איז אמונה פשוטה, אפיקורסות?
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
איז אמונה פשוטה, אפיקורסות?
איך בין א מאמין אין תורה מסיני מתוך אמונה פשוטה, כ'האב דורך געטין אלע הוכחות אויף דעים אלעס קען מען גרינג אפפרעיגן (מען קען עפענען נאך א אשכול צי די הוכחות זענען וואליד, דאס איז אבער נישט די מטרה פון די אשכול).
אסאך מאל הייב איך אן טראכטן "וואס בין איך אנדערש פון א אפיקורוס?"
ער טענה'ט אז די גאנצע תורה שטאמט פון א בשר ודם, און איך טענה אז ס'קומט פונעם אייבערשטען ווייל מיין טאטע אויך א בשר ודם האט מיך אליינס געזאגט אזוי.
ער טענה'ט אז די גאנצע זאך הייבט זיך נישט אן, איך האלט אויך אזוי נאר איך פאלג די תורה ווייל אזא טראדיציע האב איך.
ער היט נישט די תורה ווייל עים איז באקוועים אזוי, איך היט יא די תורה ווייל פאר מיך איז באקוועים אזוי.
וואס וועט זיין אויב מיין טאטע ווערט מארגן א מוסלומעינער, בין איך מופרך ממה נפשך, אויב האב איך אמונה פשוטה דארף איך אויך ווערן א מוסלעמעינער, ווייל פאר דער זעלבע סיבה פארוואס כ'האב געגלייבט ביז יעצט אז תורה מסיני דארף איך יעצט גלייבן אז מוחמד איז געוועין א נביא, און אויב ווער איך נישט קיין מוסלומעינער איז מיין גאנצע אמונה אפגעפרעיגט, ווייל מיין גאנצע אמונה איז דאך באזירט אז מיין טאטע האט מיר אזוי געזאגט, נא יעצט זאגט ער אנדערש.
והנני צווח כי כרוכיא "מיט וואס איז אמונה פשוטה, אנדערש ווי אפיקורסות?"

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: איז אמונה פשוטה, אפיקורסות?
קהל'ס נער האט געשריבן:וואס וועט זיין אויב מיין טאטע ווערט מארגן א מוסלומעינער, בין איך מופרך ממה נפשך, אויב האב איך אמונה פשוטה דארף איך אויך ווערן א מוסלעמעינער, ווייל פאר דער זעלבע סיבה פארוואס כ'האב געגלייבט ביז יעצט אז תורה מסיני דארף איך יעצט גלייבן אז מוחמד איז געוועין א נביא
וויאזוי קען א געפיל - אן קיין שום ראציאנאל צו זיך - ווערן אפגעפרעגט!?
''אמונה פשוטה'' איז אין בעסטן פאל ''א וועג פון לעבן'' (די עכטע ווארט דערפאר דארף בעצם זיין ''חיים פשוטים''. ד.ה., איך לעב וויאזוי עס ארבעט פאר מיר און איך דארף נישט געבן קיין לאגישע/פילאזאפישע דין וחשבון נישט פאר זיך און נישט פאר א צווייטן, אין איין ווארט א נייהיליסט[emoji3])
און אין ערגסטען פאל, א ליידיגע זאץ אן קיין שום באדייט, והוא העיקר.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 366
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
- האט שוין געלייקט: 809 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל
אמונה פשוטה איז נישט קיין אפיקורסות עס קען ברענגען צו אפיקורסות, וואס וואלט געווען ווען אברהם אבינו וואלט געגלייבט אלעס וואס תרח פארציילט אים?
באמת גלייב איך נישט אז דו טוסט אלעס וואס דיין טאטע און דיין מאמע הייסען דיר אדער געטון, איך גלייב אז טוסט זאכן וואס עס מאכט דיר סענס אז עס האט א פשט. די זעלבע זאך לגבי אמונה דו גלייבסט אז דאס וואס דיין טאטע האט דיר אויסגעלערנט איז אמת ווייל דו פארשטייסט עס און אפי׳ א קשיא דארף נאך נישט ווערן א פירכה אזוי ווי ביי רמב״ם און תוספות צו האסט א ראיה איז א צווייטע זאך און עס איז ווערד אן עקסטערע דיון פאר זיך.
ועיין עוד און די ווערטער פונעם הייליגען רמב״ם און מורה נבוכים( מובא במהדורה בתרא למהרש״א שבת פה עמוד א).
