מילתא דבדיחותא
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קןדם: דער ענטפער...בן גוריונ'ס קאזין...! ס'העלפט נישט אז מ'איז א יעקע, א תמימות'דיגער אדער א דרייקאפ...!
רבותיי, עטץ זעהטץ פארוואס אונזערע הייליגע רבנים האבן געאסר'ט די (טמא'נע) אינטערנעט. אמאל אז א רב האט געזאגט עפעס האט מען איהם נישט געקענט אפווענדן. היינט אז ס'איז (ב"ה) דא אינטערנעט. ספעציעל גוגל קענמען נישט איינרעדן קיין הוריות ובוריות (אזוי ווי מיין שוויגער, ע"ה פלעגט צו זאגן...!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
א איד איז אמאל ארומגעפארן אין אלע שטעט פון פוילן און גאליציע מיט א כתב המלצה פון דעם נודע ביהודה. ער האט געשארט גאלד. אין א יעדע שטאט וואו ער איז געקומען האט מען איהם געגעבן א סאך כבוד און געלט. אין דעם כתב המלצה איז געשטאנען "אילו היה בימי אלישע לא היה פוסק השמן בזכותו"...! נישט מער און נישט ווייניגער.
ביז ער איז אמאל אנגעקומען אין א שטאט וואו דער רב האט געוואלט שמועסן מיט איהם אין לערנען האט ער אבער איינגעזעהן אז ער איז א געשוואלענער עיי"ן ה"א. האט ער זיך געוואונדערט אז דער נודע ביהודה זאל געבן אזא כתב פאר אן עם הארץ און פראסטן יונג. ביז ער האט געכאפט דעם פשט. ביי אלישע הנביא וואו ער איז געקומען צו די פרוי די שונמית און זי האט נישט געהאט קיין געלט צו באצאלן פאר איהר דירה. זי האט מורא געהאט אז דער בעה"ב וועט איר ארויסווארפן, האט זי געוויינט פאר דעם נביא, האט ער געפרעגט ביי איהר וואס זי האט אין הויז, האט זי געטראפן נאר א ביסל אויל (לכבוד חנוכה). האט אלישע הנביא געזאגט אז זי זאל ברענגען א ליידיגע טאפ, און ער האט געגאסן און געגאסן פון די אויל אן אויפהער. זי האט אויך געבארגט כלים פון שכנים, און די אויל איז אריינגעפלאסן דארט. האט אלישע געפרעגט ביי איהר אויב זי האט נאך א כלי, האט זי געזאגט אז ניין, האט זיך אויפגעהערט די אויל צו גיסן...
דאס, זאגט דער קלוגער רב, האט דער נודע ביהודה געמיינט... אז אויב דער מענטש, דער ליידיגער כלי וואלט דארט געווען וואלט די אויל נישט אויפגעהערט צו גיסן...!
ביז ער איז אמאל אנגעקומען אין א שטאט וואו דער רב האט געוואלט שמועסן מיט איהם אין לערנען האט ער אבער איינגעזעהן אז ער איז א געשוואלענער עיי"ן ה"א. האט ער זיך געוואונדערט אז דער נודע ביהודה זאל געבן אזא כתב פאר אן עם הארץ און פראסטן יונג. ביז ער האט געכאפט דעם פשט. ביי אלישע הנביא וואו ער איז געקומען צו די פרוי די שונמית און זי האט נישט געהאט קיין געלט צו באצאלן פאר איהר דירה. זי האט מורא געהאט אז דער בעה"ב וועט איר ארויסווארפן, האט זי געוויינט פאר דעם נביא, האט ער געפרעגט ביי איהר וואס זי האט אין הויז, האט זי געטראפן נאר א ביסל אויל (לכבוד חנוכה). האט אלישע הנביא געזאגט אז זי זאל ברענגען א ליידיגע טאפ, און ער האט געגאסן און געגאסן פון די אויל אן אויפהער. זי האט אויך געבארגט כלים פון שכנים, און די אויל איז אריינגעפלאסן דארט. האט אלישע געפרעגט ביי איהר אויב זי האט נאך א כלי, האט זי געזאגט אז ניין, האט זיך אויפגעהערט די אויל צו גיסן...
