איז אמונה פשוטה, אפיקורסות?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2459
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 6133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5901 מאל

איז אמונה פשוטה, אפיקורסות?

שליחה דורך קהל'ס נער »

איך בין א מאמין אין תורה מסיני מתוך אמונה פשוטה, כ'האב דורך געטין אלע הוכחות אויף דעים אלעס קען מען גרינג אפפרעיגן (מען קען עפענען נאך א אשכול צי די הוכחות זענען וואליד, דאס איז אבער נישט די מטרה פון די אשכול).

אסאך מאל הייב איך אן טראכטן "וואס בין איך אנדערש פון א אפיקורוס?"
ער טענה'ט אז די גאנצע תורה שטאמט פון א בשר ודם, און איך טענה אז ס'קומט פונעם אייבערשטען ווייל מיין טאטע אויך א בשר ודם האט מיך אליינס געזאגט אזוי.
ער טענה'ט אז די גאנצע זאך הייבט זיך נישט אן, איך האלט אויך אזוי נאר איך פאלג די תורה ווייל אזא טראדיציע האב איך.
ער היט נישט די תורה ווייל עים איז באקוועים אזוי, איך היט יא די תורה ווייל פאר מיך איז באקוועים אזוי.
וואס וועט זיין אויב מיין טאטע ווערט מארגן א מוסלומעינער, בין איך מופרך ממה נפשך, אויב האב איך אמונה פשוטה דארף איך אויך ווערן א מוסלעמעינער, ווייל פאר דער זעלבע סיבה פארוואס כ'האב געגלייבט ביז יעצט אז תורה מסיני דארף איך יעצט גלייבן אז מוחמד איז געוועין א נביא, און אויב ווער איך נישט קיין מוסלומעינער איז מיין גאנצע אמונה אפגעפרעיגט, ווייל מיין גאנצע אמונה איז דאך באזירט אז מיין טאטע האט מיר אזוי געזאגט, נא יעצט זאגט ער אנדערש.

והנני צווח כי כרוכיא "מיט וואס איז אמונה פשוטה, אנדערש ווי אפיקורסות?"
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר