סודות פון חז״ל

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

סודות פון חז״ל

שליחה דורך נפה »

אין מסכת שבת דף קנג עמוד ב איז דא א דיון מי שהחשיך בדרך וואס ער זאל טון מיט זיין בערזל איז דא אפאר עצות נותנו לנכרי, מניחו על החמור וכו׳ פרעגט די גמרא אויב קען ער נישט טון די עצות, זאגט ר׳ יצחק עס איז דא נאך אן עצה נאר עס איז א סוד לא רצו חכמים לגלותה, פרעגט די גמרא וואס איז די אחרת, זאגט די גמרא מוליכו פחות פחות מד׳ אמות, ואמאי לא רצו חכמים לגלותה, משום כבוד אלקים הסתר דבר דילמא וועט מען טראגן ד׳ אמות, זאגט רש״י כבוד אלקים הסתר דבר. מותר להעלים דברי תורה לכבוד שמים.
דער בית יוסף או״ח סימן רסו זאגט אז ווען עס איז נישט דא קיין ברירה זאגט מען עס יא אויס, און אויך אז דער שואל אין גמרא האט געהאלטען אז מען מעג יא אויסזאגען, ע״כ.
למעשה זעט מען אז עס איז דא אזא מושג פון א קולא וואס די חכמים האבן מתיר געווען אבער נישט געוואלט אויסזאגען אז עס איז מותר און עס איז אנדערש וואו הלכה ואין מורין כן ווייל דא ברענגט דער ב״י א ראיה פון דעם וואס ר׳ יצחק זאגט עס אז מען מעג עס יא אויסזאגען.
איז דער שאלה וואס נאך האבן חז״ל מתיר געווען אבער נישט אויס געזאגט פאר קיינעם, און אויב זיי האבן געהאלטען אז מען קען צוקומען צו א דאוריתא פארוואס האבן זיי עס מתיר געווען? איז דא הלכות וואס נאר איינער וואס האט במסורה פון זיין רבי להיתר מעג עס טון אבער ער טאר עס נישט אויסזאגען ?
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

בורטה קאנטראל, אין דורשין אלא ליחיד אז ס'איז מותר לכתחילה ביז צוויי יאר נאכן געיבן געבורט.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ס׳איז יתכן אז דאס איז אלעס ב״גדר״ פונעם ביטוי וואס מ׳טרעפט ביי רב אז ״בקעה מצא וגדר בה גדר״ כמו בעירובין ו. ועוד. והיינו, ווי רש״י איז מפרש, אז ער האט מחמיר געווען יותר מכדי הדין מכח דעם אז זיי זענען געווען עמי הארץ ומזלזלין במצות; אזא סארט ״סליפּערי סלוֺיפּ״ ריִזעניִנג. קען מען דאס לכאורה צושטעלן צו דעם נידון דא אויך.

דאס איז אויך די געדאנק אונטער (עכ״פ געוויסע) פעלער פון ״הלכה ואין מורין כן״, ועיין לדוגמא ברש״י בשבת יב:. דא האט דער ב״י געהאלטן מכח שאלת ר׳ יצחק אז אפילו אין יענעם קאנטעקסט איז נישט שייך דעם חשש (עכ״פ אויף דעם פארנעם).

דאס געבט שוין א נייעם באדייט צו דעם ״אף דברי תורה בסתר״ (סוכה מט:) און ״סוד ה׳ ליראיו״…
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

על פי רוב ביי הלכה ואין מורין כן מיינט עס אז מען דרש׳ענט עס נישט ברבים, און בקעה מצא פסק׳ענט מען אזוי ווי דער גדר לאיסור, דא פסק׳ענט מען אז עס איז מותר אבער לויט ר׳ יצחק נאר איינער וואס האט ווייסט עס מכח קבלת רבו קוקט אויס אז בימי חז״ל האבן געקענט זיין תלמידי חכמים וואס זאלן וויסען אז מען מעג עפעס טון אבער אונז ווייסן ניטאמאל דערפון
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

איך ווייס פון געוויסע התירים, און איך פיר מיר טאקע אזוי. אבער איך קען נישט מגלה זיין די סוד.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

א שיינע פשט פון דער בן יהוידע
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קהל'ס נער האט געשריבן:בורטה קאנטראל, אין דורשין אלא ליחיד אז ס'איז מותר לכתחילה ביז צוויי יאר נאכן געיבן געבורט.

