ווער איז מאנסור אבאס?...!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20282
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 26003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15565 מאל
קאנטאקט:

ווער איז מאנסור אבאס?...!

שליחה דורך berlbalaguleh »

מאנסור אבאס איז אן איזראעלי- געבוירענער פאלעסטינער אראבער. ער איז דער הויפט פון רע"מ (רשימה ערבית מאוחדת). ער איז אויך דער ..."לשון המאזניים"...דער צינגל פון וואגשאל, ווי די רעליגיעזע ציונים האבן זיך ליעב געהאט צו רופן בימי מנחם בגין. פאר א פרייז פון 4 מיליארד (ביליאן) שקל וואס ער באקומט שכר פאר זיין אין די קאאליציע פון נפתלי בנט. אויך איז ער (א סאך מאל) דער יושב ראש פון כנסת.

ער זעהט אויס צו זיין א געשליפענער פאליטישן. שלא כמו דער חמור בצורת אדם דר. אחמאד טיבי. וועלכער האט אפן ארויסגעוויזן זיין שנאה צו די מדינה הציונית. ער (אבאס) קען עס גוט באהאלטן. אפילו ווען די חברי הכנסת פון ליכוד ווען זיי וויללן רעדן. און זיי זאגן איהם אריין אין זיין באבנ'ס באבע. דאך לאזט ער זיי רעדן. און ער שמייכלט זיך אונטער. זיכער פאר דעם געלט (און כבוד) וואלט איך אויך געשמייכלט. איינער פון די חברי הנסת. א ספרד'ישער איד א תלמיד חכם האט צוערשט גוט באוואשן איהם און זיין קאאליציע. ער האט אפילו געזאגט א דבר תורה אויף די פרשה. ווען ער האט געפרעגט רשות פון דעם יו"ר אויב ער מעג נאך ווייטער רעדן. האט ער איהם געגעבן מער צייט. מיט א שמייכל...!

איך קלער. בדרך אפשר. אם כבר בציונות עסקינן. אז אפשר איז די קאאליציע נישט אזא שלעכטע זאך. ווייל די אראבערס שפייען מיט א סאך ווייניגער שנאה. לכה"פ אין אנהייב. ווילאנג די באנקנאטן זענען נאך פריש. און לגבי די ערליכע מוסדות און ישיבות וואס דער רשע ליבערמאן, ימ"ש האט פון זיי אוועקגענימען די פאנדינג. וועללן זיי אפשר קענען מקיים זיין וואס רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע האט אייביג געזאגט אז מ'זאלל נישט נעמען קיין געלט פון זיי. וועללן זיי יעצט מוזן איינשפאנען זייער שנאר מאשין. און ארויספארן אין די וועלט אריין קיין אמעריקע און ענגלאנד...!

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר