ר' גד'ל ביים קלינערס ערב יום כיפור

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
קאנטאקט:

ר' גד'ל ביים קלינערס ערב יום כיפור

שליחה דורך קאמפיאטער »

ר' גד'ל שפאצירט אריין אין "קלינער'ס געשעפט". ער טוט אויס זיין רעקל, ער גיט עס איבער פארן אייגענטומער אין בעט אז מען זאל דאס אים קלינען. "איך מאך מארגן א שמחה, כעט ווען געוואלט עס שוין האבן אויף די שמחה".

דער קלינערס כאפט א בליק אויפן רעקל, און עס ווערט אים שווארץ פאר די אויגן, ער האט נאך אזא רעקל זייט זיין קלינערס שטייט כמעט נישט געזען.... שמוציג און פארפלעקט פון אויבן ביז אונטן, ער קען אפילו נישט פארשטיין וויאזוי ר' גד'ל איז ביז איצט געגאנגען דערמיט.... מיט א מער טיפערע בליק אויף די גרויסע פלעקן זעהט ער אז די אויסערליכע פלעקן פארדעקן נאר אויף די אינערליכע.... דער רעקל האט פונעם ערשטן טאג וואס ער איז נאנט געווארן מיט ר' גד'ל נאך נישט געזען קיין קלינערס.... עס איז פול מיט טיף איינגעגעסענע פלעקן וואס איז כמעט אוממעגליך ארויסצונעמען.

"איך גלייב נישט אז איך וועל עס קענען מאכן אויף ביז מארגן" זאגט אים די קלינערס. "פון עקספיריענס ווייס איך אז כדי אזא רעקל זאל ארויסקומען ריין ווי שפאגל ניי, דארף מען עס דאס איבערקלינען כאטשיג דריי מאל, אין לויט די ארבעט וואס איך האב נאך פארשטיי איך אז איך וועל עס נישט אנקומען צו מאכן ביז מארגן נאכמיטאג".

ר' גד'ל לאזט נישט נאך, און ער בעט זיך ברחמים "איך בין גרייט צו צאלן וויפיל עס קאסט נאר, טוט'ס מיר נאר די טובה, איך מוז עס האבן אויף מארגן".

איידער ער באשליסט צי ער זאל יא אדער נישט אננעמען די רעקל כאפט די קלינערס נאכאמאל א בליק אויפן רעקל. אצינד קוקט ער שוין מער אויפן גאנצן רעקל, אין דאס מאל פאלט זיין בליק מער אויפן אונטערשטן חלק פונעם רעקל. ווידער צועפענען זיך זיינע אויגן גאר ברייט. מאדנע, מאדנע, קיין אנדערע ווערטער האט ער נישט דערויף. ער האט נאך אזאנס נישט געזען. "וואס זענען די אלע שטיקלעך?" פרעגט ער פון ר' גד'ל מיט נישט ווייניג וואונדער.

דער רעקל דארט אונטן איז געווען אנגעקלעפט פיל מיט צענדליגער אזעלכע קליינע שטיקלעך טעיפ און סקאטש טעיפ. ר' גד'ל דערציילט אז ביי די ארבעט קומט אים אויס כסדר אראפצונעמען אזעלכע שטיקלעך טעיפ פון געוויסע באקסעס, און עס איז אים זייער שווער זיך צו פלאגן עס אראפצונעמען פון די הענט, דעריבער טוט ער דאס אויפן לייכטסטן אופן עס צו געבן א קלעב ארויף אויפן רעקל און געגאנגען ווייטער צום נעקסטן באקס.... אזוי האט זיך במשך הזמן אנגעזאמעלט צענדליגער אזעלכע שטיקלעך מיט וואס זיין רעקל איז אנגעפילט

דער קלינער קוקט אים אן מיט בייז וואונדער. אזא רעקל האט נאך נישט איבערגעטראטן די שוועל פון זיין געשעפט נאך פון ווען זיין זיידע האט געעפענט דאס געשעפט פאר צענדליגער יאר צוריק.... ער פרעגט אים אפן "און וויאזוי קלערט איר צו קלינען ס'רעקל? וואס וועט זיין מיט די אלע שטיקלעך"?

"וואס הייסט וואס?" זאגט אונזער ר' גד'ל, "קלינט עס אראפ פונעם רעקל"!..

"נאא, נאא עס גייט נישט אזוי" זאגט אים די קלינערס. אנגעקלעפטע שמיץ האט גארנישט מיטן קלינען. דאס קלינען נעמט עס בכלל נישט אראפ, "זייטס מוחל זעצט ער פאר גייטס אהיים, קלויבט אראפ די אלע שטיקלעך שמיץ וואס איר קענט אליינס אראפ נעמען, אין דאן וועלן מיר זעהן אויב עס קען נאך ווערן געקלינט אויף מארגן נאכמיטאג".


די נמשל מאכטס אליינס איך האב שוין נישט קיין כח. א פרייליכן יום כיפור.

(קרעדיט אויסגאבע אין ס'מעדריש)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאמפיאטער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
actually; i'm using my blackberry more than my computer
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מיינט דאס די עבירות שבין אדם לחבירו?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך קאמפיאטער »

קאלל איט האוי עווער יא וואנט.
איך האב דאך געזאגט אז די נמשל זאל מין אליינס מאכן...מעיבי איטס נאט עפליקעבעל פאר יא, די קלעבסט אויך אויף באקסעס?
actually; i'm using my blackberry more than my computer
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

מען צאלט צו אביסעל צדקה און דער קלינער נעמט אלעס אראפ.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ווען די קלינערס איז דער כל יכול איז די מעשה טאטעלי דיפרענט. ווער רעדט נאך אז ער איז א רחום וחנון צי דער זייט אויך.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

פאר ר' גד'ל קען דער קלינער אזוי ענטפערן אבער ווען זיין בן יחיד קומט אריבער און בעט זיך ביים טאטן קלין עס, וועט עס דער טאטע קלינען בחנם, וואס טוט נישט א טאטע פאר א באליבטן בן יחיד
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שרייבער האט געשריבן:פאר ר' גד'ל קען דער קלינער אזוי ענטפערן אבער ווען זיין בן יחיד קומט אריבער און בעט זיך ביים טאטן קלין עס, וועט עס דער טאטע קלינען בחנם, וואס טוט נישט א טאטע פאר א באליבטן בן יחיד


ימים נוראים איז השי"ת אויך א מלך, וואס מלך במשפט יעמיד ארץ. מיר בעטן טאקע די גאנצע צייט אויף סיי-וועלכן אופן, אם כבנים אם כעבדים, אבינו מלכנו וכדומה, ממילא דארפן מיר יוצא זיין ביידע וועגן.
וירח ה' את ריח הניחוח
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

שמעקעדיג האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:פאר ר' גד'ל קען דער קלינער אזוי ענטפערן אבער ווען זיין בן יחיד קומט אריבער און בעט זיך ביים טאטן קלין עס, וועט עס דער טאטע קלינען בחנם, וואס טוט נישט א טאטע פאר א באליבטן בן יחיד


ימים נוראים איז השי"ת אויך א מלך, וואס מלך במשפט יעמיד ארץ. מיר בעטן טאקע די גאנצע צייט אויף סיי-וועלכן אופן, אם כבנים אם כעבדים, אבינו מלכנו וכדומה, ממילא דארפן מיר יוצא זיין ביידע וועגן.

ער איז אלעמאל א מלך, "אבינו מלכינו"
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

קאמפיאטער האט געשריבן:(קרעדיט אויסגאבע אין ס'מעדריש)

די אויסגאבע איז פון סאטמאר (מהר"א) איבער די נייע קאמפיין איבער פילטערן די טעלעפאון'ס
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פארשפארט