דאס פאראייניגטע אידישע קעניגרייך
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
דאס פאראייניגטע אידישע קעניגרייך
[justify]יהושע בן נון דער נאכפאלגער פון משה רבינו, האט אריבער-געפירט די אידן דעם ירדן – און ער האט באזעצט די אידן אין ארץ ישראל. דאס לאנד איז געווארן איינגעטיילט אויף עלף טיילן, און יעדע טייל איז געווען ווי א זעלבסט-שטענדיגער לאנד פאר זיך. ס'איז געווען א לאנד ראובן, א לאנד יששכר, א לאנד דן, א לאנד יהודה, אד''ג. שבט לוי האט נישט באקומען קיין אייגן לאנד, זיי האבן געוואוינט פארשפרייט איבער גאנץ ארץ ישראל. דאס האט אזוי אנגעהאלטן ביז צו די צייטן פון שאול המלך.
די טעג פון קעניג שאול:
שאול איז געווען די ערשטער קעניג וועלכע האט געקעניגט אויף אלע שטאטן אין ארץ ישראל געמיינזאם. ער האט געדינט אלס דער ערשטער קעניג אויף א מעכטיגן פאראייניגטן קעניגרייך אין ארץ ישראל. דאס איז געווען א שטאלץ און א עהרע פאר די שטאטן פון מנשה און אפרים, ווארום שאול איז דאך געווען פון לאנד בנימין, וואס זיי שטאמען פון די צווייטע ווייב פון יעקב רחל - גענוי אזוי ווי זיי, און נישט פון יעקב'ס ערשטע ווייב, לאה. אבער ווען שאול האט זיך דערוויסט אז שמואל הנביא איז געגאנגן אונטער זיין ריקן קיין בית לכם – יהודה, און אויפן באפעל פון השי''ת געזאלבט דוד פאר קעניג אויף די פאראייניגטע אידישער קעניגרייך אין ארץ ישראל , איז אים דאס בייז-בלוט פארלאפן אין קאפ.
שאול האט איינגעשפאנט די גאנצער אידישער ארמיי, אין שפיץ פון זיין פעלד מארשאל דער בארימטער אידישער העלד אבנר בן נר, צו פארפאלגן דוד און אים צו פארניכטן. די אידישע ארמיי האט נאכגעיאגט דוד פון די היילן אין עדלם ביז צו די וויסטענישן פון צקלג. שאול איז געווען אויסן אז די פאראייניגטע אידישע קעניגרייך זאל פארבלייבן אין די הענט פון די קינדער פון רחל אויף שטענדיג, ער האט געזען אין דוד א דירעקטע געפאר אז די אידישע קעניגרייך וועט עווענטועל אריינשפילן צום לאנד יהודה וועלעכע שטאמען פון לאה, און ער איז געווען פעסט אנטשלאסן דאס צו פארמיידן.
נעמליך, די אלע טאקטיקן פון שאול צו פארזיכערן אז דאס קעניגרייך פארבלייבט ביי בנימין, האבן זיך באשיימפערליך נישט אויסגעארבייט. שאול מיט זייינע דריי זון יהונתן, מלכישוע, און אבינדב, זענען טראגיש געפאלן אין שלאכט מיט די פלישתים. און דער פעלד-מארשאל אבנר בן נר האט דאן געקרוינט דאס יונגסטער זון פון שאול, איש בושת, אלס קעניג אויף די פאראייניגטע אידישע קעניגרייך אין ארץ ישראל. אבער די מענטשן פון יהודה האבן זיך אויף קיין פאל נישט געוואלט אנשליסן אין די קעניגרייך פון איש בושת, זיי האבן ארגומענטירט מיט רעכט, אז זייער לאנדסמאן דוד, איז געזאלבט געווארן דורך ג-ט צו דינען אלס דער קעניג אויף די פאראייניגטע אידישע קעניגרייך אין ארץ ישראל. דערפאר האבן זיי אין א דראסטישער שריט זיך גענצליך אפגעריסן פון די פאראייניגטע אידישע קעניגרייך. זיי האבן דעקלערט חברון אלס זייער הויפט שטאט, און זיי האבן אויפגענומען דוד פאר זייער קעניג. דוד האט געקעניגט אין חברון פאר זיבן יאר.
די פייערדיגע פאליטיק צווישן יהודה און שומרון - וואס האט דעמאנירט דאס אידישער לעבן אין ארץ ישראל פאר די נאכפאלגנדע יארן הייבט זיך אצינד אן צו אויסצושפילן.
די טעג פון קעניג דוד
דאס קעניגרייך פון איש בושת איז געווארן שוואכער און שוואכער מיט יעדע פארבייגענדע טאג. די שריט וואס אבנר האט פראבירט צו פארשטארקן די קעניגרייך פון איש בושת האבן זיך נישט אויסגעארבייט. און די אינטריגעס פון דער פעלדמארשאל פון דוד, גענעראל יואב בן צרויה, האבן צוגעפירט צו דעם אז די קעניגרייך פון יהודה האט באקומען אלס מער און מער מאמענטום ביי די אנדערע שטאטן אין ארץ ישראל. מער און מער שטאטן האבן זיך ביסלעכווייז אנגעהויבן איינצושליסן אין די קעניגרייך פון יהודה, און אין בלויז זיבן יאר נאכן טויט פון קעניג שאול, איז דוד איינשטימיג געקרוינט געווארן אלס קעניג איבער דאס פאראייניגטע אידישע קעניגרייך אין ארץ ישראל! פאר גאנצע זיבן און פערציג יאר האט דוד פון לאנד יהודה געקעניגט אויף אלע שטאן אין ארץ ישראל. דוד האט דאן אריבערגעצויגן זיין הויפט-שטאט פון חברון צו עיר דוד - וואס איז שפעטער געווארן א טייל פון די לעגנדארע אידישער הויפטשטאט, ירושלים.
דוד האט געקעניגט מיט א שטארקע האנט. אפגעזען פון די אויפשטאנדן מיט וועלכע ער האט זיך נאכאנאנד געדארפט פארמעסטן – ווי די אויפשטאנד פון שבע בן בכרי פון לאנד בנימין, וועלכער האט דעקלערט: אין לנו חלק בדוד ואין לנו נחלה בבן ישי – און אויך די פוטש פון זיין אייגענעם זון אבשלום, האט דוד מער-ווייניגער געפירט זיין קעניגרייך מיט שטארקע האנד. יהודה האט דאָמינירט אלע שטאטן אין ארץ ישראל, און אפילו אויך די ארומיגע לענדער, אמון, מואב, אדום, און צידון.
די טעג פון קעניג שלמה:
נאכן טויט פונעם העלדישער קעניג דוד, האט זיין זון שלמה פאַרנומען דעם טראָן, און ער איז איינשטימיג געקרוינט געווארן אלס קעניג איבער די פאראייניגטע אידישער קעניגרייך אין ארץ ישראל. די צייטן פון שלמה ווערן פאררעכנט אלס די בעסטע צייטן וואס אידן האבן נאר אמאל גענאסן אין ארץ ישראל. יעדער איז געזיצן רואיג אונטער זיין פייגן בוים און אונטער זיין וויינגארטן, און גאלד האט נישט פארמאגט קיין ווערד צוליב דאס איבערפלוס פון גאלד... עס זענען נישט געווען קיין מיליטערישע געפעכטן... יעדער האט געהאט אלעס וואס ער געברויכט... אבער איין זאך... שלמה האט שרעקליך באלעסטיגט די אידישע שטאטן מיט שווערע שטייערן. ( בלויז זיין שטאט יהודה, איז געווען באפרייט פון צאלן שטייער ) ער האט זיך נאכאנאנד גענויטיגט אין אומהויערע סומעס געלט צו קענען דעקן זיינע פילע בוי אונטערנעמונגן איבערן גאנצע לאנד. אבער דאס פאלק האט אים דאס פארקוקט... אבער נישט ממש יעדער...
ירבעם בן נבט פון אפרים, וועלכער האט געדינט אלס דער ארבייטער-אויפזעער אויף די שטאטן פון יוסף, מנשה אפרים און בנימין, האט זיך נישט אפגעהאלטן צו שארף קריטיקירן שלמה אויף זיינע טהאטן, ער האט שארף געטאדעלט שלמה צוליב דעם וואס ער האט פארבויעט די מויערן וואס דוד האט אויפגעבראכן, אז די עולי רגלים זענען קענען לייכטער אריינקומען אין ירושלים, און בלויז צוליב דעם וואס ער האט געוואלט בויען א פאלאץ פאר בתיה די טאָכטער פון פרעה וואס ער האט געהייראט.
ווען שלמה האט געהערט אז דער געטליכער נביא אחיה השילני – האט פארגעזאגט אז דאס פאראייניגטע אידישע קעניגרייך אין ארץ ישראל גייט צושפלינטערט ווערן צו צוויי באזונדערע קעניגרייכן, און אז ירבעם בן נבט וועט אין די צוקונפט קעניגן אויף די אפגעטיילטע שטאטן פון יהודה, האט ער אים געוואלט הרג'נען, אבער ירבעם האט צייטליך באוויזן צו אנטלויפן קיין מצרים, און פרעה די קעניג פון מצרים האט אין געשאנקן זיין שוועסטער די פרינצעסין תחפניס פאר א ווייב. ירבעם איז אזוי אפגעזעצן אין מצרים ביז שלמה איז געשטארבן, און זיין זון רחבעם האט איבערגענומען דאס פאראייניגטע אידישע קעניגרייך. עס איז כדי צו באמערקן, אז דאס קרוינונג פונעם נייעם קעניג רחבעם איז פארגעקומען אין די שטאט שכם וואס געפינט זיך אין לאנד אפרים, און נישט אין ירושלים וואס איז אין לאנד יהודה – דאס איז געווען צו סימבאליזירן דאס פאראייניגטע אידישע קעניגרייך אין ארץ ישראל – וואס האט זיך שוין דאן היפש געוואקלט.
רחבעם און ירבעם:
ווען ירבעם האט געהערט אז זיין ערכי-פיינט שלמה איז געשטארבן אין ירושלים, האט ער זיך באלד אומגעקערט פון מצרים צו זיין היימלאנד אפרים. און ווי נאר ער איז אנגעקומען האט ער באלד אנגעהויבן ארגאניזירן זיין געפלאנטער אויפשטאנד קעגן דאס הויזגעזונט פון דוד. ער האט איינגעזאמלט די עלטסטע פון פאלק און ער זעלבסט איז געשטאנען אין שפיץ, און זיי האבן זיך געשטעלט פארן קעניג רחבעם. זיי האבן געפאדערט פון אים אז ער זאל עטוואס נאכלאזן פון די שווערע שטייערן וואס זיין פאטער שלמה האט אויף זיי ארויפגעלײגט. רחבם האט זיך נישט צוגעהארכט צו זיינע עלטערע און ערפארענע ראטגעבער, און ער טראציג אפגעזאגט דאס פארלאנג פון פאלק. אין רעזולטאט האבן צען שטאַטן פּראָקלאמירט: מה לנו חלק בדוד? ולא נחלה בבן ישי לאהליך ישראל! – און זיי האבן ספאנטאן זיך אפגעריסן פון יהודה, און זיך דעקלערט אלס א זעלבסטשטענדיגער קעניגרייך אומאָפּהענגיק פון יהודה און בנימין. זיי האבן געקרוינט ירבעם אלס זייער קעניג, און די הויפטשטאט פון מלכות פון ישראל איז געווען די שטאט פון שכם אין לאנד אפרים. דאס ווייטאגליכער טיילונג פון די אידישע קעניגרייך, פון וועלכע מאנכע האבן אזוי מורא געהאט, איז ווירקליך צושטאנד געקומען. פון דאן אן אנגעהויבן האבן אין ארץ ישראל עקזיסטירט צוויי באזונדערע קעניגרייכן, יהודה אין דרום און שומרון אין צפון.
רחבעם האט דאס אויף קיין פאל נישט געהאלטן ביים פארשווייגן, און ער האט זיך געגרייט ארויס צו גיין אין קריג מיט ירבעם. אבער דער נביא שמעיה איז באלד געקומען צו לויפן און אים געווארנט אז ער זאל דאס נישט טאן, ווייל אז יא וועט ער האבן א טראגישן ענדע. רחבעם האט טאקע געפאלגט דעם נביא און ער איז דאן נישט ארויס אין קריג קעגן ירבעם, אפגעזען פון דעם אז ער האט שוין געהאט מאביליזירט א מעכטיגע ארמיי פון הונדרעט און אכציג טויזענט מאן פון יהודה און בנימין, פולקאם גרייט ארויסצוגיין אין קאמף.
צווישן די קעניגרייכן פון יהודה און ישראל האט זיך אנטוויקלט א אומהויערע פיינטשאפט. דאס פיינטשאפט איז געווען אזוי גרויס, אזש ירבעם האט פארבאטן פאר די אידן אין שומרון ארויפצוגיין קיין ירושלים. ער האט געשטעלט באוואפנטע וועכטער אויף אלע שטראזן וועלעכע פירן קיין ירושלים, וועלכע האבן נישט ערלויבט פאר די אידן דורכצוגיין עולי רגל זיין קיין ירושלים. און אנשטאט האט ער אויפגעשטעלט צוויי גאלדענע קעלבער איינס אין דן און די צווייטע אין בית קל, אזוי אידן זאלן האבן אן ארט וואו צו ברענגן זייער קרבנות. ער האט אפילו אויסגעטראכט נייע ימים טובים, אזוי אז די אידן פון שומרון זאלן גענצליך פארגעסן פון די קולטור פון יהודה און פון די הויזגעזונט פון דוד. דאס ווייטאגליכער פיינטשאפט צווישן די צוויי אידישע לענדער האט אזוי אנגעהאלטן, ביז די איינוואוינער פון די לענדער פון שומרון זענען גענצליך פארטריבן געווארן פון זייער וואוינארט אין ארץ ישראל - דורך סנחריב דער קעניג פון אשור.
אין די צייטן פון קעניג רחבעם איז טאקע נישט פארגעקומען קיין מיליטערישע קאָנפראָנטאציעס צווישן יהודה און שומרון, אבער א צייט שפעטער ווען זיין זון אֲבִיָּם איז שוין געזיצן אויפן קעניגליכער טראן, האבן זיך די צוויי אידישע לענדער שוין יא פארמאסטן מיליטעריש, און נישט איינמאל נאר צוויי מאל.
דאס ערשטע אידישער בירגער קריג:
ביידע אידישע קעניגרייכן האבן דורכגעפירט מאסיווע מאביליזאציעס אין זייער לענדער. די ארמיי פון יהודה איז באשטאנען פון פיר הונדרעט טויזענט גוט מושטירטע זעלנער, און די ארמיי פון ישראל איז געווען דאפלט אין מאס – ירבעם האט באוויזן צו מאביליזירן אכט הונדרעט טויזענט זעלנער. די לופט האט געשמעקט פון שיס פילווער, ביידע זייטן האבן זיך געגרייט זיך צו ווארפן איינע אויפן צווייטן מיטן גרעסטן מאס קראפט. אט שפאנט דער קעניג אביה ארויף צום שפיץ פון בארג צמרים, און הייבט אן מיט א װאַרעמע רעדע צו די אידישע זעלנער פון שומרון, וועלכע זענען געשטאַנען אונטען אין טאל:
הער מיר אויס ירבעם און גאנץ ישראל – איר דארפט דאך פון דעם צו וויסן, אז דער באשעפער דער גאט פון די אידן האט געגעבן קעניגרייך פאר דוד אויף די אידן אויף שטענדיג, פאר אים און פאר זיינע קינדער מיט א זאלץ-בונד. און ירבעם בן נבט דער קנעכט פון שלמה דער זון פון דוד איז אויפגעשטאנען, און ער האט זיך אַרומגערינגלט מיט א באנדע ליידיג-גייער און אויסווארפן, און זיי האבן זיך געשטארקט אויף רחבעם דער זון פון שלמה. און רחבעם איז נאך דאן געווען יונג און ווייכהארציג, און ער האט זיך נישט געשטארקט אויף ענק... און אצינד טראכט איר, זיך צו שטארקן אויף די קעניגרייך פון השי''ת אונטער די אייניקליך פון דוד, און איר זענט א גרויס פאלק, און איר האט מיט אייך די גאלדענע קעלבער וואס ירבעם האט געמאכט פאר ענק א אפגאט... דער באשעפער איז מיט אונז, און זיינע כהנים מיט זייערע טראמפייטער זענען דא מיט אונז צו שאלן קעגן אייך. אידישע קינדער פירט נישט קיין קריג מיטן באשעפער - דער באשעפער פון אייערע עלטערן, ווארום איר וועט נישט האבן קיין ערפאלג...
דער פרימער קעניג שטייט און רעדט נאך דארט אויבן אויפן בארג, און ירבעם הייבט שוין אן ארויסצוגעבן מיליטערישע באפעלן פאר זיינע פעלדמארשאלן און הויכראנגיגע אפיצירן. ירבעם האט אין געהיים באפוילן פאר א טייל פון זיין ארמיי צו פארכאפן פאזיציעס אונטערוויילעכס פון די לאגער פון יהודה, און ווי נאר די זעלנער זענען פון זענען שוין געשטאנען גרייט אין פאזיציע, האט ירבעם געגעבן דאס באפעל אנצוהייבן מיטן קאמף. די מיליטער פון יהודה איז געכאפט געווארן אין א טאטאלע איבעראשונג, זיי האבן זיך דערזען אין א קאמף פון פארנט און פון אונטערוויילעכס... די כהנים האבן זיך גענומען שאלן מיט זייער טראמפייטערס, און די זעלנער פון יהודה האבן געשריגן צום אויבערשטן פאר הילף... און דער באשפער האט זיי נישט טאקע אנטוישט ווי שטענדיג, און דאס רעדל אויפן שלאכט פעלד האט זיך דראסטיש א דריי געטאן, און די זעלנער פון יהודה האבן אנגעגריפן מיטן גאנצן כוח, זיי האבן העפטיג אפגעשלאגן די זעלנער פון ישראל, די שלאכטן זענען געווען מורא'דיג... די זעלנער פון ישראל האבן זיך אנגעהויבן צוריקציען סטראטעגיש אבער ס'האט זיי גארנישט געהאלפן, יהודה האט אויסגע'הרג'עט פון זייער אידישן ברודער פינף הונדרעט טויזענט מאן! דאס הערט זיך ווי א שרעקליכער ציפער. שומרון האט טאקע דאן איינגענומען א מעכטיגע נידערלאגע, אבער מלכות ישראל איז געווען ווייט פון אויפגעלעזט... אזויפול יא, עס איז געלונגן פאר אביה צו פארכאפן געוויסע סטראטעגישע שטעט פון שומרון וועלכע ער האט אנעקסירט צום לאנד יהודה.
