טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:פאליטיקאנט: לפי ידיעתי. אויב מ'רופט אריין אין זיין אפיס און מ'זאגט אז ער זאלל אראפנעמען פון די ליסט טוט ער עס. אויסער דעם איז דא אן עצה. מ'קען בלאקן געוויסע נאמבערס.
נאר. אזוי ווי איך האב געזאגט. מיך שטערט דאס נישט. ער (און אנדערע) קענען רופן מיין נאמבער ווען זיי וויללן. אפילו שבת און יום טוב. וכבר היה לעולמים. אז א שנאר ארגאניזאציע האט אנגעשטעלט א ראבא קאלל. נאר די טיימינג האטציך עפעס נישט אויסגעארבעט. און דער קאלל איז אנגעקומען אום שבת קודש. איך האב געהערט די רעקארדינג. און, כ'שטעל מיר פאר אז ס'איז געווען גרויסע בושות. ווען מ'רופט צום דינער אום שב"ק...!
ער נעמט קיינעם נישט אראפ אויף אייביג, נאר צייטווייליג, אין מקען נישט בלאקן ווייל ער טוישט כסדר נאמבערס,
ווער סקען אים היינט צי טאגס ווייסט אז דער איד איז א בעל דמיון עצום נעבעך, 90 פראצענט פען זיינע מעשיות פאסירן ביי אים אין קאפ, אין דארט הייבט זיך עס אן, אין דארט ענדיגט זיך עס
איך ווייס גראדע פון עטליכע פעלער וואס ער איז שטארק געקומען צוהילף, דער פראבלעם איז אבער אז ער רעדט זיך איין אז יעדער איינער איז אים מחויב צוליב זיינע מעשים טובים, ער כאפט נישט אז 'דאס אידישע הארץ' אויף וועלכן ער טריפט שוין אזוי לאנג, קען שוין נישט פארנעמען זיינע רדיפות. אויב וואלט ער אוועקגעשטעלט זיין ארגאנעזאציע מיט א געהעריגע אפיס און וועבזייטל און ער וואלט עס געפירט אויף א פראפעסיאנאלע שטייגער וואלט ער ווען געמאכט מער געלט ווי בוני עולם און RCCS.