ווילדע הרהורים ב.

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

ליידער קומט עס פון א אומריכטיכע אפטייטש פון בטחון (וואס וועיגען דעים פארלירן מענטשן די בטחון, און צימאל די אמונה אויכט).
בטחון איז נישט קיין געצייג צי מאניפאלירן גאט, "אט איך האב בטחון אז איך גיי זיין א עושר, יעצט אייבערשטער ווארף אראפ די הונדרעטערס".
בטחון מיינט אז מען ווייסט אז גאט טיט אלעס מיט א חשבון און דאס אז די האסט נישט קיין געלט איז ווייל די אייבישטער וויל אזוי, נישט ווייל ס'פינקט אזוי געלונגען אז די ביסט א שלימזל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

שלמה המלך האט מתפלל געווען מלכים א קאפיטל ח אז א יוד וועט קומען צום בית המקדש מתפלל זיין און ער וועט תשובה טוען וְנָתַתָּ֤ לָאִישׁ֙ כְּכׇל־דְּרָכָ֔יו אֲשֶׁ֥ר תֵּדַ֖ע אֶת־לְבָב֑וֹ, אבער א גוי וועט קומען שטייט וְעָשִׂ֕יתָ כְּכֹ֛ל אֲשֶׁר־יִקְרָ֥א אֵלֶ֖יךָ הַנׇּכְרִ֑י
זאגט דער מדרש (הובא ברש״י בראשית כז פסוק כח) יִשְׂרָאֵל שֶׁהוּא בַעַל אֱמוּנָה וּמַצְדִּיק עָלָיו אֶת הַדִּין לֹא יִקְרָא עָלֶיךָ תִּגָּר, לְפִיכָךְ וְנָתַתָּ לָאִישׁ בְכָל דְּרָכָיו אֲשֶׁר תֵּדַע אֶת לְבָבוֹ (מלכים א, ח'), אֲבָל נָכְרִי מְחֻסַּר אֲמָנָה, לְפִיכָךְ אָמַר אַתָּה תִּשְׁמַע הַשָּׁמַיִם, וְעָשִׂיתָ כְּכֹל אֲשֶׁר יִקְרָא אֵלֶיךָ הַנָּכְרִי (שם), בֵּין רָאוּי בֵּין שֶׁאֵינוֹ רָאוּי תֵּן לוֹ, כְּדֵי שֶׁלֹּא יִקְרָא עָלֶיךָ תִּגָּר:
איי וואס גיי איך טוען מיט ״אמרתי תודה ונושעתי״ ? גארנישט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קהל'ס נער האט געשריבן:ליידער קומט עס פון א אומריכטיכע אפטייטש פון בטחון (וואס וועיגען דעים פארלירן מענטשן די בטחון, און צימאל די אמונה אויכט).
בטחון איז נישט קיין געצייג צי מאניפאלירן גאט, "אט איך האב בטחון אז איך גיי זיין א עושר, יעצט אייבערשטער ווארף אראפ די הונדרעטערס".
בטחון מיינט אז מען ווייסט אז גאט טיט אלעס מיט א חשבון און דאס אז די האסט נישט קיין געלט איז ווייל די אייבישטער וויל אזוי, נישט ווייל ס'פינקט אזוי געלונגען אז די ביסט א שלימזל.

קהל'ס נער: דו האסט צוגעטראפן (אדער וועיסטו מתחלה) אן אוהחה"ק . (כ'געדענק נישט פונקטליך אין וועלכע פרשה.) ער זאגט די זעלבע. ער איז מסביר באריכות וויאזוי דאס ארבעט. און פארוואס בערל דארף ארבעטן ביי יאסל. און פייביש ביי זרח. און פארוואס דער ארבעטסגעבער/בעה"ב טאר זיך נישט גרויסהאלטן לגבי זיין ארבעטער. כי כך גזרה חכמתו יתברך...!
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

שליחה דורך בונה של טוב »

קהל'ס נער האט געשריבן:ליידער קומט עס פון א אומריכטיכע אפטייטש פון בטחון (וואס וועיגען דעים פארלירן מענטשן די בטחון, און צימאל די אמונה אויכט).
בטחון איז נישט קיין געצייג צי מאניפאלירן גאט, "אט איך האב בטחון אז איך גיי זיין א עושר, יעצט אייבערשטער ווארף אראפ די הונדרעטערס".
בטחון מיינט אז מען ווייסט אז גאט טיט אלעס מיט א חשבון און דאס אז די האסט נישט קיין געלט איז ווייל די אייבישטער וויל אזוי, נישט ווייל ס'פינקט אזוי געלונגען אז די ביסט א שלימזל.

