גור ברענגט ארויס טויזענטער אין הפגנה קעגן אנשי ר' שאול

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

גור ברענגט ארויס טויזענטער אין הפגנה קעגן אנשי ר' שאול

שליחה דורך כלבאשבוע »

יעצט אווענט איז פארגעקומען א מאסיווע הפגנה אין פארנט פון ר' שלמה אלבוים'ס הויז אין בני ברק, די גאסן אין בני ברק זענען פאראלאזירט געווארן און די דרשנים אויף די הויכהילכער האבן מיט טרערן באוויינט די "רמיסת כבוד התורה", די גערער שאצן אז ס'האבן זיך באטייליגט אין די הפגנה 20,000 מענטשן.

על מה יצא הקצף?

שלמה אלבוים איז דער עורך דין מטעם הוועד מאנשי ר' שאול וועלכער גיבט זיך אפ צו פארטיידיגן ר' שאול'ס חסידים וואס ווערן נאכאנאנד גע'רודפ'ט דורך גור, ער האט לעצטענס אריינגעגעבן א תביעה אין בית משפט קעגן א גאנצע רשימה פון מענטשן וואס שטייען אין שפיץ פון די רדיפות, ובתוכם א זון פון גורער רבי אליין!

אין גור האט מען דאס שנעל פארוואנדעלט אין א זעראו-סאם געים פון הליכה בערכאות און א געראנגל קעגן חינוך הטהור, הישמע כזאת? אז מ'זאל נעמען האקעלע אינערליכע חינוך ענינים און דאס איבערגעבן פאר אפיקורסישע שופטים אז זיי זאלן מחליט זיין איזהו דרך הישר?

כלל ישראל איז שוין מלומד בניסים ווען סקומט צו היימישע רעזשימען וועלכע טרעפן זיך אין א מצב אז זייער מאכט און נכסים זענען אין א סכנה און פרובירן אלע ערליי מיטלען דאס צו פארמיידן, אין נאמען פון תורה"ק, שטייצעך.

אנגעהויבן פון אזעלכע סארט טענות כגון אז האדמו"ר הקדוש איז דער אויסשליסליכער אויטאריטעט, און אז בלויז די אייגענע פעיראל דיינים מעגן דן זיין בנידון (אדער דרויסענדיגע דיינים וואס זענען דירעקט אדער אומדירעקט כפוף לרוח פונעם רעזשים) וכו' וכו', באגלייט מיט אזעלכע באקאנטע סלאגאנען ווי "אל תגעו במשיחי!"

די שארפע פוילישע גערער זענען דא א היפש ביסל אינטערשטעליג, זיי קומען ערשט יעצט אן צו זאכן וואס אין סאטמאר און אנדערע פלעצער האט מען שוין עקספערימענטעט און מעלה גרה געווען מער ווי 25 יאר צוריק, אבער מיטן ארויסברענגנן צענדליגער טויזענטער מענטשן אין די גאסן פרובירט גער צו לייגן אסאך לחץ אויף אנשי ר' שאול אז זיי זאלן דאס נישט נעמען עד הסוף, דאס וועט לכאורה ווייניג צוגעבן צו זייער סוקסעס אין בית משפט (ס'קען אפילו זיין אז ס'ווייזט אז זיי זענען שוין מיואש און ווייסן אז זיי שטייען דארט מער אויס צו פארלירן).

פאר א דרויסענדיגער איז סאך גרינגער דורכצוזען די אחיזת עינים פונעם גאנצן געים און טאקע פארן עווריטש בני ברק'ער איינוואינער פארדריסט בעיקר אז גער האט אים היינט אריינגעלייגט אין שווערע טרעפיק צוליב פאליטישע מלחמות, אבער זעט אויס אז אין גער פילט מען אזוי באדראעט פון ר' שאול און זיין הצלחה אז זיי מוזן דאס טון ווייל ס'איז ממש כלו כל הקיצין.

