וואס קען אונז חנוכה למהדרין מן המהדרין לערנען פאר אלע מצוות?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: וואס קען אונז חנוכה למהדרין מן המהדרין לערנען פאר אלע מצ

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

האו אבאוט תכלת אויף די ציצית? ס'וועט אויפלעבן און אריינגעבן א פרישקייט אין די מצות עשה דאורייתא פון ציצית, דורכ'ן קוקן אויף די שיינע בלויע קאליר פון די תכלת וועט עס מאכן דעם מענטש טראכטן פארוואס ער האט עס אן און וואס עס טוט רעפרעזענטירן ווי די גמ' זאגט דארט אין מס' סוטה דף י"ז ע"א
"אלא חוט של תכלת מאי היא דתניא היה ר"מ אומר מה נשתנה תכלת מכל מיני צבעונין מפני שהתכלת דומה לים וים דומה לרקיע ורקיע דומה לכסא הכבוד שנאמר (שמות כד, י) ויראו את אלהי ישראל ותחת רגליו כמעשה לבנת הספיר וכעצם השמים לטהר וכתיב (יחזקאל א, כו) כמראה אבן ספיר דמות כסא"

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

בעילת מצוה.

מרבדי"ם עשתה לה שש וארגמן לבושה (משלי ל"א כ"ב).
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

לעכטעלעך האבן עפעס אזא מין חן א איידעלקייט און סאיז גרינג צו טון אויך ועוד סאיז באנאכט א געוויסע צייט סמאכט עס אזוי ספוקי אז יעדער טוט עס די זעלבע צייט און די גאסן זענען ליייידיג ועוד
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

קען זיין אז, ווי מיכאל דוד לוקאס ברענגט ארויס, איז דאך די יו״ט נתקן געווארן אויף נצחון פון די פרומע (״פונדאמענטעליסן״ ווי ער רופט זיי) קעגן די מתיוונים, וממילא איז דאס שוין איקולקעיטעד געווארן (עכ״פ סאָבּקאנשעסלי) אויף צו שטרעבן מיט די ״פרומערע/מהדרין״ מהלכים אין די יו״ט אליין.

ער פירט דארט אויס אז עס איז טאקע מערקווידיג אז פונקט אט די יו״ט פראווען אסימילירטע אידן די מערסטע. דר. דייען עשׁטאן זאגט אז דאס איז געווארן אזוי באליבט און אָנגענומען ביי ליבעראלע אידישקייט אין אמעריקע איז אז, זייענדיג בעצם נישט אזוי שטארק אָנגעהאנגען אין טעאלאגיע און זייענדיג מער באזירט אין נאציאנאליזם (לגבי נצחון החשמונאים), האט עס געגעבן א מבוא וואו מ׳קען נאך אָנהאלטן דעם קולטור אויף א פשטות׳דיגן וועג [צינדן לעכט אינדערהיים] בשעת׳ן זיין א פולשטענדיגן מיטגליד אינעם דרויסענדיגן ברייטערן קולטור. עס איז טאקע פארט אינטרעסאנט וויבאלד די מלחמה בעצם בחנוכה איז דאך געווען (אין א וועג) דירעקט קעגן דעם געדאנק כנ״ל.

ווי אויך איז דאס א שטיקל קאַוּנטערבּאלאנס צו די נוצרי׳שע חגא אין בערך די זעלבע צייט אין יאר מיט איר מתנות סעזאן, און איז א סימבאל פון אידישע סוקסעס אין אמעריקע לעומתה און ווייזט אויף איר זעלבע פינאנציעלע מעגליכקייט.


ווי אויך זאגט זי איז דאך די געפיל פונעם יו״ט היינט-צו-טאג מקושר מיט דעם אז כהיום איז א״י זעלבסטשטענדיג אלס א אידישע מדינה, וממילא איז דאס׳ן פייערן די נצחון המלחמה און איר שטערקערן דאס נאציאנאליסטישע געפיל פונעם איד א סימבאל צום געפיל וואס דער איד האט צו דאס סוקסעס פון די מדינה כהיום (עכ״פ צו עפעס א מדריגה).