איך וויל נישט חלילה אייך פערזענליך קריטיקירן. איך בין מקדים מיט דעם ווייל קעגן אייך וויל איך אוודאי נישט רעדן, נאר קעגן אייער ענטפער.
ס׳ווערט דערציילט אז דער הייליגער ראפשיצער האט געזאגט ווען איך וועל ארויפקומען אויף יענע וועלט און וועל זעהן א פרומע נאַר און ס׳באגלייטן אים 13 וועגענער פון גן עדן - וועל איך אים נאכלויפן און נאכשרייען: א נאַר בלייבט א נאַר און איך בין דיר גארנישט מקנא.
נאכאמאל, איך גלייב אז איר זענט מן הסתם א גוטער מענטש און איר האט פשוט נאכגעזאגט וואס מ׳האט אין אייך איינגעבאקן יארן לאנג אין חדר און ישיבה ווי א טעיפ רעקארדער.
דאס איז אבער א היינטיגע טפשות וואס מ׳מיינט אז אמונה מיינט מ׳חזרט זיך איין די זעלבע פזמון הונדערט מאל און אזוי ווערט מען א מאמין.
דא האנדלט זיך פון א איד וואס האט טועם געווען שבעה מדורי גיהנים און דיין נוסח פון אמונה קלעקט נישט מער - ס׳האט עקספּייערט. דו קענסט זיך חזר׳ן די זעלבע זאך טויזנט מאל אבער קום מיר זאגן נאכדעם וואס דו האסט פארלוירן א נאנטן באליבטן מענטש וואס איז אויסגעגאנגען ווי א ליכט מיט ביטערע יסורים און דעמאלס לאז מיר וויסן צו דעי נוסח פון אמונה טוט דיר עפעס אויף....
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

די גמרא זאגט קלאר (תענית ט.) אז ביי מעשר קען מען עס יא טוהן.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ליב צו וויסן האט געשריבן:

דארט רעדט מען פֿון צדקה, און נישט סתם א געדאנק פון בטחון, און אויך נאר ביי מעשר, וואס דאס איז א סגולה מיוחדת דוקא, נישט קיין השקפה מהלך אין בטחון.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

וואלווי האט געשריבן:

דער אשכול עפענער האט געשריבן דאס פאלגענדע:

"און ווען איך האב בעל כרחך אנגעהויבן ביזנעס, און צוגעזאגט ערנסט צו געבן מעשר, נישט מיט קיין מעשה'לעך און היתרים ווי די אנדערע, און עס האט געהאלפן א קדחת. און דאס איז שוין געוועהן דער ובחנוני, אלע תירוצים האבן נישט געהאלפן, איך האב אכטונג געגעבן אויף אלע חוט השערות, אפילו געשושקעט ביים דאווענען אויף די וואס מאכן מיר קאליע די פרנסה. און איעקה? ווי ביסטו?"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליעב צו וויסן: איך ווייס נישט. איך האב געהאט א פארקערטע עקספיריענס. זייט איך געב (ב"ה) מעשר. אויסער דעם גוטן פיעלינג וואס איך האב. בשעת הפרשה און בשעת נתינה, שפיר איך ווי דער אייבישטער העלפט מיר אויף א יעדן טריט. זיכער. דו וועקסט דיך נישט אויף און דער אייבישטער האט דיר אראפגעווארפן א זעקל מיט א מיליאן (אדער צוויי) דאללער. ווייל דו האסט נעכטן געגעבן מעשר. אבער דאס ווערט געטון אויף א בהדרגה'דיגן אופן. און פלוצלינג באמערקסט דו אז דו האסט (אויסערגעוויינליכע) הצלחה אין דיינע געשעפטן...! זיכער. מיינט נישט ביטחון (אזוי ווי דזשיגאן האט געזאגט) אז מ'קען אריבערגיין א ביזי גאס אדער הייוועי מיט פארמאכטע אויגן. זאגנדיג איך האב ביטחון אז איך וועלל נישט געשעדיגט ווערן...! אויף דעם איז דא א ווערטל..."בטח בה', ועשה טוב"... דו זאלסט האבן ביטחון אין אייבישטן. אבער דו זאלסט נאכאלץ טון וואס איז גוט און ריכטיג...!
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

ליב צו וויסן האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:ליידער קומט עס פון א אומריכטיכע אפטייטש פון בטחון (וואס וועיגען דעים פארלירן מענטשן די בטחון, און צימאל די אמונה אויכט).
בטחון איז נישט קיין געצייג צי מאניפאלירן גאט, "אט איך האב בטחון אז איך גיי זיין א עושר, יעצט אייבערשטער ווארף אראפ די הונדרעטערס".
בטחון מיינט אז מען ווייסט אז גאט טיט אלעס מיט א חשבון און דאס אז די האסט נישט קיין געלט איז ווייל די אייבישטער וויל אזוי, נישט ווייל ס'פינקט אזוי געלונגען אז די ביסט א שלימזל.

די גמרא זאגט קלאר (תענית ט.) אז ביי מעשר קען מען עס יא טוהן.

די פתחי תשובה ברענגט גראדע א יעב״ץ אז נאר ביי מעשר פון תבואה מעג מען, אבער עס איז נישט אנגענומען אזוי
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ליב צו וויסן האט געשריבן:דער אשכול עפענער האט געשריבן דאס פאלגענדע:

"און ווען איך האב בעל כרחך אנגעהויבן ביזנעס, און צוגעזאגט ערנסט צו געבן מעשר, נישט מיט קיין מעשה'לעך און היתרים ווי די אנדערע, און עס האט געהאלפן א קדחת. און דאס איז שוין געוועהן דער ובחנוני, אלע תירוצים האבן נישט געהאלפן, איך האב אכטונג געגעבן אויף אלע חוט השערות, אפילו געשושקעט ביים דאווענען אויף די וואס מאכן מיר קאליע די פרנסה. און איעקה? ווי ביסטו?"

ברענגסט שיין נאך די ווערטער פון פותח האשכול, אבער מ'מעג זעהן פאר און נאך צו ארויסהאבן די געדאנק פון שרייבער, דהיינו מתחילה זיין בטחון, ביז צום סוף די גרויסע
פארוואס.

אנגעהויבן פון ישיבה מיט א שטארקע בחור'ישע אמונה, און וועגען דעם געגלייבט אין כולל טשעק און לאטאריס, געזוכט נאך א חכמה דורך צוזאגן בחנוני (בחונוני, דרך אגב, איז נישט קיין צוזאג נאר א צדקה, מ'דארף עס טוהן בפועל, און אונטערנעמען איז נישט גענוג...) און פרובירן אגאנץ זעקל מיט סגולות, וואס ענדיגען זיך מיט א לעט דאון, איז א געפערליכע מיט מאכעניש און מ'זאל אפגעהיטן ווערען.

אבער בטחון איז נישט דעספערעישאן. בטחון איז השלך עלַ השם צוזאמען מיט מענטשליכע השתדלות. אויב כולל געלט איז א וואקלדיגע אינקאם איז נישט שייך צו זאגן אז ער האט בטחון פאר א נס, אויב ער איז נישט גרייט אנצונעמען די רצון השם בדרך הטבע אז כוללים זענען אייביג אונטערשטעליג. כ"ש ביי לאטערי. אז ער איז מתפלל צום גרויסן פותח את ידיך צו געווינען מער ווי די אדדס אין א לאטערי זענען, דארף ער זיין גרייט פאר'ן גרויסע פותח את ידיך'ס רצון אז ער פארלירן לויט די אדדס.

בטחון מיינט מען פארלאזט זיך אויפן באשעפער אז מ'גייט נישט פאלען. פארלאזען זיך אויפן באשעפער מיינט אן בודק זיין און חושש זיין יתר מן המידה. סוף כל סוף, למעשה העלפט בטחון צו קענען האלטן די קאפ אויפ'ן פלאץ, און אז מ'האט די קאפ אויפ'ן פלאץ ניצט מען די טבע'דיגע השתדלות צו מצליח זיין, בעיקר ווייל מ'האט ביטחון, אזוי ווי מ'איז רוהיג מיט א אינשורענס פאליסי (כביכול...), אן דעספערעישאן.

