סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

שמעון וואלף האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:און דאס וואס דו זאגסט אז די תקנה איז געווען אז מ'קען מער נישט צווינגען צו בעטן רשות, דו ווייסט אויך אז די ארוינים האבן קיינעם נישט געצווינגען צו בעטן רשות, סך הכל האט דער עולם אליין, יא די זאליס אליין, האבן געבעטן רשות, און דאס איז וואס האט אזוי ארויסגענומען די זאלישע מאשין פון די כלים אזש ביז'ן אריינזעצן מהרז''ל אין קרית יואל ווי א וואנזיגער פאר א וואך צייט, וגם זה לא עלתה בידם, די זאליס האלטן נישט ביים חתונה מאכן אן רשות פונעם מרא דאתרא, און די אויסגעשאסענע לוח החתונות פונעם זאל יוכיח.

אבער די זאליס האבן געוואונען ווייל ס'געלונגען אז מהר''א האט איינמאל געגעבן רשות פאר מהרז''ל ( לפי שיטתם) צו מסדר קידושין זיין אין זיין שטאט.... מיט אזעלכע געווינסן ווער דארף נאך דורכפעלער..... דו הערסט? מהרזייל האט באקומען רשות פון מהר''א!!! אזעלכע לוזערס די ארוינים....

למעשה קוקט אויס אז די ביסט אויך העפי. איז דאך געוואלדיג, זה נהנה וזה נהנה.
גיימיר מאכן א קנאק יענקל
לחיים!

יא, איך בין זייער העפפי, די חידוש איז אויך דיר וויאזוי קענסטו זיין פרייליך װען די פלענער פאר ענקער נייע בית המדרש איז צובלאזן געווארן ווי א זייפן בלאז?

דאס דארף דאך זייער ציפן, אז ענקערע בלוט שונאים האבן אזא מאכט אין שטאט און זיי זעהן נישט קיין שום נחיצות ענק זאלן דארפן האבן א אנדערע ביהמ''ד ווי ביז יעצט....

איך מיין אז ביי די קומענדיגע וואלן זאלט עטס אלע ארויסקומען שטימען און אזוי אומווארפן די יעצטיגע רשעות'דיגע שטאטראט, עטס האטס דאך די רוב און אדער כאטש נאנט צו האלב, נישט אזוי? ס'דאך דא צענדליגע ארוינים וואס שטימען נישט און נאך אלס קענט עטס נישט איבערנעמען די ווילידזש? אתמהה

וועסטו פרעגן ווי קומט עס אריין אין די סידור קידושין אשכול? פשוט ווייל ביז יעצט ווען די זאליס זענען געווען היי און האבן געהאלטן אז זיי צייגן זייער כח אין קרית יואל זענען אלע סידור קידושין געווינסן פארשטילט געווארן, אבער איינמאל זיי האבן געכאפט דעם זעץ ווען די בעל בתים אין קרית יואל האבן זיי געזאגט ''האלאו האלאו זיץ איין גיי צוריק צו ווי די ביסט געווען ביז יעצט, די ביסט א מיעוטא דמיעוטא וועסטו ליידן די קאנסעקווענצן''.פלוצלינג האט זיך די סידור קידושין אויפגעוועקט און יא די זאליס האבן געוואונען! ס'איז זיי געלונגען צו באקומען רשות פון מהר''א....

ווילסט מאכן א קנאק יענקל?
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

פיין קומט די נייע ביהמ"ד אהער

די ביהמ"ד איז געווען ברשות והסכמת צד מהר"א (מכמה סיבות ואכמ"ל), און וויבאלד עס איז ברשות איז עס נישט אינטערסאנט איז עס צוגאנגען ווי א זייפן בלאז
אפשר סידור קידושין זאל מען אויך געבן רשות, וועט עס פארשווינדען ווערן
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

ס'א זינלאזיגע פייט, גאר אין נאנט וועט א נייע שיינע זאל זיין ביי די האטעל אויף די 208
דערנאך קומט די נייע ישוב פון וויזניץ
בסך הכל גייען זיין פילע נייע זאלן און נייע צבורים וואס אינטערסירט זיי די גאנצע מעשה א הויקער
נו ווי קען מען אינפארסירן אזעלכע זאכן, מילא יעצט איין ענגע זאל וואס איז ממש נאר א קאראנע זאל איז לייכט צו טערארזירן
איינמאל עס ווערט א נייע געגנט וואס קענסטע טון.
ס'דא פיל מיט פרישע באקוועמע זאלן מיט ברייט פארקינג פילע נייע סארט מענטשן וואס קענסטע טון צו שטערן די חתונות.
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

