ווער איז מאנסור אבאס?...!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

ווער איז מאנסור אבאס?...!

שליחה דורך berlbalaguleh »

מאנסור אבאס איז אן איזראעלי- געבוירענער פאלעסטינער אראבער. ער איז דער הויפט פון רע"מ (רשימה ערבית מאוחדת). ער איז אויך דער ..."לשון המאזניים"...דער צינגל פון וואגשאל, ווי די רעליגיעזע ציונים האבן זיך ליעב געהאט צו רופן בימי מנחם בגין. פאר א פרייז פון 4 מיליארד (ביליאן) שקל וואס ער באקומט שכר פאר זיין אין די קאאליציע פון נפתלי בנט. אויך איז ער (א סאך מאל) דער יושב ראש פון כנסת.

ער זעהט אויס צו זיין א געשליפענער פאליטישן. שלא כמו דער חמור בצורת אדם דר. אחמאד טיבי. וועלכער האט אפן ארויסגעוויזן זיין שנאה צו די מדינה הציונית. ער (אבאס) קען עס גוט באהאלטן. אפילו ווען די חברי הכנסת פון ליכוד ווען זיי וויללן רעדן. און זיי זאגן איהם אריין אין זיין באבנ'ס באבע. דאך לאזט ער זיי רעדן. און ער שמייכלט זיך אונטער. זיכער פאר דעם געלט (און כבוד) וואלט איך אויך געשמייכלט. איינער פון די חברי הנסת. א ספרד'ישער איד א תלמיד חכם האט צוערשט גוט באוואשן איהם און זיין קאאליציע. ער האט אפילו געזאגט א דבר תורה אויף די פרשה. ווען ער האט געפרעגט רשות פון דעם יו"ר אויב ער מעג נאך ווייטער רעדן. האט ער איהם געגעבן מער צייט. מיט א שמייכל...!

איך קלער. בדרך אפשר. אם כבר בציונות עסקינן. אז אפשר איז די קאאליציע נישט אזא שלעכטע זאך. ווייל די אראבערס שפייען מיט א סאך ווייניגער שנאה. לכה"פ אין אנהייב. ווילאנג די באנקנאטן זענען נאך פריש. און לגבי די ערליכע מוסדות און ישיבות וואס דער רשע ליבערמאן, ימ"ש האט פון זיי אוועקגענימען די פאנדינג. וועללן זיי אפשר קענען מקיים זיין וואס רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע האט אייביג געזאגט אז מ'זאלל נישט נעמען קיין געלט פון זיי. וועללן זיי יעצט מוזן איינשפאנען זייער שנאר מאשין. און ארויספארן אין די וועלט אריין קיין אמעריקע און ענגלאנד...!
לאנגע הויזן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך לאנגע הויזן »

- *מנסור עבאס

- ער האט באקומען *53 ביליאן שקל

- חמור בצורת *בהמה דר. אחמאד טיבי

- דערווייל האט נאך ליבערמאן ב"ה גארנישט צוגענומען פון די מוסדות.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לאנגע הויזן: גערעכט. ער האט יא וועקגענימען (אנגעהויבן) די סובסידיעס וואס די רעגירונג האט געצאלט פאר דעי קעיר. אז די מאמעס זאללן קענען גיין ארבעטן. און דער מאן זאלל קענען לערנען אין כולל.ווען מ'צאלט מארקעט פרייז פאר דעי קעיר איז עס זייער טייער. און ס'לוינט זיך נישט פאר די פרוי צו גיין ארבעטן.

אבער ער איז א רשע נישט וועגן די געלטער. נאר ווייל ער ווילל (ח"ו) אויסרייסן די גאנצע תורה. ער זאגט אז ס'קען זיין א אידישע מדינה אן תורה. עפרא לפומיה, שם רשעים ירקב. ומח שמו. (אויב ער וועט נישט תשובה טון)...!
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

שליחה דורך תוהו ובוהו »

לאנגע הויזן האט געשריבן:ער האט באקומען *53 ביליאן שקל

ער האט באקומען ארום 35 ביליאן שקל
ליכוד מיט רע"ם פרובירן ביידע אויפצובלאזן די נומערן, יעדער פאר זיינע אינטרעסן.
https://www.facebook.com/100Tzad/videos ... 797083403/
לאנגע הויזן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך לאנגע הויזן »

berlbalaguleh האט געשריבן:לאנגע הויזן: גערעכט. ער האט יא וועקגענימען (אנגעהויבן) די סובסידיעס וואס די רעגירונג האט געצאלט פאר דעי קעיר. אז די מאמעס זאללן קענען גיין ארבעטן. און דער מאן זאלל קענען לערנען אין כולל.ווען מ'צאלט מארקעט פרייז פאר דעי קעיר איז עס זייער טייער. און ס'לוינט זיך נישט פאר די פרוי צו גיין ארבעטן.

אבער ער איז א רשע נישט וועגן די געלטער. נאר ווייל ער ווילל (ח"ו) אויסרייסן די גאנצע תורה. ער זאגט אז ס'קען זיין א אידישע מדינה אן תורה. עפרא לפומיה, שם רשעים ירקב. ומח שמו. (אויב ער וועט נישט תשובה טון)...!

זיכער איז ער א רשע פאר אלע זיינע גזירות וואס צילט אויסדריקלעך די היימישע אידן.

אבער דאס וואס די זאגסט וועגן סאטמאר האט (דערווייל..) נישט קיין הענט און פיס ווייל אין די תקציב האבן די ישיבות כמעט אלעס באקומען.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לאנגע הויזן: איז דאך אוודאי גוט. מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה...!
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

שליחה דורך סעגאל »

הרב רבי בערל איך האב אייך געלייקט נאך פארן ליינען שטעלענדיג אויף די חזקה אז איר שרייבט גיט אבער ביטע פאנג נישט אן יעצט א מערכה אז מען לייקט אייך נישט און מען רעאגירט נישט צו אייערע אשכולות.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

סעגאל: דו האסט מיך געמאכט אזוי שטארק לאכן. יעצט א פאר מינוט פאר דעם זמן פון לעכט צינדן. ס'נישט אז איך דארף גיין צינדן לעכט. אבער מיין ווייב טענה'ט אז זי האט חתונה געהאט צו א גוי. זי זאגט שטאטס זאגן שיר השירים (און מקיים זיין וואס ס'שטייט דארט) זיץ איך אפ אויף קאווע שטיבל. וועסטו דאך אוודאי מיינען אז זי איז (ח"ו) א פרומע, לאז איך דיך הערן אז ניין.(ב"ה) מיין ווייב איז נישט קיין פרומע. ווייל אויב (ח"ו) יא. וואלט שוין איינער ארויסגעפלויגן פון פענצטער. אדער איך. אדער זי. אזויפהל יא. איך בין מקיים די עצה פון הרה"צ ר' שמעון דזשיגאן. מ'האט איהם געפרעגט וויאזוי איז ער אזוי געזונט. זאגט ער..ווען מיין ווייב נעמט זיך שרייען. לויף איך ארויס אינדרויסן. ווען מ'איז 40 יאר אויף די פרישע לופט מוז מען דאך זיין געזונט...לאל... גוט שבת...!
באניצער אוואטאר
קאמארנער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 05, 2022 6:16 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך קאמארנער »

berlbalaguleh האט געשריבן:סעגאל: דו האסט מיך געמאכט אזוי שטארק לאכן. יעצט א פאר מינוט פאר דעם זמן פון לעכט צינדן. ס'נישט אז איך דארף גיין צינדן לעכט. אבער מיין ווייב טענה'ט אז זי האט חתונה געהאט צו א גוי. זי זאגט שטאטס זאגן שיר השירים (און מקיים זיין וואס ס'שטייט דארט) זיץ איך אפ אויף קאווע שטיבל. וועסטו דאך אוודאי מיינען אז זי איז (ח"ו) א פרומע, לאז איך דיך הערן אז ניין.(ב"ה) מיין ווייב איז נישט קיין פרומע. ווייל אויב (ח"ו) יא. וואלט שוין איינער ארויסגעפלויגן פון פענצטער. אדער איך. אדער זי. אזויפהל יא. איך בין מקיים די עצה פון הרה"צ ר' שמעון דזשיגאן. מ'האט איהם געפרעגט וויאזוי איז ער אזוי געזונט. זאגט ער..ווען מיין ווייב נעמט זיך שרייען. לויף איך ארויס אינדרויסן. ווען מ'איז 40 יאר אויף די פרישע לופט מוז מען דאך זיין געזונט...לאל... גוט שבת...!

וואס הייסט א 'פרומע' ?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

א פרוי וואס דאוונט און זאגט תהילים און תחינות א גאנצן טאג. און די קוגל איז האלב רוי. און נישט געזאלצן. די טשולנט איז צוגעברענט. און די הויז צופלויגן. די הייליגע רעבעצין זאגט דאך תהילים און נאכדעים ליינט זי צאינה וראינה אויף די פרשה. ווען זי האט געענדיגט די אלע גוטע זאכן. מיט מנורת המאור און קב הישר, ליינט זי מעלות...!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

berlbalaguleh האט געשריבן:א פרוי וואס דאוונט און זאגט תהילים און תחינות א גאנצן טאג. און די קוגל איז האלב רוי. און נישט געזאלצן. די טשולנט איז צוגעברענט. און די הויז צופלויגן. די הייליגע רעבעצין זאגט דאך תהילים און נאכדעים ליינט זי צאינה וראינה אויף די פרשה. ווען זי האט געענדיגט די אלע גוטע זאכן. מיט מנורת המאור און קב הישר, ליינט זי מעלות...!


איך וואלט עס מגדיר געוועין, זי ארבעט אויף די מאנס קדושה בעת הזיווג ויבין המבין
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
פארשפארט