לכאורה, דאס וואס [tag]קהל'ס נער[/tag] האט געשריבן באציעט זיך צו די גאנצע געדאנק פון "פארוואס?" דהיינו די דעספערעישאן, נישט דוקא אויף צוזאגן מעשר געלט.

נ.ב. בשום אופן שבעולם בין איך דא צו מזלזל זיין אין יענעם'ס צער און מיט מאכענישן. איך קען עם נישט פארשטיין, און אפילו אז יא, קומט עם אסאך קרעדיט פאר אייביג זיין איינער וואס טוט און באגראבט זיך נישט די קאפ אין זאמד, און דאס אליינס אז ער עפענט אן אשכול ווייזט אסאך. אזוי אויך, קום איך נישט דא זאגן דעות פאר א צווייטען, איך שרייב נאר די געדאנק אז אויסקלארן די בטחון אויף א מער ריכטיגע וועג לאחר הצרה, וועט נאך גיין צירוק ציוועגס און געבען א רוהיגקייט בנוגע וואס איז פארגאנגען. דאס איז די געדאנק פון די הערה אז מ'זאל מעיין זיין אין בטחון. דער שרייבער האט א פיינע זעקל מוטשענישן און ס'קען זיין אן אמת'ע העלפ ארויף צו ברענגען ריכטיגע געדאנק פון בטחון, וואס בעסיקלי מיינט רוהיגקייט אין הרחבת הדעת.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

בונה של טוב האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:ליידער קומט עס פון א אומריכטיכע אפטייטש פון בטחון (וואס וועיגען דעים פארלירן מענטשן די בטחון, און צימאל די אמונה אויכט).
בטחון איז נישט קיין געצייג צי מאניפאלירן גאט, "אט איך האב בטחון אז איך גיי זיין א עושר, יעצט אייבערשטער ווארף אראפ די הונדרעטערס".
בטחון מיינט אז מען ווייסט אז גאט טיט אלעס מיט א חשבון און דאס אז די האסט נישט קיין געלט איז ווייל די אייבישטער וויל אזוי, נישט ווייל ס'פינקט אזוי געלונגען אז די ביסט א שלימזל.

איך וויל נישט חלילה אייך פערזענליך קריטיקירן. איך בין מקדים מיט דעם ווייל קעגן אייך וויל איך אוודאי נישט רעדן, נאר קעגן אייער ענטפער.
ס׳ווערט דערציילט אז דער הייליגער ראפשיצער האט געזאגט ווען איך וועל ארויפקומען אויף יענע וועלט און וועל זעהן א פרומע נאַר און ס׳באגלייטן אים 13 וועגענער פון גן עדן - וועל איך אים נאכלויפן און נאכשרייען: א נאַר בלייבט א נאַר און איך בין דיר גארנישט מקנא.
נאכאמאל, איך גלייב אז איר זענט מן הסתם א גוטער מענטש און איר האט פשוט נאכגעזאגט וואס מ׳האט אין אייך איינגעבאקן יארן לאנג אין חדר און ישיבה ווי א טעיפ רעקארדער.
דאס איז אבער א היינטיגע טפשות וואס מ׳מיינט אז אמונה מיינט מ׳חזרט זיך איין די זעלבע פזמון הונדערט מאל און אזוי ווערט מען א מאמין.
דא האנדלט זיך פון א איד וואס האט טועם געווען שבעה מדורי גיהנים און דיין נוסח פון אמונה קלעקט נישט מער - ס׳האט עקספּייערט. דו קענסט זיך חזר׳ן די זעלבע זאך טויזנט מאל אבער קום מיר זאגן נאכדעם וואס דו האסט פארלוירן א נאנטן באליבטן מענטש וואס איז אויסגעגאנגען ווי א ליכט מיט ביטערע יסורים און דעמאלס לאז מיר וויסן צו דעי נוסח פון אמונה טוט דיר עפעס אויף....

איך פילל זייער סאררי פאר יענעמס מיטמאכענישן, אבער פשט פון בטחון ווענד זיך נישט צי ס'גייט איינעם גיט אין לעיבן צי נישט.

מיך האט מען איינגערעדט אין חדר אז בטחון מיינט "גלייב אז ס'גייט זיין גיט" און טאקע פאר ענליכע סיבות פון די פותח האשכול האב איך אנגעהויבן צי פארשן פשט ביז כ'בין אנגעקימען אז ס'מיינט "גלייב אז דאס איז וואס די אייבישטער וויל נישט קיין חילוק צי ס'איז גיט".
איך געדעינק נישט די מקורות אבער דאכט זיך אז ס'איז א רמב"ן.