יהושפט און אחאב
מיט יארן שפעטער, אין די צייטן פון די קעניג פון יהושפט דער קעניג פון יהודה, האט אין שומרון געקעניגט דער מעכטיגער קעניג עמרי. אין די טעג פון די דאזיגע צוויי קעניגן האבן זיך די שווארצע העסליכע כמארעס זיך אנגעהויבן עטוואס אויסצוקלארן. ווארעמע שטראלן פון די זון פון ליבע האבן אנגעהויבן אריינצודרונגן אויף די בערג פון יהודה און שומרון. נאך לאנגע יארן פון שטרייטן און אנגעצויגנקייט, האט קעניג יהושפט באוויזן אנצוקניפן נאנטע באציאונגן מיט עמרי דער קעניג פון ישראל. די באציאונגן צווישן יהודה און ישראל האבן זיך אפילו נאכמער פארשטארקט אין די טעג פון זיין זון אחאב דער גרויסער. יהושפט און אחאב האבן זיך אפילו משדך געווען צווישן זיך – פרינצעסין עתליה די טאכטער פון אחאב האט געהייראט פרינץ יהורם דער זון פון יהושפט... אבער דאס פרידן צווישן יהודה און שומרון האט בלויז אנגעהאלטן פאר זייער א קורצע צייט...
דאס שרעקליכער מאסן-מארד:
אין די טעג פון אחז דער קעניג פון יהודה, האבן די מעכטיגע ארמייען פון ארם – אונטער די קאמאנדא פון רצין דער קעניג פון ארם, געשטורעמט די שטעט פון יהודה. און אינאיינעם מיט די ארמיי פון ארם, האט זיך אויך אנגעשלאסן די אידישער ארמיי פון שומרון, אין שפיץ פון זייער קעניג פקח בן רמליהו. די דאזיגע צוויי ארמייען האבן דורכגעפירט א שוידערליכער בלוט-באד אין יהודה – הונדרעט טויזענט זעלנער פון יהודה זענען ברוטאליש אויסגע'הרג'עט געווען אין בלויז איין איינצעלן טאג. צווישן די אומגעקומענע זענען אויך געווען דער זון פון קעניג מעשיהו – ער איז גע'הרג'עט געווארן דורך זכרי דער העלד פון אפרים. און עזריקם דער שעף פונעם קעניגליכער פאלאץ אין ירושלים, און אויך אלקה דער צווייטער צום קעניג. ס'איז נעבאך געווען א שרעקליכע טראגעדיע אין יהודה, די ערד איז געווען אויסווייקט מיט אידיש בלוט.
אבער אפגעזען פון דאס שרעקליכער מאסן מארד וואס האט אויפגעטרייסלט יעדענס הארץ, האט זיך אויך ארויסגעשטעלט אז איד אין סיי וועלכע מצב ער איז פארמאגט ער פארט א אידישע נשמה...
הומאנעריאיסטישע הילף:
דורכאויס די שלאכטן, האבן די זעלנער פון שומרון באוויזן צו נעמען אין געפענגניש צוויי הונדרעט טויזענט ווייבער, זון, און טעכטער פון יהודה. און די אידישע זעלנער האבן זיי געוואלט ברענגן קיין שומרון, אבער דער נביא עודד האט זיי שארף געטאדלט מיט רייד אז זיי זאל דאס חלילה נישט טאן. אין רעזולטאט פון די רייד פונעם נביא, האבן זיך די אידישע גענעראלן – הויפטזעכליך פון אפרים, קאמנדיר עזריה בן יהוחנן, קאמאנדיר ברכיהו בן משלמות, קאמאנדיר יחזקיהו בן שלם, און עמשא בן חדלי, אויפגעשטעלט און אפגעהאלטן ארייינצוברענגן די געפאנגענע פון יהודה קיין שומרון... און נאך מער, די אידן פון שומרון האבן אנגעקליידעט די נאקעטע, געגעבן שיך פאר די בארפעסע, געגעבן עסן פאר הונגעריגע, טרינקן פאר די דארשטיגע , באלאמזירט די פארוואנדערטע, און דערנאך זיי אפגעפירט אויף אייזלן צו די שטאט יריחו צו זייערע ברודער און שוועסטער אין יהודה, און זיי האבן זיך באלד צוריקגעקערט קיין שומרון.
נישט לאנג דעראויף אין די טעג פון הושע בן אלה, איז דער מעכטיגער קעניג סנחריב ארויפגעקומען פון זיין לאנד אשור, אינאיינעם מיט זיין מעכטיגער ארמיי, און ער האט גענצטליך פארטריבן די צען שבטים פון ארץ ישראל - וואו זיי האבן געוואוינט זינט די צייטן פון יושע בן נון. און ביז צום היינטיגן טאג ווייסט מען נישט וואו זיי געפונען זיך. מלכות ישראל וואס האט אנגעהלטן ארום 200 יאר, האט אויפגעהערט צו עקזיסטירן.
תשעה באב ביינאכט קלאגן מיר מיט גרויס געוויין... שׁוֹמְרוֹן קוֹל תִּתֵּן מְצָאוּנִי עֲוֹנַי, לְאֶרֶץ אַחֶרֶת יְצָאוּנִי בָנָי... מיר באוויינען ביטערליך די חורבן פון מלכות שומרון. וועלן מיר זיך נאכאמאל זען מיט אונזער ברודער און שוועסטער פון שומרון? וועלן מיר זיך אמאל ווארפן אויף זייער העלצער מיט ליבשאפט? וועלן מיר זיך נאכאמאל איבערבעטן מיט זיי? הערט וואס דער נביא יחזקאל האט צו זאגן איבער דעם.
די נבואה פון יחזקאל:
ס'איז געווען די רייד פון באשעפער צו מיר. דו מענטש, נעם א שטיק האלץ, און שרייב אויף איר אויף די פאלגענדע ווערטער: ליהודה ולבני ישראל חברו. דאן נעם א צווייטע שטיק האלץ, און שרייב אויף איר אויף ווי פאלגענד: ליוסף עץ אפרים, וכל בית ישראל חברו. און דאן שטעל זיי ביידע צוזאם. און ווען די קינדער פון דיין פאלק וועלן דיך פרעגן, וואס איז דאס פאר דיר? זאלסטו זיי ענטפערן: אזוי האט זאגט גאט, איך נעם דאס האלץ פון יוסף וואס איז אונטער די קעניגרייך פון אפרים, אינאיינעם מיט די אנדערע שבטים, און שטעל דאס ארויף אויף די האלץ פון יהודה, און בדרך נס וועלן ביידע העלצער פארוואנדלט ווערן צו איין שטיק האלץ. און דער אויבערשטער פירט אויס צו יחזקאל: זאג פאר די אידישע קינדער.. אזוי זאגט גאט: איך גיי נעמען די אידן פון מלכות אפרים פון צווישן די פעלקער וואו זיי זענען געגאנגן, און איך גיי זיי ברענגן צו זייער היימלאנד – ארץ ישראל, און אויך די קינדער פון יהודה. און איך גיי זיי פארוואנדלן צו איין גרויס פאלק אויף די בערג פון ישראל, עס וועט מער נישט עקזעסטירן קיין צוויי קעניגרייכן, און עס וועט בלויז זיין איין קעניג, און דאס גייט זיין משיח בן יוסף. אזוי צו זאגן: אז ערשט גייט גאנץ כלל ישראל – סיי יהודה און סיי אפרים זיך פאראייניגן צו איין גרויסע קעניגרייך אונטער משיח בן יוסף. אזוי ווי אין די פארגאנגנהייט ווען גאנץ כלל ישראל איז געווען פאראייניגט אונטער איין קעניג פון די קינדער פון רחל, דער קעניג שאול. און שפעטער ווען משיח בן יוסף וועט פאלן אין די שלאכטן, וועט גאנץ כלל ישראל – סיי די דרום שטאטן אין יהודה און סיי די צפון שטאטן אין אפרים, זיך פאראייניגן אונטער משיח בן דוד, וועלכע וועט קעניגן אויף אלע אידן געמיינזאם אין ארץ ישראל אויף שטענדיג. און דאס פאראייניגטע אידישע קעניגרייך אין ארץ ישראל, אונטער די קעניגרייך פון משיח בן דוד וועט שוין פארבלייבן אויף שטענדיג, און די קריגערייען צווישן די קינדער פון רחל און די קינדער פון לאה וועלן זיין היסטאריע...
לאמיר זיך איבערבעטן ברודערליך... לאמיר זיך אומקערן אהיים...
וואס איז געווען איז געווען... וואס ס'איז געשעהן און געשעהן...
לאמיר זיך אומקערן אהיים...[/justify]

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
[justify]לאמיר צוריק שפאנען עטליכע טריט, און מיטהאלטן וואס ס'איז זיך פארלאפן אין ירושלים, אין די טעג איידער די טראגישער מאסן-מארד - וואס ארם און אפרים האבן דורכגעפירט אויף די איינוואוינער פון יהודה...
אחז דער קעניג פון יהודה האט געהערט אז די ארמייען פון ארם און אפרים דערנענטערן שוין זיך צו די גרעניצן פון יהודה, האט אים באפאלן א טויט-שרעק, און זיין הארץ און ווי אויך די הערצער פון זיין פאלק אין יהודה, האבן געטרייסלט פאר שרעק - ווי די ליידיגע װאַלדביימער וואס שאקלן זיך פונעם ווינט, וועלכע איז אין אלגעמיין פיל שטערקער ווי די פרוכט-ביימער וועלכע שאקלן זיך נישט אזוי שטארק פונעם ווינט, צוליב די איבערוואג פון די פרוכט אויף די צווייגן וואס האלטן זיי עטוואס צוריק פון זיך טרייסלן.
דער אויבערשטער זאגט פאר ישעיהו הנביא, גיי ארויס, דו אינאיינעם מיט דיין זון, שאר ישוב (ישעיהו האט געהאט א זון מיטן נאמן " שאר ישוב" – די דאזיגער נאמען איז אים געגעבן געווארן אנצודייטן, אז די אידישע קינדער וועלן זיך ענווענטועל אומקערן פון בבל אין די צייטן פון עזרא און נחמיה) און גיי ארויס צום עק פון העכערע וואסער-באסיין, וואס פירט צום וועג צו די פעלד פון די וועשער. דער קעניג אחז האט פאר סיי וועלכע אורזאך ס'זאל נישט זיין זיך דארט געדרייט, און זאג פאר אחז אזוי זאגט דער אויבערשטער: טוה נישט גארנישט און זיי רואיג, שרעק זיך נישט און דיין הארץ זאל נישט אפגעווייכט ווערן, פון די צוויי אויסגעברענטע שוועבל רצין און דער זון פון רמליהו... ווייל ארם און אפרים און דער זון פון רמליהו קאנספירירן שלעכטס, אזוי צו זאגן: לאמיר ארויפגיין קיין יהודה, מיר וועלן איר באלאגערן, און פלאך מאכן ווי א פלאכער פּלױן, און מיר וועלן קרוינען דארט פאר קעניג א מאן פון לאנד אפרים מיטן נאמען בן טבאל. אזוי זאגט דער אויבערשטער דער באשעפער, עס וועט נישט האלטן און עס וועט נישט געשען. ווייל דער הויפט שטאט פון ארם איז דמשק, און דער הויפט פון דמשק איז רצין, און אין נאך פינף און זעכציג יאר וועט אפרים מער נישט עקזיסטירן אלס א פאלק, ווארום זיי וועלן פארטריבן ווערן פון ארץ ישראל דורך די ארמייען פון סנחריב דער קעניג פון אשור.
וואס איז די חשבון פון פינף און זעכציג יאר? דאס חשבן איז אז גענוי פינף און זעכציג יאר נאכדעם וואס דער געטליכער נביא עמוס פון תקוע האט ערשט נביאות געזאגט, אז וישראל גלה יגלה מעל אדמתו... האט סנחריב טאקע פארטריבן די עשרת השבטים. די וואונדערליכע נבואות פון די געטליכע נביאים, ישעיהו און עמוס איבער די קעניגרייך פון אפרים, זענען וואונדערליך פארווירקליכט געווארן, און ס'איז נישט געפאלן קיין זאך פון זייערע רייד אויף דער ערד... זאלן שוין זייערע גינסטיגע נבואות אויף שיבת ציון אין אחרית הימים שוין אויך פארווירקליכט ווערן אין גיכן...
דער נביא זעצט פאר זיין נבואה פארן קעניג אחז:
דער הויפט שטאט פון אפרים איז שומרון, און דער הויפט פון שומרון איז דער זון פון רמליהו. אויב דו גלייבסט נישט וואס איך זאג דיר ווייל דו גלויבסט נישט אין גאט, לייגט דער באשעפער צו ווי פאלגענד: זאג פאר אחז אזוי צו זאגן – בעט פון מיר א צייכן פונעם אויבערשטער, זאל עס זיין פון די טיפענישן דא אונטען אויף דער ערד, אדער פון די הויכן העכער אויפן הימל...
האט אחז גענטפערט פארן נביא, ניין! איך וויל נישט אויספראבירן דעם אויבערשטן!
נישט אזוי צו זאגן אז דער אחז איז געווען דער גרויסער גלויבער אין גאט... ער איז געווען פון די גרעסטע געצן-דינער פון אלע קעניגן פון יהודה... נאר ער האט נישט געוואלט אז דער נאמען פון גאט זאל געהייליגט ווערן... ווי מיר זען דייטליך שפעטער אז ער האט נישט געגלייבט די נבואה, און ער האט געבעטן פאר הילף פון די קעניג פון אשור, און דאס האט אים נאכדעם געביסן פון ארונטער, ווייל די קעניגרייך פון אשור און פון דאן אן געווארן אן אפטער גאסט אין ארץ ישראל...
און דער נביא זעצט ווייטער פאר:
הערט צו הויזגעזונט פון דוד, נישט גענוג אז איר באלעסטיגט דאס מענטשהייט מיט אייער ארגאנץ, באלעסטיגט איר נאך אויך גאט מיט אייער ארגאנץ? פירט דער נביא אויס: דערפאר זאגט דער אויבערשטער, איר וועל דיר געבן א צייכן אפגעזען אז דו האסט טאקע נישט געבעטן... דאס יונגע ווייבל דיינער איז פארשוואנגערט, און זי וועט געבוירן א זון, און דו זאלט רופן זיין נאמען עמנו-קל. אחז האט גארנישט געוויסט אז זיין פרינצעסין שוואנגערט...
און איידער דאס קינד וועט וויסן צו פארמאוסן דאס שלעכטס און ליב האבן דאס גוט'ס, וועלן די צוויי פארלאזן דאס ערד וואס די עקלסט דיך אזוי - די צוויי סיי ארם און זיי אפרים וועלן איינעמען א וויסטע מפלה...
אצינד איז אזוי.
ווען מיר לערנען די פסוקים אין דברי הימים, זעען מיר ווי רצין און פקח בן רמליהו, זענען אין די ווירקליכקייט יא אריינגעקומען אין יהודה און דורכגעפירט דאס בלוט-באד. אלזא? איז די נבואה פון ישעיהו חלילה נישט פארווירקליכט געווארן? נאר וואזשע דען?
מ'וועט מוזן איינזעצן אז רצין און פקח בן רמליהו האבן בלויז אינוואנדירט די שטעט פון יהודה, אבער אין ירושלים זעלבסט האבן זיי נישט באוויזן צו אריינצומארשירן, גענוי אזוי ווי די רייד פון הישי''ת דורך זיין קנעכט ישעיהו...
אדער א צווייטע גאנג קען מען זאגן, אז די געשיכטע פונעם בלוט-באד האט פאסירט אין די ערשטע יארן פון קעניג אחז, און מיט יארן שפעטער ווען אחז האט געהערט אז ארם און ישראל קלייבן זיך ווידער צו אנצוגרייפן יהודה, האט אים באפאלן א טויט שרעק אזש ס'האט אים געקלאפט א צאן צו א צאן, ווארום ער האט נאך געדענקט די שרעקליכע בלוט-באד וועלעכע די צוויי פעלקער אפרים און ארם האבן דורכגעפירט אין יהודה מיט יארן פריער - אין די סאמע ערשטע יארן פון זיין קעניגרייך. און אויף דעם ארויף האט אים ישעיהו הנביא געזאגט אז ער זאל זיך נישט פארכטן, ווייל השי''ת האט פארשפראכן אז ס'וועט נישט געשען און עס וועט נישט האלטן. און ס'האט זיך טאקע ווירקליך אזוי ארויסגעשטעלט אז פקח און רצין האבן דאן נישט באוויזן איינצונעמען יהודה ווי פריער, ווי גאט האט גערעדט דורך זיין קנעכט ישעיהו דער זון פון אמוץ...[/justify]

[justify]מען דארף דאך עפעס אויך זאגן מענייני דיומא...
מיר שטייען דאך אצינד אין די טעג אין וועלכע די נאכפאלגער פון יעזעס דער קרייצטער - גרייטן זיך צו פייערן דאס אנגעבליכער געבורטס-טאג פון זייער געקרייצטער, איז אינטערסאנט צו וויסן אז איינע פון די גרעסטע פונדאַמענטן פון די קריסטליכע טעאָלאָגיע איז - אז יעזעס איז געבוירן געווארן צו זיין מוטער מרים, ווען זי איז נאך געווען א מיידל. איי ווי איר פרעגן ווי אזוי איז דאס דען מעגליך? מוז מען דאך מיט די געוואלד איינזעצן אז זי איז פארשוואנגערט געווארן דורך דאס הייליג גייסט. און זיי באזירן דאס טאקע פון דעם צייכן וואס ישעיהו האט געגעבן פארן קעניג אחז.
די לשון הפסוק איז ווי פאלגענד: לכן יתן השם הוא לכם אות, הנה העלמה הרה וילדת בן, וקראת שמו עמנו אל... זיי לערנען דאס באדייט פונעם ווארט העלמה - א נישט-דורכגעלעכערט מיידל. נישט ווי די ווירקליכער פשט, א יונג ווייבל. און ווער איז דאס קינד? יעזעס!
פארוואס? פאר ווען? פאר וואו? זיי קוקן נישט וואס ס'שטייט פאר דעם און נאך דעם, און בויען יסודות הדת אויף זאכן נישט געשטויגן און געפלויגן...
ווי געשריבן, רעדן די פסוקים אינגאנצן נישט פון קיין משיח אדער איך ווייס וואס דען...[/justify]

- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]מען דארף דאך עפעס אויך זאגן מענייני דיומא...
מיר שטייען דאך אצינד אין די טעג אין וועלכע די נאכפאלגער פון יעזעס דער קרייצטער - גרייטן זיך צו פייערן דאס אנגעבליכער געבורטס-טאג פון זייער געקרייצטער, איז אינטערסאנט צו וויסן אז איינע פון די גרעסטע פונדאַמענטן פון די קריסטליכע טעאָלאָגיע איז - אז יעזעס איז געבוירן געווארן צו זיין מוטער מרים, ווען זי איז נאך געווען א מיידל. איי ווי איר פרעגן ווי אזוי איז דאס דען מעגליך? מוז מען דאך מיט די געוואלד איינזעצן אז זי איז פארשוואנגערט געווארן דורך דאס הייליג גייסט. און זיי באזירן דאס טאקע פון דעם צייכן וואס ישעיהו האט געגעבן פארן קעניג אחז.
די לשון הפסוק איז ווי פאלגענד: לכן יתן השם הוא לכם אות, הנה העלמה הרה וילדת בן, וקראת שמו עמנו אל... זיי לערנען דאס באדייט פונעם ווארט העלמה - א נישט-דורכגעלעכערט מיידל. נישט ווי די ווירקליכער פשט, א יונג ווייבל. און ווער איז דאס קינד? יעזעס!
פארוואס? פאר ווען? פאר וואו? זיי קוקן נישט וואס ס'שטייט פאר דעם און נאך דעם, און בויען יסודות הדת אויף זאכן נישט געשטויגן און געפלויגן...
ווי געשריבן, רעדן די פסוקים אינגאנצן נישט פון קיין משיח אדער איך ווייס וואס דען...[/justify]
נישט ערגער ווי "חדש אסור מן התורה" וואס די חת"ס האט פארדרייט א גמ' כדי ס'זאל שטימען מיט זיין אג'ענדע.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:
און דער נביא זעצט ווייטער פאר:
הערט צו הויזגעזונט פון דוד, נישט גענוג אז איר באלעסטיגט דאס מענטשהייט מיט אייער ארגאנץ, באלעסטיגט איר נאך אויך גאט מיט אייער ארגאנץ? פירט דער נביא אויס: דערפאר זאגט דער אויבערשטער, איר וועל דיר געבן א צייכן אפגעזען אז דו האסט טאקע נישט געבעטן... דאס יונגע ווייבל דיינער איז פארשוואנגערט, און זי וועט געבוירן א זון, און דו זאלט רופן זיין נאמען עמנו-קל. אחז האט גארנישט געוויסט אז זיין פרינצעסין שוואנגערט...
אגב, איך האב געהערט אזא מעשה איבער הה"ק ר' יעקב משה מ'קאמארנא זי"ע, ער האט געשיקט א בריוו צו זיין איידעם הה"ק די מנחת אלעזר, מיט די ווערטער אתמול נתעברה בתי... מיינענדיג דערמיט זיין טאכטער מונקאטשע רביצין, די בריוו איז געווען דאטירט יום ג' לסדר כי ברוך הוא, וואס דאס האט מען אויסגעטייטשט אלץ א רמז צום צוקונפטיגע איידעם הה"צ ר' ברוכ'ל מונקאטשער.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
אט האט איר שטיקל פון מתי (מָתַי יָמוּת וְאָבַד שְׁמוֹ) איינע פון די צוועלף תלמידים פון יעזיס קרייץ, ווי ער שרייבט ווי פאלגענד:
וזה דבר הלדת ישוע המשיח מרים אמו היתה מארשה ליוסף ובטרם יבא אליה נמצאת הרה מרוח הקדש: ויוסף בעלה איש צדיק ולא אבה לתתה לחרפה ויאמר אשלחנה בסתר: הוא חשב כזאת והנה מלאך השם נראה אליו בחלום ויאמר יוסף בן-דוד אל-תירא מקחת את מרים אשתך כי הנוצר בקרבה מרוח הקדש הוא: והיא ילדת בן וקראת את-שמו ישוע כי הוא יושיע את-עמו מחטאתיהם: וכל-זאת היתה למלאת את-דבר השם אשר-דבר ביד הנביא לאמר: הנה העלמה הרה וילדת בן וקראו שמו עמנואל אשר פרושו האל עמנו: וייקץ יוסף משנתו ויעש כאשר צוהו מלאך השם ויאסף את-אשתו אל ביתו: ולא ידעה עד כי-ילדה בן (את-בכורה) ויקרא את-שמו ישוע:
ס'הייסט אזוי צו זאגן, נישט אז די אלגעמיינע קריסטן האבן ארויסגענומען די נבואה פון ישעיהו פון איר ווירקליכער באדייט! נאר איינע פון זייערע תנאים האבן דאס שוין געטאן, און דער פערד האט דאס נאך אויך אפגעשריבן אויפן פאפיר...

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
עפעס ענדעלט ער קיין ליבאוויטש.
איך געדענק ליינען מעשה ביכלעך פין די סקווירא גזע, ווי זיי טענה'ען אז די רעביצען איז געווארן מעוברת ווען דער מאן האט געפירט טיש. נישט חס ושלום פין הזרעה מלאכתית. כמעט א יאשקע.
און אז מען רעדט שוין, וואס טוט זיך מיט דער מאוומענט אין בעלזא אז דער רב איז משיח?

בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

- היימישער באניצער
- הודעות: 366
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
- האט שוין געלייקט: 809 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל
דא רעדט מען פון אן ענליכע מעשה.
בנוגע ענליכקייטן צווישן ליבאוויטש און להבדיל נצרות אויב האסטו ליב אזעלכע זאכן קוק אריין אין ״משיחי שקר ומתנגדיהם” ותמצא את שאהבה נפשך.
(פארגעס אבער נישט אז עס איז נישט די ערשטע מאל ליטאים שרייבען אזוי אויף חסידים…)
בנוגע ענליכקייטן צווישן ליבאוויטש און להבדיל נצרות אויב האסטו ליב אזעלכע זאכן קוק אריין אין ״משיחי שקר ומתנגדיהם” ותמצא את שאהבה נפשך.
