כוכב, איך קען פארשטיין דיין פוינט אן דו זאלסט דארפן עפענען דיין גרויליגע פיסק און אזוי רעדן אויף גרויסע און חשובע רעבעס פון די היינטיגע דור. איך וואלט דיר געראטן עס אויסצימעקן, אבער אויב דיין וויסטע שנאה קעגן די אלע אדמורים שטייגט איבער דאן לאז עס.
און צום עצם דיבעיט דא, זעה איך נישט פארוואס מען דארף זיך פארעקשנן צו זאגן הרב אויף העלברנץ , פאר וועם מאכט עס אויס? די חילוק פון איינער וואס איז א קלענערע רבי אדער גרעסער איז גאר ווייט ווי איינער ווי העלבראנץ למשל וואס איז אפגעפרעגט ביי יעדע רעכטדענקינדע מענטש.
פאליטיקאנט האט געשריבן:איך האלט ס'איז גאר א מעלה אז מ'נוצט רב פאר יעדן משוגענער, אזוי וויסט מען אז די אלע מיטן טיטל רב מיינט נישט גארנישט.
איי וואס איז מיט די וואס זענען באמת ראוי צום אריגינעלען באדייט פונעם כינוי? אזא איינער איז שוין גדול מרבן שמו ושמו הולך לפניו און דארף נישט קיינע טיטלען (למשל שאול אלטער).
למשל שאול אלתר... ארויסגעברענגט אין איין נאמען. #איילייקדעט.
מיין רבי און חדר פלעגט זאגן אז די תנאים ואמוראים וואס מ'רופט ביים נאמען אן א טיטל, זענען אסאך הייליגער! למשל אביי, רבא וכו'...
איך וועל צולייגן מיינע צוויי צענט. קודם דארף מען עפרישיעיטן די פלאץ אז מען קען שרייבן וואס מען וויל איבער אלע הייליגע און אומהייליגע צדיקים. אפגעזען וועלכע טיטל מען געבט, איז דער עיקר מען זאל וויסן דער אמת וואס זיי זאגן און טוען, און דאס מאכט אסאך מער אויס. פארשטייט זיך אויב די בילדער אויסגאבעס וואלטן געברענגט די הייליגע ווערטער פון די הייליגע רבי למשל, וואלט קיינער נישט געהאט קיין פראבלעם אויב זיי שרייבן שיינע טיטלען, ווייל יעדער וואלט געקענט אליין זען זיין חשיבות, און מחליט זיין אויף וועם ער וויל ארויפקוקן.
למעשה דארף די הנהלה אראפלייגן עפעס א ליניע וויאזוי צו באטיטלען אנדערע. איך וואלט געזאגט אזוי, וויבאלד די עיקר סיבה פארוואס אזא תקנה פעלט זיך אויס, איז צוליב די ווייטאג וואס עס קען שאפן צו געוויסע מיטגלידער אינעם שטיבל, ווען זיי ליינען די וועג וויאזוי מען באציט זיך צו זייער מנהיג. דארף מען מקפיד זיין אויף די תקנה נאר אין אזעלכע פעלער ווען עס איז דא א מעגליכקייט אז די אנהענגער פון די מנהיג דרייען זיך דא. און דאס איז לכאורה גילטיג פאר אלע וואס ווערן געדעקט דורך די היימישע פאפוראצי.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
אין @ארי נוהם אלא מתוך חצרות הקודש וואס איז דאך למעשה סך הכל א קופה של בשר. איך האב אים געלייקט נישט ווייל איך בין מסכים מיט יעדער ווארט (כאטש אויף "בחצרות הקודש" בין איך טויזנט פראצענט מיט אים) נאר ווייל איך האב הנאה פון זיין פאשען און ברען און די שעה צוויי וואס ער האט אוועקגעגעבן צו שרייבן זיין מיינונג.
למעשה איז דער כלל צו קאנצענטרירן אויף די ארגומענטן און נישט אויף נארישע פוינטס צו קענען זאגן בערעלע אדער דוד'ל רוצח און סתם אויפברויזן מענטשן. איך האלט אז א נאמען אליין איז כשר כל זמן סאיז נישט בזלזול וגדול מרבן שמו. מיר זענען דאך פארט א קאווע שטיבל און "מענדעלע" זאגט מען אין ק"ש ברחבי העולם. ס'איז שווער צו געבן א כלל ווייל עס ווענדט זיך אויך אין לשון בני אדם. אפילו מיט א טיטל שטעל איך מיך פאר אז ר' יואלי'ש איז כשר, ר' יואל'י נישט אאז"וו.
עס איז אויך לאו דווקא רבי'ס. מיך האט געפיקעוועט פיר יאר צו זען כסדר דער אשכול "טראמפ יר"ה" און ס'האט זיך מיר געגלוסט אויפצומאכן אן אשכול "טראמפ ימ"ש" צו זען צי מ'וועט עס צושליסן. איך האב מיך איינגעהאלטן און דאכט זיך מיר אז קיינער האט נישט דערלייגט.
צפור בודד האט געשריבן:מיך האט געפיקעוועט פיר יאר צו זען כסדר דער אשכול "טראמפ יר"ה" און ס'האט זיך מיר געגלוסט אויפצומאכן אן אשכול "טראמפ ימ"ש" צו זען צי מ'וועט עס צושליסן.
אויב איך האב נישט קיין טעות, האב איך אויפגעמאכט דעם אשכול "טראמפ יר"ה". אז די וועסט קוקן אויף מיינע תגובות וועסטו זעהן, אז איך בין ווייט נישט קיין טראמפ שטיצער. נאר נעכטן אין אפיס האב איך געפירט א קופקע קעגן א כאפטע קאלעגן, אים אראפצורייסן.
כוכב האט געשריבן:ר' אהרן טייטלבוים איז אויך א רשע א בלוט צאפער וואס לאזט נישט אנדערע מענטשן מסדר קידושין זיין און פארשעמט פארפעלקער. גערער רבי איז א רשע ווייל ער טעראריזירט די מענטשהייט און כאפט אוועק קינד. ר' בנציון איז אן אני ואפסי שארלאטאן, א געלטגייציגער הונט וואס ווייסט נאר פון זעך זעך זעך און באהאנדלט זיין עולם ווי קליינע קינדער. סקווירער רבי איז א מאנסטער. קלויזנבורגער רבי איז פסיכאפאט וואס קאקט אויף זיין עולם און פארגינט נישט אז זיין ברודער אטעמט. ינוקא מסאדיגורה איז א תינוק ואפרוח שלא נפתחו עיניו. בעלזער רבי איז א קאמפאלסיוו משוגענער וואס אין בו לא תורה ולא יראת שמים.. אלא גאווה ואנוכיות. רחמיסטריווקא רבי פון ארה"ק איז אן אומבאלאנסירטער מענטש וואס באלאנגט אין אן אינסטיטוציע. .
אינטערסאנט, באמערקט אז פון אפאר חסידות ווי עס איז דא צוויי רבי׳ס האט כוכב נאר דערמאנט איינע אין זיין משל
איך וואלט געמאכט א פשרה אויב דו רופסט דער מענטש ביים געהעריגן נאמען דארפסטו אפשר נישט שרייבן הרב אדער ר' אבער אז דו שרייבסט א לשון כינו וגנאי אזוי ווי מענדעלע כאטש לייג צו אן הרב