הרג'עט נישט ר' מיילעך בידערמאן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נפה האט געשריבן:איך האב א שכן וואס האט אריינגענומען א קינד פון מאנטריאל וואס האט געדארפט הילף און דארט איז שווער מיט פראגראמס, דער קינד איז אינדערהיים געווען צולאזט און ווילד אז זיינע עלטערען האבן מער נישט געקענט אויסהאלטען ער האט יעדען טאג גענומען מעדעצין אבער עס האט נישט געוויזן קיין מופתים. די טאג וואס ער איז אנגעקומען צו מיין שכן האט דער גאנצע בנין געהערט זיינע קולות, היינט איז ער א וואויל איידעל קינד, האט איך געפרעגט מיין שכן ווי אזוי ער האט באוויזען די מופת זאגט ער מיר אז דער קינד׳ס מאמע איז חתונה געהאט א צוויייטע מאל און עס איז נישט אזוי רואיג דארט און ער האט נישט קיין געהעריגע טאטע אים צו מחנך זיין, ווען ער איז געקומען צו אים האט ער אים געגעבן די ליבשאפט און שטרענגקייט וואס מען דארף צו געבן און עס איז געשען א נס

נפה: ד ביסט גערעכט. אבער אונז ווייסן (כמעט) קיינמאל נישט דעם ..."מיקס"...וויפיהל ס'איז אינ'ם נפש פון קינד. און וויפיהל ס'איז ענווייראנמענטאל. און ווען די נפשיות'דיגע פראבלעמען פארלאנגען מעדיצין, דאמאלס העלפט נישט ליעבשאפט אליין. סיי ווי שטארק ס'זאלל נישט זיין. לאידך גיסא. (אזוי ווי איך האב געטון מיט דעם קינד וואס האט געהאט די פראבלעם און גענימען מעדיצין). איך בין געווען ..."שטרענג"... צו איהם. און נישט געלאזט ער זאלל ארומטאנצן און איבערקערן דעם באס. לכה"פ, האביך פארלאנגט (מיט די הילף פונ'ם באס רבי) אז ער זאלל פארבלייבן אין זיין סיעט. און נישט ארומלויפן איבער דעם גאנצן באס.
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

@רבינו הקדוש זאגט הייליגע ווערטער.

ווי איך פארשטיי רעדסטו ספעציפיש פון פילן פאר הייפעראקטיווע קינדער, נישט פילן אין אלגעמיין.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

נפה האט געשריבן:גערעכט אבער איך וויל ארויסברענגען אז נישט אייביג איז די פראבלעם עפעס וואס מעדעצין קען העלפען, ועוד דער פראפעשענעל ווייסט נישט וואס עס טוט זיך ביי דעם קינד אין שטוב ואין לו אלא מה שעיניו רואות.

וועגן אין סומכין על הנס האב איך פארגעסן צוצולייגן אז זיי האבן געגעבן חי מאל חי מאות קופת העיר און תהילים כולל וואס דעמאלט מעג מען


א פראפעשינעל וואס פסק'נט אן וויסען וואס טוט זיך ביי יענעם, איז נישט קיין פראפעשינעל. דא רעדט מען פון איינער וואס גייט יא לויט די guidelines. און פארשטייט זיך אז אויב ס'איז נישט עפעס וואס מעדיצין קען העלפן איז דאס נישט ADHD. מ'רעדט פון א ריכטיגע דיאגנאסיס דורך א פראפעשינעל וואס בדרך כלל ארבעט יא. ווי פול מ'זאל קריטיקירן די פראפעשינאלס החלטה, געדענק ווי פול ערגער דאס איז אויב א קינד איז ארויס פון די נארמאלע סאציאלע התנהגות וואס דעמאלט קלאפט עס געפערליך אויס אויפן קינד און לאזט א שאדן כל ימי חייו, ל"ע.

32400 איז א שיינע נתינה, די זכות וועט זיי אודאי ביישטיין...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

אבוטלמוס האט אמאל געשריבן איבער דער טעמע דברים קילורין לעיניים.

viewtopic.php?f=53&t=13455
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:@רבינו הקדוש זאגט הייליגע ווערטער.

ווי איך פארשטיי רעדסטו ספעציפיש פון פילן פאר הייפעראקטיווע קינדער, נישט פילן אין אלגעמיין.

כ׳רעד פון אלע קינדער וואס שפילן נישט מיט מיט׳ן סיסטעם.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

פאליטיקאנט האט געשריבן:
דו רעדסט פון נעמען פראפעסיאנאלע הילף, די ארטיקל רעדט פון געבן פילס און די וועלט אריין, בפרט ווען עס איז נאר צו "בארואיגן א צולאזט קינד", אנדעם וואס יענער זאל דארפן נפשיות'דיגע הילף.


ווי אזוי פונקטלעך קען מען "געבן פילס אין די וועלט אריין" אן נעמען א פריסקריבשאן, וואס דאס מיינט אן educated decision דורך א פראפעשינעל.

חוץ אז עפעס א טוער שלעפט ארויס א פריסקריבשאן פון א pediatrician וואס קען נישט קיין עכטע פסיכיאלאגיע, וואס דאס מאכט זיך אסאך ליידער, אבער דאס איז שוין ווייטער נישט פראפעשינעל opinion.

אז מ'האט מורא פון די "פילען טייילערס" זאל מען נישט בלעימען ַַדי גוטע דאקטוירים. ליידער "א גרויסע חלק" פון טוער'ס און היימישע (unlicensed...) טאראפיסטן וועלען "טיילען פילן" אן קיין דאקטוירים אויב זיי האבן געקענט לייגען א האנט דערויף אויף עפעס אן אופן. נאכמער נפוץ ביי אונז אין די unprofessional וועלט איז קליענט קאנפידענטיאליטי, ווי ס'איז זייער נפוץ אז טאראפיסטן וועלען דערציילן, פאר וויכטיגע סיבות, פאר אנדערע אן פרעגען די פאציענט, א זאך וואס אן עון בל יכופר אין די פראפעשינעל וועלט.

אז די זיכסט "פילען טייילערס", אז ליידער דא ביי אונז גענוג אין נאך, אבער ווער הייסט גיין קרום ווען מ'קען גיין גראד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

איך נעם ADHD פילען. ס'איז דא צייטען וואס איך דארף עס ממש ווי וואסער צו טרינקען.

טאקע פרייטאג טראכט איך צוויי מאל פארדעם ווייל ס'קען טאקע אוועק נעמן די טעם פון א שבת. אבער צו זאגען אז א קינד וואס איז הייפער אקטיוו דארף נאר אטענטשען איז אבסורד.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

נפה האט געשריבן:רוב מאל איז נישט דער לעזונג אמאליגע שטרענגע מיטלען נאר היינטיגע ווייכע מיטלען
מיין שוועגערין פירט די חינוך מיוחד דעפארטמענט אין א היימישע סקול דערציילט זי איבער א מיידל וואס גארנישט האט נישט געהאלפען אפי׳ די טערעפיסט האט אויפגעגעבן ביז זיי האבן אויסגעפונען דורך א שמועס מיט איר אז זי קומט פון א מורא׳דיגער אביוזיוו שטיב פאר יעדע קלייניקייט שפארט איר די מאמע איין אין ביה״כ אין זי כאפט מערדערליכע פעטש און לעצטענס האט די מאמע אפגעמאכט אז זי מאכט עסן נאר פאר איר זון נישט פאר איר טאכטער, איר טאטע געבט איר יעדען טאג געלט זיך צו קויפן עסן און זי דארף זיך אליין מסדר זיין,
איך קען נישט צוענדיגען אז מען האט עס מסדר געווען איז איר אויפפירונג געווארן בעסער ווייל עס איז אין פראסעס (מען האט שוין ארויסגענומען פון איר הויז) השם ירחם


אויב דאס האט געהאלפן ביסטו גערעכט אז די מיידל האט נישט געדארפט קיין מעדיצינישע הילף. אבער פונקט אזוי ווייזט עס אז די קינד האט נישט געליטן פון ADHD אויך נישט. א קינד וואס דארף "באמת" פילן לפי זיין התנהגות, אפי' נאר אויף א behavior issue, בדרך כלל קען זיך נישט היילן נישט מיט שטרענגע מיטלען און נישט מיט ווייכע מיטלן. אז ער באקריגט די פילן וואס זענען געאייגנט פאר זיין קאנדישאן האט ער אסאך מער טשענסעס צו זיך מסדר זיין און שטייגען.