און אזוי אויך דא.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- צקון לחש
- ידיד ותיק
- הודעות: 682
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל
אמונה פשוטה איז נישט קיין אפיקורסות פשוט ווייל די וואס האבן אוועקגעשטעלט דעם דין פון אפיקורס האבן דאך געגלייבט באמונה פשוטה.
איך זעה גראדע נישט פארוואס מען זאל אוועקמאכן אזוי אמונה פשוטה; אפשר איז דער "חכם" (וואס איז נישט קיין "[קהל'ס] נער און גלייבט" ) גאר דער גרעסטע לוזער, נעמליך שכל און איז [אפשר] נישט חזות הכל.
אין אנדערע ווערטער; דער חכם האט אמונה פשוטה אין חכמה.

טיילונג איצט!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
צקון לחש האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער; דער חכם האט אמונה פשוטה אין חכמה.
נאר איינער וואס פארשטייט ע' פנים לתורה מיט א פשטות אז צוויי פארקערטע מציאות'ער קען זיין אמת, קען זאגען אזא קאנטרעדיקשען. חכמה איז די פארקערטע ווי אמונה פשוטה.
ס'איז כאילו די זאלסט זאגען, דער איינשטיין האט געגלייבט אין זיין אטאמישע ערפינדונגען מיט אן אמונה פשוטה.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות

- לייבל שטילער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
- האט שוין געלייקט: 321 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל
די מטרה פון אמונה, סיי פשוטה און סיי חקירה, איז, די תוצאות. די ארגומענט איז אז א לעבן געפירט מיט די איבערצייגונג אין ג-ט, תורה מן השמים, שכר ועונש וכו' וועט בדרך כלל זיין ערליכ'ער, בעסער פאר'ן ציבור און פאר'ן יחיד. ממילא איז דא א גרויסע חילוק צווישן אפיקורסת [לייען: הפקר'דיג לעבן] און אמונה פשוטה.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
לייבל שטילער האט געשריבן:די מטרה פון אמונה, סיי פשוטה און סיי חקירה, איז, די תוצאות. די ארגומענט איז אז א לעבן געפירט מיט די איבערצייגונג אין ג-ט, תורה מן השמים, שכר ועונש וכו' וועט בדרך כלל זיין ערליכ'ער, בעסער פאר'ן ציבור און פאר'ן יחיד. ממילא איז דא א גרויסע חילוק צווישן אפיקורסת [לייען: הפקר'דיג לעבן] און אמונה פשוטה.
ס'איז נישט ריכטיג צו זאגען אז אן אפיקורס פירט א הפקר'דיגע לעבן.
כאטש ווען עס קומט צום יחיד קען יעדער מאמינים וואס טוען אפ די ערגסטע סיי בין אדם לחבירו און סיי בין אדם למקום און יעדער קען ערליכע אפגעהיטענע ארענטליכע אפיקורסים.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
- לייבל שטילער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
- האט שוין געלייקט: 321 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל
א) כ'האב נישט געזאגט אז ס'איז אזוי, נאר אז דאס איז די ארגומענט.
ב) לעצם הענין, אוודאי זענען דא פיינע אטיאיסטן און שרעקליכע גלויביגע, אבער אלץ א סאסייעטי, א כלל, איז בעסער אז ס'דא רעליגיע און ג-ט.
כי אמרתי: רק אין יראת אלק-ים במקום הזה והרגוני על דבר אשתי.
ב) לעצם הענין, אוודאי זענען דא פיינע אטיאיסטן און שרעקליכע גלויביגע, אבער אלץ א סאסייעטי, א כלל, איז בעסער אז ס'דא רעליגיע און ג-ט.
כי אמרתי: רק אין יראת אלק-ים במקום הזה והרגוני על דבר אשתי.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
יאסל ראקאווער האט געשריבן:צקון לחש האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער; דער חכם האט אמונה פשוטה אין חכמה.
נאר איינער וואס פארשטייט ע' פנים לתורה מיט א פשטות אז צוויי פארקערטע מציאות'ער קען זיין אמת, קען זאגען אזא קאנטרעדיקשען. חכמה איז די פארקערטע ווי אמונה פשוטה.
איה״נ. איי געס דאס איז נאך א שלב צו וואס איך האב געשריבן אין די אשכול פון [tag]אבטולמוס[/tag] איבער ״אמונה פשוטה״ און ווי אזוי דייעלעטיאיזם האט א שייכות דערצו (די גאנצע אשכול דארט האט סתם אזוי א שטארקע שייכות צו די אשכול).