גערער רביס קינדער ביי א אינערליכע מיטינג אין פארברייטונג צום דיון אין בית משפט און די געפלאנטע הפגנה
IMG_7721.JPG


ר' שלמה אלבוים אויפן וועג צום בית משפט
IMG_7723.JPG


אין בית משפט
IMG_7719.JPG


די גאסן אין בני ברק היינט
IMG_7720.JPG

IMG_7717.JPG


א אינטערוויא מיטן גערער יוסל וואלדמאן, דער העלד ר' שלמה אלבוים
https://omny.fm/shows/kan-moreshet/d6af ... fc00d49942

גער אליינס מעג גיין אין ערכאות ווען ס'פעלט זיי אויס
https://twitter.com/eliadler8295/status ... 83684?s=12



אביסל קאווערידזש פון די היימישע ישראלישע סייטס:

הגאון רבי אריה זילברשטיין, רב חסידי גור בבני ברק פרץ בבכי: "משפילים את הצדיקים, משפילים את התורה הקדושה"
https://www.bhol.co.il/news/1312714

“להפסיק את הטרור”: בן הרבי מגור ועסקנים על ספסל הנאשמים
https://ch10.co.il/news/708179/#.YbZMjS1h1pQ
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
חמלה גדולה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 19, 2017 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 3965 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך חמלה גדולה »

כלבאשבוע האט געשריבן:
אין בית משפט
IMG_7719.JPG




tuvia tenenbom
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

דו שרייבסט גוט ״לויט גור איז געווען דארט 20,000 מענטשען ״
באניצער אוואטאר
קויפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 04, 2015 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך קויפער »

חמלה גדולה האט געשריבן:
כלבאשבוע האט געשריבן:
אין בית משפט
IMG_7719.JPG




tuvia tenenbom


ער מאכט research פאר זיין נייע בוך אויף חרדים.
״מה זה בו״ה, בו״ה״ ~ליפא
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

די גערער זענען עכטע קעלבלעך. סאטמאר וואלט נישט געהאט קיין מנין אויף א פראטעסט. פארדעם אליין דארף מען זיי מבטל זיין
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סתם אביסל וועגן גור און זייער טעראר.

זיי מעגן טון וואס מען וויל, מסר'ן, שלאגן, מבזה זיין, און וואס נישט, אבער יענער טאר חלילה גארנישט טון. זיי זענען עקספערטן אין מלבש זיין א פאליטיק מיט אידישקייט, די פרייע רעדן זיך געהעריג איין אז דאס איז א רעליגיעזע סומעטאכע, קיינעם פאלט נישט איין צו זאגן אז דא רעדט זיך פון א פוטש אויף א שרעקליכע דיקטאטור.

איך בין אמאל געווען ביי א שמחה אין גור'ע שול אין ירושלים און דער רבי איז אנוועזנד געווען. איך האב ארויסגענומען מיין טעלעפאן און גענומען א בילד, אבער א קרוב מיינער האט מיר אריינגעמורמלט אין די אויערן אז איך זאל זיך היטן די ביינער ווייל די גור'ע שוואנצן פלאנען אן אטאקע אויף מיר צו אוועקכאפן און צוברעכן מיין טעלעפאן. איך האב עס אוועקגעלייגט אין טאש, און פון הינטער מיר האב איך שוין געזען צוויי שווענץ מיט די הויזן זאקן זיך גרייטן אויפן אבלאווע. כ'האב געהויבן פיס פון דארט בעפאר זיי האבן זיך געקענט אריענטירן, אבער אויף אזויפיל קען איך אייך זאגן, אז דאס איז א קולט לכל דבר, טאקע שענער אנגעטון פאר די גאס, אבער א נידערטרעכטיגע קולט פון גייסטיש צורודערטע יונגען.
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

דאס מאכט זיי נאך נישט פאר קיין קולט. קומסט אריין צו יענעם, עס איז דא א תקנה קיין סמארטפאונס, וואס ביסטו א אויבער חוכעם?

דארפסט וויכטיג מאכן א בילד, ברענג א קעמערע.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ס'נישט די עולה, ס'די רעספאנס וואס איז נישט נארמאל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

בעצם איז נישט געווען קיין שום רעספאנס, ער האט ס"ה ג'דמיונ'ט אז עס קומט א רעספאנס
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

ווער עס וויל מיר העלפן מיט א פערזענליכע רעקארדירונג, א שמועס וואס איך האב געהאט מיט הגאון ר' שאול שליט"א איבער די סאמעטוכע, זאל זיך ביטע ווענדן צו מיר אין אישי.

אישתשבי: איך האב אייך געשיקט אן אישי א וויילע צוריק, אבער קוקט אויס אז איר ליינט נישט אייערע אישי'ס.
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

היסטאריע האט געשריבן:די גערער זענען עכטע קעלבלעך. סאטמאר וואלט נישט געהאט קיין מנין אויף א פראטעסט. פארדעם אליין דארף מען זיי מבטל זיין


סאטמאר אין ק"י האט געהאט אפגעהאלטן אן ענליכע פראטעסט קעגן איימיצער וואס האט געקלאגט דעם דאנמאלסדיגער ארטיגער רב צוליב דאס וואס די מוסדות האט ארויסגעווארפן זיין זוהן אימיטן זמן. שבת פאר קריאת התורה האבן די מתפללים אינעם ווייסן צענטראלע שול זיך א לאז געטוהן אויפן גארפילד שטראסע און פראטעסטירט דעם קלעגער וועלכער האט געוואוינט אויף די אנדערע זייט גאס.

יעדע חסידות סעקטע גייט דורך די פראצעדור. ס'איז א רייט אוו פעסעדזש.
ים רויבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 102
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 4:59 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

שליחה דורך ים רויבער »

דא קלאגט יענע גור'ע נישט פארן ווערן געווארפן, ער קלאגט דא אויף די רדיפות וואס ער גייט אדורך נאכן ארויסגיין/געווארפן ווערן פון גור.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

יואליש האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:די גערער זענען עכטע קעלבלעך. סאטמאר וואלט נישט געהאט קיין מנין אויף א פראטעסט. פארדעם אליין דארף מען זיי מבטל זיין


סאטמאר אין ק"י האט געהאט אפגעהאלטן אן ענליכע פראטעסט קעגן איימיצער וואס האט געקלאגט דעם דאנמאלסדיגער ארטיגער רב צוליב דאס וואס די מוסדות האט ארויסגעווארפן זיין זוהן אימיטן זמן. שבת פאר קריאת התורה האבן די מתפללים אינעם ווייסן צענטראלע שול זיך א לאז געטוהן אויפן גארפילד שטראסע און פראטעסטירט דעם קלעגער וועלכער האט געוואוינט אויף די אנדערע זייט גאס.

יעדע חסידות סעקטע גייט דורך די פראצעדור. ס'איז א רייט אוו פעסעדזש.

סאטמאר אין וויליאמסבורג האט אויך אפגעהאלטן א ענליכע פראטעסט עטליכע יאר צוריק אויף היוז סטריט קעגן סאטמאר רבי מהר''א.

ברם זכור לטוב ישיבה הקדושה קווינס דסאטמאר פארן צושטעלן די טראנספארטאציע צום דעמאנסטראציע, ישלם השם פעלם.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

מיליאנער האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:די גערער זענען עכטע קעלבלעך. סאטמאר וואלט נישט געהאט קיין מנין אויף א פראטעסט. פארדעם אליין דארף מען זיי מבטל זיין


סאטמאר אין ק"י האט געהאט אפגעהאלטן אן ענליכע פראטעסט קעגן איימיצער וואס האט געקלאגט דעם דאנמאלסדיגער ארטיגער רב צוליב דאס וואס די מוסדות האט ארויסגעווארפן זיין זוהן אימיטן זמן. שבת פאר קריאת התורה האבן די מתפללים אינעם ווייסן צענטראלע שול זיך א לאז געטוהן אויפן גארפילד שטראסע און פראטעסטירט דעם קלעגער וועלכער האט געוואוינט אויף די אנדערע זייט גאס.

יעדע חסידות סעקטע גייט דורך די פראצעדור. ס'איז א רייט אוו פעסעדזש.

סאטמאר אין וויליאמסבורג האט אויך אפגעהאלטן א ענליכע פראטעסט עטליכע יאר צוריק אויף היוז סטריט קעגן סאטמאר רבי מהר''א.

