ערבי נחל האט געשריבן:מהר״א יעצט ביים אסיפה: מאנסי איז א עיר פרוצה און די רבינו העיר קענען נישט טון נישט גארנישט, און אין די גלילות שנייד מען זיך די בערד און די נשים דרייווען, און מ׳עסט זאכן אן הכשרים.
טאקע א שרעקליכער שטאט.
האט נישט הרה״צ יואל ראטה אזוי גסטראשעט אפאר יאר צוריק ?פרנס החודש האט געשריבן:איך אז מ'קען באשטימען דאס מאנרא וואודבורי און בלומינג גראוו זענען אין די גלילות פון מאנסי און האבן גארנישט מיט קרית יואל און שלום על ישראל מען זאל דארט אויך עפענען עקסטרע מוסדות
Sent from my SM-G930V using Tapatalk
פרייוויליג האט געשריבן:די מערסטע ווערטער געזאגט געווארן ביי די דרשה פון ר' אהרן, איז: צאנזער רב, דער רבי זי"ע, דער זיידע צאנזער רב, דער פעטער, און אז סאנצער רב איז געווען זיין זיידע.
די איבריגע איז נישט אינטערסאנט.
פון די מלחמת (מצוה?) פון די זיידע דער קדושת יו"ט האט געפירט קעגן ר' קלמן כהנא פון סיגוט האט ער נישט דערמאנט ביי די דרשה??פרייוויליג האט געשריבן:די מערסטע ווערטער געזאגט געווארן ביי די דרשה פון ר' אהרן, איז: צאנזער רב, דער רבי זי"ע, דער זיידע צאנזער רב, דער פעטער, און אז סאנצער רב איז געווען זיין זיידע.
די איבריגע איז נישט אינטערסאנט.
מיינונגזאגער האט געשריבן:עס גייט מיר אין קאפ נישט אריין, אפשר קען איינער אונז דא באלייכטן. וואס איז איצטערט געשעהן, וואס איז די פחד איצט. ווער האט מורא פארוואס. איז דאס אלעס נאר אדאנק מייזעלס, א"כ וואלט מען געדארפט נאכאמאל באפעסטיגן די פאזישאן פון מרא דאתרא. אויפדערווייל הערעך נאכנישט אזא תקנה. "איך בין רב, אזוי וויל איך, און אזוי וועט זיין"!
המלוכה והממשלה האט געשריבן:איינמאהל מ'זעהט שוין די תקנות פון די היינטיגע ק"י , כאפטס א בליק אויף די תקנות וואס סאטמער רבי האט געקעירט פאר
בעיסקלי אז מיידלעך פון דריי יאהר און העכער זאלן נישט גיין מיט קליידער וואס איז העכער די קני , מ'זאל פארהערן די קינדער , די קינדער זאלן נישט פעלען פון חדר , און מ'זאל מאכן קביעת עיתים לתורה
(גענומען פון דא)
מיליאנער האט געשריבן:וואס ווילסטו זאגן יעצט? אז סאטמאר רבי האט נישט געמאכט די תקנות ווייל ער איז נישט געווען דערקעגן? מאכסטעך נאריש?
דעמאלטס האט נישט אויסגעפעלט צו מאכן תקנות פון דעם, קיינעם איז ניטאמאל בייגעפאלן צו טון די אלע זאכן, ליידער ליידער היינט דארף מען שוין רעדן פון דעם.