וועסטו אודאי פרעגען ווי אזוי גיבט מען פילען אויב ס'קען זיין אז די סיבה איז נישט ADHD וכו'? פארדעם דארף מען א עכטע דאקטער וואס האט זיך געלערנט, ווי אויך האט ער עקספיריענס, בדרך כלל קען ער בעסער פאראויס זאגן ווי סיי וועלעכע געלערנטע מחנך, און ער ווייסט די guidelines פון אפטייטשן symptoms. מעדיצינישע הילף קען מען נישט, יא אדער נישט, געבן אן א דאקטער. מילא פארלאז דיך אויף עם אויב די קינד דארף פילען אדער נישט, פונקט אזוי ווי יעדע אנדערע רפואה גייט מען צו א דאקטער און נישט א בלויז א ידען אליינס. די מנהל איז נישט די פראפעשינאל צו טיילן פילן אדער נישט, ער קען סך הכל אנגרייטן די פייל פונ'ם קינד פאר'ן דאקטער, און געבן זיין בעסטע מבינות אויף די קינד, אבער נישט קיין החלטות פאר מעדיקעישאן.

אז מ'געבט נישט פראפעשינעל הילף פאר א קינד וואס דארף עס, איז שטארק מעגליך אז ער וועט זיך נישט באמת היילן אן דעם און ער וועט זיך מוטשענען כל ימי חייו, וואס איז א שטארקע שאדן פאר א רוהיג לעבן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

פערינא האט געשריבן:איך נעם ADHD פילען. ס'איז דא צייטען וואס איך דארף עס ממש ווי וואסער צו טרינקען.

טאקע פרייטאג טראכט איך צוויי מאל פארדעם ווייל ס'קען טאקע אוועק נעמן די טעם פון א שבת. אבער צו זאגען אז א קינד וואס איז הייפער אקטיוו דארף נאר אטענטשען איז אבסורד.

דאן האסטו עפעס אן אנדערע אומערפילטע געפילישע באדערפעניש, פאר איינער וואס פארשטייט נישט צו מענטשליכע באדערפענישן קען זיך עס טאקע הערן אבסורד אבער דאס איז די מציאות.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

@רביה"ק, איך בין הונדערט פראצענט אויף דיין זייט (כלפי 25 קינדער און די אמאל און היינט).

ווילאנג אבער די סיסטעם בלייבט ביים אלטן (נייעם...), איז עס לדעתי די אחריות פון די עלטערן אויב האלטן זיי אז ער קען בעסער אפשניידן אן מעדעצין מיט מער אטענשן וכדו' (זעלבסט פארשטענדליך אז ווען איך רעד פון א מנהל וואס שטופט גיבן מעדעצין איז עס נאר נאכן באקומען א פראפעסיאנאלע עוואליואציע).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליב צו וויסן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

חסיד פון ליטא האט געשריבן:באמת אמרו אז איך וואלט נאך היינט געגעבן א מעדעצין פאר ר' מיילעכ'ן

:lol:
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נישטא אזא זאך ווי א קינד וואס דארף פילן ווייל ער איז הייפער, א הייפער קינד דארף נישט קיין פילן, ער דארף אטענשן, און אז מ׳לערנט איהם אויס עס צו בעטן אויף א פראדוקטיוו וועג וועט ער שיינען און לייכטן.


און וויפיל אטענטשאן וואלסטו פרעסקרייבד צו העלפן אן ADD ליידנדע מיט קאנצעטראציע שוועריקייטן?


רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב אבער איז די ציל צו ענדשויען דאס לעבן, געפילישע באדערפענישן זאלן ערפילט ווערן, ענדשויען די אייגענע ענערגיע, עס אויסגעבן אויף א פראדוקטיוו וועג, באקומען ליעבע און אטענשאן, געבן ליעבע און אטענשאן, דאן קומט פילן אינגאנצן נישט אריין.


און אויב איז טאקע דאס די ציל, איז דאס קינד שוין א געהאלפענע? נאר פארן האלטן אזוי ווערט דאס קינד געהאלפן? אפשר ערקלערסטו וויאזוי דאס ארבייט.

בעיקרון בין איך מסכים מיט דיינע הנחות, אבער למעשה לעבן מיר דא אין דער וועלט, למטה מעשרה טפחים בוויליאמסבורג עיר הבירה. וואס וואלסטו מייעץ געווען דעם טאטע? ער זאל אויפשטעלן א נייע קהלה און מוסדות?

