ארכעאלאגן אנטדעקן אן אור-אלטן צייטונג...

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

ארכעאלאגן אנטדעקן אן אור-אלטן צייטונג...

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]מודיעין – אן געשפאנטע שטימונג שפירט זיך אומעטום אין לאנד, די געמיטער ביי אלעמען זענען אנגעצויגן אויפן העכסטן גראד. שווערע אומרוען ברעכן אויס אין אלע שטעט איבערן לאנד. דאס אָרטאָדאָקסישער אידנטום האט זיך צובונטעוועט, זיי הייבן זיך ביסלעכווייז אויף די קעפ, און זיי גרייטן זיך ארויס צו גיין אין א אפענעם באוואפנטע קאמף קעגן די פראגרעסיווער. די נאכפאלגן פון די דאזיגע ברוטאלע קאמפן וועלן באשיינפערליך זיין פאטאלע.

די פראגרעסיווער זענען אויסן אז דאס העלעניזם זאל ווייטער דאמינירן דאס לאנד, דאס גריכיש קולטור ארבייט זיך גאר גוט אויס פאר זיי, און זיי זענען נישט אינטערעסירט צוריק איינצושטעלן דאס אלמאדישע תורה-קולטור - וואס האט געהערשט אין לאנד זינט עזרא איז ארויפגעקומען פון בבל.

דאס לאנד איז ביטערליך צושפלינטערט אין צוויי, אבער די פראגרעסיווער האבן ביזדערווייל דאס אויבערהאנד. בלויז א קליין הייפעלע אָרטאָדאָקסן באהאלטן זיך נאך אויס אין די טיפע היילן און אין די געדעכטע וועלדער אויף די בערג, וואו זיי פראקטיצירן זייער אלטמאדישע רעליגיע אין באהעלטעניש. אין יעדע ליאדע צייט זענען זיי אויסגעשטעלט אנטדעקט צו ווערן דורך די באהערדע און די געהיים פאליציי - וועלכע לאקערן אויף זיי מיט טויזענט אפענע אויגן.

אויף אלע עפענטליכע ערטער אין לאנד זענען אויפגעשטעלט מאסיווע אָפּגעטער, או דאס פאלק דעמפט פאר זיי קרבנות אין די מאסן. דאס אידישער רוה-טאג שבת - איז גענצליך צושטערט און אויפגעלעזט, און דאס אידישער בית המקדש אין ירושלים שטייט פוסט און וויסט, און אויפן מזבח שטייט א גרויסער געטשיק מיטן נאמען "שיקוץ משומם". דאס פאלק האלט זיך גוטמוטיג אונטער אין די גראנדיעזע גימנאזיעס געבויעט אין איינקלאנג פון גריכיש-ארכיטעקטור. ביבליאָטעקן זענען איבערגעפילט מיט אינספירירטע באזוכער, וואס לעכצן צו לעזען די נארוואס פובליצירטע ביכער פון די בארימטע גריכישע פילאזאפן.

נעכטן אווענט איז זיך אין די שטאט מודיעין פארלאפן א דראמאטישע געשעניש, וואס וועט אן קיין צווייפל האבן ווייטגרייכנדע נאכפאלגן. און עס איז גאר מעגליך אז דאס ארגסטע וועט פאסירן, אז די אָרטאָדאָקסן וועלן צוריק איבערנעמען די לייצעס אין לאנד, און צוריק איינשטעלן דאס אלטמאדיש תורה קולטור. דאס אנגסט ביים פאלק איז גאר גרויס.

אנגעהויבן האט זיך עס, ווען דער פראגרעסיווער און אויפגעקלערטער הער גוסטב דורה, האט מיט גרויס פייערליכקייט געקוילעט א שווארצע שוויין אין די עהרע פונעם געטשיק אין צענטער פון שטאט... מיטאמאל איז א אלטער מאן מיט א לאנגע צושטרויבעלטער בארד ארויסגעשפרינגען פון צווישן די מאסן, און איז מיט איין אטעם צוגעלאפן צו גוסטב, ארויסגעצויגן זיין אויסגעשלייפטע שווערד פון שיידל און ספאנטאן אראפגעהאקט זיין קאפ - וועלכע האט באלד אראפגעטראסקעט אויפן טראטור מיט א זעץ... א שרעקליכער טומל איז ערשינען אויפן ארט, די אנוועזענדע צושויער זענען געשטאנען אינגאנצן פארגאפט, נישט גלויבנדיג דאס בילד וואס ס'האט זיך אקארשט אפגעשפילט הארט פאר זייער אויגן, זיי האבן זיך געצויגן די בערד זיך צו איבערצייגן צי זיי זענען ווירקליך וואך...

