שוידערליכע מארד וואס ברלנד האט פארארדענט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

לויט ווי איך האב פארשטאנען שטייט ער נישט אויס קיין רציחה קלאגעס.

די מעשה איז געווען אז צוקערס משמרת הצניעות האט יענעם גענומען און געוואלט אנברעכן די ביינער און נאכן שלאגן צו סאך איז יענער אוועק פון די וואונדן. אזוי איז יעצט אנגענומען אין די פרעסע, יעצט פאר דעם אליינס קען מען גיין זיצן אבער דא קומט אריין א עקסטערע שאלה ווי ווייט ברלנד איז געווען אינוואלווד אין די משמרת הצניעות, סאיז בכלל נישט אזוי פשוט אז יעדע מאל וואס מהאט איינעם אנגעהאקט די ביינער איז מען אים געגאנגען פרעגן, נאר צוקער וואס איז צוקריגט מיט ברלנד טענהט אז פארט וואס ער האט עס געטון האט עס ברלנד פאראדענט, סלאזט זיך אריינקלערן אז צוקערס עדות איז בלויז צוליב זיינע פריוואטע חשבונות מיטן שווער אדער צו באקומען א בעסערע דיל מיט די אינסטאנצן.

אבער דער אמת ווייסט נאר גאט, איך זאג בלויז אז אין דעם פאל איז עס גארנישט אזוי שווארץ אויף ווייס.

מוטה פראנקס מיינונגען איבער ברלנד זענען אפיציעל געלופטערט געווארן און ער האט גאנצעטע הסברים פארוואס ער האלט אזוי, סאיז נישט קיין נייע זאך אז ער נעמט זיך אן פאר אים.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

ער איז כמעט אזא צדיק ווי ר' דוד סקווירא וואס האט נישט דווקא געהייסן פארברענען ראטענבערג.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

סאיז זייער גרינג צו טייטלען א שולד פינגער, פארוואס נישט? העיט איז מילא בחינם.

אבער באטראכטנדיג די מעשה מיט א ניכטערן בליק זעה איך נישט פארוואס צוקערס עדות זאל ווערן פאררעכנט ווי קראנט, מילא ווען מען וואלט אים מתחילה געוואלט מארדן איז איין זאך, די אנגענומענע דעה איז אז מען האט אים בלויז געוואלט אנזעצן די ביינער, א זאך וואס איז מעשים בכל יום ביי איעדן משמרת הצניעות, איז בכלל נישט מוכרח און אפילו נישט מסתבר אז אליעזר זאל האבן געוואוסט דערפון.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:מוטה פראנקס מיינונגען איבער ברלנד זענען אפיציעל געלופטערט געווארן און ער האט גאנצעטע הסברים פארוואס ער האלט אזוי, סאיז נישט קיין נייע זאך אז ער נעמט זיך אן פאר אים.

וואס איז טאקע זיין שיטה? אז ער איז נישט גאגענגען מיט אשת איש'עס? אז אלעס איז בלויז א בולבל? און אז ער האט זיך מודה געווען אויף.די אלע זאכן פאר פאן?
כ'פרעג ווייל כ'וויל וויסן...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

מוטה פראנק גלייבט אין אז רב ברלנד האט גאר אנגעדרייט די גאנצע זאך כדי צו נעמען אויף זיך יסורים און אזוי ארויף מקרב זיין די גאולה. ווען בעצם האט ער גארנישט געטון און האט גאר אליינס פארבריצירט אלע עדותער און הודאות.

נאנסענס? דארפסט מיר נישט זאגן, כווייס אליין.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:סאיז זייער גרינג צו טייטלען א שולד פינגער, פארוואס נישט? העיט איז מילא בחינם.

אבער באטראכטנדיג די מעשה מיט א ניכטערן בליק זעה איך נישט פארוואס צוקערס עדות זאל ווערן פאררעכנט ווי קראנט, מילא ווען מען וואלט אים מתחילה געוואלט מארדן איז איין זאך, די אנגענומענע דעה איז אז מען האט אים בלויז געוואלט אנזעצן די ביינער, א זאך וואס איז מעשים בכל יום ביי איעדן משמרת הצניעות, איז בכלל נישט מוכרח און אפילו נישט מסתבר אז אליעזר זאל האבן געוואוסט דערפון.

לויט די פרעסע האט ער מודה געווען אז ער האט געהייסען אנברעכן די ביינער ווי אויך האט ער געזאגט פאר א ברודער פון איינער פון די קרבנות אז ער קען זיצן שבעה, נאר סתם אויף הייסען שלאגן איז דא התישנות וויבאלד עס איז שוין 25 יאר אלט, אגב לפי די חשדות האבן זיי געוואלט אים מסרס זיין
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

נפה האט געשריבן:

סאיז זיכער אז נאך די מעשה האט ער געוואוסט דערפון, ער איז זיכער געווען אינוואלווד אין גרויסע אפעראציעס פון משמרת, נאר צוזאגן אז פאר איינעם אנקלאפן די ביינער האט מען אים געדארפט פרעגן איז לאו דוקא מסתבר.

בנוגע זיינע הודאות, למעשה איז גאר מאדנע מיט אים, איך האלט אז ער איז גייסטיש צורוקט. ווי למשל אז ער האט געהייסן אייינעם זיך מודה זיין און ווייזן דעם קבר בעת יענער האט עס נישט געקענט געפינען, בכל אופן איז פון הייסן אנהאקן ביינער ביזן ווערן א מערדער [פיזיש, גייסטישע מארד איז באשטעטיגט נאך פון די אביוז קלאגעס] דא א שטיקל מהלך צו גיין.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: שוידערליכע מארד וואס ברלנד האט פארארדענט

שליחה דורך יהודי פשוט »

זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:מוטה פראנק גלייבט אין אז רב ברלנד האט גאר אנגעדרייט די גאנצע זאך כדי צו נעמען אויף זיך יסורים און אזוי ארויף מקרב זיין די גאולה. ווען בעצם האט ער גארנישט געטון און האט גאר אליינס פארבריצירט אלע עדותער און הודאות.

נאנסענס? דארפסט מיר נישט זאגן, כווייס אליין.
ועדיין בן דוד לא בא...

זעהט אויס אז מ'האט רב ברלנד נאכנישט גע'רודפ'ט גענוג.

ווער קען זעהן - למען משיח צדקנו - אים צוריק צו לייגן אין תפיסה, און נישט ארויסלאזן ביז ער פועל'ט נישט די גאולה השלימה?

אלץ די ציונים שולדיג, זיי גלייבן נישט אין ביאת משיח, האבן זיי אים ארויסגענומען פון תפיסה...
איך בין א נער און איך גלייב!!!
בן נון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 207
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

שליחה דורך בן נון »

דער עולם דא דארף קענען שובו בנים עס איז נישט קיין חסידות עס איז א קאלטבלוטיגע קולט ווי קיינער טוט נישט גארנישט אהן א הראה פון ”הצדיק” זיי גלייבן אז ער איז גאט אליין

ר’ צבי צוקער איז א ערנסטע תלמד חכם א ערליכער יוד ער איז מיר מער באגלייבט ווי בערלאנד און פראנק צזאמען
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

צוקער איז למעשה געשטאנען אין שפיץ פון משמרת הצניעות און איז געווען דער הויפט אינציאטיוו אונטערן מארד, דאס איז א זאך וואס ער לייקנט נישט. ער טענהט נאר אז היינט איז ער אנדערשט און בעצם וואלט ער ווען געגאנגען זיצן ווען נישט ער האט מיטגעארבעט מיט די אינסטאנצן.

דאס וואס די זאגסט אז לפי שובו בניםס קולטור וואלט ברלנד יא געוואוסט איז מעגליך אבער פארט א שיינע סברה.

בכל אופן צו ער האט יא געוואוסט צו נישט געוואוסט איז עפעס אויף וואס מען קען דן זיין כ"ש ווען ברלנד האט מודה געווען, אבער עס מאכט אים פארט נישט פאר קיין מערדער בעת ווען כולי עלמא מודי אז ער האט נאר געוואלט מען זאל שטארק שלאגן, שולדיג זענען די שלעגער וועלכע האבן אויסגעגעבן זייער תאוות הרציחה. ווי אויך דאס עצם עקזיסטענץ פון אזא ארגאניזאציע אין וואס צוקער האט געהאט דעם חלק הארי.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

וואס געשעהט ווען ברלנד שטארבט. ער האט א נחמן וואס גייט איבערנעמען זיין רשעות?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

יהודי פשוט האט געשריבן:
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:מוטה פראנק גלייבט אין אז רב ברלנד האט גאר אנגעדרייט די גאנצע זאך כדי צו נעמען אויף זיך יסורים און אזוי ארויף מקרב זיין די גאולה. ווען בעצם האט ער גארנישט געטון און האט גאר אליינס פארבריצירט אלע עדותער און הודאות.

נאנסענס? דארפסט מיר נישט זאגן, כווייס אליין.
ועדיין בן דוד לא בא...

זעהט אויס אז מ'האט רב ברלנד נאכנישט גע'רודפ'ט גענוג.

ווער קען זעהן - למען משיח צדקנו - אים צוריק צו לייגן אין תפיסה, און נישט ארויסלאזן ביז ער פועל'ט נישט די גאולה השלימה?

אלץ די ציונים שולדיג, זיי גלייבן נישט אין ביאת משיח, האבן זיי אים ארויסגענומען פון תפיסה...

לכאורה וועגן דעם האט ער יעצט 'אינטערגעשטעלט' א נייע מארד מעשה, צו קענען 'נעמען אויף זיך' נאך יסורים, אבער היות ס'איז נאכנישט די זמן גאולה האט מען אים ארויסגעלאזט פון תפיסה,
אבער ס'זעט נישט אויס ווי ער האט און פלאן אויפציהערן צו מדחיק זיין דעם קץ, עמער זיצן און ווארטן צו זעהן וואס נאך ער וועט 'אינטערשטעלן' קעגן זיך און די ציקומפט...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
לאנגע הויזן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך לאנגע הויזן »

מאיר רובנשטיין ברעכט די שטילקייט, און לייקענט אז ער האט געהאט שייכת מיטן מארד.

15.PNG
פארשפארט