קהל'ס נער: דו מיינסט אוודאי אז פאר א מינקת געט מען כ"ד חודש. נאר אין די צייט דארף זי ממילא נישט אנקומען צו בוירטה קאנטראל . (כנלענ"ד). פאר מער פונקטליכע אינפארמעישן פרעג ביי נחום...וועלכער נחום?, הידוע...!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

berlbalaguleh האט געשריבן:

לויט די גמ' וואלט מען נישט געדארפט ציקימען צי בורטה קאנטראל, די מציאות איז אבער אז מען דארף יא ציקימען, און טאקע וועיגען דעים איז עס מותר לכתחילה פאר יעדעם איינעם ווייל די פרוי איז נישט (וואלט נישט געדארפט צי זיין) ראויה להתעבר.

אגב, זאל מיך קיינער נישט איינרעדן אז חז"ל זענען געוועין סייענטיסטן, ס'נעמט גארנישט אראפ פון זייער חשיבות צי זאגן אז זיי זענען נישט געוועין קיין סייענטיסטן קיינער עקספעקט בכלל נישט פון חז"ל צי קענען סייענס.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:איך ווייס פון געוויסע התירים, און איך פיר מיר טאקע אזוי. אבער איך קען נישט מגלה זיין די סוד.

יעקב מעקסוועל: איך ווייס פון געוויסע היתירים וויאזוי מ'קען עסן אמעריקאנער קעז מיט א האמבורגער שניצל בכריכה אחת. ואין מגלין אפילו לצנועין...!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

מ'איז יוצא לימוד התורה דורך קריאת שמע, ואין מגלים אלא לת"ח.

חתן פטור מקריאת שמע, ולא כל הרוצה ליטול את השם יטול, משום איזה סיבה איז היינט א חתן וואס וועט נישט ליינען קיין קריאת שמע וועט זיין א שייגעץ.

נישטא קיין איסור צי הערן מיוזיק אין ספירה.

מען מעיג טין וואס מען וויל מיט די ווייב אין בעט.

פנויה טהורה איז מותר בביאה שלא בדרך זנות.

מען מעיג קוקן אויף בילדער פון פרויען אויב ס'ברעינגט נישט קיין הירהורים.

א רעקארדירונג פון קול באישה איז מותר אויב מען קען נישט די פרוי.

מען דארף נישט דאווענען קיין מעריב.

תפילה במנין דארף מען נאר אויב ס'קומט אן גרינג.

נישטא קיין איסור אויף סעים-סעקס ביי פרויען.

זרע לבטלה בדרך ארעי בשעת תשמיש איז מותר.

נישטא קיין חיוב אויף תפילין יעדן איינציגע טאג.

נישטא קיין חיוב צי אנטון א בגד מיט ד' כנפות כדי צי ווערן מחיוב מיט ציצית, אפילו נישט מדרבנן.

נישטא קיין חיוב צי אנטון א קאפל, וכך נהגו בימי חז"ל.

כמעט נישטא קיין נדה בזמן הזה, א נדה איז נאר ווען די פרוי פילט זרימת דם כמעט נישטא אזא זאך היינט.

צניעות נשים ווענט זיך אין די מנהג המקום, היינטיגע צייטן מיינט עס ממש די מינימום שבמינומם.

חתונה געהאטע מענער מעיגן שלאפן אין איין בעט מיט א מאן, אויב ס'ברעינגט נישט צי צי קיין הירהורים.

מען דארף נישט הערן קריאת התורה, ס'איז א חיוב אויפן ציבור נישט אויפן יחיד.

פרויען מעיגן דרייוון א בייק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 8 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

קהל'ס נער האט געשריבן:מ'איז יוצא לימוד התורה דורך קריאת שמע, ואין מגלים אלא לת"ח.

חתן פטור מקריאת שמע, ולא כל הרוצה ליטול את השם יטול, משום איזה סיבה איז היינט א חתן וואס וועט נישט ליינען קיין קריאת שמע וועט זיין א שייגעץ.

נישטא קיין איסור צי הערן מיוזיק אין ספירה.

מען מעיג טין וואס מען וויל מיט די ווייב אין בעט.

פנויה טהורה איז מותר בביאה שלא בדרך זנות.

מען מעיג קוקן אויף בילדער פון פרויען אויב ס'ברעינגט נישט קיין הירהורים.

א רעקארדירונג פון קול באישה איז מותר אויב מען קען נישט די פרוי.

מען דארף נישט דאווענען קיין מעריב.

נישטא קיין חיוב אויף תפילה במנין.

נישטא קיין איסור אויף סעים-סעקס ביי פרויען.

זרע לבטלה בדרך ארעי בשעת תשמיש איז מותר.

נישטא קיין חיוב אויף תפילין יעדן איינציגע טאג.

נישטא קיין חיוב צי אנטון א בגד מיט ד' כנפות כדי צי ווערן מחיוב מיט ציצית, אפילו נישט מדרבנן.

נישטא קיין חיוב צי אנטון א קאפל, וכך נהגו בימי חז"ל.

כמעט נישטא קיין נדה בזמן הזה, א נדה איז נאר ווען די פרוי פילט זרימת דם כמעט נישטא אזא זאך היינט.

צניעות נשים ווענט זיך אין די מנהג המקום, היינטיגע צייטן מיינט עס ממש די מינימום שבמינומם.

חתונה געהאטע מענער מעיגן שלאפן אין איין בעט מיט א מאן, אויב ס'ברעינגט נישט צי צי קיין הירהורים.

מען דארף נישט הערן קריאת התורה, ס'איז א חיוב אויפן צחבור נישט אויפן יחיד.

:lol: :lol: :lol:
אן דן זיין אין יעדע משל וואס דו ברענגסט איז אבער די געדאנק אמת ויציב און קענסט אזוי אנפילן נאך עטליכע בלעטער.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

יעצט אפאר איסורים וואס ביי אונז איז מותר געווארען.

תגלחת נשים כדרך גברים איז אסור.

חייב אדם ללמד את בנו אומנות.

מען טאר נישט איבער שלאפן ביי די שוויגער אינדערהיים.

מיידלעך טארן נישט לערנען קיין תורה (סאטמאר איז די אייציגסטע וואס האלטן נאך די איסור)
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

יוצא זיין לימוד התורה דורך קריאת שמע איז א מחלוקה אין מנחות צ’ט עמוד ב צו מען איז עס מגלה בפני עם הארץ, אונז נעמען אן ווי רבא אז מצוה לאומרה בפני עם הארץ (עיין ש״ך).
מעריב איז א מנהג כחובה.
מנין איז די לשון הרמב״ם צריך.
מיידלעך מעגן אסאך זאכן לערנען און אפי׳ און ויואל משה שטייט אז מען מעג לערנען תנ״ך נאר מען האט זיך נישט אזוי געפירט.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

נפה האט געשריבן:יוצא זיין לימוד התורה דורך קריאת שמע איז א מחלוקה אין מנחות צ’ט עמוד ב צו מען איז עס מגלה בפני עם הארץ, אונז נעמען אן ווי רבא אז מצוה לאומרה בפני עם הארץ (עיין ש״ך).
מעריב איז א מנהג כחובה.
מנין איז די לשון הרמב״ם צריך.
מיידלעך מעגן אסאך זאכן לערנען און אפי׳ און ויואל משה שטייט אז מען מעג לערנען תנ״ך נאר מען האט זיך נישט אזוי געפירט.

לגבי מעריב, נישטא אזא זאך ווי מנהג חובה אדער א מנהג אדער א חוב.
די רמב"ם זאגט אז ס'איס א מנהג וואס יעדער איז מקיים כאילו ס'וואלט געוועין א חוב, (כעין א קאפל היינטיגע צייטן).

אין גמרא שטייט כל המלמד את בתו תורה כאילו מלמדה תיפלות, וואס דען איז תורה אויב נישט תנ"ך?

לגבי מנין איז שטייט כל זמן שיכול, אויב פאר ווהטעווער ריזען קען מען נישט דארף מען נישט. ביזט גערעכט איך דארף טויש די לשון צי אויב ס'קומט אן שווער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

לגבי מעריב האב איך געמיינט ארויסברענגען אז נאר פאר טירחה אדער אן אונס קטן מעג מען עס מבטל זיין
לגבי כל המלמד את בתו תורה, איז דא א ספר ויואל משה דארט איז דא תשובה צו ר׳ פנחס הירשפרונג ווי ער איז מאריך אין דעם און זיין מסקנה איז אז נאר דרשות חז״ל זענען בכלל האיסור, און אזוי פירט מען זיך אין אלע חסידישע סקולס אז מען לערנט נישט די רש״י׳ס וואס זענען דרשות אין הלכה.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אלעס וואס איך שרייב דא אין שטיבל אין עניני אמונה און הלכה איז געבויט אויף יסודות וואס האב איך מקובל פון רבי המובהק אין די ענינים, א חשובער תלמיד חכם פון וויליאמסבורג וואס וואלט געקענט זיין מיין טאטע און זיצט און לערנט טאג און נאכט. צומאל זאג איך איהם אויך איבער געוויסע זאכן וואס איך שרייב דא און ער האט שטארק הנאה. ער האט מיר אמאל געפרעגט וואס איז דאס דער וועקער ווייל זיין זוהן האט עס אהיימגעברענגט און ס׳איז איהם אינגאנצן נישט געפאלן, אויף מיין פראגע וואס פונקטליך ער האט נישט ליעב געהאט פון דער וועקער האט ער מיר געזאגט אז אדרבה, זיי שרייבן זייער גוט, זיי וואלטן אפילו געקענט שרייבן נאך בעסער, אבער א יונגער בחור׳ל קען עס נאר צומישן. אויך האט ער מיר אמאל געפרעגט צו איך האב אמאל געהערט פון קאווע שטיבל, איהם געפעלט נישט די גאנצע פארום, ער פארשטייט בכלל נישט וואס איז די פוינט פון רעדן די זאכן ווייל ס׳דאך פשוט׳ע זאכן וואס יעדער מיט א טראפקעלע שכל פארשטייט אליינס. כ׳האב איהם פרובירט מסביר זיין אז ס׳דא מענטשן וואס גלייבן באמת אין אלעס וואס דער כיתה ג׳ רבי האט פארציילט און זיי קומען אין קאוועשטיבל צו דערגיין דעם אמת אבער ער איז פאר׳עקשנ׳ט אז ס׳נישט מעגליך במציאות פאר אן ערוואקסענער מיט אן IQ העכער 90 צו גלייבן אין די אלע זאכן, ער טענה׳ט אז מ׳דארף נישט דערגיין דעם אמת ווייל טיעף אין הארצן ווייסן עס יעדער אליינס, גיי טענה זיך מיט איהם.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דא ברענגט מען טאקע אראפ סוגים שונים והדרגות שונות בענין ״הלכה ואין מורין כן״, וואס מיינט טאקע בעצם אז ״אין מורין כן בפומבי״, אבער עס איז שייך אפילו ביי יחיד שבא להיוועץ וכדומה (און דאס איז הגם מען דרש׳נט עס יא בעצם בפומבי).

מען טרעפט אויך אן ענליכן חילוק אין תענית כו: (נישט צוגעברענגט דארט) און אין נאך פלעצער, לגבי החילוק בין ״הלכה״, ״מנהג״, און ״נהגו״: ביי ״הלכה״ דרשינן ליה בפירקא, ביי ״מנהג״ מידרש לא דרשינן אורויי מורינן, און ביי ״נהגו״ אורויי לא מורינן אבל אי עביד עובדא לא מהדרינן ‏(עכ״פ ווען עס איז נישט קיין איסור, ועיין בר״ה טו: ובתוס׳ שם) ע״ש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: סודות פון חז״ל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:איך ווייס פון געוויסע התירים, און איך פיר מיר טאקע אזוי. אבער איך קען נישט מגלה זיין די סוד.
ערעב יעקב; קענסט קומען צו מיר אין אישי און משמיע/משפיע זיין פון דיינע היתרים, איך בין א קולות קאלעקטער, כוחא דהיתרא עדיף פארנעמט ביי מיר דעם אויבנאן אין אידישקייט

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

נפה האט געשריבן:לגבי מעריב האב איך געמיינט ארויסברענגען אז נאר פאר טירחה אדער אן אונס קטן מעג מען עס מבטל זיין
לגבי כל המלמד את בתו תורה, איז דא א ספר ויואל משה דארט איז דא תשובה צו ר׳ פנחס הירשפרונג ווי ער איז מאריך אין דעם און זיין מסקנה איז אז נאר דרשות חז״ל זענען בכלל האיסור, און אזוי פירט מען זיך אין אלע חסידישע סקולס אז מען לערנט נישט די רש״י׳ס וואס זענען דרשות אין הלכה.

לגבי מעריב, ס'איז א מנהג. פינטעל מיט א פ"א דגושה.
אפשר האלטסט אז א מנהג מעיג מען נאר מבטל זיין פאר א אונס קטן.

לגבי מיידלעך לערנען תורה, זייער אינטרעסאנט, קען איינער ביטע ברעינגען די תשובה?
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

קהל'ס נער האט געשריבן:יעצט אפאר איסורים וואס ביי אונז איז מותר געווארען.

תגלחת נשים כדרך גברים איז אסור.

חייב אדם ללמד את בנו אומנות.

מען טאר נישט איבער שלאפן ביי די שוויגער אינדערהיים.

מיידלעך טארן נישט לערנען קיין תורה (סאטמאר איז די אייציגסטע וואס האלטן נאך די איסור)

דא האסטו נאך
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

קהל'ס נער האט געשריבן:
נפה האט געשריבן:לגבי מעריב האב איך געמיינט ארויסברענגען אז נאר פאר טירחה אדער אן אונס קטן מעג מען עס מבטל זיין
לגבי כל המלמד את בתו תורה, איז דא א ספר ויואל משה דארט איז דא תשובה צו ר׳ פנחס הירשפרונג ווי ער איז מאריך אין דעם און זיין מסקנה איז אז נאר דרשות חז״ל זענען בכלל האיסור, און אזוי פירט מען זיך אין אלע חסידישע סקולס אז מען לערנט נישט די רש״י׳ס וואס זענען דרשות אין הלכה.

לגבי מעריב, ס'איז א מנהג. פינטעל מיט א פ"א דגושה.
אפשר האלטסט אז א מנהג מעיג מען נאר מבטל זיין פאר א אונס קטן.

לגבי מיידלעך לערנען תורה, זייער אינטרעסאנט, קען איינער ביטע ברעינגען די תשובה?

די לשון פון אונס קטן שטייט אין הגהות מיימניות אות ד.
דא איז די תשובה ער פאנגט אן צו רעדן פון פרויען סימן ל (פעידזש 430) און ער זאגט אז די מנהג איז נישט געווען צו לערנען תנ״ך אין סימן מח (דף 449),
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נפה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קהל'ס נער האט געשריבן:יעצט אפאר איסורים וואס ביי אונז איז מותר געווארען.

תגלחת נשים כדרך גברים איז אסור.

חייב אדם ללמד את בנו אומנות.

מען טאר נישט איבער שלאפן ביי די שוויגער אינדערהיים.

מיידלעך טארן נישט לערנען קיין תורה (סאטמאר איז די אייציגסטע וואס האלטן נאך די איסור)

קהל'ס נער: איסור אדער מצוה #3 גייט נישט אן היינטיגע צייטן. ספעציעל ביי אונז היימישע אידן. וואספארא אומנות זאל דער טאטע אויסלערנען זיין זון?!. ער קען דאך אליינס נישט קיין אומנות. אויסער שנארן אדער ..."פליפן"...ריעל עסטעיט...!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

berlbalaguleh האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:יעצט אפאר איסורים וואס ביי אונז איז מותר געווארען.

תגלחת נשים כדרך גברים איז אסור.

חייב אדם ללמד את בנו אומנות.

מען טאר נישט איבער שלאפן ביי די שוויגער אינדערהיים.

מיידלעך טארן נישט לערנען קיין תורה (סאטמאר איז די אייציגסטע וואס האלטן נאך די איסור)

קהל'ס נער: איסור אדער מצוה #3 גייט נישט אן היינטיגע צייטן. ספעציעל ביי אונז היימישע אידן. וואספארא אומנות זאל דער טאטע אויסלערנען זיין זון?!. ער קען דאך אליינס נישט קיין אומנות. אויסער שנארן אדער ..."פליפן"...ריעל עסטעיט...!

א פאנדרעיזער מאכט 45% און מען קען מאכן אסאך געלד איך קען איינער וואס מאכט 300k א יאר.
א פליפער קען אויך מאכן שיין געלט אויב ער ווייסט וואס ער טיט, ס'איז א געהעריגע אומנות.

חוץ פון דעים ער קען עים אויסלערנען אקאונטינג, פראגערעמינג, IT, LOW VOLTAGE, ס'פעילט דען היימישע אומנות'ן?
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
פארשפארט