וואס כ׳האב צוגעברענגט דא פון דר. שלמה צבי שטערנבערג קען אויך האבן א שייכות דערצו, עכ״פ לשיטתם.
יאסל ראקאווער האט געשריבן:ס'איז נישט ריכטיג צו זאגען אז אן אפיקורס פירט א הפקר'דיגע לעבן.
כאטש ווען עס קומט צום יחיד קען יעדער מאמינים וואס טוען אפ די ערגסטע סיי בין אדם לחבירו און סיי בין אדם למקום און יעדער קען ערליכע אפגעהיטענע ארענטליכע אפיקורסים.
יא יא. דר. בנימין בית-הלחמי ברענגט אראפ (אין סוף פונעם בוך) שטודיעס וואס צייגן אז עס זענען גאר די אפיקורסים וואס פירן זיך כהיום מער מאראליש ווי רעליגיעזע. ועיין באשכול זו. אחוץ אויב מען זאגט אז עכ״פ דער יחיד האלט אז דאס, רעליגיע/אמונה, וועט אים פערזענליך צוברענגען דערצו, וא״כ באנו לזה אז ״אמונה פשוטה״ באדייט א סארט פּראגמאטישע טעאריע פון אמת וכבמשנתו של דר. וויליאם דזשעימס ועוד. דאס איז לכאורה וואס [tag]לייבל שטילער[/tag] מיינט מיט זיין נקודה א׳.
- יעקב מעקסוועל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 360
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
- האט שוין געלייקט: 930 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל
אויב פרעגט מען וואס עס איז אמונה פשוטה, האט מען שוין פארלוירן די אמונה פשוטה.
ווער עס האט געליינט 1984, און איז משיג דאבל-טינק, קען פארשטיין אמונה פשוטה. ווי די פארטיי סלאגען לויטעט:
War is Peace
Freedom is Slavery
Ignorance is Strength

Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
קהל'ס נער האט געשריבן:איך בין א מאמין אין תורה מסיני מתוך אמונה פשוטה, כ'האב דורך געטין אלע הוכחות אויף דעים אלעס קען מען גרינג אפפרעיגן (מען קען עפענען נאך א אשכול צי די הוכחות זענען וואליד, דאס איז אבער נישט די מטרה פון די אשכול).
אסאך מאל הייב איך אן טראכטן "וואס בין איך אנדערש פון א אפיקורוס?"
ער טענה'ט אז די גאנצע תורה שטאמט פון א בשר ודם, און איך טענה אז ס'קומט פונעם אייבערשטען ווייל מיין טאטע אויך א בשר ודם האט מיך אליינס געזאגט אזוי.
ער טענה'ט אז די גאנצע זאך הייבט זיך נישט אן, איך האלט אויך אזוי נאר איך פאלג די תורה ווייל אזא טראדיציע האב איך.
ער היט נישט די תורה ווייל עים איז באקוועים אזוי, איך היט יא די תורה ווייל פאר מיך איז באקוועים אזוי.
וואס וועט זיין אויב מיין טאטע ווערט מארגן א מוסלומעינער, בין איך מופרך ממה נפשך, אויב האב איך אמונה פשוטה דארף איך אויך ווערן א מוסלעמעינער, ווייל פאר דער זעלבע סיבה פארוואס כ'האב געגלייבט ביז יעצט אז תורה מסיני דארף איך יעצט גלייבן אז מוחמד איז געוועין א נביא, און אויב ווער איך נישט קיין מוסלומעינער איז מיין גאנצע אמונה אפגעפרעיגט, ווייל מיין גאנצע אמונה איז דאך באזירט אז מיין טאטע האט מיר אזוי געזאגט, נא יעצט זאגט ער אנדערש.
והנני צווח כי כרוכיא "מיט וואס איז אמונה פשוטה, אנדערש ווי אפיקורסות?"
לאמיר פארשטיין. פראבירסט אנפרעגן אמונה פשוטה מיט חקירה? דאס איז אזויווי דער וואס האט געוואלט מיט רעדען אויפווייזן דער מעלה פין שווייגן.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- לייבל שטילער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
- האט שוין געלייקט: 321 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וגור ולב טהור יוכיח.