איש את רעהו האט געשריבן:ס'א זינלאזיגע פייט, גאר אין נאנט וועט א נייע שיינע זאל זיין ביי די האטעל אויף די 208

יעצט זע איך איש את רעהו האט שוין נישט דא געשריבן 11 חדשים
וואס איז געשען? די גרויסע הצלחה פונעם זאל האט דיך אויפגעוועקט
אינטערסאנט עטרת מייזעלס איז געווען א הערליכע זאל ביז יעצט, פלוצלינג איז עס א קאראנע זאל ווייל עס האט חתונות איינמאל א חודש
גיי צוריק שלאפן
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

איש את רעהו האט געשריבן:ס'א זינלאזיגע פייט, גאר אין נאנט וועט א נייע שיינע זאל זיין ביי די האטעל אויף די 208
דערנאך קומט די נייע ישוב פון וויזניץ
בסך הכל גייען זיין פילע נייע זאלן און נייע צבורים וואס אינטערסירט זיי די גאנצע מעשה א הויקער
נו ווי קען מען אינפארסירן אזעלכע זאכן, מילא יעצט איין ענגע זאל וואס איז ממש נאר א קאראנע זאל איז לייכט צו טערארזירן
איינמאל עס ווערט א נייע געגנט וואס קענסטע טון.
ס'דא פיל מיט פרישע באקוועמע זאלן מיט ברייט פארקינג פילע נייע סארט מענטשן וואס קענסטע טון צו שטערן די חתונות.

נאמבער איינס, עס איז נישטא קיין פייט דא. דו ווייסט פון עפעס א פייט? איינער פייט דא? די ארוינים זיצן שטיל און ס'איז זכה מלאכתו נעשית ע''י אחרים... די איינציגסטע סיבה פארוואס די עטרת מייזלס זאל איז א דורכפאל איז וויל די זאליס אליין ווילן נישט חתונה מאכן דארט, נישטא קיין שום טעראר קיין שום פרעשור, סאו סנישטא קיין פייט וואס זאל קענען זיין זינלאז דא.

נאמבער צוויי, לאמיר באסטן דיין באלאן: וויזניץ גייט בדרך הטבע נישט בויען א זאל וואס זאל גיין קעגן מהר''א. אויף מיין ווארט! איך נעם פולע אחריות אויף מיינע ווערטער. דאס גייט נישט פאסירן, עכ''פ ווילאנג ס'נאכנישט א אנגענומענע זאך צו חתונה מאכן אן מהר''א, דאס הייסט אז אויב די זאליס וועלן באווייזן עס דורכצוברעכן אזש ס'זאל ווערן א נארמאלע זאך דאן וועט ער אפשר זיך אויך ארויסשטעלן, אבער ביטע פארלאז דיך נישט אויף וויזניץ אז זיי זאלן טון די שמוציגע ארבעט וואס דו ווילסט נישט טון ווייל דו וועסט ווערן אנטוישט. (אויב דו ווילסט וויסן פארוואס איך בין אזוי זיכער קען איך דיר זאגן, זאג מיר אויב דו ביסט אינטרעסירט).

און בנוגע די זאלן האט שוין די ווילנא חסיד ארויסגעברענגט ווי עטרת מייזעלס איז פלוצלינג געווארן א קאראנע זאל.. אפשר א נייע סטרעין.... האלאו ר' זאלי, קוק צוריק איינס צוויי בלעטער צוריק און זאג מיר וויאזוי דו שעמסט זיך ניטאמאל זיך צו טרייסטן מיט אזעלכע נחמות, דו דארפסט שטיין זייער שלעכט אז דו דארפסט צוקומען צו אזעלכע טרייסטונגען, וואס איז געווארן פון די צענדליגע חתונות דעם ווינטער? הא? הייסט מ'האט פלעין געדרייט א קאפ דא מיט אויפגעבלאזענע ליגנטס? און פארוואס אין די וועלט זאל איך טראכטן אז יעצט רעדסטו יא אויף באזירטע פאקטן?
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

אלס זענען זיי ביזי וואס עס גייט זיין ס'גייט זיין דאס ס'גייט זיין יענץ און דעמאלס גייט ר' אהרן אונטערגיין ס'גייט זיין א ביהמד אויף פארעסט עפעס אזוינס ואחרי כן יקרא לך .....

דערווייל איז די גרעסטע העכסטע ביהמד אויף 5 גארפילד אויס..... די לאט אויף פארעסט המיועד להיות.... איז נאך אונטער א דיעל וואס דארף זיך אויסארבעטן.......... די זאל פון מייזעלס איז טויט............... על אף וואס רזל האט אליין ערשיינט בכבודו בקראצמו צו יעדע חופה

דאס איז די קארענט מצב
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

[tag]גאנצל[/tag] די לעצטע תקופה איז אין קרית יואל יא צוגעקומען פרישע בניינים פאר קהל מהרז''ל פלאס וואס דער גאנצע פרישע אנעקסירונג פון די שטח 4 מאל דער סייז פון קרית יואל ווי קרית וויזניץ האט אינוועסטירט שוין יעצט שווערע מיליאנען דאס גאנצע איז טאטאל ארויס פון די ווערטשאפט פינעם הנהגת הקרי', און קהל מהרז''ל האט דאס אויסשליסליכע אויטאריטעיט דארט דאס איז די קארענט סיטואציע
קוק ווער ס'שטייט ביים ענטרענס און נעמט אויף די פרישע תושבים אין די ניי אנעקסירטע געגנטער
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

איש את רעהו האט געשריבן:[tag]גאנצל[/tag] די לעצטע תקופה איז אין קרית יואל יא צוגעקומען פרישע בניינים פאר קהל מהרז''ל פלאס וואס דער גאנצע פרישע אנעקסירונג פון די שטח 4 מאל דער סייז פון קרית יואל ווי קרית וויזניץ האט אינוועסטירט שוין יעצט שווערע מיליאנען דאס גאנצע איז טאטאל ארויס פון די ווערטשאפט פינעם הנהגת הקרי', און קהל מהרז''ל האט דאס אויסשליסליכע אויטאריטעיט דארט דאס איז די קארענט סיטואציע
קוק ווער ס'שטייט ביים ענטרענס און נעמט אויף די פרישע תושבים אין די ניי אנעקסירטע געגנטער

דער איז גוט, קהל מהרז"ל האט אויסשליסליכע אויטאריעיט?

ווייל זיי האבן געשריבן א צעטעל

איך האב מורא די מאכסט זיך
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:[tag]גאנצל[/tag] די לעצטע תקופה איז אין קרית יואל יא צוגעקומען פרישע בניינים פאר קהל מהרז''ל פלאס וואס דער גאנצע פרישע אנעקסירונג פון די שטח 4 מאל דער סייז פון קרית יואל ווי קרית וויזניץ האט אינוועסטירט שוין יעצט שווערע מיליאנען דאס גאנצע איז טאטאל ארויס פון די ווערטשאפט פינעם הנהגת הקרי', און קהל מהרז''ל האט דאס אויסשליסליכע אויטאריטעיט דארט דאס איז די קארענט סיטואציע
קוק ווער ס'שטייט ביים ענטרענס און נעמט אויף די פרישע תושבים אין די ניי אנעקסירטע געגנטער

דער איז גוט, קהל מהרז"ל האט אויסשליסליכע אויטאריעיט?

ווייל זיי האבן געשריבן א צעטעל

איך האב מורא די מאכסט זיך

ער מאכט זיך נישט ער וויל זייער שטארק אז דו זאלסט מיינען אז ער מיינט ..... עוויזניץ האט נאכגעגעבן די פארלאנג פון ר' אהרן ווייל רזל האט גערעדט צו אים אהאמממ

4 מאל אזוי גרויס ווי קרי אהאמממ וואסערע פיינפולע דמיונות די מענטשן גייען נעבעך דורך מבית ומבחוץ

זארג נישט באלד ווערט אלעס געבוירענע פאקטן וואס דו גייסט נישט קענען אפענטפערן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

Cp

ק/פ

יעדער געדענקט אודאי ווען ס'איז ארומגעפארן ריקארדינגס וויאזוי חסידות *גור*
פרעדיגט אז מ'זאל ממש בידים אפהאקן משפחות, פארן בלויזן חטא פארן זיך משתתף זיין ביי א מעמד פון א אנדערע זייט וואס שטומט נישט מיט די פאליטיק פון איין
זייט.

דעמאלטס האט יעדער געטראכט ביי זיך: "רחמנא לישיזבן! אזא רשעות און אכזריות,
ממש צוהאקן משפחות בלויז פאר א פאליטיק?! מילא זיך קריגן אזויווי איבעראל איז
איין זאך, אבער דעס איז שוין נעקסט לעוועל, א אומדערהערטע מושג וואס מ'האט
קיינמאל נישט געזען ביי כלל ישראל!

און דער עולם האט געטראכט, אה, אזאנס קען נישט פאסירן ביי "אונז", אונז קענען
זיך קריגן ווי "מענטשן" אבער נישט מיט אכזריות מיט אזאנע מושגים, עה! קיינמאל!.

*מורי ורבותי! מיין טייערע פריינט אחי ורעי!*

*וואס זאל איך אייך זאגן!*

*די צייט איז אנגעקומען צו אונז!*

*דאס האט היינט פאסירט!*

*נישט אין בני ברק!*

*נישט אין האצענפלאץ!*

*נישט אין אוהעל און נישט אין אריזאנע!*

ס'האט היינט פאסירט אינעם אזוי-בארימטן הייליגן סאטמארע שטאט! יא! אינעם שטאט
ווי מ'האט פארבאטן צו קויפן דירות! אינעם שטאט ווי ס'איז דא א מאנגל אין
מזוזות!

*היינט איז עס געשען!*

ומעשה שהי' כך הי:

היינט האט א חתונה א חתן בשטו"מ אין די הערליכע זאלן פון *עטרת מייזעלס*, וואס
ווי באקאנט צוליב א פאליטיק פירן די ארוינים א מערכה קעגן עס. נא, א מערכה איז
נישט געפערליך, אזוי לעבן זיי נעבאך, אונטערצוהאקן יענעם.

אבער וואס האט פאסירט איז אזוי, איינע פון די חשובע זיידעס איז איינגעשטעלט
ביי די ארוינים, און די חברה - אייסיס טעראריסטן קענען זיך שעמען פאר זיי –
האבן אנגערופן די זיידע, נישט מער און ווייניגער אז *ער טאר נישט גיין צום
חתונה, און אויב יא פארלירט ער זיין פרנסה!*

יא!

איר האט גוט געהערט! די אייגענע זיידע טאר נישט גיין צו אזא עמאציאנאלע חתונה
פון זיין אייגענע אייניקל! פארוואס? מ'גייט דארט טאנצען בתערובות? מ'גייט געבן
חזיר פלייש?

*עה, בלויז ווייל די ברודער פון אהרן הכהן הרודף שלום גייט זיין דארט מסדר
קידושין!!!*

נאכאמאל! די אייגענע זיידע טאר נישט גיין צו א חתונה פון א אייניקל ווייל א
מענטש א מנהיג רבבות בישראל פון די שענסטע וואס כלל ישראל פארמאגט גייט זיין
מסדר דארט!!!

נאך גרויס פרעשור האבן זיי אין די לעצטע רגע געזאגט אז ער מעג גיין נאר צום
חופה! דאס הייסט אזוי: איינמאל דו גייסט שוין יא זאל עס זיין מיט יענע טעם,
אבער נאר צום חופה!

*א רשעות ואכזריות וואס כלל ישראל האט נאכנישט געזען מיום בריאת העולם!!!*

*אפשר סדום האט עס אמאל געזען!!*

אפשר אייסיס פלעגט דעס אמאל טון!!

אבער בתוכינו???? ביי אונז היימישע אידן??!! לאן הגענו!?

*ווי זענען מיר?! אין סיביר?! ביי די דייטשן?!*

*רבותי!!! אזא רשעות איז נאכנישט פארגעקומען ביי כלל ישראל!! וויפיל בלוט
גייען דעי חברה נאך פארגיסן??!! די בלוט איז נאך רויט!!! טראכט נאר אריין
וואס דאס מיינט!!*

בלויז פאר פאליטיק!! נאר פאר פארשטונקענע פאליטיק וואס גייט היינט קיינעם נישט
אן, פארגיסט מען טייכן בלוט!!! וועמען גייט היינט אן דעי פאליטיק??

*אבער דעי חברה שקצים ורמשים בהמות ואכזריום פארגיסן טייכן אידיש בלוט פאר א
פאליטיק פון דרייסיג יאר צוריק!!!*

גייט א כעלעמע חכם זאגן, קוק אהער, סידור קידושין איז הלכה בלא בלא...

*יא? אזוי? אויב אזוי וויאזוי האט רבי געציל וועם די רבי האט אויפגענומען,
געקענט מאכן א ברכה אויף שבע ברכות פון א חתונה וואס איז פארגעקומען אן רשות?*

*וויאזוי צום חופה קען מען יא גיין?*

*און די זאליס האבן נישט זייער אייגענע דיינים?*

*וואספארא גרויסע מכשול קומט ארויס פון עטרת מייזעלס אז דו דארפסט פארגיסן
טייכן בלוט??*

*וואס פונקטליך געשעהט? איינער שמד'ט זיך נאכן זיך משתתף זיין דארט ביי א *
חתונה??

אויב ס'איז אזא פראבלעם סאו פארוואס ביי די אסיפה פאר די ארויני קהילה אפאר
וואכן צוריק האט מען נישט מעורר געווען אויף דער גרויסער מכשול?

*ווייל אלעס איז פאר א פארשטונקענע פאליטיק פון דרייסיג יאר צוריק!!! און
פארדעם פארגיסט מען היינט בלוט פון זיידעס!!!! *

*כלל ישראל קוקט צו מיט גרויס צער אויף דעי פארשאלטענע בהמות מזרע ישראל וואס
האבן אפגעטאן אזא מעשה נבלה אשר לא היתה כזאת!!!!*
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ארונישע ווערסיע

ווען זלמן לייב ווייזט זיינע פארבען, האבען אלע ערליכע אידן הנאה, אבער ליידער איז אויף חשבון פין א חשובע יתום, זיין זיידע אין די גאנצע משפחה

די זיידע האט געבעטן דעם חתן ער זאל זיכער מאכען אז די חתונה איז כהלכה אין די גאנצע משפחה זאל זיך קענען משתתף זיין

דער חתן - גראדע א וואילע בחור, האט אבער געזאגט אז ס'נישט בידו ווייל ער איז זייער נאנט מיט זלמן לייב אין ער פארלאנגט ער זאל דארט חתונה האבען

האט די משפחה געבעטן פין סאטמאר רבי אויב מ'נעמט א ערליכע מסד''ק אויב ער וואלט געגבן רשות,
דער סאטמאר רבי האט געזאט אדרבה, אין געזאגט אז ער וואלט מכבד געווען דער פעטער ר' אברהם שלום פרידמאן
די משפחה איז געווען זייער צופרידן דערמיט אין געהאפט אז מיט דעם איז די זאך געשלאסען

אבער ווען די משפחה איז זיך געגאנען בעטן ביי זלמן לייב ער זאל לאזען ר' אברהם שלום זיין מסד''ק אין לאזען די שמחה בשלימות האבען זיי זיך אנגעטראגען מיט זיין באקאנטע עקשנות

זלמן לייב נעמט די סידו''ק מערכה זייער שווער
ער האט געהאלטן אז וועט ער איינמאל קענען געבן א גיטע פליק פארן ברודער,
געמאכט א ביליגע זאל אין געגבן 20 טויזענט דאללערדגע נתינות אין הלוואות פאר יעדן מחותן
אין איד האט ער שוין געשריבן אז ס'דא 100 חתונות אויף דעם ווינטער

למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז זייט ער האט געמאכט א תקנה אז ער צווינגט ארויף אז מ'מוז אים נעמען אלס מסד''ק זענען 'רוב' נעכט ליידיג אין זיין מערכה איז א קאלסאלע דורכפאל

דא האט ער אבער געכאפט א גיטע קרבן, גענומען א יתומ'ל אויף וועם ער האט ענדליך א השפעה, אין געלאזט דעם זיידן הענגן אלעס צו קענען ראטעווען די מערכה פאר זיין פאליטיק (אויך מיר געראטעוועט..)

אין כדי צו פארענפרן זיין שגץ שטוק, שוקט ער ארום שמיציגע לשה''ר ושקרים אויף די משפחה, כאילו זיי זענען צוקריגט מיט דעם חתן (א פערצענדלאזע שקר וואס יעדער קען אליין מברר זיין) אלעס צו פארענטפרן זלמן לייב'ס שגץ שטוק

ווי זאגט יענקי: א עקל פון א בריאה

צוגעפיקסט דעם חתן, צוגעפיקסט דעם זיידען, צוגעפוקסט די משפחה, די מערסטע צוגעפוקסט זיך אליין
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

שליחה דורך גראף »

היוצא לנו מזה אז די צוויי מיינען נישט ח"ו זיך. עס איז גארנישט בידיהם בכלל דער גאנצע מחלוקת און בלוט פארגיסונג. אונז דארף מיר פארשטיין אז זיי זענען די עיני העדה און דאס וואס אונז זעה'ן נישט ווי געבענטשט אונז זענען מיט די צוויי ברידער קומט מחמת נישט זיין אויף די לעוועל בכלל צו פארשטיין גדלותם וכל המעלות שנכתב על גביהן בפרקי אבות.
אלגעמיין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 05, 2017 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך אלגעמיין »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:Cp

ק/פ

*כלל ישראל קוקט צו מיט גרויס צער אויף דעי פארשאלטענע בהמות מזרע ישראל וואס
האבן אפגעטאן אזא מעשה נבלה אשר לא היתה כזאת!!!!*

הייסע פרישע געבעקסן כנהוג צו הייבן די געמיטער פון די העכסט גוט-גייענדן חתונה זאל דערצו מיט א ווערסיע פונעם צד שכנגד, אה דאס איז שוין טאלאנט.
די איידעלער שפראך ווי 'חברה שקצים ורמשים בהמות ואכזריום' 'פארשטינקענע-פארשאלטענע-נבלה' איז נישט מער ווי א ס"ה אויף די קרייז אינהאלט.
אבער וואס הייבט יא די ברעמען איז די זיגעדיגע הייסע טרערן פון די 'כלל ישראל' פארטרעטער איבער דעם אומדערהערטן-גרויזאמע עוולה פון
טעראזירן און אפהאלטן א ראש-המשפחה פון זיך משתתף זיין ביי די משפחה. כלל ישראל'ס אנטווארט איז קלאר:
מיר האבן נישט און וועלן קיינמאל נישט פארגעסן ווי דער א.ג. 'מנהיג רבבות בישראל פון די שענסטע וואס כלל ישראל פארמאגט' (עניבאדי?)
האט זיין אייגענעם טאטן אפגעהאלטן פון זיך טרעפן און גיין צו שמחות פון רוב קינדער/אייניקלעך און דערצו א חתונה פון א דור רביעי און די לעצטערע יארן פון זיין לעבן. ('נאר פאר פארשטונקענע פאליטיק')
דאס איז א פאקט וואס איז מיט ווייטאג מיגעהאלטן געווארן דורך גאנץ כלל ישראל פאר גאנצע 15 יאר! אן אקט וואס וואס איז נישט געטוען געווארן אין די היסטאריע פון כלל ישראל!
דאס איז ענקער ספעשעלטי, ס'איז געווארן עקספערימענט און איינגעפירט דורכן 'מנהיג רבבות בישראל פון די שענסטע וואס כלל ישראל פארמאגט'
און יעצט ביטע ליינט איבער דיין ארטיקל ('ווי זענען מיר?! אין סיביר?! ביי די דייטשן?!') מיט די ריכטיגע נעמען אין פלאן און גייט צוריק אין די גריבער און לאזט כלל ישראל במנוחה
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

די מערכה פון די ארונים איז נעריש און רשעות'דיג אבער איך נעם נישט אן די קראקעדייל טרערן פון איינער וואס וויינט היתכן מ'לאזט נישט די זיידע קומען. דער וואס מאכט א חתונה שלא ברשות מר"א ווייסט גאנץ פיין וואס די קטנסעקווענצן וועלן זיין ואדעתא דהכי איז ער איינגעגאנגן דערויף.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעון וואלף האט געשריבן:די מערכה פון די ארונים איז נעריש און רשעות'דיג אבער איך נעם נישט אן די קראקעדייל טרערן פון איינער וואס וויינט היתכן מ'לאזט נישט די זיידע קומען. דער וואס מאכט א חתונה שלא ברשות מר"א ווייסט גאנץ פיין וואס די קטנסעקווענצן וועלן זיין ואדעתא דהכי איז ער איינגעגאנגן דערויף.

פארשטייט זיך אז די קראקעדייל טרערן מעסעדזש איז אך ורק פאר סאושעל מידיע פורפעסעס, דעי חתונה איז געווען די מערסטע טעראר אין פרעשור, אין די בליט'גע היסטאריע פין פרשת סידור קידושין, אין אז די חתן איז געשטאנען מיט א שטארקייט אקעגן די גאנצע טעראר, איז עס זיין דעסישן, אין סקימט נישט צי וויינען דערפאר,

סאיז אבער אינטערעסאנט צי זען ווי נארמאלע מענטשן ווערן נעבעך צודרייט, א גאנצע משפחה גייט נישט קימען צי א חתונה פין א יתום ווייל דער קראנקער פין מאנרא קען נישט פארגינען זאל מסדר קידושין זיין אין זיין אייגענע זאל?? זענען מיר טאקע עפעס אנדערש פין גור??

גראדע ווייס איך פין 2 אידן וואס זייערע ברודער זענען נישט געקומען צי זייער חתונה אין עטרת מאיר צבי, גייען זיי מער נישט צי קיין שים חתונות פין זייער ברודער, דער האט א זכיה אריינצוברענגען זיין סיקנעס פין נישט קענען פארגינען א צווייטן צי נאך הינדערטער משפחות, אין לאמיר נישט פארגעסן אז אפילו דער פעיראל דיין האט נאך קיינמאל געפסקנט ברבים אז מטאר נישט משתתף זיין ביי אזא חתונה, אין ער אליין איז שוין געגאנגען עטליכע מאל צי שבע ברכות פין אזאנע חתונות,

א
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

אינטערסאנט אז דאס וואס מהרז''ל האט געהאלטן דעם חתן פעסט זיך נישט צו ברעכן אין האט אפגעזאגט די אפפער פין נעמען יענעם קרוב משפחה אלס מסד''ק דאס פארשטייסטו, אבער דער זיידע וואס איז א תמימות'דיגע וואוילע אנהענגער פון מהר''א איז געווען די גרעסטע מצוה זיך נישט צו רעכענען מיט אים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער חתן איז געווען זייער נאענט מיט מהרז"ל ער פלעגט לערנען מיט אים בחברותא, ער איז בארעכטיגט צו נעמען וועם ער וויל אלס מסדר קידושין, ס'איז זיין חתונה נישט דעם זיידנ'ס און פעטער, ס'קומט נישט אריין צי איינער האט אים געהאלטן שטארק צי נישט, אויב סאיז אמת,

אז דער זיידע האלט נישט ביים קימען וויל עפעס א 75 יעריגער בעביס כבוד גייט ווערן בארירט, ברויך דער זיידע באזיכען א דאקטער עסעפ, סאיז דעם חתן'ס בחירה וועם צו נעמען פאר מסדר קידושין, און דער זיידע האט בכלל נישט וואס אריינצורעדן,

אגב פארוואס האט דער זיידע יא געמעגט גיין צום חופה?
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

דו פארשייסט אז ווען די משפחה האט געבטן מהרז''ל (60 יעריגע בעיבי - לויט דיין שפראך) זאל מסכים זיין אז א פעטער זאל זיין מסד''ק האט ער עס אפגעזאגט, אבער דעם זיידן ווילסטו נישט פארשטיין ווייל זיין רעליגיע (לאמיר עס אזוי רופן) האלט אים צוריק פון גיין?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קיינער צוינגט נישט חתונה מאכן אין דעם זאל, דער זאל האט א תקנה אז נאר מהרז"ל קען מסדר קידושין זיין, דער תקנה איז געמאכט געווארן לצורך זיינע חסידים אין ק"י, זיי זאלן נישט דארפן פארן קיין מאנסי, אין מזאל נישט קענען טעראזירן וועם ממעג נעמען פאר מסדר קידושין,

רז"ל האט א פליכט כלפי זיינע חסידים אנצוהאלטן דעם תקנה, בכדי ווער סגעהער צי אים אין וויל חתונה מאכן אין ק"י, זאל קענען געניסן פין דעי סערוויס, אזוי סאיז דא ביי יעדע קהילה בישראל,

אין ווער סהאט פראבלעמען מיט משפחה, זאל געזינטערהייט חתונה מאכן ווי ער וויל, אין מכבד זיין וועם ער וויל,

דער חתן האט דווקא געוואלט דא חתונה מאכן, אין רז"ל זאל מסדר זיין, אין הער אויף דרייען א קאפ אז די משפחה האט געבעטן, די משפחה האט געקענט טוישן זאל אז זיי ווילן האבן א פעטער זאל מסדר זיין,

דאס איז געווען די חתן אין מחותנ'סטע החלטה,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אגב סאיז נישט דא קיין איין דיין אדער רב וואס האט געפסקנט(ברבים, וואס מווייסט ) אז מטאר נישט גיין צי אזא חתונה, דאס גאנצע נישט גיין איז מעשה טעראריזם פין אפאר גרושים,
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:קיינער צוינגט נישט חתונה מאכן אין דעם זאל, דער זאל האט א תקנה אז נאר מהרז"ל קען מסדר קידושין זיין, דער תקנה איז געמאכט געווארן לצורך זיינע חסידים אין ק"י, זיי זאלן נישט דארפן פארן קיין מאנסי, אין מזאל נישט קענען טעראזירן וועם ממעג נעמען פאר מסדר קידושין,
רז"ל האט א פליכט כלפי זיינע חסידים אנצוהאלטן דעם תקנה, בכדי ווער סגעהער צי אים אין וויל חתונה מאכן אין ק"י, זאל קענען געניסן פין דעי סערוויס, אזוי סאיז דא ביי יעדע קהילה בישראל,

אין ווער סהאט פראבלעמען מיט משפחה, זאל געזינטערהייט חתונה מאכן ווי ער וויל, אין מכבד זיין וועם ער וויל,

דער חתן האט דווקא געוואלט דא חתונה מאכן, אין רז"ל זאל מסדר זיין, אין הער אויף דרייען א קאפ אז די משפחה האט געבעטן, די משפחה האט געקענט טוישן זאל אז זיי ווילן האבן א פעטער זאל מסדר זיין,

דאס איז געווען די חתן אין מחותנ'סטע החלטה,

איך פארשטיי נישט.

סיי מהר''א און סיי מהרז''ל האבן א תקנה לגבי סידור קידושין, איינער וועגן מרא דאתרא און דער אנדערער צו ראטעווען זיין עולם פונעם מרא דאתרא, ביידע האבן חסידים וואס בעטן זיך ביי זיי צו מאכן א אויסנאם, ביידע לאזן נישט, אבער מהר''א איז די שייגעץ הדור און מהרז''ל איז דער מציל הדורות.

אגב וואספארא הצלה איז דאס אז מהרז''ל צווינגט דוקא אים צו נעמען אפילו עס איז גורם עגמת נפש, וואלט נישט געווען גענוג אז מבויעט א זאל ווי מ'לאזט יעדן מסדר קידושין זיין? וואספארא מין געראטעוואכטס איז דאס אז מען נעמט די געראטעוועטע און מקארנערט זיי אז זיי מוזן נעמען מהרז''ל? קוק, מ'האלט שוין א יאר נאכדעם און ס'קוקט נישט אויס ווי דער עולם געניסט שוין פון מהרז''לס הארוואניע לטובת זיינע חסידים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיליאנער האט געשריבן:

מהרז"ל מאכט א תקנה אין זיין זאל פאר א טובה פאר זיינע אייגענע מענטשן, מהר"א מאכט א תקנה אין יענם'ס זאל, צי טעראזירן אנדערע מענטשן וויאזוי זיי דארפן זיך פירן,

מהאט שוין געהאט געמאכט א זאל ווי יעדער קען מסדר קידושין זיין, אבער היות יעדער קען מסדר קידושין זיין, האט מען טעראזירט מחותנים וועם ממעג יא אדער נישט נעמען, אין זיינע מענטשן האבן געפערליך געליטן, האט ער געמאכט א תקנה אז נאר ער קען מסדר זיין אזוי קען מען נישט משוגע מאכן וועם ממעג יא אדער נעמען,

אין פאקט, קימט ער רוב מאל נישט אראפ, (ער זיכט בכלל נישט קיין סידור קידושין, ווען יא וואלט ער שוין לאנג איינגעפירט אין וויליאמסבורג אין זיינע זאלן) נאר ווען סאיז דא ארונישע משפחה וואס לייגן פרעשור, קימט ער אראפ צי מסדר קידושין זיין, אזוי אפצושטעלן די טעראריזם אויף יענע משפחה,

אין אגעין, ער צוינגט נישט קיינעם חתונה צי מאכן דארט, סאיז זיין זאל אין ער איז בארעכטיקט עס צי פארדינגען וויאזוי ער וויל,

איך וויל נאך אלס פארשטיין פארוואס דער זיידע איז א העלד, ווען סאיז נישט דא קיין איין פסק להלכה אז מטאר זיך נישט משתתף זיין ביי אזא חתונה?
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:

מהר''א מאכט א תקנה אין זיין שטאט און מהרז''ל קומט אין יענעם'ס שטאט עפענען א זאל! עס איז אזויווי מהר''א זאל בויען א קאך אין עטרת מייזעלס און נישט לאזן סערווירן זאלונישע פלייש.

און דו רעדסט פשוט נישט צום זאך, אין עטרת מייזעלס'ס ערשטע צייטן האט מען געמעגט נעמען וועם מ'האט געוואלט און יעדער האט געבעטן רשות און מ'האט גענומען ר' געציל און אלעס איז געפארן על מי מנוחות. דו ווייסט אליין (און אויב נישט זאג איך דיר) אז זינט מהרז''ל האט אנגעכאפט די משוגעת גייט די גאנצע זאל אין דער ערד, ס'איז כמעט נישטא קיין חתונות דארט, און ווען יא איז עס אין גרויסן טייל באגלייט מיט עגמת נפש.

עס מאכט ניטאמאל קיין סענס וואס דו זאגסט, ער איז א רבי פאר אלע זיינע חסידים און וויאזוי קען ער מאכן עגמת נפש פאר געוויסע כדי צו ראטעווען אנדערע, איז טאקע נישטא קיין אנדערע וועג?

אלע מאי מיינט מען נישט דא די חסידימ'ס טובה מען מיינט נאר די אייגענע כבוד המחולל, און די חסידים זענען גאר די וואס ליידן שוין א יאר צייט און מען זעט נישט קיין ענדע דערצו.
פארשפארט