מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 200
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה
פאריגע וואך (אדער צוויי וואכן צוריק - נישט קיין נפקא-מינא), האט העניך געעפנט אן אשכול אונטערן נאמען "מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז לב טהור". דארט טענה'עט העניך אין קורצן, אז דאס גאנצע וואס פעלט פאר לב-טהור, איז משפחה קרבה'שאפט צו אדמורי"ם ורבנים, אזוי אז ער זאל זיך קענען שלומ'ען, געבן די הענט, און זיי זאלן מחויב זיין צו קומען צו זיינע שמחות, און אזוי ארום קענען אנגיין ווייטער מיט זיינע מעשים תעתועים.
אין אנדערע ווערטער, אויב לב טהור וואלט פארברענט ילד שעשועים, וואלט געווען א סקאנדאל, וואלטן זיי אונטגערצינדן הייזער, וואלט אויך געווען א סקאנדאל, אבער אז א ברענד נעים טוט עס, איז מען אים מוחל למחצה ולשליש, די בילדער מעגאזינען ברענגען ווייטער די בילדער, והכל על מקומו יבוא בשלום.
היינט איז געעפנט געווארן אן אשכול, אונטערן קעפל "וועט מענדעלע מצליח זיין". דאס איז געווען נאך א דרשה וואס ער האט געהאלטן, אז מען זאל אויסהונגערן די קינדער, נישט געבן קיין פלייש וכו', בלויז ווייל מ'דארף בויען א בית-המדרש, א קנאק פון א זאך וואס זאל קאסטן 250 מיליאן שקל (איר הערט? - פארוואס דארף מען עס???).
די הנהלה איז געקומען, און נישט געזען דעם קעפל בעין יפה, ווי אויך אין דער ארטיקל, טענה'ענדיג אז פון די יסודות אין קאווע שטיבל איז זיך צו באנוצן מיט א כבוד'דיגן טיטל פאר רבנים. איך פארשטיי די הנהלה און איך גיב זיי גערעכט 100%, איך שלאג זיך נישט מיט זיי. אבער גלייכצייטיג זעה איך אויך העניכ'ס נקודה - אז דו קענסט טון וואס דו ווילסט, אבער אויב ביסטו פון די עטליכע אויסגערופענע משפחות, וועט מען דיך ווייטער מקרב זיין און דיר מוחל זיין דיינע עבירות - גייט אויך אן ביי די הנהלה. ער וועט אלעמאל בלייבן "הרב", אפגעזען וואס ער טוט.
וויל איך פרעגן: וואו איז די רויטע ליניע, וואס אויב טוט מען עפעס, ווערט מען אויס "הרב" און מען הויבט אים אן מרחק זיין? - איך פרעג סיי אין די גאס, און סיי פאר די הנהלה. וואס דארף א רב טון, וואס אויב טוט מען דאס וועט די הנהלה מחליט זיין, אז מען דארף אים שוין נישט רופן "הרב" און נוהג כבוד זיין אין אים.
(אויב דער שאלה איז צו אפן, און ס'איז נישט ניחא פאר די הנהלה, זאל מען עס ביטע אוועקנעמען.)

- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
הרב ווייל ער פאנקציענירט ווי איינס. פשוט מ'זאל וויסען פון ווען מ'רעדט. מענדעלע סתם קען מיינען אסאך מענטשען און מענדעלע וויזניצער איז סתם נישט פאסיג. אבער קענסט שרייבען הרב מענדעלע די משוגענער.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך קען נאר געבן מיין פשוט'ע דעת בעל עגלה. דאס אז די הנהלה דא אין קאווע שטיבל האט א תקנה אז מ'מוז געבן פאר א יעדן רב, אדמו"ר אדער אנדערע שיינער יוד דעם פולן טיטל, איז א גוטע פאליסי, ווייל ווער זענען מיר צו משפט'ן איבער יענעם'ס ווערד צו טראגן א טיטל פון כבוד. אויך די מאגאזינען זענען נישט אין א פאזיציע צו משפט'ן, ווייל אנישט וועט ווערן א מין הפקירות, און א יעדער וואס קען מעגליך האבן עפעס א "גראדזש"... אקעגן סיי וועלכן מענטש וואס איז אפן פאר'ן ציבור וועט איהם באגיסן מיט די גרעסטע בזיונות און צונעמען, ואין לדבר סוף. ווער רעדט נאך אז דאס שלעפט אריין אין איסורי דאורייתא פון לשה"ר, רכילות און הלבנת פנים ברבים.
אויסדרוקן א מיינונג קען א יעדער איבער סיי וועם, דאס איז א דעמאקראטישע רעכט וואס קיינער קען נישט אוועקנעמען, אבער ס'טאר זיך נישט דערקייקלען צו א מצב וואו מ'איז פערזענליך מבזה א מענטש.
אויסדרוקן א מיינונג קען א יעדער איבער סיי וועם, דאס איז א דעמאקראטישע רעכט וואס קיינער קען נישט אוועקנעמען, אבער ס'טאר זיך נישט דערקייקלען צו א מצב וואו מ'איז פערזענליך מבזה א מענטש.
- פאלאצ'ינטא
- היימישער באניצער
- הודעות: 557
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
- האט שוין געלייקט: 432 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
די אמת איז אז לב טמא זענען טאקע רשעים. אבער די אנערע סיי די מלמדים מנהלים רעבנים אדמו"רים זענען אויך רשעים.
די רויטע ליניע איז "מיין" "דיין" אזוי ווי עס איז אלעמאהל געוועהן. איז עס מיין רבי, מעג ער און ער איז גאר א העלד און א צדיק און א קדוש וטהור און נאך טיטלען. איז עס יענעם'ס רעבאה איז ער שיגץ שוטה בהמה חי וכו וכו
קיין שום זאך טוישט זיך נישט. ליידער דאס אוועק מאכען יענעם און נישט פארגינען יענעם איז א מכה וואס מען ליידט שוין א לאנגע צייט. און איעדער (רבי, כמעט) ליידט פון דעם.
דאס נעמט אבער נישט אוועק פון דאס רשעות פון לב טמא וועליכע מאכען די נאציס אויסזעהן ווי צדיקים

אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
- ארי נוהם
- שריפטשטעלער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
- האט שוין געלייקט: 1139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל
מנהל האט געשריבן:ווי אנדערע שרייבן שוין, א"כ אין לדבר סוף. אויף ק"ש קען יעדער שרייבן וועגן יעדעם און מיר קענען נישט זיין די arbiters of truth. דערפאר טאקע זענען מיר מקפיד אז יעדער רב/רבי ממש, אפילו גאר עקסטרעמע און גאר ליבעראלע, זאלן באקומען א טיטול. מיר פראבירן דאס צו אינפארסירן אפילו צב"ש ביי אזא פערזענליכקייט ווי הרב העלבראנץ.
במחילה, געמאלן וואסער.
אבער איידער כ'וועל צענעמען דיינע ווערטער, איז צוערשט קודאס פאר אבשלומ'ען וואס האט געעפנט דעם אשכול.
האמת אגיד, אז ווען כ'האב געזען אז דער מנהל האט צוגעלייגט דעם טיטל הרב צו מענדעלע האגער פון מרכז השוואנצונעס (כ'האב עס אויפגעכאפט זעענדיג א מאדנעם טיטל אינעם קעפל. דאן ביים ענדע האב איך געזען אז דער מנהל האט צוגעלייגט דעם טיטל, ודו"ק), איז מיר ארויפגעקומען בלוט אין קאפ.
די ערשטע זאך וואס כ'האב געקענט טראכטן איז, אז העניך האט אזוי שיין מסביר געווען די חזיריי ביי היימישע צייטונגען און מאגאזינען, און אויב אזוי פארוואס זאל קאווע שטיבל נישט זיין די ערשטע נארמאלע פלאץ וואו מ'זאל שרייבן ווי עס פאסט באמת, אנשטאט ווי עס פאסט לשם "עס פאסט".
כ'האב אפילו געקלערט פון עפענען אן אשכול דערפון, אבער כ'האב מיך אפגעהאלטן דערפון וויבאלד עס וואלט אריינגעגאנגען אינעם סוב-פארום "בחצרות הקודש", און פאר ווער עס האט נאר פארגעסן האב איך אויסגעדרוקט גאר א שארפע קעגנערשאפט צום טיטל בחצרות הקודש פאר רבי'שע הויפן. בשעתו, האב איך שוין מוחה געווען אז אזא טיטל פאסט פאר אייוועלט - און טאקע פאר אלע מאגאזינען אויף וועמען העניך האקט אזוי שטארק - אבער נישט פאר ק"ש.
דאן האט די הנהלה - מיטן אור-אלטן בת היענה מענטאליטעט - באשלאסן אז מ'זאל יא לאזן דעם נאמען, און טאקע ווי דער "הרב" אקט, איז עס א "פרינציפ" פון שרייבן רעספעקטפול-ענד-בלא-בלא-בלא.
איך האב ווידעראמאל מוחה געווען און מציע געווען א פארעווע טיטל, צולייגנדיג אז כ'זע מיך נישט באשרייבן קיין רבי'שע נושאים אין אזא פארום ווי "בחצרות הקודש", אבער עס איז געווען אין קול ואין עונה.
איך האב טאקע מקיים פסק געווען, און זינט דאן האב איך נישט געעפנט קיין איין אשכול איבער רבי'שע אנגעלעגנהייטן (און דערפאר נישט באשריבן רבי שאול'ס נסיעה, גערער פאליטיק, מענדעלע שוואנצונעס, ינוקא מסאדיגורא, א.א.וו.)
אלנפאלס, האט מיר דערפרייט צו זען אז אבשלום האט בארירט די זעלבע פונקטן.
אצינד, צו די פרישע נארישע קאפ-אין-וואנט מהלך פונעם מנהל:
1. אויב מיר זענען אלע מסכים אז עס וואלט געפאסט אויפצוהערן קויפן מאגאזינען וואס דעקן דעם שוואנצונישן אייזל, דאן האבן מיר א חזקת חברי קאווע שטיבל אויף דעם פארשוין און קולט פירער פון מרכז. איז פארוואס זיך עקשנ'ען אויפן טיטל הרב, מיטן תירוץ אז אויב נישט וועט מען נישט וויסן וואו צו ציען די רויטע ליניע? מ'זעט דאך קלאר די רויטע ליניע, והוא: א פארשוין וואס חברי הק"ש האבן זעלבסט באשלאסן אז ער איז "אנדערש" פון אלע אנדערע אנגעבליכע "הרב'ס" למיניהם.
וזה לך האות: העלבראנץ און בערלאנד קריגן נישט קיין הרב ביי קיינעם - סיידן, מעגליך, דער מנהל ופלארעליסטן בדומה לו (ווי ערווענט שפעטער) - וויבאלד זיי זענען אפגעפרעגט ביי אלעמען. אמת טאקע אז דארט זענען זיי אפגעפרעגט אויך אין גאס, אבער הא גופא קא אמרינן: מ'קען באשליסן אז פלוני איז א שייגעץ, א מנוול און נישט קיין הרב, און אויב מיר באשליסן דאס אויפן איינגעשרימפענעם בויך און מח פון מרכז, דאן היינו הך.
2. ווער בעט פון די הנהלה צו זיין די arbiters of truth? נאכמער, ווער גלייבט אז ענק זענען טאקע די arbiters of truth? פארקערט גאר, אויב ענק וואלטן זיך פאררעכנט אלס די arbiters of truth וואלט מען געדארפט אפפוצן פון ק"ש, ווייל אט דאס טוט דאך די הנהלה אויף א"וו וואס האלטן זיך יא פאר די arbiters of truth (און דערפאר קענען זיי חוסם זיין, מעקן, צענזורירן, באשמוצן און טון וואס אימער זייערע הייליגע אויגן און שכל דיקטירט).
אדרבה, מיר בעטן אז ענק זאלן ניטאמאל זיין די וואס זאלן באשליסן אז עס קומט זיך די טיטל הרב פאר יעדן מנהיג בישראל. דער אמת - truth איז, אז פאר אזא בריה משונה ווי מענדעלע קומט זיך נישט דער טיטל הרב, און אויב שרייבט מען אויף אים הרב איז עס היפך האמת און טאקע אזא עולם השקר ווי דער מאגאזין וואס דעקט מענדעלע נעבן אן אמת'ער ערליכער איד.
והיה כי ישאלך המנהל, ווער באשליסט וואס איז דער אמת? ואף אתה אמור לו כהלכות אינשין גובראין, אז מ'זעט וויאזוי די ניקס זעלבסט באציען זיך צו די פארשוינען, און דאס פסק'נט אויס ווער זיי זענען (וכמובן מיט באגרעניצונגען, למשל די סאטמארע ברידער קענען נישט אויסגע'פסק'נט ווערן דורך די חסידים פונעם אנדערן ברודער...)
3. נאכמער קלאפט דאס אויס ביים קומענדיגן זאץ: "דערפאר טאקע זענען מיר מקפיד אז יעדער רב/רבי ממש, אפילו גאר עקסטרעמע און גאר ליבעראלע, זאלן באקומען א טיטול". אין אנדערע ווערטער, אויב אבי ווייס איז א רב אין ריווערדעיל דאן קומט זיך אים דער טיטל הרב - אפגעזען אז צוליב זיינע ליבעראלע מיינונגען זענען רוב ארטאדאקסישע רבנים ארויסגעקומען גאר שארף קעגן אים, און אים אויסגעשלאסן פונעם אנגענומענעם ארטאדאקסיע. אויב איך וועל נישט שרייבן הרב, באגיי איך אן אומרעכט לויט די הארבע פארהייליגטע כללים פון ק"ש.
