נ.ב.: איך שרייב דעם נכתב בצידו גלייך אין אנהייב. נישט צום סוף...והנה. ווער ס'האלט אז ס'קען ח"ו שאטן פאר זיין ..."ריינע"... קנאות. זאלל זיך נישט באטייליגן אין די דעבאטע...יא. דיך. און ספעציעל דיך, כבודך ודכוותך האביך (טאקע) געמיינט...!
דער טעראריסט וועם די וועלט האט גערופן אבו-נידאל. זיין ..."אפיציעלער נאמען איז געווען..."סאברי אל-באננא"...! ער איז --לויט די פאפירן-- געבוירן אין איראק. אבער מפי השמועה איז ער עכט געבוירן אין ..."פאלעסטיין"...נאר די ציונים פונ'ם ..."מוסד"... האבן איהם געמאכט די ---"פאלשע אידענטיטעט" "...גענומען פון א געהרג'טן טעראריסט מיט דעם נאמען...! ער איז אויך געווען איינער פון די גרינדערס פון די ..."פאטאך"...טעראריסטישע ארגאניזאציע. שפעטער איז ער געווארן א דם שונא פאר יאסיר אראפאט. זיין וועג פון ארבעטן איז געווען אנדערש ווי אראפאט (ימ"ש). וואו ס'איז (בד"כ) פארגעקומען עפעס א טעראריסטישע שטיק. א באמבארדירונג אדער א מעשה רציחה, האט מען נישט געקענט אנווייזן (דורך עווידענס) אז ער האט געהאט א חלק אין דעם. אבער ער איז אייביג ארויסגעקומען און גענומען..."קרעדיט"...פאר זיך און זיין ארגאניזאציע...!
שמועות זענען ארומגעגאנגען אז ער ארבעט פאר'ן ..."מוסד"...אבער מ'האט נישט געהאט קיין שום ראיות. מיט א צייט שפעטער איז ארויסגעקומען א בריטישער זשורנאליסט א באוואוסטער ..."אוהב ישראל"... און ער האט אויפגעוויזן ---אין זיין בוך-- אז אין די אלע טעראריסטישע שטיק וואס אבו-נידאל זאלל זיך האבן געהאט באטייליגט האבן געדינט די אינטערעסן פון מדינת ישראל...!
מיט א צייט שפעטער האט ער זיך באזעצט אין באגדאד, איראק. איך האב אמאל געזעהן א פיקטשער פון זיין "אפיס". דארט זענען נישט געווען קיין קאמפיוטערס און טעלעפאנען. נאר א ריזיגע מאפע פון גאנץ ארץ ישראל. געפארבט מיט רויטע טינט. און אנגעשריבן...איינעגנומענע פאלעסטינע...! פארשטייצעך אז די בראדקעסט מאשינדלעך מיט וואס ער האטציך פארשטענדיגט מיט די ציונים אין מדינת ישראל האט ער באהאלטן. דאס האט ער נאר ארויסגענומען אום 3 אזייגער פארטאגס...ווען (ער האט געמיינט) אז פרעזידענט סאדאם חוסיין שלאפט שוין. ער האט אויך טאג און נאכט, ביי א יעדע געלעגנהייט געשאלטן די ציונים וועלכע טוען אונטערדריקן אונזערע אומשולדיגע ברידער די פאלעסטינער. (כמעט אזוי ווי אחינו בני ה'נטורא קרתא)...אבער מ'קען דאך סוכ"ס נישט אנגיין א גאנצן טאג מיט האקן אויף די (פארשאלטענע) ציונים, שר"י עפל, ימ"ש...! מ'מוז דאך עפעס טון פאר פרנסה. האט ער זיך גענומען צו אן עקספארט-אימפארט ביזנעס. וואס ער האט עקספארטירט ווייסט דאך א יעדער איינער. אבער אריינגעברענגט קיין איראק האט ער בונדלעך... פון פוילן. מסתמא האבן עס די איראק'ער באלע בוסטעס געדארפט, אריינצולייגן אין טשולנט...! (ומעשה שהיה. א זשורנאליסט פון אמעריקע אדער אייראפע האט איהם אמאל געוואלט אינטערוויו-ען האט ער געזאגט אז ער
האט נישט קיין צייט ווייל ער מוז גיין אפנעמען א שיפמענט פון בונדלעך וואס קומט אן פון פוילן.)