דאס אז ס'דא וואס נוצן רעליגיע און ג-ט פאר שלעכט'ס איז גארנישט מוכיח. פונקט ווי די פאקט אז ס'דא דיקטאטורן זאגט נישט אז גאווערמענט איז נישט גוט פאר סאסייעטי.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דאס דערמאנט מיר פון אזא סארט אינווערס פונעם מימרא פון עפּיקטיִטוס. והיינו, אז מ׳וויל אויפווייזן דאס שטארקייט/שוואכקייט פון אמונה פשוטה דייקא, אבער ע״י חקירה וואס איז דאך די בפירוש׳ע אנטיטעסיס דערפון.
דאס איז ענליך צו [tag]לייבל שטילער[/tag]׳ס השוואה צום געדאנק פון ״רעגירונג״ וואס מ׳קען טענה׳ן אז פון א היסטארישע פּערספּעקטיוו זענען ״רוב״ דערפון געווען קארופטירט דורך פּאַוּער וכו׳ וכו׳ און געברענגט געפעכטן מלחמות והריגות לרוב וכו׳ וכו׳. נאר וואס דען, דאס איז ממילא מכח דאס מענטשהייט גופא און עס האט נישט דייקא מיט ״רעגירונג״ וואס איז געווען די מיטל דערצו. אין אנדערע ווערטער, אז מ׳וועט פרעגן ״וואס איז די מטרה פון רעגירונג?״ איז אויסדרוקליך דאס נישט די תשובה. ולכאורה כן הוא בשאלת הגדרת רעליגיע.
עס דערמאנט פונעם וויכוח צווישן דר. סעם העריס און אָמער אַזיז איבער איסלאַם. העריס (ווי אלעמאל…) טענה׳ט אז די רעליגיע אליינס מיט אירע דאקטרינעס זענען א גורם פאר׳ן שלעכטס. אזיז טענה׳ט צוריק אז דאס איז דאך מעולם אלעמאל געווען תלוי אין פרשנות לפי די ארומיגע עפאכע, קולטור, ורוח הזמן וכו׳. ער טענה׳ט ווייטער אז מ׳זעהט דאך אסאך טוב וואס איז ארויס פון רעליגיע פאר׳ן מענטשהייט מיט אַרט, בּעיסיק געדאנקען פון (עכ״פ ווי נישט) מאראל/ציוויליזאציע און איר דעוועלאָפּמענט אא״וו. צו דעם זאגט העריס אז דאס וואלט ממילא געווען מכח דאס מענטשהייט אליינס און נישט מכח רעליגיע גופא. אבער אי משום הא פארוואס קען מען דאס נישט זאגן אויף די שלעכטע חלקים וואס איז כנראה ארויס מרעליגיע?
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:אויב פרעגט מען וואס עס איז אמונה פשוטה, האט מען שוין פארלוירן די אמונה פשוטה.
דאס דערמאנט מיר פון אזא סארט אינווערס פונעם מימרא פון עפּיקטיִטוס. והיינו, אז מ׳וויל אויפווייזן דאס שטארקייט/שוואכקייט פון אמונה פשוטה דייקא, אבער ע״י חקירה וואס איז דאך די בפירוש׳ע אנטיטעסיס דערפון.
זאגן ״דאס מערהייט וכו׳״ און פון דעם ברענגען א מאראלישע טענה קעגן רעליגיע גופא לאזט זיך שוין אריין אין דארפן ברענגען דאטא, וואס אפילו דעמאלטס קען מען ווייטער טענה׳ן און מפרש זיין צי דאס איז טאקע מכח רעליגיע ממש צי דאס איז פשוט נאך א מיטל פאר אונטערליגענדע פאקטארן וואס זענען גענצליך אפגעזונדערט דערפון.רביה״ק זי״ע האט געשריבן:די הוכחה איז פון דאס מערהייט אדער ״כלל״ ווי דו רופסט עס.
דאס איז ענליך צו [tag]לייבל שטילער[/tag]׳ס השוואה צום געדאנק פון ״רעגירונג״ וואס מ׳קען טענה׳ן אז פון א היסטארישע פּערספּעקטיוו זענען ״רוב״ דערפון געווען קארופטירט דורך פּאַוּער וכו׳ וכו׳ און געברענגט געפעכטן מלחמות והריגות לרוב וכו׳ וכו׳. נאר וואס דען, דאס איז ממילא מכח דאס מענטשהייט גופא און עס האט נישט דייקא מיט ״רעגירונג״ וואס איז געווען די מיטל דערצו. אין אנדערע ווערטער, אז מ׳וועט פרעגן ״וואס איז די מטרה פון רעגירונג?״ איז אויסדרוקליך דאס נישט די תשובה. ולכאורה כן הוא בשאלת הגדרת רעליגיע.