לויט ווי מיר הערן פון אויטענטישע קוועלער איז דער אלטער איד א כהן, פון די אנגעזעענע יהויריב פאמיליע, און זיין נאמען איז מתתיהו! מיר האבן גלייכצייטיג אויך באוויזן פעסטצושטעלן אז זיינע פינף זון, יוחנן הגדי, שמעון התרסי, יהודה המכבי, אלעזר החורני, און יונתן הוופסי, קאנספירירן אין געהיים פלענער - עמטליך פטור צו ווערן פון די העלעניסטן איינמאל פאר אלעמאל. און פון אומבאשטעטיגטע קוועלער הערן מיר אויך, אז ער גרייט זיך צוריק אפצורייניגן דאס בית המקדש אין ירושלים, און צוריק איינשטעלן דאס גאטסדינסט צום אידשן ג-ט אין פינף און צוואנציגסטן טאג פון כסלו. זאגאר מיר קענען דאס נישט באשטעטיגן אויף זיכער, נעמליך, אלס א טייל פונעם גאטסדינסט פעלט זיך אויס ריינע בוימל צו צינדן דעם לייכטער, און ווי ווייט מיר זענען אינפארמירט איז אצינד נישט פארהאן צו באקומען קיין ריינע בוימל, וועלכע איז נישט פאראומווערדיגט געווארן פון די גריכן... און צו מאכן נייע בוימל קען נעמען אכט טאג! אבער ווער ווייסט דען? ניסים קענען אלעמאל פאסירן...

דער קארעספאנדענט פון אונזער רעדאקציע אין מודיעין, האלט א וואכזאמע אויג איבער די ווייטערדיגע אנטוויקלונגען, און ווי נאר מיר וועלן זיך דערוויסן מער אינפארמאציע, וועלן מיר דאס דעקן דא אין די שפאלטענעס פון אונזער צייטונג...

מיט פארשטענדעניש
די פארוואלטונג.[/justify]
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ירושלים – אצינד קומט אריין די ברעכנדע נייעס, אז די פלאן פון דער רעוואלוציענער מתתיהו, האט זיך ווירקליך אויסגעארבייט. עס הערט זיך טאקע אומגלויבליך אבער ס'איז פארט א פאקט. ירושלים איז אין אידישע הענט, אדער ווי מ'זאגט ביי אונז אויף אידיש "הר הבית בידינו..." די פרימע צוריק-געשטאנענע האבן באוויזען דאס אומגלויבליכע... די ברייט-מוסקעלנדע גריכן כאפן אריין גוטע און געזונטע קלעפ אויף אלע פראנטן, זיי זענען שוין מער נישט אומשטאנד צו באשוצן די אידישע העלעניסטן - וועלכע קאררפירן מאסנווייז. די מאסיווע עלעפאנטן און די לאנגע יארן פון קריג-ערפארונג און מילטערישע מושטירונג, זענען נישט בייגעשטאנען דאס קליין הייפעלע אָרטאָדאָקסישע איינגעבויגענע אידעלך מיט די לאנגע נחשון בן עמינדב בערד.
דאס גאטדינסט אינעם בית המקדש האט זיך באנייעט אין איר פילער פראכט, און לויט ווי מיר הערן פון קראנטע קוועלער, האבן די כהנים באוויזן צו לייגן זייער האנט אויף א קריגל ריין אויל. און לויט ווי מיר הערן האט דאס בוימל געקלעקט פאר גאנצע אכט טאג. סייענטיסטן און געניאלע אויספארשער ברעכן זיך די קעפ צו פארשטיין ווי אזוי דאס איז מעגליך, און ביזדערווייל זענען זיי נאכנישט אויפגעקומען מיט קיין זאכליכער באדייט.
די פרימע אָרטאָדאָקסן האבן איבערגענומען דאס פירערשאפט אין לאנד. דער העלדישער קאמאנדיר יהודה המכבי, וועלעכער ס'האט אנגעפירט מיט די שלאכטן מיט גרויס געניטשאפט איז טראגיש געפאלן אין שלאכט. לויט געוויסע צושויער האט דאס פאסירט ווען האט זיך עפעס פארשעפעט מיט א גראנדיעזער אזיאנישער עלעפאנט, און דאס עלעפאנט האט אים צוטרעטן צום טויט! פארט גייען די שלאכטן ווייטער אן מיט א שטארקייט, די פרימע קעמפן מיטן גרעסטן מאס אייפער מיט ציין און נעגל פארן אידישער ג-ט און פאר זיין תורה. דאס תורה-קולטור ווערט צוריק איינגעשטעלט, און די פראגרעסיווע אויפגעקלערטע העלעניסטן נעמען איין מעכטיגע נידערלאגעס אויף אלע פראנטן. לויט אונטערנאציאנאלע אבזערווירער גייען די גאנג פון די שלאכטן אין גינסטן פון די פרימע...

פאלגט נאך מיט שפאנקייט די ווייטערדיגע באריכטן...[/justify]
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

ווי איז די מקור אז יהודה איז גע׳הרג׳עט געווארן דורך אן עלעפאנט? איך ווייס נאר אז אלעזר איז געהרגעט געווארן דורך אן עלעפאנט.
ווי אויך כפי זכרוני איז יהודה געשטארבען נאך די באפרייאונג פון די בית המקדש
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ס'קען געמאלט זיין אז אונזער קארעספאנדענט האט נישט גוט באריכטעט... כ'וועל מיר ווענדן צו די פארוואלטונג קלאר צ שטעלן די פאקטן.

יישר כוח פארן עס ברענגען צום אויפמערקזאמקייט.
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

שוין דעמאלטס געווען פעיק ניוז?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

זיכער נישט!
פיעק ניוס, איז ערפונדונג פון די קאמאניסטן און רוסלאנד - דער פאדווא, האט געהייסן זייער צייטונג.
ביי די היינטיגע קאמוניסטן דא אין די פאראייניגטע שטאטן, הייסט עס סי, ען. ען., וואשינגטאן פאסט... וכו'...
פארשפארט