים, און דארט איז אויך געווען ווען ער האט אנגעהויבן באקומען א שמעק צו חסידות.
"רבי אליעזר ננס איז געווען א געהויבענער חסיד. ער האט צוואנציג יאר געארבעט אין סיביר, ער האט נישט געהאט קיין איין ספר מיט זיך, אבער תניא האט ער געקענט אויפ'ן לשון", האט ער דערציילט ביים התוועדות, "איך געדענק, ווען איך האב געבעטן רבי אליעזר ער זאל לערנען מיט מיר חסידות האט ער מיר אפגעזאגט, אבער איך האב אים ווייטער געבעטן ער זאל לערנען מיט מיר אבער ער פלעגט מיר כסדר אפזאגן, ביז ווען ער האט מסכים געווען צו לערנען מיט מיר, און מיר האבן טאקע געלערנט אינאיינעם. ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז רבי אליעזר האט געוואלט זען צי מיין חסידות לערנען און מיין רצון דערצו איז בלויז צו ממלא זיין די ידיעות און 'אויך' קענען חסידות, אדער וויל איך באמת לערנען חסידות און זיין א 'חסיד'.
לערנענדיג מיט החסיד רבי אליעזר איז שוין געווען נאכן' פארמאגן עשר ידות אין נגלות התורה, אזוי אז דאס לערנען חסידות האט אים סיי געברענגט אן השלמה און סיי בפועל צוגעצויגן צו ליובאוויטש לערנענדיג די ספרי חב"ד.
ערשט נאך זיין חתונה איז ער אפיציעל געווארן צוגעצויגן צו חסידות און צו ליובאוויטש, אבער לשבחו ייאמר אז זיין צוגעצויגנקייט צו חב"ד איז אלעמאל געווען במידה ובמשקל.
טראצדעם וואס ער האט אפיציעל געדינט פאר א תקופה אלס חבר אינעם ליובאוויטשער ביד"ץ זינט יאר תשמ"ו, איז ער אבער נישט געווארן ווי א טיפישער טייל פונעם פארטיי. אלעמאל, ביז היינט צוטאג, האלט ער די אויגן אפן און ער וועט פון צו צייט צו צייט אפילו מחולק זיין מיט דעתם ושיטתם פון אנדערע חברי הביד"ץ. א שטייגער ווי טרינקען וואסער פון קראנען אין ברוקלין, הרב העללער האלט אז די תלעים ווערן בטל צו די וואסער און ס'איז נישטא קיין איסור, אנדערש ווי עס האבן געשריבן אנדערע רבני חב"ד. אזוי אויך ווי פארשידענע אנדערע ענינים לגבי עירובין [טראצדעם וואס דאס אז קראון-הייטס איז א רשות הרבים האט ער געפ'סקנ'ט ווי אלע אנדערע רבנים אין חב"ד. און נאך.
אויך פון צווישן זיינע עטליכע ספרים 'שיטה ברורה' – אויף שו"ע הרב, 'ביאורים והערות' – אויף שו"ע הרב, 'טוב טעם' – פונעם זיידן דער תוספות יו"ט און נאך, זעט מען דעם שטארקן באלאנס אין קאנטראסט צו זיין ספר 'הלכתא למשיחא' אין וועלכע ער איז מבאר עניני משיח במשנתם של נשיאי חב"ד.
דאס אלעס ברענגט ארויס דעם חידוש זייענדיג א באלאנסירטער חסיד, נישט נאר מיט א מח אויפ'ן פלייצע נאר אויך מיט א קאפ, וואס לאזט זיך נישט פאר פאליטיק, טעראר און שוחד.
דאס אז ער איז נישט אזוי 'מצומצם' און איינזייטיג האט אים ערווארבן א געוואלדיגן אפקלאנג. פון אומעטום, אויך פון חצרות און ערטער ווי חב"ד שפילט נישט א גרויסן ראלע קלינגט מען אים זיך דורכרעדן ענינים ווי חינוך, חיי נישואין וחיי בית היהודי אין וועלכע ער האט אויסגעטראטענע מהלכים, און מ'קען מיט אים רעדן סיי וועלכע נושא אויך עפעס וואס איז נישט אנטבאלאנגט תורת חב"ד.
אזוי ארום שיילט זיך ארויס, אז די שיחות און מאמרים פון הרב העללער איז נישט עפעס וואס איז כולו איינזייטיגע חב"ד, נאר איז באזירט אויף אדני פז, אויף השקפות פון רבותינו ומאורי דורותינו, און קומט צו א למעשה'דיגע ביטוי אין א ליובאוויטשן ארויסזאג, פארשטייט זיך מתובל מיט ליובאוויטשע רעיונות און אונטערלאגעס.
*
דער התוועדות איז געווען העכער אלע ערווארטונגען. כ'האב געפינען א ממוזג'דיגער דמות פון קלארקייט, איידלקייט, מענטשליכקייט, טיפקייט, כאריזמאטישקייט, און נאך באשטאנדטיילן.[/justify]
מיין התוועדות י"ט כסלו מיט החסיד רבי יוסף [אברהם] העללער
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
מ'פארציילט אז אמאל האט זיך א חסיד אנגעהאנגן אויפן טיר פון די צימער פון בעל התניא. האט מען אים געפרעגט וואס איז דאס? האט דער חסיד גענטפערט, אז אין יעדן געשעפט הענגט מען א סעמפל פון וואס דאס געשעפט פארקויפט. צב''ש, אין א פלייש געשעפט וועט מען געפונען הענגן אויפן דאך שנירלך פון טריקענע ווארשט. אזוי אויך דא ביים רבי'ן, וואס פארקויפט א רבי? חסידים!
ווען מ'דרייט זיך צווישן די פוטריחות דארט אינעם שווארצן קרוינהייטס, טרעפט מען צווישן די ברוכווארג, טייערע פערל שטיינער, דיימאנטן, חסידים וואס האבן עטוואס וואס צו פארקויפן, ריזיגע בעלי מסירות נפש'ניקעס, וואס זענען ביי זיך גארנישט. מ'נעמט א מעסער און מ'שניידט אים אויף קומט קיין בלוט, נאך ס'שטורעמט ארויס פונעם וואונד א להשכילך בינה... א באתי לגני... אשרך ידיד נפשי, הער הארץ און פלייש, שזכית לֹהתפלש בבוץ וללקוט בו שושנים...

- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ייש״כ.
מיט דעם קען מען מפרש זיין בדרך צחות אז דער מחבר פסק׳נט ביו״ד סימן צח סעיף ג ״איסור שנתערב בהיתר והוא לפנינו ואי אפשר לעמוד על שיעורו אע"פ שהוא מאיסורים של דבריהם אסור״. און דער ט״ז דארט ברענגט אראפ בשם המרדכי ״דדעת שוטים אינו כלום״ וואו עס זענען דא און שייך די וואס זענען יא בקי ע״ש. והיינו, אז דאס וואו מ׳פשוט ווייסט נישט דעם שיעור והוי כ״דעת שוטים״, דאן, וויבאלד זיין א שוטה איז דאך אן איסור דאורייתא, שטארקט דאס איבער און איז נישט גענוג מאסגעבענד צו ווערן גערעכענט אלס א ״ספק״ אז אן איסור, ואפילו דרבנן, זאל בטל ווערן אזוי…
דאס דערמאנט פון די באקאנטע מעשה אז איינער האט געפרעגט א גדול אז ער האט נאר א קליינע מאס צייט צו לערנען, וואס זאל ער לערנען גמרא וכו׳ אדער מוסר? האט ער אים גע׳ענטפערט אז ער זאל לערנען מוסר און דאדורך וועט ער זעהן אז ער האט יא מער צייט…
לבי ובשרי האט געשריבן:״זיין א שוטה איז אן עבירה מדאורייתא! האט איינע פון די חסידים געפרעגט: למאי נפקא מינה צי ס'איז א דאורייתא אדער א דרבנן? הוא מותיב והוא מפרק, די נפקא מינה וועט זיין לגבי א ספק שוטה... ספיקא דאורייתא לחומרא...
מיט דעם קען מען מפרש זיין בדרך צחות אז דער מחבר פסק׳נט ביו״ד סימן צח סעיף ג ״איסור שנתערב בהיתר והוא לפנינו ואי אפשר לעמוד על שיעורו אע"פ שהוא מאיסורים של דבריהם אסור״. און דער ט״ז דארט ברענגט אראפ בשם המרדכי ״דדעת שוטים אינו כלום״ וואו עס זענען דא און שייך די וואס זענען יא בקי ע״ש. והיינו, אז דאס וואו מ׳פשוט ווייסט נישט דעם שיעור והוי כ״דעת שוטים״, דאן, וויבאלד זיין א שוטה איז דאך אן איסור דאורייתא, שטארקט דאס איבער און איז נישט גענוג מאסגעבענד צו ווערן גערעכענט אלס א ״ספק״ אז אן איסור, ואפילו דרבנן, זאל בטל ווערן אזוי…
לבי ובשרי האט געשריבן:"מ'וויל מחנך זיין א בחור זאל לערנען בהתמדה, ער איז נישט דער גרעסטער מתמיד. דע וועג צו זאגן דעם בחור איז אזוי: איך פארשטיי אז דו קענסט נישט זיצן שעות און לערנען, אבער פינף מינוט קענסטו יא לערנען, לערן פינף מינוט מיט חשק. פינף מינוט איז זייער אסאך. נעם א גמרא און לערן פינף מינוט. דער בחור איז זייער ביזי, ער האט נישט קיין צייט צו לערנען גמרא, ער האט נישט קיין צייט, אבער פינף מינוט האט ער דאך יא, נעם א גמרא און לערן פינף מינוט מיט חשק, בדוק ומנוסה אז פון די פינף מינוט וועט ווערן צען מינוט, בדוק ומנוסה, און צוביסלעלך וועט ווערן פופצן מינוט, פארוואס? ווייל אויב פינף מינוט איז טייער, וויל מען נאך, וויל מען נאך. אויב פינף מינוט איז נישט טייער איז פופציג מינוט אויך נישט טייער. אזוי זאלט איר זאגן דעם בחור".
דאס דערמאנט פון די באקאנטע מעשה אז איינער האט געפרעגט א גדול אז ער האט נאר א קליינע מאס צייט צו לערנען, וואס זאל ער לערנען גמרא וכו׳ אדער מוסר? האט ער אים גע׳ענטפערט אז ער זאל לערנען מוסר און דאדורך וועט ער זעהן אז ער האט יא מער צייט…
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 235
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל
א יישר כח פארען ארויפברענגען דעם דמות פון ר׳ יוסעל,
אפאר הערות
זיין טאטע ר׳ דוד וואלט איך נישט גערופען א פולישע חסיד (נישט אז איך ווייס וואס א פולישע חסיד מיינט, סאיז אזא נאמען וואס און חב״ד רופט מען איינעם וואס איז נישט קיין חבדסקער און אוכט נישט קיין ליטוואק, און זייער שמאלע דיקשענערי איז די וועלט צוטיילט און בערך דריי אהאלב סארט מענטשען, א ליטוואק, א פולישער, און א גוי)
ר׳ דוד איז געבוירען און דייטשלאנד, און ער איז שפעטער געגאנגען לערנען און שווייץ בא הרב וויינבערג דעם בעל ״שריד אש״ שפעטער האט ער חתונה געהאט אריין און די רובינפעלד משפחה און ער איז געווען פון די פני הקהילה און די גאר חשובע קהילה און לוגאנו א קהילה פון לויטער שיינע יודען תורה וגדולה יודען בראש פון די רובינפעלדס און די שרייבערס נכדי החת״ס.
מיט חסידות האט ר׳ דוד קיינמאל זיך נישט אנגעשטויסען,איך האב געזעצען מיט עם אסאך שעות און איך האב קיינמאל נישט געהערט קיין אות חסידות, עיקר תורתו איז געווען מרבו השריד אש וואס דיע וואס ווייסען דרך תורתו, איז עס געווען גאנץ אינטערעסאנט און קאנטערווערזשיל.
יא ער פלעגט שפאצירען מיטען בעל מחבר חידושי הגרי״ז ווען ער פלעגט קומען קיין שווייץ ער איז אבער נישט געווען קיין תלמיד און ער איז נישט קיין חלק פון די אזויגערופענע מעתיקי השמועה.
יעצט צוריק צו ר׳ יוסעל,
איך בין געווען אפאר מאל ביי עם,
ער איז גאר גאר א זעלטענע יוד, און א מבקש האמת וואו די לייגסטעס אראפ, און חב״ד און אין קראון הייטס איז ער א זעלטענהייט פון א מענטש,
מיין גרעסטע טורן אוף פון חב״ד איז אייביג געווען אז איך האב געפילט וואו זיי פארקויפען מער שוואנצנוס וואו יודישקייט, ביי אונז אין חב״ד איז די עיקר נקודה פון אלע שמועסען,
ר יוסעל פלעגט רעדן פון תיקון המידות פון קנאה,שנאה,וכ״ו זאכען וואס איך האב קיינמאל נישט געהערט און חב״ד (יא זיי רעדן אסאך פון ביטל היש אבער בעיקר איז עס אזא שוואנצנוסדיגע ביטל היש, זיי נישט קליגער וואו די רבי און וואו חב״ד חסידות וכ״ו)
עכ״פ ר יוסעל איז א אויסנאם פון א יוד און גאר ווייט פון א שוואנץ ער לערנט חסידות צוזיין א עהרליכע יוד און צו דינען גאט,נישט צוזיין א חסיד,און ייש״כ פאר עם ארויפברענגען דא.

- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
צוערשט א יישר כח פאר דיין תגובה.
דא האט איר לכאורה געהאט א טעות, ווייל איך רעד טאקע נישט פונעם פאטער ר' דוד דא. איך האב גערעדט פונעם זון רבי יוסף. אז ר' יוסף האט מקבל געווען פון הגרי"ז אסאך אין נגלות התורה.
אספקלריה האט געשריבן: מיט חסידות האט ר׳ דוד קיינמאל זיך נישט אנגעשטויסען,איך האב געזעצען מיט עם אסאך שעות און איך האב קיינמאל נישט געהערט קיין אות חסידות, עיקר תורתו איז געווען מרבו השריד אש וואס דיע וואס ווייסען דרך תורתו, איז עס געווען גאנץ אינטערעסאנט און קאנטערווערזשיל. יא ער פלעגט שפאצירען מיטען בעל מחבר חידושי הגרי״ז ווען ער פלעגט קומען קיין שווייץ ער איז אבער נישט געווען קיין תלמיד און ער איז נישט קיין חלק פון די אזויגערופענע מעתיקי השמועה.
דא האט איר לכאורה געהאט א טעות, ווייל איך רעד טאקע נישט פונעם פאטער ר' דוד דא. איך האב גערעדט פונעם זון רבי יוסף. אז ר' יוסף האט מקבל געווען פון הגרי"ז אסאך אין נגלות התורה.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא