מ'קען נאך היינט שאפן א ישועה פאר אומזיסט?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
מ'קען נאך היינט שאפן א ישועה פאר אומזיסט?
הערט אויף צו פארדרייען דעם קאפ.....
נישט אין די צו ווייטע פארגאנגענהייט, האט יעדער זעלבסט, געקענט פוילן ישועות און רפואות פאר אומזיסט, ס'איז געווען גענצליך פריי ס'האט נישט געקאסט קיין רויטער פיאסטער. מ'האט ארויסגענומען דעם אויסגעווייקטען תהילמ'ל, און זיך אויסגעוויינט פארן הייליגען באשעפער, און פלאי פלאים, מ'האט ווירקליך געזען אפענע זאכן, מ'איז געהאלפן געווארן מיט בני חיי ומזוני, מיט אלעם גוטען. ממש חוץ לדרך הטבע.
אין די לעצטע עפאכע איז ערשינען א דראסטישע ענדערונג אינעם עולם הישועות... ס'איז אויפגעשטאנען א כאפקע לייצים און קאמיקער, וואס האבן באשלאסען צו פארוואנדלען די ישועות אינדוסטריע פאר א מולטי מיליאן דאללאר'דיגע ביזנעס, און אזוי ארום זיך אנצופולען די קעשענעס מיט אידיש אויסגעהארעוועטע געלט. די דאזיגע לייצים האלטן זיך נישט אפ פאר גארנישט אויף דער וועלט. זיי טרייבן אקטאוועס פונעם אלגעמיינער ציבור, וואס כאפט קעלבענע התפעלות פון זייער שרייעדיגע רעקלאמען.
די רעקלאמעס זענען אין אלגעמיין פארשמירט מיט מעשיות שלא היה מעולם, רייפע פרוכט פון די פאנטאסטישע און פרוכטבארע כוח הדימיון פון די כיטרע רעקלאמע אגענטור אלוזיעזירער. טראץ דעם וואס די לייצנות רעקלאמעס רופט טאקע ארויס א שמייכעל ביים אלגעמיינעם טראכטענדיגען באפעלקערונג, פארט זענען נאך אלס פארהאן מאנכע וואס זענען ליידער נישט באשאפן געווארן מיט צו קיין ברייטע כלי מחשבה, וואס ליינען די ליגנערישע רעקלאמעס מיט זודיגע טרערן, און קלייבן יעדעס איינציגע ווארט פון די הייסע שטותים מיט בארשט, ווי ס'וואלט ווען געווען תורה פון הימל זעלבסט.
ס'איז העכסט זייט זיך אויפצווועקן. איר דארפט נישט דירכגליטשען קיין קרעדיט קארטעל, ביים תהילים כולל, חצות כולל, פאר קיגעל עסן אינעם הויז פון רבי ישעי'לען, טובים מאורת אד''ג. איר נויטיגט זיך אין א ישועה? איר זענט נישט אליין, אלע יודן דארפן געהאלפן ווערן מיט ישועות און רפואות. נעמט ארויס דעם אלטן אויסגעפריווטער ישועות פראדוצירער, און גיסט אויס אייער הארץ פארן הייליגן באשעפער. וועט איר זען אז איר וועט געהאלפן ווערן בחנם אין כסף.
אדרבה פראבירט דאס אליינס אויס...

- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: מ'קען נאך היינט שאפן א ישועה פאר אומזיסט?
לאו דווקא, איך ווייס פון א פרוי וואס האט נישט קיין געלט אויף צום שטארבן, און פאר אפשפרעכן עין הרע'ס שפענד זי מער ווי לעזער קעסטנבוים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
די מנהג פון זאגן תהילים פאר א סגולה פאר א חולה איז נישט אזוי אלט ווי איר מיינט, תהילים איז א ליקוט פון הונדרעט און פופציג מזמורים וואס באשטייט פון מזמורי שבח והודאה ווי הלל הגדול און הלל המצרי וכדומה, מזמורי תפילה ובקשה ווי תפלה לעני כי יעטוף און שיר המעלות ממעמקים וכו', און אויך פארשידענע מזמורים פון דביקות, און נאך פארשידענע ערליי קאטאגאריעס פון מזמורים, דאס זאגן תהילים איז אלס געווען א געהויבענע זאך פון זיך מתדבק זיין אין די ריינע תפילות פונעם נועם זמירות ישראל, דאס זאגן תהילים פאר א סגולה פאר א ישועה ווייזט אויס איז נשתלשל געווארן דורך פראסטע אידן תהילים זאגערס און אלטיטשקעס וואס ביי זיי איז דאס געווען פון די איינציגע רעליגיעזע אויספירונג וואס זיי האבן געקענט אנטיילנעמען.
מבחינת ההלכה איז דאס נוצן דברי תורה פאר א סגולה לרפואה פראבלעמאטיש, די גמרא דרוקט זיך אויס זייער הארב אויף דעם, די גמרא איז נאר מתיר דעם דעמאלטס פארשפרייטן מנהג פון נוצן די מזמור פון יושב בסתר עליון אלס א סגולה אנטקעגן מזיקים, די גמרא מאכט א חילוק פון נוצן דברי תורה אלס א מיטל מגין צו זיין וואס דאס איז מותר משא"כ אויב איז מען אין אן עת צרה טאר מען נישט נוצן קיין דברי תורה ווי מזמורי תהילים אלס א סגולה לישועה. די ישוב וואס מ'גיט אן אז מ'נוצט נישט תהילים אלס א סגולה נאר אלס תפילה איז א דוחק, ווייל א תפלה בעת צרה וואלט געווען ערווארטעט אז מ'האט אינזין וואס מ'רעדט משא"כ רוב תהילים זאגערס האבן נישט אינזין וואס זיי רעדן, זיי מיינען אז תהילים בכוונה מיינט עפעס אז מ'דארף רעדן מיט א פרומע וויינעדיגע קוועטשיגע שטימע, די אור אלטע וועג איז תפילה טאן מיט אן אייגענע נוסח, אדער ביי די תפילת העמידה ביי די פאסיגע ברכה אדער שומע תפילה, אלזא מבחינת ההלכה איז דער ענין זייער שווער אבל כבר התירו פרושים את הדבר.
אבער דאס עפענען כוללים וואו א מנין אידן זאלן זאגן תהילים פאר באצאלט אלס א סגולה פאר א ישועה, דאס קוקט שוין אויס גאר א גרויסע קולא אינעם איסור פון ריפוי בדברי תורה, ס'איז הפנים א גרעסערע קולא ווי טרונקן חלב סתם.

למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
מ׳קען נאך האט האבן עסן בחינם?
הערט אויף צו פארדרייען דעם קאפ.....
נישט אין די צו ווייטע פארגאנגענהייט, האט יעדער זעלבסט, געקענט פלאנצן זייען און שניידן, ס'איז געווען גענצליך פריי ס'האט נישט געקאסט קיין רויטער פיאסטער. מ'האט ארויסגענומען דאס אקער אייזן און געהאט ברויט צו לייגן אויפן טיש, היינט איז געווארן א וועלט ווי אן אפאר דוללער קריגסטו ניטאמאל די קערענדליך צו פלאנצן.
יא יא, דאס איז די וועלט, דער עולם זוכט אז יענער זאל טוהן פאר מיר, דער בעקער זאל באקן, דער פארמער זאל פלאנצן, און דער תהילים זאגער זאל מתפלל זיין.

- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: מ'קען נאך היינט שאפן א ישועה פאר אומזיסט?
וואס הייסט ס'איז נישט אזוי אלט? ס'איז שוין זיכער מימי הראשונים באשכנז. און גראדע מיין איך אז דאס איז געווען פאר הונדערטער יארן פארשפרייט בכל תפוצות ישראל ממש, וואס דייט אן אז דאס האט נאך גאר פריערדיגע מקורות. אין די מדרשי תהילים קען מען אויך אביסל זען אז תהילים איז סאם האו געווען מער פיקד אפ ווי אנדערע ספרים.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
דעת תורה האט געשריבן:וואס הייסט ס'איז נישט אזוי אלט? ס'איז שוין זיכער מימי הראשונים באשכנז. און גראדע מיין איך אז דאס איז געווען פאר הונדערטער יארן פארשפרייט בכל תפוצות ישראל ממש, וואס דייט אן אז דאס האט נאך גאר פריערדיגע מקורות. אין די מדרשי תהילים קען מען אויך אביסל זען אז תהילים איז סאם האו געווען מער פיקד אפ ווי אנדערע ספרים.
חז"ל האבן מתקן געווען תפילה צוויי דריי מאל א טאג, תפילה באציט זיך צו די י"ח ברכות וואס רעכענט אריין תפילות לצרכי הכלל והפרט, צוגאב צו דעם איז פארהאן אן אומאפהענגיקער חיוב פון קריאת שמע און זכירת יציאת מצרים וואס חז"ל האבן דערביי אויך מתקן געווען ברכות לפניה ולאחריה, היות חז"ל זענען שטארק מפליג איבער סמיכת גאולה (די ברכה לאחר ק"ש) לתפילה, איז נשתלשל געווארן דאס צוזאגן ביפאר תפילה, צוגאב דערצי זענען חז"ל מפליג איבערן מנהג פון זאגן זאגן מזמורים פון שבח והודאה ביפאר מ'טרעט צו בעטן פאר אייגענע צרכים, פון דעם איז נשתלשל געווארן דאס זאגן פסוקי דזמרה. שבת ויו"ט ערפילט תפילה אן אנדערען תפקיד, דאס איז נישט קיין בקשת צרכים פרטיים נאר דער ענין פון קדוש היום.
עכ"פ תפילה באציט זיך אריגינעל דוקא צו בקשת צרכים, נאר ס'איז שוין כולל דרך אגב אויך ק"ש וברכותיה, פסוקי מזמורי תהילים.
דאס אז די ספר תהילים איז זייער שטארק אריין אין די ליטארגי איז זייער קלאר, קיינער איז אויף דעם נישט מחולק. די פראגע איז וואספארא תפקיד די מזמורים האבן ערפילט, זיי ערפילן ווי דערמאנט דער ענין פון פסוקי דזמרא, די מצווה פון הלל, די מצווה פון שירת הלוים ועוד ועוד ביז שפעטערע השתלשלות פון מנהגים אריינצושטעלן פארשידענע מזמורים אין פארשידענע צייטן.
וואס מיר רעדן יעצט איז פון א רעלאטיוו נייער פענאמען, וואס איז בפשטות אסור מצד הלכה, און דאס איז נוצן מזמורי תהילים אלס א סגולה פאר א ישועה, ד.מ. אז נישט מ'זאגט מזמורים וואס זענען צופעליג פונקט די נוסח פונעם נצרך (אזוי ווי למשל ביי א תענית עצירת גשמים ווען מ'האט געזאגט פסוקים פון תפילות וואס איז שייך ביי א צרה), נאר מ'זאגט סתם מזמורים פון שבח וואס האט נישט קיין שייכות צו תפילה און אוודאי נישט צו די פערזענליכע צרכים, ס'איז פארהאן אפילו סגולות פון חיד"א צו זאגן פסוקים לויט אותיות וכדומה, אלזא איך זעה נישט אז איינער קען זיך דונגען אז דאס האט שייכות צו תפילה, דאס האט דוקא שייכות צו סגולות, און ווי פריער דערמאנט איז דא אן איסור געפסקנט אין שולחן ערוך להתרפאות בדברי תורה, די רמב"ם איז דאס זאגאר מדמה צו כפירה, אוודאי יש על מי לסמוך, בפרט אז ס'איז דא א ספר שמוש תהילים וואס די רשב"א איז מסכים מיטן ספר, וואס איז געבויט אויף סגולות איבער ספר תהילים, נאר בפשטות איז דאס גאר א גרויסע קולא.
אלזא, דעת תורה אויב האט איר מקורות איבער'ן אור אלטן מנהג זיך מתאסף צו זיין בעת צרה און זאגן תהילים, ביטע טיילט מיט.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- פאלאצ'ינטא
- היימישער באניצער
- הודעות: 557
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
- האט שוין געלייקט: 432 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:הערט אויף צו פארדרייען דעם קאפ.....
נישט אין די צו ווייטע פארגאנגענהייט, האט יעדער זעלבסט, געקענט פוילן ישועות און רפואות פאר אומזיסט, ס'איז געווען גענצליך פריי ס'האט נישט געקאסט קיין רויטער פיאסטער. מ'האט ארויסגענומען דעם אויסגעווייקטען תהילמ'ל, און זיך אויסגעוויינט פארן הייליגען באשעפער, און פלאי פלאים, מ'האט ווירקליך געזען אפענע זאכן, מ'איז געהאלפן געווארן מיט בני חיי ומזוני, מיט אלעם גוטען. ממש חוץ לדרך הטבע.
אין די לעצטע עפאכע איז ערשינען א דראסטישע ענדערונג אינעם עולם הישועות... ס'איז אויפגעשטאנען א כאפקע לייצים און קאמיקער, וואס האבן באשלאסען צו פארוואנדלען די ישועות אינדוסטריע פאר א מולטי מיליאן דאללאר'דיגע ביזנעס, און אזוי ארום זיך אנצופולען די קעשענעס מיט אידיש אויסגעהארעוועטע געלט. די דאזיגע לייצים האלטן זיך נישט אפ פאר גארנישט אויף דער וועלט. זיי טרייבן אקטאוועס פונעם אלגעמיינער ציבור, וואס כאפט קעלבענע התפעלות פון זייער שרייעדיגע רעקלאמען.
די רעקלאמעס זענען אין אלגעמיין פארשמירט מיט מעשיות שלא היה מעולם, רייפע פרוכט פון די פאנטאסטישע און פרוכטבארע כוח הדימיון פון די כיטרע רעקלאמע אגענטור אלוזיעזירער. טראץ דעם וואס די לייצנות רעקלאמעס רופט טאקע ארויס א שמייכעל ביים אלגעמיינעם טראכטענדיגען באפעלקערונג, פארט זענען נאך אלס פארהאן מאנכע וואס זענען ליידער נישט באשאפן געווארן מיט צו קיין ברייטע כלי מחשבה, וואס ליינען די ליגנערישע רעקלאמעס מיט זודיגע טרערן, און קלייבן יעדעס איינציגע ווארט פון די הייסע שטותים מיט בארשט, ווי ס'וואלט ווען געווען תורה פון הימל זעלבסט.
ס'איז העכסט זייט זיך אויפצווועקן. איר דארפט נישט דירכגליטשען קיין קרעדיט קארטעל, ביים תהילים כולל, חצות כולל, פאר קיגעל עסן אינעם הויז פון רבי ישעי'לען, טובים מאורת אד''ג. איר נויטיגט זיך אין א ישועה? איר זענט נישט אליין, אלע יודן דארפן געהאלפן ווערן מיט ישועות און רפואות. נעמט ארויס דעם אלטן אויסגעפריווטער ישועות פראדוצירער, און גיסט אויס אייער הארץ פארן הייליגן באשעפער. וועט איר זען אז איר וועט געהאלפן ווערן בחנם אין כסף.
אדרבה פראבירט דאס אליינס אויס...
איין זאך האסטו פארגעסען... ווען זיי לייגען צו אז...
דאס איז די לעצטע געלעגעהייט צו פועלן א ישעה... זיי מיינען אוודאי אז מסתמא גייט דער באשעפער אויף וואקעישן ח"ו
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!