עס דערמאנט פונעם וויכוח צווישן דר. סעם העריס און אָמער אַזיז איבער איסלאַם. העריס (ווי אלעמאל…) טענה׳ט אז די רעליגיע אליינס מיט אירע דאקטרינעס זענען א גורם פאר׳ן שלעכטס. אזיז טענה׳ט צוריק אז דאס איז דאך מעולם אלעמאל געווען תלוי אין פרשנות לפי די ארומיגע עפאכע, קולטור, ורוח הזמן וכו׳. ער טענה׳ט ווייטער אז מ׳זעהט דאך אסאך טוב וואס איז ארויס פון רעליגיע פאר׳ן מענטשהייט מיט אַרט, בּעיסיק געדאנקען פון (עכ״פ ווי נישט) מאראל/ציוויליזאציע און איר דעוועלאָפּמענט אא״וו. צו דעם זאגט העריס אז דאס וואלט ממילא געווען מכח דאס מענטשהייט אליינס און נישט מכח רעליגיע גופא. אבער אי משום הא פארוואס קען מען דאס נישט זאגן אויף די שלעכטע חלקים וואס איז כנראה ארויס מרעליגיע?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לכאורה האלט אפילו ביי דעם אויך די השוואה צו ״רעגירונג״ [אַבּוּ גרעיבּ אא״וו]. אין אנדערע ווערטער, יעדעס סארט אידעאלאגיע ואינסטיטוציע וכדומה קען ווערן עבּיוּזט אזוי אז ואפילו גוטע מענטשן זאלן טוהן שלעכטס, אפילו די סארטן אידעאלאגיעס/אינסטיטוציעס וואס זענען ביסודם גוט, נוצליך און וויכטיג לכו״ע.
אזויפיל יא, לכאורה איז די עיקר וואליד טענה קעגן ״רעליגיע״, ובעיקר איר ״אמונה פשוטה״ קאָמפּאָנענט, דאס קאגניטיווע חלק פון פתיות וואס איז דא דערין בכלל; והיינו ווען ענין ״אמונה״ לשום דבר איז אָן קיין געהעריגע באזיס און אָן קיין עוועירנעס צו די לימיטעישאנס און אומאַבּסאלוטקייט פון אזא סארט אמונה (און דאס איז לכאורה כולל סייענטיזם אויך וכדומה, ואפשר פּאַזיטיוויזם בכלל אויך וכדומה). אט דאס איז וואס [tag]אבטולמוס[/tag] וויל באווארענען אין זיין אשכול על ״אמונה פשוטה״ שציינתי לעיל.
אזויפיל יא, לכאורה איז די עיקר וואליד טענה קעגן ״רעליגיע״, ובעיקר איר ״אמונה פשוטה״ קאָמפּאָנענט, דאס קאגניטיווע חלק פון פתיות וואס איז דא דערין בכלל; והיינו ווען ענין ״אמונה״ לשום דבר איז אָן קיין געהעריגע באזיס און אָן קיין עוועירנעס צו די לימיטעישאנס און אומאַבּסאלוטקייט פון אזא סארט אמונה (און דאס איז לכאורה כולל סייענטיזם אויך וכדומה, ואפשר פּאַזיטיוויזם בכלל אויך וכדומה). אט דאס איז וואס [tag]אבטולמוס[/tag] וויל באווארענען אין זיין אשכול על ״אמונה פשוטה״ שציינתי לעיל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
ס'אוודאי פארהאן גוטע/שלעכטע מענטשן וואס טוהן סייווי גוטס/שלעכטס, רעליגיע איז אבער די בעסטע מנגנון צו מאכן דעם גוטער טוהן שלעכטס, און דעם שלעכטער זיך איינצוהאלטן (כאטש אין די וועג האט עס ווייניגער סוקסעס, ווייל ער וועט ליבערשט מאכן א טויש אינעם רעליגיע ווי הענרי השמיני בשעתו ווי איידער זיך איינהאלטן..)
אין ענדערע ווערטער מ'קען אוודאי נישט מייחס זיין גוטס צו רעליגיע, און שלעכטס צו מענטשהייט, נאר ביידע צו ביידע, דער סאציפיאטישער איד וועט מעגליך נישט הארגענען ווייל גאט לאזט נישט, אבער דער דערבארעמדיגער מוסלומענער וועט הרג'ענען כופרים ווייל גאט הייסט.