דאס, זאגט דער קלוגער רב, האט דער נודע ביהודה געמיינט... אז אויב דער מענטש, דער ליידיגער כלי וואלט דארט געווען וואלט די אויל נישט אויפגעהערט צו גיסן...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך מיין אז איך האב שוין אמאל פארציילט די (זיסע) מעשה'לע:...ס'קומט אריין אין א באנק א יונגע רבי און רביצין, נאך אין זייער שבע ברכות. זיי וויללן אויפמאכן אן אקאונט. די באאמטערין פון די באנק פרעגט ביי די יונגע רביצין איהר נאמען. זאגט זי...טוו*רסקי...! פרעגט זי ?,די מיידל נאמען. די ענטפער: טוו*רסקי. פרעגט די באאמטערין...די מאמע'ס נאמען..."טוו*רסקי...! די מאמע'ס מיידל נאמען?..טוו*רסקי...! זאגט די פרוי פון די באנק ..."דו ווייסט (אפשר) נישט וואס איז א ..."מעידען נעים"...זאגט די רביצין..."דו" ווייסט נישט וואס א טוו*רסקי איז...!
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:איך מיין אז איך האב שוין אמאל פארציילט די (זיסע) מעשה'לע:...ס'קומט אריין אין א באנק א יונגע רבי און רביצין, נאך אין זייער שבע ברכות. זיי וויללן אויפמאכן אן אקאונט. די באאמטערין פון די באנק פרעגט ביי די יונגע רביצין איהר נאמען. זאגט זי...טוו*רסקי...! פרעגט זי ?,די מיידל נאמען. די ענטפער: טוו*רסקי. פרעגט די באאמטערין...די מאמע'ס נאמען..."טוו*רסקי...! די מאמע'ס מיידל נאמען?..טוו*רסקי...! זאגט די פרוי פון די באנק ..."דו ווייסט (אפשר) נישט וואס איז א ..."מעידען נעים"...זאגט די רביצין..."דו" ווייסט נישט וואס א טוו*רסקי איז...!
מער שטערנס ווי אין נועם אלימלך...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 366
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
- האט שוין געלייקט: 809 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:איך מיין אז איך האב שוין אמאל פארציילט די (זיסע) מעשה'לע:...ס'קומט אריין אין א באנק א יונגע רבי און רביצין, נאך אין זייער שבע ברכות. זיי וויללן אויפמאכן אן אקאונט. די באאמטערין פון די באנק פרעגט ביי די יונגע רביצין איהר נאמען. זאגט זי...טוו*רסקי...! פרעגט זי ?,די מיידל נאמען. די ענטפער: טוו*רסקי. פרעגט די באאמטערין...די מאמע'ס נאמען..."טוו*רסקי...! די מאמע'ס מיידל נאמען?..טוו*רסקי...! זאגט די פרוי פון די באנק ..."דו ווייסט (אפשר) נישט וואס איז א ..."מעידען נעים"...זאגט די רביצין..."דו" ווייסט נישט וואס א טוו*רסקי איז...!
אויף דעם זאגט מען: איינמאל האט א מלמד געוואלט מסביר זיין פאר א קינד וואס עס מיינט א ממזר פרעגט ער דאס קינד אויב דיין ברידער האט חתונה מיט דיין שוועסטער און זיי געבוירען א קינד וואס איז דער קינד, ענטפערט דער אינגעל 6 מאל אן אייניקעל פונעם צמח 8 מאל פון דער אהבת שלום און 11 מאל א טשערנאבלער אייניקעל, זאגט אים דער מלמד אט דאס איז א ממזר
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: מילתא דבדיחותא
נפה האט געשריבן: און 11 מאל א טשערנאבלער אייניקעל,
11 איז נישט מעגליך.. טויש עס צו אן איווען נומער
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נפה האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:איך מיין אז איך האב שוין אמאל פארציילט די (זיסע) מעשה'לע:...ס'קומט אריין אין א באנק א יונגע רבי און רביצין, נאך אין זייער שבע ברכות. זיי וויללן אויפמאכן אן אקאונט. די באאמטערין פון די באנק פרעגט ביי די יונגע רביצין איהר נאמען. זאגט זי...טוו*רסקי...! פרעגט זי ?,די מיידל נאמען. די ענטפער: טוו*רסקי. פרעגט די באאמטערין...די מאמע'ס נאמען..."טוו*רסקי...! די מאמע'ס מיידל נאמען?..טוו*רסקי...! זאגט די פרוי פון די באנק ..."דו ווייסט (אפשר) נישט וואס איז א ..."מעידען נעים"...זאגט די רביצין..."דו" ווייסט נישט וואס א טוו*רסקי איז...!