די גרעסטע אידיאל איז העלפן איינעם הלכה למעשה. פון שיינע שיטות ווערט מען נישט געהאלפן. (איך רעד צו מיר אליין.)


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

רימון האט געשריבן:צווישן די דערמאנטע נעמען קען מען נוצן ר' אלימלך בידערמאן אלס ביישפיל, וואס טראץ וואס ער איז באמת אן ערן מענטש, אן ערליכער איד, א גאלדענע הארץ, ממש כל מעלות ומדות טובות שמנו בו חכמים פאר ווער ס'קען אים נאנט, א איד וואס נעמט באמת אידישקייט ערנסט, א איד וואס האט א גלענצנדע הבנה וואס צו זאגן פאר'ן דור און איז מחי' טויזנטער אידן בפועל ממש מיט גייסטישע חיזוק, קען מען זיך אבער נישט פארהוילן פון דעם פאקט אז דער איד ווארשיינליך אן אלקאהאליקער וועלכער מוטשעט זיך מיט אן אלקאהאל אדיקציע, און ווי יעדע אדיקציע איז עס פשוט אן עסקעיפ פון זיך אליין און פון די אייגענע פיין.

מיט אביסל גייסטישע הילף און באגלייטונג וואלט ער געקענט לעבן געזונטער און כ'גלייב אז א געזונטערע נפש איז בעסער ווי א נישט געזונטע נפש און ס'וואלט זיך איבערגעגאסן אויף אלע זיינע ארומיגע און אויף די צענדליגער טויזנטער אידן בכל קצוי תבל וועלכע זענען נהנה מאור תורתו הבהיר.

במחילה, אבער צו שרייבן אזעלכע ווערטער איז חוצפה געמישט מיט איגנאראנץ (און טאקע דערפאר - חוצפה).

איך קען ר' מיילעכ'ן היבש פון דער נאנט, ומעיד אני עליו שמים וארץ אז כמעט וואס דער מענטש טרינקט נישט קיין אלקאהאל.
דורכן גאנצן וואך -סיידן שבת- טרינקט ער נישט קיין יי"ש, און דאס וואס מ'זעט אים שטענדיג ביי זיינע סעודות מיט אלקאהאל איז צוליב דעם וואס דאס לאזט אים רעדן אומגעשטערט מחשש הבריות, און אזוי אויך ברענגט עס אריין אין א היי - וואס דורכדעם קען ער אויפהייטערן דעם ציבור.

אן אלקאהאליקער וועט זיך נישט קענען איינהאלטן פון טרינקען סתם אזוי, אבער אויב ר' מיילעך טרינקט נישט אין שטוב פאר זיך, און סתם אזוי אינמיטן וואך, דאן קען ניטאמאל זיין אז ער איז אנגעבינדן אינעם ביטערן טראפן.

----
אבשלום בן מעכה האט געשריבן גאר גוט און צום פונקט. זיין אבזערוואציע איבער ר' מיילעך איז מער צום זאך.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

קודאס פאר אבשלומ'ן פארן עפענען דעם אשכול.


נאך ביישפילן פון אידן וואס וואלטן ארויף אויף מעדס און כלל ישראל וואלט זיי פארלוירן אויף שטענדיג, זענען די פאלגענדע:

    רבי יאסעלע סלוצקער

    רבי אייזל חריף פון סלאנים

    רבי אהרל'ע קאזשניצער

    דער בית ישראל פון גער

    ליובאוויטשער רבי

    רבי אליעזר געלדצעהלער

    דער נצי"ב

    [אפשר] דער חיד"א

    רבי מענדעלע קאצקער

---

אנדערע וואלט מען געלייגט אויף אנדערע מעדס, לאו דווקא ADHD, אבער גענוג אוועקצונעמען זייער שפעטערדיגע גדלות, ווי די פאלגענדע:

    דער בעל שם טוב

    רבי נחמן ברסלבער

    רבי ברוכ'ל מעזיבוזשער

    דער בריסקער רב [ואולי גם אביו]

    דער ש"ך

    דער פרי חדש

    דער ראגאטשובער

    הרב אלישיב

    דער חזון איש
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: הרג'עט נישט ר' מיילעך בידערמאן

שליחה דורך פאליטיקאנט »