ברם זכור לטוב ישיבה הקדושה קווינס דסאטמאר פארן צושטעלן די טראנספארטאציע צום דעמאנסטראציע, ישלם השם פעלם.


חסידי מהרז"ל האבן פראטעסטירט נישט נאר אין ווילימסבורג כהנ"ל נאר אויך אין קרית יואל
https://www.youtube.com/watch?v=gXqjt9N0Cfc
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

די גורער פראטעסט איז אויך געווען אזוי שמוציג ווי מהרז''לס פראטעסט, אדער האט עס געהאט מער א ערנסטערע צורה?
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

ווי איך פארשטיי איז דא א יסודותדיגע חילוק ציווישן די פראטעסט און די פראטעסט קעגן מהר"א, די פראטעסטן קעגן מהר"א איז געווען לטענתם אז מהר"א זאל זיי אויפהערן רודפ'ן לאזן צורוה, משא"כ דא ביי די פראטעסט פון גור קומען די רודפים און מאכן א פראטעסט קעגן די נרדפים פארן פרובירן זיך צו דעפענדן אין קאורט, און זיי שרייען אז אויב מ'הערט אויף די רדיפות לאזן זיי זיך אפ פון די גאנצע מעשה.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

תרמב האט געשריבן:ווי איך פארשטיי איז דא א יסודותדיגע חילוק ציווישן די פראטעסט און די פראטעסט קעגן מהר"א, די פראטעסטן קעגן מהר"א איז געווען לטענתם אז מהר"א זאל זיי אויפהערן רודפ'ן לאזן צורוה, משא"כ דא ביי די פראטעסט פון גור קומען די רודפים און מאכן א פראטעסט קעגן די נרדפים פארן פרובירן זיך צו דעפענדן אין קאורט, און זיי שרייען אז אויב מ'הערט אויף די רדיפות לאזן זיי זיך אפ פון די גאנצע מעשה.

פיין, אבער איז די גורער פראטעסט אויף געווען בלויז ווילדע נידריגע געשרייען אזויווי די פראטעסט פארופן דורך האדמו''ר מהרז''ל קעגן מהר''א, אדער האט עס געטראגן מער א ערנסטערע צורה, מיט דרשות וכדו'?
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

דער גאנצער פראטעסט האט גענומען א האלבע שעה און עס איז געווען דרשות פון גור׳ע רבנים אז מען איז קעגן דער צדיק וכו׳
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

שלמה אלבוים און זיין זון זענען ערשט וואס אטאקירט געווארן דורך גערער דזשיהאדיסטן אין זיין הויז אין בני ברק, לויט איין ווערסיע האט מען אים אפגעשניטן אדער פרובירט אפצושניידן די פיאות

מהאט זיי אריינגעפירט אין שפיטאל
בייגעלייגטע פיילס
IMG_B121BB9C0FE6-1.jpeg
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
מאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 20, 2021 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך מאן »

וואס די פאסירונג איז דא? - איינער קען קומען דערציילן?
בורו פארק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 19, 2022 11:06 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך בורו פארק »

ווי זענען דער רבנים, אדמו"רים, ראשי הישיבות, און מנהיגי העדה?

א העציגע ריקארדינג אז הותרה הרצוה מטעם דער וועדה פון גור!

און אלס רעזאלטאט מעשה אלימות פון היינט פרייטאג ביז דער שפעטער שעות פון ליל שבת, עד כדי כך אז דער פרייע מידיע מעלד וועגען דעם אויף שבת קודש רח"ל!

הויפט פאליציי אין ירושלים האבען אפעציעל באזוכט ביי הגאון האדיר רבי שאול אלתר שליט"א צוזאגענדיג אז זיי גייען טון אלע שריט מעגליך עס צורוק צוהאלטען!
בורו פארק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 19, 2022 11:06 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך בורו פארק »

דא איז באשריבען דער רעקארדינג פון דער וועדה פון גער
בייגעלייגטע פיילס
משה מנדלזון קורא להגביר את המלחמות בגור.jpg
פארשפארט