ועכ״פ, לשאלת האשכול, מכל הנ״ל קענען מיר זיך לערנען אז וואס די יו״ט צייגט און באדייט אויך אויף, ובפרט ווי אזוי עס ווערט געפראוועט בכל תפוצות ישראל הן דתי והן לא, איז דאס׳ן זיין שטאלץ מיט די קולטור און העריטעדזש וואס מ׳האט ואפילו בשעת׳ן זיין און אנטיילנעמען בתוך א דרויסענדע ברייטערע קולטור. ולכן, פאר אונז, איז קענען מיר זיך אפלערנען צו פרובירן צו זיין שטאלץ און קוקן/פאָקוסן אויף די גוטע חלקים פון די, טאקע פרומערע, קולטור וואו אונז געפונען זיך און איר העריטעדזש וואס קלאפט טאקע (בעיקר) אויס ביי קיום המצות והלכה.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

מעגליך אז ס׳האט זיל אנגעפאנגען דערפאר וואס ס׳איז געווען א מחלוקת צווישן בית שמאי און בית הילל און יעדער האט געוואלט ווייזן מיט וועלכע פארטיי ער אידענטיפיצירט זיך און אז נעמט אויך א שטעלונג אין דעם לעבנסוויכטיגן חקירה.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

דעררמב״ם הלכות מגילה פרק ד הלכה יב שרייבט אז עס איז א מצוה חביבה עד מאוד לכאורה קוקט אויס אלטס פירסומי ניסא
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

ר' העניך א שטארק געדאנק!
אבער איך קלער אז פון חנוכה זעהט מען פונקט דאס פארקערטע, סאיז לחתחילה געווען אזא זאך ווי הלכה, מהדרין, מהדרין מן המהדרין, יעדער האט געטון ווי זיין נשמה האט געצויגן און מוסיף געווען, למעשה וואס איז געשעהן איז אז יעדער האט אנגעהויבן צו טון די פרומסטע, און סאיז מער נישט דא קיין אפציעס מער, יעדער מוז טון די זעלבע, האסט שוין געזעהן אדער געהערט פון איינער וואס צינדט איין לעכטל פאר די גאנצע פאמיליע?
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

אינטערעסאנט איז אז דער רמב״ם ברענגט דער מנהג וואס אונז טוען היינט אפי׳ לשיטתו איז עס נישט מהדרין און נישט מהדרין מן המהדרין, סא שווער צו זאגן אז מען האט אנגענומען מהדרין מן המהדרין.
ועוד עס ווערט געפסק׳נט אז אויב איינער האט צוויי לעכט און זיין חבר גארנישט זאל מען צינדען נאר איינס
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

יישר כח ר' העניך, א גוטע אשכול.

כ'האב געטראכט אסאך געדאנקן אבער מי אני האט מיך שוין אויסגעכאפט מיט כמעט אלעס...

איין נקודה קען זיין איז פשוט ווייל חנוכה האט נישט קיין שום 'פרעשור', עס איז נישטא קיין שום מחוייבות אדער הלכות וואס קען שווער מאכן (חוץ פון זיך נישט באנוצן מיט די לעכט וואס איז ממש נישט נוגע היינטיגע צייטן) אנדערש ווי אלע אנדערע ימים טובים מדאורייתא אדער דרבנן, אפי' פורים האט א פאסט טאג בעפאר, מגילה, מתנות לאביונים וכו'.
יעצט פון די אנדערע זייט האט חנוכה אסאך גוטע חלקים, ווי געשמאקע פאמיליע צייט / מסיבות, עסן, זינגען, שפילן, עס איז אויך אין די פונקט געווינטשענע אנהייב ווינטער צייט....

לויט דעם ווייס איך נישט וויאזוי מען קען מאכן אנדערע מצוות וואס איז יא א עול געשמאק.
פארשפארט