ומכלל זה אתה שומע אז אפילו מושחתים און טעראריסטן, מוזן קריגן דעם טיטל, כדי שלא להבחין בין דם לדם ובין דין לדין, בין נגע לפגע ובין מצורע למנורה הטהורה.
עס בלייבט נאר איבער צו וויסן אויב פרויען ראבייס - נישט רעפארמער ח"ו נאר היימישע נסמכות דורך אבי ווייס - דארפן אויך קריגן דעם טיטל הראביי/רבנית, אדער מ'קען מקיל זיין? ווייל ליידער ליידער איז די הנהלה נישט די arbiters of truth, און אפשר דארף מען זיי אויך באטיטלען אלס הרב? ואימא איפכא, אז ענדליך האט מען געטראפן א "לאך" אין חוקת בית הקפה, וויבאלד זי איז נישט קיין "הרב" נאר א "הרבנית", און אויף איר איז נישט גילטיג דער פארהייליגטער כלל.
בקיצור, אם אין דעת הבדלה מנין.
ואם יש דעת - ברור שיש להבדיל בין קודש לחול ובין טמא לטהור ובין שוואנצונעס לסתם כבוד שמעקער.
4. דאס פרובירן איינצופעדימען די זעלבע הנהגה אפילו ביי העלבראנץ, איז עפעס וואס דער מנהל דארף זאגן מיט א געבויגענעם קאפ, קריעה-געריסענעם העמד, ועל שפם יעטה וטמא טמא יקרא. א שאנדע און א בושה. דאס איז עפעס א "הנהגה"? א מנהג טוב? א שכל'דיגע זאך? א מענטשליכע זאך? עפעס וואס מאכט סענס? עפעס וואס פאסט? עפעס וואס פארענטפערט גאר די קאפ-אין-וואנט קו ביי שוואנצונעס צי סיי וועלכע מושחת?
והוא לפלא, אז אנשטאט איינגראבן דעם פנים און ווארטן אז א צווייטער זאל אויסגראבן דעם פלעק פון העלבראנץ, צו צייגן אז מ'מוז אליינס באשליסן ווער עס איז א הרב און ווער עס איז א ימ"ש, אפגעזען צי מ'איז א "מנהיג בישראל", גייט גאר דער מנהל און פארטיידיגט זיין אומגליקליכער באשלוס מיטן צייגן אז "אפילו" העלבראנץ קריגט א הרב מטעמם?
שעים אן יו פיפל!
נאכדעם גייט העניך דארפן מאכן צד השוה'ס און קרעכצערייען, אז אונזער פארשאלטענע סיסטעם האט נישט ארויסגעשטויסן דעם מושחת און יענעם קולט פירער, אזויווי מ'האט געטון מיט די רשעים פון לב טהור. הנהלה הנהלה, וואו זענט עטס?! עטס זענטס נאך ערגער פון די היימישע מאגאזינען! זיי וואלטן נישט געדעקט העלבראנץ, און דו שרייבסט אז אפילו העלבראנץ דארף קריגן דעם פארשמייליגטן "הרב", למען לא יחסר המזג.
5. אין א זייטיגן נאטיץ, פארשטיי איך נישט פארוואס פונקט דעם סעיף קטן מתקנות ק"ש דארף מען אזוי שטרענג אינפארסירן, און אנדערע תקנות ווערן שטענדיג אויסגעמיטן און אפילו איבערגעטראטן בריש גלי. איך געדענק אז צווישן די תקנות זענען געווען שטרענגע אינפארסירונגען קעגן א טראלל; נישט רעדן קעגן ארטאדאקסישער מהלך אין אידישקייט ואמונה; נישט לייגן בילדער פון פרויען, און נאך.
גראדע בין איך צופרידן פון רוב זאכן וואס מ'פייפט אריין אין די תקנות, אבער למען ה' פארוואס פונקט ביי דעם צודרייטקייט פון באטיטלען מטורפים אלס "הרב" צוליב דאס זיין א מנהיג, לויפט מען גלייך אריין אינעם שולחן ערוך הלכות ק"ש, צו זען ווי דער מחבר אסר'ט דאס שרייבן א נאמען אן א טיטל? לאז געמאכט! אין עברית זאגט מען "הציבור אמר את דברו", און אין אראמיש זאגט מען "פוק חזי מאי עמא דבר".
ולא תהא כהנת כפונדקאית, אויב מעג מען טאדלען ארטאדאקסיע מעג מען באטיטלען א שוואנץ בשמו הטוב ההולך לפניו.
6. לעסט באט נאט ליעסט: נאר א גולם וועט נישט שמעקן אז דאס איז דער זעלבער קו פון פארשאלטענע פלארעליזם במעטה של צדק. לאמר, אזוי צו זאגן - יעדער וואס "איז א מנהיג" דארף א טיטל. פערטיג. גיי קראך ניסלעך.
ס'איז אזא דין אזא, אזויווי צו זאגן אז יעדער דארף קריגן די זעלבע געריכט סיסטעם (אויך טעראריסטן), יעדער דארף ווערן די זעלבע באטראכט אין גאס דורך פאליציי און אין לופטפעלד דורך אויפזעער (ראסע-פראפילינג און איסלאמאפאביע איז חזיר-טרייף), יעדער פליט פון יעדע לאנד דארף ווערן אריינגענומען (אויך פון טעראר געשלאגענע לענדער). עס איז אן אויטאפישן וועלט אויסקוק וואו אלס איז שיין און גלאנציג, און יעדער איז וואויל און א הרב. רעכט און לינק זענען צענטעריסטן, וגר זאב עם כבש ושוואנצונעס עם חובבי תורה מריווערדעיל.
מ'פארמאכט די אויגן ווי א בת היענה, מ'פארקויפט זיך אלס צדיק וואס וויל ח"ו נישט זיין בגדר arbiter of truth, מ'סקרוט וואוילע אידן מיט כבוד לעקערס, און צדיקים מיט רשעות'דיגע ימח-שמו'ניקעס, העיקר - איך בין בעסער, קלוגער, אריסטאקראטישער, אינטעלעקטואלער, ווי דער עמך-איד וואס באטיטלט דעם אלס מושחת און יענעם אלס מנוול. איך האב וועליוס, איך האב שיטות, איך האב מיינונגען, איך געב א הרב פאר יעדער בן בליעל (תרתי משמע) וואס פירט א קהילה.
והוא הוא אשר אמרנו מיטן גרויליגן טיטל בחצרות הקודש אויף רבי'שע הויפן. אין בין בחצרות הקודש לבין החול ולא כלום, מ'דארף גאר מאכן הבדלה בין בחצרות הקודש לקודש, אבער דער עיקר איז אז איך בין "קלאסיש", מענטשליך, אינטעליגענט. איך האב א פלארעליסטישע סיסטעם און איך אינפארסיר נישט קיין שארפע החלטות ווייל איך בין העכער פון אלעס. איך בין ח"ו נישט קיין arbiter of truth!
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
ר' ארי: זאגסט זייער גיט אידיעלאגיש, למעשה קענסטו נישט אנהייבן מבחין זיין בין דם לדם, אז יא וועט גאנץ ק"ש ווערן א צימעס, מען וועט זיך רייסן וועימעס רבי איז הייליגער און פארוועים ס'קומט זיך וועלכע טיטל און מען וועט קענען טוישן די נאמען פין ק"ש צי צימעס שטיבעל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
ר' אהרן טייטלבוים איז אויך א רשע א בלוט צאפער וואס לאזט נישט אנדערע מענטשן מסדר קידושין זיין און פארשעמט פארפעלקער.
גערער רבי איז א רשע ווייל ער טעראריזירט די מענטשהייט און כאפט אוועק קינד.
ר' בנציון איז אן אני ואפסי שארלאטאן, א געלטגייציגער הונט וואס ווייסט נאר פון זעך זעך זעך און באהאנדלט זיין עולם ווי קליינע קינדער.
סקווירער רבי איז א מאנסטער.
קלויזנבורגער רבי איז פסיכאפאט וואס קאקט אויף זיין עולם און פארגינט נישט אז זיין ברודער אטעמט.
ינוקא מסאדיגורה איז א תינוק ואפרוח שלא נפתחו עיניו.
בעלזער רבי איז א קאמפאלסיוו משוגענער וואס אין בו לא תורה ולא יראת שמים.. אלא גאווה ואנוכיות.
רחמיסטריווקא רבי פון ארה"ק איז אן אומבאלאנסירטער מענטש וואס באלאנגט אין אן אינסטיטוציע.
אזוי קען מען אויסרעכענען נאך און נאך פון אונזערע צדיקים וקדושים וואס א באדייטנדע טייל פון זיי זענען מענטשן וואס סקומט זיך נישט קיין רעספעקט צוליב זייער ערך עצמי נאר צוליב דעם פאקט אז זיי פארטרעטן א קהילה. פונקט ווי יעדער פארשטייט אז ווען מ'איז מכבד דעם אמעריקאנער פרעזידענט גיט מען נישט כבוד פאר דעם ספעציפישן מענטש נאר מ'איז מכבד דעם אמעריקאנער פאלק. ברייטער גערעדט, זע איך ניש בעקרון אז הרב מענדעלע זאל זיין צופיל אנדערש, ער איז פשוט אביסל מער משוגע און וויינגער געפילטערט און מער קאמפאלסיוו.
מיט אלע טענות און מענות איז נאך אלץ זייער אין פלאץ קאווע שטיבל'ס תקנה אז מ'זאל שרייבן הרב אפילו אויף מענטשן פון וועמען מ'האלט נישט, פשוט צו קענען פירן ציוויליזירטע שמועסן און באהאנדלען מיט מינימאלע רעספעקט מענטשן וואס האבן אפיציעלע פאזיציעס בקרב מחנינו, ווי אויך אז מיטגלידער פון די ספעציפישע קהלות זאלן קענען שפירן זיך דא באקוועם און א סקווירער חסיד זאל נישט דארפן ליינען "דודל" אויף זיין רבי און א וויזשניצער חסיד זאל נישט דארפן ליינען "מענדעלע" אויף זיין רבי.
דערפאר ווייס איך נישט על מה יצא הקצף פון אונזער ארי החי, יא, מ'קען טרעפן פעלער ווי ס'ווערט נישט קלאר אויב די הלכה אפעלירט און מ'קען פירן א דעבאטע צי מ'דארף שרייבן הרב אבי שטיין אדער הרבנית אבי שטיין, אבער זיך ארויפכאפן אויף יוצא מן הדופנ'דיגע פעלער איז אינו מן החכמה ווען די תקנה דינט א גוטע און נארמאלע צוועק.
וועגן בחצרות הקודש, מיך שטערט עס נישט ווייל יעדער ווייסט אז ס'מיינט ביי קיינעם גארנישט און זיכער נישט אויף קאווע שטיבל. ס'איז פשוט א פארעם פון אידענטיטעט גענוי ווי מ'שרייבט אויף א רבי כ"ק אדמו"ר שליט"א וואס מיינט גארנישט באשיינפערליך נאר א סארט אידענטיפיקאציע אז יענער שפילט רביסטעווע. אז דו ווילסט דוקא קענסטו זאגן ס'איז מלשון איה הקדישה. צו גוזר תענית דיבור זיין זעט מיר אויס ווי אן איבערגעטריבענע רעאקציע און א שיינעם שטורעם אין א גלעזל קאווע.
בכל אופן, אז פאר'ן ארי החי באדערט עס אזוי שטארק זע איך נישט פארוואס מ'זאל זיך עקשנען דערויף אויך נישט. ס'איז בכלל נישט וויכטיג און מ'קען רואיג טוישן מצידי דעם פארעם צו בחצרות החסידים אדער בחצרות האדמורי"ם אדער בחצרות הקהלות וכדו'.

די טעות (און כעס) קומט פון דעם אז מ'מיינט אז הרב מיינט א ערענסטע מענטש. הרב איז א טיטעל פונקט ווי איינער זאל זאגען פרעזידענט (טראמפ) אדער דאקטאר (קארקאווין) אדער דער שופט (אש) אדער דער בית דין (התאחדותַ) דער מקובל (פינטא) וכו' וכו'
ס'איז א פאקטישע טיטעל. ער איז א רב. א משוגענע רב. פונקט ווי מטורף סאסיעפעט פרעזידענט טראמפ, אדער א דאקטאר death קארקאווין אדער די Judge Ash וואס איז אינדייטעד יעצט אדער א בית דין פון התאחדותַ וואס איז בפומבי מכיר פנים במשפט אדער א סקעם ארטיסט מקובל פינטא אדער א משוגענע הרב מענדעלע. מ'פאלירט נישט טיטעל ווייל מ'איז נישט מער ראוי דערצו. ס'איז א פאקט. דער גראבער קאני. ער קען זיין א צדיק אדער א רשע. ער איז א גראבער.
הרב מענדעלע האגער השם ישלח לו רפואת הנפש בקרוב ממש
און יא, ווען רב\רביצן שטיין האט פארענטשעס מיט מענטשען וואס קלאפן און פאטשן פאר אים\איר קען מען אויך זאגן הרב\רבנית. ווענט זיך וואס די קהלה באקרוינט עס מיט.
ווען מענדעלע איז א משוגענער וואס וואוינט אין פתח תקווה און נאר דארט קלאטש מען פאר אים, שרייבט מען נישט דא הרב אויף אים. נאר אין די המספיק גאזעט.
וואס יא? ליידער זענען זיינע חסידים בלינד צו פארשטיין אז ער באלאנגט אין ברידערהיים ביי המספיק און ס'איז א גרויסע רחמנות אויף זיי.
ס'איז א פאקטישע טיטעל. ער איז א רב. א משוגענע רב. פונקט ווי מטורף סאסיעפעט פרעזידענט טראמפ, אדער א דאקטאר death קארקאווין אדער די Judge Ash וואס איז אינדייטעד יעצט אדער א בית דין פון התאחדותַ וואס איז בפומבי מכיר פנים במשפט אדער א סקעם ארטיסט מקובל פינטא אדער א משוגענע הרב מענדעלע. מ'פאלירט נישט טיטעל ווייל מ'איז נישט מער ראוי דערצו. ס'איז א פאקט. דער גראבער קאני. ער קען זיין א צדיק אדער א רשע. ער איז א גראבער.
הרב מענדעלע האגער השם ישלח לו רפואת הנפש בקרוב ממש
און יא, ווען רב\רביצן שטיין האט פארענטשעס מיט מענטשען וואס קלאפן און פאטשן פאר אים\איר קען מען אויך זאגן הרב\רבנית. ווענט זיך וואס די קהלה באקרוינט עס מיט.
ווען מענדעלע איז א משוגענער וואס וואוינט אין פתח תקווה און נאר דארט קלאטש מען פאר אים, שרייבט מען נישט דא הרב אויף אים. נאר אין די המספיק גאזעט.
וואס יא? ליידער זענען זיינע חסידים בלינד צו פארשטיין אז ער באלאנגט אין ברידערהיים ביי המספיק און ס'איז א גרויסע רחמנות אויף זיי.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 766 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה
איך האלט ס'איז גאר א מעלה אז מ'נוצט רב פאר יעדן משוגענער, אזוי וויסט מען אז די אלע מיטן טיטל רב מיינט נישט גארנישט.
איי וואס איז מיט די וואס זענען באמת ראוי צום אריגינעלען באדייט פונעם כינוי? אזא איינער איז שוין גדול מרבן שמו ושמו הולך לפניו און דארף נישט קיינע טיטלען (למשל שאול אלטער).
איי וואס איז מיט די וואס זענען באמת ראוי צום אריגינעלען באדייט פונעם כינוי? אזא איינער איז שוין גדול מרבן שמו ושמו הולך לפניו און דארף נישט קיינע טיטלען (למשל שאול אלטער).
פאליטיקאנט האט געשריבן:איך האלט ס'איז גאר א מעלה אז מ'נוצט רב פאר יעדן משוגענער, אזוי וויסט מען אז די אלע מיטן טיטל רב מיינט נישט גארנישט.
איי וואס איז מיט די וואס זענען באמת ראוי צום אריגינעלען באדייט פונעם כינוי? אזא איינער איז שוין גדול מרבן שמו ושמו הולך לפניו און דארף נישט קיינע טיטלען (למשל שאול אלטער).
למשל שאול אלתר... ארויסגעברענגט אין איין נאמען. #איילייקדעט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
יאסל ראקאווער האט געשריבן:די טעות (און כעס) קומט פון דעם אז מ'מיינט אז הרב מיינט א ערענסטע מענטש. הרב איז א טיטעל פונקט ווי איינער זאל זאגען פרעזידענט (טראמפ) אדער דאקטאר (קארקאווין) אדער דער שופט (אש) אדער דער בית דין (התאחדותַ) דער מקובל (פינטא) וכו' וכו'
ס'איז א פאקטישע טיטעל. ער איז א רב. א משוגענע רב. פונקט ווי מטורף סאסיעפעט פרעזידענט טראמפ, אדער א דאקטאר death קארקאווין אדער די Judge Ash וואס איז אינדייטעד יעצט אדער א בית דין פון התאחדותַ וואס איז בפומבי מכיר פנים במשפט אדער א סקעם ארטיסט מקובל פינטא אדער א משוגענע הרב מענדעלע. מ'פאלירט נישט טיטעל ווייל מ'איז נישט מער ראוי דערצו. ס'איז א פאקט. דער גראבער קאני. ער קען זיין א צדיק אדער א רשע. ער איז א גראבער.