אויף דעם זאגט מען: איינמאל האט א מלמד געוואלט מסביר זיין פאר א קינד וואס עס מיינט א ממזר פרעגט ער דאס קינד אויב דיין ברידער האט חתונה מיט דיין שוועסטער און זיי געבוירען א קינד וואס איז דער קינד, ענטפערט דער אינגעל 6 מאל אן אייניקעל פונעם צמח 8 מאל פון דער אהבת שלום און 11 מאל א טשערנאבלער אייניקעל, זאגט אים דער מלמד אט דאס איז א ממזר
ואני (הקטן) אומר..."בהמות"...!
דו ווייסט אויך וואס דער באקאנטער (רב) בעל המימרא האט געזאגט וועגן איינעם פון די משפחה הידועה. (בני באבע יוטל)...אז דער זון איז געווען פונקטליך אזא מחוצף און שפרינגער פונקטליך ווי זיין טאטע..."מדחציף כולי האי,שמע מינה "לאו" ממזירא הוא !
פאר ווער ס'וועיסט נישט. דאס טוט פאראפראזירן די באוואוסטע מאמר הגמ' אויף איינעם וואס איז געווען א גרויסער מחוצף...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
געווען אמאל א איד זייער א פרומער. ער האט אייביג געהאלטן דעם זמן מוצאי שבת 2 שעה נאך צאת הכוכבים. אמאל, ווען מ'האט אינסטאלירט נייע ביהכ"ס אין זיין הויז. האט ער זיי צוערשט גענומען אין מקווה און גע'טובל'ט. איין טאג. ווען ער איז געווען ביים דאקטאר זאגט דער דאקטער צו איהם, אז צוליעב זיין געזונט וועט ער מוזן עסן חזיר. נו, אז דער דאקטער הייסט מוז מען פאלגן...! אבער, זייענדיג א פרומער האט ער זיך געזארגט וויאזוי מ'שעכט דעם חזיר. איז ער געגאנגען פרעגן דעם רב. האט איהם דער רב געענטפערט..."אז מ'עסט חזיר דארף מען נישט שעכטן"...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
עס איז מוצש''ק, און דער הייליגער צדיק רבי הערשלע פון קרעשניף זי''ע, האט נארוואס אפגעראכטן א ליכטיגער שבת - מיטן גאנצן קרעשניפער קנאק ווי ס'איז געווען זיין שטייגער. אצינד זיצט דער הייליגער צדיק פארשפארט אינעם הכנות קאסטן, און פראבירט מיט אלע זיינע קרעפטן ארויסצושטויסן כאטש א טייל פון די ווארע וואס ס'האט אים אזוי שוידערליך געדרוקט... ס'הערט זיך א רעש און א געפילדער... דער צדיק פייפט, און קרעכצט, שרייט און שטופט מיט די לעצטע קרעפטן, און האפט אויף א דערלייכטערונג.
דער משמש בקודש שטייט אינדרויסן אין גאנצן פארגאפט, און האלט מיט מיט גרויס דבקות די געוואלדיגע עבודה פונעם צדיק...
מיטאמאל הערט ער ווי דער רבי הייבט אן שרייען מיט באנומענע קולות... שגץ ארויס! שגץ ארויס! שגץ ארויס!
דער גבאי האט נישט געוויסט וואס דאס באדייט... קאשמארן האבן אים אנגעהויבן ארינצודרונגן אין מוח, אז פילייכט האט זיך עפעס א בני יואל אריינגעשמוגלט דארט אינעם פארדעמפטן קאסטן... נאך א וויילע איז דער רבי ארויסגעקומען אינגאנצן פארשוויצט און פארגלייזט... ער וואשט זיך די הענד און מאכט אן אשר יצר... דער גבאי פרעגט אים מיט וואונדער, ווער איז דער שגץ וואס איז אזוי באפאלן דעם רבי'ן דארט איינערווייניג אינעם קאסטן?
דער רבי מאכט מיט אזוי די הענט און הייבט אן זיינע הייליגע רייד:
איר ווייסט דאך א מיר פירן זיך צו עסן יעדע שבת אינדערפרי, פיר קוגלען - עפל, מעל, לאקשן, און קארטאפל. עטץ ווייסט פארוואס? ווייל דאס איז די ר''ת פון עמלק. די חסידים שטייען פארגאפט... און דער רבי זעצט פאר זיינע וואודערליכע רייד. יעדער מוצאי שבת ביי הכנות דערקוטשעט מיר דער עמלק אויפן ארגסטן פארנעם, אזש ס'איז נישט אויסצוהאלטטן... דערפאר האבן איך אזוי פארפירט אז דער שגץ (עמלק) זאל ארויס גיין...
די חסידים זענען איבעראשט געווארן געווארן פונעם רבינ'ס הייליגער ווערטער.
ויהי לפלא.