לגבי די ראפשיצער: איך בין נישט קיין פארפרימטער (ווייט פון דעים), אפילו כ'בין קהל'ס נער בין איך ווייט פון א נער (איי יהללוך זר? בשעת שמד שאני), כ'האף אז ס'ווארט מיר אפ 13 וועיגענער גן-עדן, און ווען די ראפשיצער וועט שרייען אויף מיך "נער בלייבט נער איך בין דיר נישט מקנא" וועל איך עים ענטפערען כ'האב נישט געכאפט די דזשאוק.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

מחלוקת הראשונים וואס ביטחון איז.
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

מצפצף האט געשריבן:מחלוקת הראשונים וואס ביטחון איז.

דא איז א מחלוקת אחרונים וועלעכע'ס ארבעט גוט למעשה...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

הרב @וואלווי און @קהל'ס נער..

ס'איז מיר נישט קלאר וועלכע Version אין אמונה און בטחון ס'איז יעצט פאפולאר אין ברסלב, בידערמאן אדער ר' צבי מאיר.. :lol:

וואס איז מיר יא קלאר, איז אז אונז אלע וואקסן אויף אז ס'איז פאראן אזעלכע זאכן ווי א:
-ובחנוני
-ריבניצער ציון
-שאצער ציון פרייטאג מיטאג "מיט אן הבטחה"
-ר' שייעלע'ס רב להושיע
-40 טעג שיר השירים
ועוד ועוד ועוד...

קומט דער פותח האשכול און וויינט זיך אויס ווי שטארק ער האט זיך איינגערעדט און געבויעט אויף דעם..
קומט עטס און זאגטס אז נאהההה.... דער פותח האט פשוט באקומען די נישט ריכטיגע חינוך, און בטחון מיינט עפעס אנדערש אינגאנצן....
השתא דאתית להכא אז אונז היימישע אידן גיבן פשוט א פאלשע חינוך.. נו, וואס זאל אים מאכן טראכטן אז די חינוך "אז די חובת הלבבות איז געווען עפעס א מאן דאמר, און ער האט די ריכטיגע טייטש אין בטחון" איז יא ריכטיג?
אז די חינוך פון די יג' עקרים איז שטאנדהאפטיג?
אז די חינוך פון "והבדילנו מן התועים" איז אמת?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליעב צו וויסן: דער חובת הלבבות שער הביטחון איז די ריכטיגע אדרעס צו לערנען ביטחון. אבער מ'דארף עס ריכטיג אפלערנען. פון דארט איז נישט משמע אז א מענטש זאלל ארויסגיין אויף די גאס און זאגן..."ווייל איך בין א בעל ביטחון. ווילל איך אז די אייבישטער זאלל מיר אראפווארפן א זעגקל מיט א מיליאן דאללער (אדער צוויי). זיכער קען דער אייבישטער דאס טון. אבער דער אייבישטער איז נישט משנה די דרכי הטבע. ער זאגט (יא. כ'האב אליין געהערט) גיי ארויס און ארבעט. טוה השתדלות. וועסטו זעהן הצלחה...!
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

דאס טון. אבער דער אייבישטער איז נישט משנה די דרכי הטבע

ווי זאגט דאס דער חובת הלבבות?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

berlbalaguleh האט געשריבן:ליעב צו וויסן: דער חובת הלבבות שער הביטחון איז די ריכטיגע אדרעס צו לערנען ביטחון. אבער מ'דארף עס ריכטיג אפלערנען. פון דארט איז נישט משמע אז א מענטש זאלל ארויסגיין אויף די גאס און זאגן..."ווייל איך בין א בעל ביטחון. ווילל איך אז די אייבישטער זאלל מיר אראפווארפן א זעגקל מיט א מיליאן דאללער (אדער צוויי). זיכער קען דער אייבישטער דאס טון. אבער דער אייבישטער איז נישט משנה די דרכי הטבע. ער זאגט (יא. כ'האב אליין געהערט) גיי ארויס און ארבעט. טוה השתדלות. וועסטו זעהן הצלחה...!

ערעב בערל, כ'הער...
פארשפארט