זייער א שיינע הסבר, וואס טוט זיך אבער אויב איינער שרייבט נאר טראמפ, און נישט צוגעלייגט דעם ווארט פרעזידענט בעפאר? דארף מען דאס מתקן זיין? אדער קען זיין אז די הנהלה איז נאר מקפיד אויף אידישע טיטלען?
אגב איך בין מוחה אויף די משל פון קאני. פאסט נישט.
וירח ה' את ריח הניחוח
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
איך גלייב אז א גרויס חלק פון די טענה דא איז אלס די אינהערענט עמבּיגיוּאיטי אינעם באדייט פונעם טיטל ״(ה)רב״:
1) צי עס איז פשוט אזוי ווי א דעניגרעישאן פון א אידישע רעליגיעזע ״מנהיג/מורה דרך״
2) אדער איז עס אן האנאריפיק פון עפעס וואס צייגט אויף די קוואליפיקאציעס פונעם אינדיווידואל און זיין זיין ראוי און געבט לעדזשיטימיסי.
עס איז אבער בעצם א שילוב פון זיי צוויי און פון דעם וואקסט ארויס די קאנטראווערסיע.
והיינו, עס איז נישט נאר ״מנהיג״, וואס דאן איז די הנהלה כמובן גערעכט, ווייל דאן דארף מען עס דאך געבן אפילו צו רעפארמער - זיי זענען למעשה ״וואליד״ אידישע רעליגיעזע מנהיגים כנ״ל עפ״י הרב דר. לאם ז״ל. ואפילו אויך צו ״מנהיגים״ פון אידישע רעליגיעזע קולטס. ואלא מאי אז דאס מיינט נאר א ״מנהיג״ ביי ארטאדאקסן [עכ״פ איינמאל מען איז טאקע מגדיר ווער און וואס איז (נאך) ארטאדאקס משני הצדדים], א ״לעגיטים״ מנהיג וכנ״ל. אבער דאן איז דאך דאס שוין לכאורה אטאמאטיש כולל ״לעגיטים״ אלס א קריטעריאן מיניה וביה און צי דער אינדיווידואל איז ראוי דערצו; די צווייטע דעפיניציע פונעם טיטל.
1) צי עס איז פשוט אזוי ווי א דעניגרעישאן פון א אידישע רעליגיעזע ״מנהיג/מורה דרך״
2) אדער איז עס אן האנאריפיק פון עפעס וואס צייגט אויף די קוואליפיקאציעס פונעם אינדיווידואל און זיין זיין ראוי און געבט לעדזשיטימיסי.
עס איז אבער בעצם א שילוב פון זיי צוויי און פון דעם וואקסט ארויס די קאנטראווערסיע.
והיינו, עס איז נישט נאר ״מנהיג״, וואס דאן איז די הנהלה כמובן גערעכט, ווייל דאן דארף מען עס דאך געבן אפילו צו רעפארמער - זיי זענען למעשה ״וואליד״ אידישע רעליגיעזע מנהיגים כנ״ל עפ״י הרב דר. לאם ז״ל. ואפילו אויך צו ״מנהיגים״ פון אידישע רעליגיעזע קולטס. ואלא מאי אז דאס מיינט נאר א ״מנהיג״ ביי ארטאדאקסן [עכ״פ איינמאל מען איז טאקע מגדיר ווער און וואס איז (נאך) ארטאדאקס משני הצדדים], א ״לעגיטים״ מנהיג וכנ״ל. אבער דאן איז דאך דאס שוין לכאורה אטאמאטיש כולל ״לעגיטים״ אלס א קריטעריאן מיניה וביה און צי דער אינדיווידואל איז ראוי דערצו; די צווייטע דעפיניציע פונעם טיטל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 225
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל
Re: מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה
לענ"ד זאל יעדער מעגן שרייבן וועלכע טיטל ער וויל אדער נישט שרייבן קיין שום טיטל אויף וועם אימער.
ממה נפשך, אויב זענען טיטלען מוכיח עפעס, דאן וויזוי מעגסטו צולאזן אז א שוטה ורשע זאל קריגן א טיטל וואס וועט אים באשיינען?
אלא מאי איז עס גארנישט, אי משום הא וואסארא נפק"מ וועט אויסמאכן וועלכע טיטל (גארנישט) דו גיבסט אדער גיבסט נישט פאר סיי וועם?