נפה האט געשריבן:איך האב א שכן וואס האט אריינגענומען א קינד פון מאנטריאל וואס האט געדארפט הילף און דארט איז שווער מיט פראגראמס, דער קינד איז אינדערהיים געווען צולאזט און ווילד אז זיינע עלטערען האבן מער נישט געקענט אויסהאלטען ער האט יעדען טאג גענומען מעדעצין אבער עס האט נישט געוויזן קיין מופתים. די טאג וואס ער איז אנגעקומען צו מיין שכן האט דער גאנצע בנין געהערט זיינע קולות, היינט איז ער א וואויל איידעל קינד, האט איך געפרעגט מיין שכן ווי אזוי ער האט באוויזען די מופת זאגט ער מיר אז דער קינד׳ס מאמע איז חתונה געהאט א צוויייטע מאל און עס איז נישט אזוי רואיג דארט און ער האט נישט קיין געהעריגע טאטע אים צו מחנך זיין, ווען ער איז געקומען צו אים האט ער אים געגעבן די ליבשאפט און שטרענגקייט וואס מען דארף צו געבן און עס איז געשען א נס
נפה: ד ביסט גערעכט. אבער אונז ווייסן (כמעט) קיינמאל נישט דעם ..."מיקס"...וויפיהל ס'איז אינ'ם נפש פון קינד. און וויפיהל ס'איז ענווייראנמענטאל. און ווען די נפשיות'דיגע פראבלעמען פארלאנגען מעדיצין, דאמאלס העלפט נישט ליעבשאפט אליין. סיי ווי שטארק ס'זאלל נישט זיין. לאידך גיסא. (אזוי ווי איך האב געטון מיט דעם קינד וואס האט געהאט די פראבלעם און גענימען מעדיצין). איך בין געווען ..."שטרענג"... צו איהם. און נישט געלאזט ער זאלל ארומטאנצן און איבערקערן דעם באס. לכה"פ, האביך פארלאנגט (מיט די הילף פונ'ם באס רבי) אז ער זאלל פארבלייבן אין זיין סיעט. און נישט ארומלויפן איבער דעם גאנצן באס.