סאו איך וואלט געזאגט אז פארוואנדלן גוטע חוקים (?) אין א רעליגיע וואלט אפשר געווען א גוטע זאך, אבער היסטאריש ווערן רעליגיעס ראדיקאליזירט עד ששכרם יוצאים בהפסדם.
אין ענדערע ווערטער מ'קען אוודאי נישט מייחס זיין גוטס צו רעליגיע, און שלעכטס צו מענטשהייט, נאר ביידע צו ביידע, דער סאציפיאטישער איד וועט מעגליך נישט הארגענען ווייל גאט לאזט נישט, אבער דער דערבארעמדיגער מוסלומענער וועט הרג'ענען כופרים ווייל גאט הייסט.
סאו איך וואלט געזאגט אז פארוואנדלן גוטע חוקים (?) אין א רעליגיע וואלט אפשר געווען א גוטע זאך, אבער היסטאריש ווערן רעליגיעס ראדיקאליזירט עד ששכרם יוצאים בהפסדם.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אז מ'רעדט שוין איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז, ווי צוגעברענגט דא, האלט דר. דזשעסי בערינג (און אנדערע) אז פון אן אנטראפאלאגישע/עוואלושינערי פּערספּעקטיוו איז רעליגיע און דאס גלויבונג אין דאס אובערנאטורליכע ג-ט וואס איז משגיח ומעניש צושטאנד געקומען ווייל דאס איז געווען מוכרח אָנצוהאלן דאס קשר פון גרופעס (וממילא ציוויליזאציע) און מ'זאל נישט "טשיִטען", גנב'ענען וכו', אדער נאך ערגערס, ווען אנדערע מעמבּערס זעהן נישט. די וואס האבן דאס ערווארבן האבן בעסער סורווייווד און געווארן סעלעקטעד.
ואגב, דר. דזשעימס קוגל ברענגט אראפ אז ס'איז יתכן אז וויבאלד די פון וועם די עם/בני ישראל זענען צושטאנד געקומען אין כנען אין אנהויב האבן געוואוינט אין די הרים, וואו עס איז שווערער זיי מכניע צו זיין בכלל וממילא זענען זיי מער זעלבסשטענדיג און "ווילד", איז דעריבער צושטאנד געקומען אז זיי האבן מקבל געווען ה' אלס א (כעין) "מלך" עליהם מיט פשוט'ע געבאטן כדי בּעיסיק אָרדער זאל אויך אָנהאלטן צווישן זיי [שבטים וכדומה] אינדרויסן פון די טויערן פון זייערע ישובים. דאס האט זיך דערנאך פארשפרייט צווישן די וואס האבן געוואוינט אונטן אויך. דאס אלס איז דערנאך געווארן די עם ישראל מיט זייער רעליגיע.
ואגב, דר. דזשעימס קוגל ברענגט אראפ אז ס'איז יתכן אז וויבאלד די פון וועם די עם/בני ישראל זענען צושטאנד געקומען אין כנען אין אנהויב האבן געוואוינט אין די הרים, וואו עס איז שווערער זיי מכניע צו זיין בכלל וממילא זענען זיי מער זעלבסשטענדיג און "ווילד", איז דעריבער צושטאנד געקומען אז זיי האבן מקבל געווען ה' אלס א (כעין) "מלך" עליהם מיט פשוט'ע געבאטן כדי בּעיסיק אָרדער זאל אויך אָנהאלטן צווישן זיי [שבטים וכדומה] אינדרויסן פון די טויערן פון זייערע ישובים. דאס האט זיך דערנאך פארשפרייט צווישן די וואס האבן געוואוינט אונטן אויך. דאס אלס איז דערנאך געווארן די עם ישראל מיט זייער רעליגיע.
- לייבל שטילער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
- האט שוין געלייקט: 321 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל
אגב, פאר די עולם נעמט זיך איבער די שלעכט'ס וואס איז געטוען געווארן אין נאמען פון רעליגיע, זאל מען אויך געדענקן די הונדערטע מיליאנער מענטשן וואס זענען אומגעברעגט געווארן דורך סעקולערע אידיעלאגיע'ס ווי קאמיניזם ( רוסלאנד- אוקריינע, טשיינע) און נאציזים, אין די ניינצענטע יאר הונדערט.