2 טעג פאר אמעריקע איז אריין קיין איראק. ביי די ערשטע איראק'ער מלחמה. וואס דער טאטע דזשארדזש בוש האט אנגעפיהרט. ווען א יעדער האט געוואוסט אז אמעריקע גייט אריינגיין קיין איראק זענען 2 שלוחים פון פרעזידענט סאדאם חוסיין ארויפגעקומען צו איהם אין אפיס. און זיי האבן איהם דערשאסן...! זעהט אויס אז פרעזידענט חוסעין האט זיך דערוואוסט (אדער האט ער אייביג געוואוסט) אז אבו נידאל איז א שפיאן פאר מדינת ישראל. און אפשר אויך פאר אמעריקע. ער איז געווען א פראקטישער מענטש. נישט אזוי ווי זיין קאלעגע, דער פרעזידענט פון סיריע. וואס ער האט געשטעלט דעם מדינת ישראל שפיאן , אלי כהן (ע"ה) צו א משפט. אפילו א..."רב"... איז איהם געקומען באזוכן אין תפיסה. מ'האט איהם באגראבן אין אידישן בית החיים אין דמשק.
יעצט שטעלט זיך די שאלה. איז ער טאקע געווען א מדינת ישראל שפיאן. און ער האט עס גוט געשפיעלט. אדער איז ער געווען א טעראריסט.פשוטו כמשמעו...! ווער ס'ווייסט עפעס איבער דעם סאבדזשעקט ווערט געבעטן זיך אן צו רופן...!
ווער איז געווען דער טעראריסט אבו-נידאל...?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ווער איז געווען דער טעראריסט אבו-נידאל...?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 8 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נפה: ייש"כ. דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער...! אבער צו דעם דארף מען וויסן ווער ס'איז דער הויפט דוגל אין די שיטה. הרב הצדיק (הקדוש והטהור) ישראל מ. סופר. המכונה מנשה פיליף.(אפשר פארקערט). ווען ער האט געוואלט אז זיין יונגל זאלל אויפעסן די גאנצע טשולנט האט ער איהם געזאגט..."דו זאלסט וויסן אז מיט א יעדן בונדל וואס דו עסט, הרג'עסט דו טויזנט ציונים...!
אויך. וויפיהל באלע בוסטעס קענסטו אין באגדאד וועלכע דארפן די באנדליך פאר דעם טשולנט...לאל
אויך. וויפיהל באלע בוסטעס קענסטו אין באגדאד וועלכע דארפן די באנדליך פאר דעם טשולנט...לאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רבותיי: איך מיין אז ס'איז שוין צייט צו מאכן הכנות צו זאגן א-ל מלא רחמים (מיט'ן פולן ניגון) אויף דעם אשכול. ער איז שוין (ל"ע) נישט בין החיים. אדער האלט ער פאר די גסיסה. מ'קען שוין צוזאמרופן א מנין אידן...!
איך בין נאר סתם נייגעריג צו וויסן אוואו די אלע בכבוד'דיגע אידן און לייקערס (יא. ענק האביך טאקע געמיינט.) וועלכע זענען אייביג דא להרע. אבער קאמענטירן נארמאל אויף א נארמאלן און (לכאורה) אינטרעסאנטן אשכול זענען זיי נישט בנמצא...פשוט נייגעריג. (איך האב דעם תירוץ)...!
איך בין נאר סתם נייגעריג צו וויסן אוואו די אלע בכבוד'דיגע אידן און לייקערס (יא. ענק האביך טאקע געמיינט.) וועלכע זענען אייביג דא להרע. אבער קאמענטירן נארמאל אויף א נארמאלן און (לכאורה) אינטרעסאנטן אשכול זענען זיי נישט בנמצא...פשוט נייגעריג. (איך האב דעם תירוץ)...!