פון די אנדערע זייט קוק אויף די גוטע זייט, אונז האלטן צוריק אסאך וואס וואלטן נישט גוט געווען..... שטעל דיך פאר מ'געט ווען מעדס פאר גור'ער רבי פערציג יאר צוריק (טאקע פון די סארט וואס ער גיבט פאר זיינע בחורים).....
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אפשר דעס איז די סיבה פארוואס ס'וואקסן נישט מער גדולי ישראל?
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

זייער מעגליך!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ארי נוהם
פון דיין ליסטע פארשטיי איך נישט ליובאוויטשער רבי, אלץ קינד און ביז די פופציג געווען אן עקסטרעם פארמאכטע מענטש און אן איטראווערט, וואס האט דאס מיט ADD ADHD?

ווי אויך דער נצי"ב, אויף וויפיהל איך געדענק לייגט מען איהם אראפ אלץ א רואיגער סאלידער טיפ.

ר' מענדעלע קאצקער וואלט אויך ענדערש געלייגט אויף דיין צווייטע ליסטע (אנטי-דעפרעסענט).

דער ש"ך, אויסער זיין שארפקייט ווייסטו נאך עפעס מאדנע איבער זיין התנהגות? ענדערש לייג אפשר דעם טורי זהב אויפן ליסטע.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
פערינא האט געשריבן:איך נעם ADHD פילען. ס'איז דא צייטען וואס איך דארף עס ממש ווי וואסער צו טרינקען.

טאקע פרייטאג טראכט איך צוויי מאל פארדעם ווייל ס'קען טאקע אוועק נעמן די טעם פון א שבת. אבער צו זאגען אז א קינד וואס איז הייפער אקטיוו דארף נאר אטענטשען איז אבסורד.

דאן האסטו עפעס אן אנדערע אומערפילטע געפילישע באדערפעניש, פאר איינער וואס פארשטייט נישט צו מענטשליכע באדערפענישן קען זיך עס טאקע הערן אבסורד אבער דאס איז די מציאות.

אין אנדערע וערטער: דאס דארף א ברייטערע פסיכאלאגישע באהאנדלונג...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאליטיקאנט האט געשריבן:פון די אנדערע זייט קוק אויף די גוטע זייט, אונז האלטן צוריק אסאך וואס וואלטן נישט גוט געווען..... שטעל דיך פאר מ'געט ווען מעדס פאר גור'ער רבי פערציג יאר צוריק (טאקע פון די סארט וואס ער גיבט פאר זיינע בחורים).....

ס'וואלט נישט געהאלפן...! פאר זיינע פראבלעמען דארף מען עפעס אנדערש...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

לגבי דעם בית ישראל האב איך געהערט פון א קראנטע מקור אז ער האט טאקע גענומען מעדס, זעהט אויס אז ס׳נישט גענוג געווען… בריסקער רב איז נעבעך געווען א מלחמה געליטענער, פאר׳ן מלחמה איז ער נישט געווען אזוי.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: אבער א בריסקער איז ער נאכאלץ געווען...!
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

Re: הרג'עט נישט ר' מיילעך בידערמאן

שליחה דורך או אינו »

נפה האט געשריבן:ר׳ מאיר שפירא?
קען זיין איך בין נישט באקאנט אין זיין היסטאריע.
ר׳ בערל טויבער זאגט נעם א יונגערמאן וואס האט געהאט זיין ערשטע קינד א מיידל פרייטאג נאכמיטאג, ער דארף נאך ערלעדיגען א קידוש צומישט צו חוש׳ט עקסיידעט מיד הינגעריג פרייליך טרוד מבולבל וכו׳ וכו׳ און פאר סיי וועלכע סיבה דארף ער יעצט ווארטען א דריי פערטעל שעה און א זייטיגע שטוב ביז ער קען ארויסגיין, יעצט זאג אים ביזט סיי ווי דא הער שוין אויס א שיעור אין די צייט, דער יונגערמאן זעצט זיך אראפ ער פויקט אויפען טיש ער זיצט נישט איין זיין קאפ פליט אים ארום וכדומה, יעצט שיק אים צו א דאקטאר וועט ער אים גראד דייגענאזען מיט ADHD
והנמשל מובן מאליו
גוזמא קתני. קאן זיין ער מיינט ציזאגען אז די היימישע עסקנים וועלן ניצן קאראפאטע דאקטוירם צי קריגען די דיגנאסיס.
פארשפארט