(פארגעס אבער נישט אז עס איז נישט די ערשטע מאל ליטאים שרייבען אזוי אויף חסידים…)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
פארוואס זיצן מיר נאך אין ברוקלין?
[justify]די טעג פון אחז זענען געווען גאר שטורעמיש פאר די איינוואוינער פון יהודה. אחז האט אפיציעל נישט ערלויבט אז דאס פאלק זאל דינען דעם אידישן גאט. אחז האט נישט געגלייבט אין די נבואה פון באשעפער דורך זיין קנעכט ישעיהו. נאר ער איז געגאנגן און איינגעזאמלט דאס גאנצע גאלד און זילבער פון בית המקדש, און ער האט דאס געשיקט אלס א געשאנק קיין אשור צום קעניג פלסר דער דריטער , און אויסטויש אז ער מיליטעריש אנגרייפן ארם און פארניכטן זיין פיינט קעניג רצין אויף שטענדיג.
פלסר האט טאקע איינגעשפאנט זיין מעכטיגער מיליטער און האט אינוואנדירט ארם. און דער לאנגיאריגער ארכי-פיינט פון קעניג אחז, רצין האט פלסר הינריכטעט אין צענטער פון שטאט. אחז אינאיינעם מיט זיין קעניגליכע סוויטע, האבן פערזענליך אפגערייזט פון יהודה קיין דמשק - די הויפטשטאט פון ארם – צו באגריסן און באדאנקן דעם זיגרייכער קעניג פלסר, פאר אים באפרייען פון זיין פערזענליכער ארכי-פיינט, רצין. וויילענדיג אזוי דארט אין דמשק, האט אחז צום ערשטן מאל געזען דאס מזבח וואס רצין האט אויפגעבויט פאר זיין געטשיק. דעם מזבח איז דער קעניג זייער געפאלן, אזש ער האט באלד ארויסגעשיקט א קעניגליכער דעקרעט קיין ירושלים צו אוריה הכהן, אז מ'זאל ערזעצן דאס הייליגע מזבח אין בית המקדש, וועלכע איז נאך געבויעט געווארן לויט די אנווייזונגן פון באשעפער צו משה רבינו אויפן בארג סיני, מיט אזא סארט מזבח וואס ער האט דאן געזען אין דמשק. און ער האט גלייכצייטיג אויך ארויסגעגעבן א אפיציעלער קעניגליכער פארבאט צו דינען דעם אידישן ג-ט אין גאנץ לאנד יהודה...
מיר געפונען אבער נישט אין נביא - קיין דירעקטע קאנפראנטאציע צווישן ישעיהו און אחז. ווי ס'זעט זיך אויס האט אים ישעיהו עטוואס רעספעקטירט, אפגעזען פון זיינע בייזע טאהטן... אבער מיר געפונען יא ווי ישעיהו פארזאגט בעסערע טעג פארן לאנד יהודה, און אז ס'וועט טאקע קומען פונעם הויז פון אחז זעלבסט. אט איז וואס דער נביא זאגט פאר זאכן וועלכע וועלן זיך אפשפילן ערשט יארן שפעטער אין לאנד יהודה...
דאס פאלק אפרים וואס זיצט איצט אין ליכטיקייט וועט אויף זיי פאלן א פינצטערניש, דאקעגן דאס פאלק יהודה וואס זיצט אצינד אין פינצטערניש וועלן זען גרויס ליכטיקייט - דאס איז פארווירקליכט געווארן די פופצנטע יאר פון קעניג חזקיהו דער זון פון אחז – וואס דאן האט יהודה געלעבט זיכער און אין פרידן. נאכדעם וואס די ארמייען פון סנחריב דער קעניג פון אשור האבן איינגענומען א הימלישער מפלה - הארט צופונס פון די מויערן פון ירושלים - אין יענעם ליכטיגן פסח ביינאכט! און דאס קעניגרייך פון די צפון שטאטן אין לאנד אפרים, וואס האט באדראהט דאס זיכערהייט פון יהודה, איז אויפגעלעזט געווארן דורך סנחריב.
און אויך אויף די דאזיגע וועלכע זיצן אין דאס לאנד אין שאטן פון טויט וועט די דאזיגע ליכטיקייט אריינשיינען - דאס איז פארווירקליכט געווארן ווען די פארטריבענע אידן פון די שטאטן פון ראובן, גד, און האלב פון לאנד מנשה, וועלכע האבן זיך אויפגעהאלטן אין די לענדער חלח און חבור זינט זיי זענען פארוואגלט געווארן אהין דורך פלסר דער קעניג פון אשור דורכאויס די ערשטע ארויסוואנדערונג פון לאנד אפרים - זיי האבן זיך טיילווייז אומגעקערט קיין ארץ ישראל, און זיך באזעצט אין די שטעט פון יהודה, וואו זיי האבן אויך גענאסן פון די שטארקע ליכטיקייט וואס האט געשיינט אין יהודה אין די צייטן חזקיהו המלך.
דער נביא ווענדט זיך צום באשעפער:
דו האסט גרויס געמאכט און פארוואנדלט דאס פאלק אשור צו א מעכטיגע אימפעריע, און מיט דעם האסטו גאר גרעסער געמאכט דאס פרייד פון דאס פאלק אין יהודה –וועלכע זיצט נאך אצינד אין פינצטערניש. נעמליך, וואס מעכטיגער די קעניגרייך איז אלס מער וואונדערליך איז די נידערלאגע. זיי פרייען זיך פאר דיר ווי די פרייד פונעם שניט, וואס איז פולפאכיג גרעסער ווי דאס פרייד פון די רויב פונעם פיינט. דאס רויב פונעם פיינט קומט אויך מיט אייגענע בלוט, אבער דאס גערעטעניש פונעם שניט נישט! און ביים קריג צווישן אשור און יהודה איז קיין שום סאלדאט פון יהודה נישט גע'הרג'ט געווארן, נאר דאס מעכטיגער מיליטער פון אשור איז געשלאגן געווארן דורך א הימלישער האַנט, דערפאר איז דער פרייד אין יהודה געווען גלייך צו דאס פרייד פון דאס שניט, וועלכע איז גרעסער פון די פרייד פון דאס מעכטיגער רויב פונעם פיינט.
ווייל דאס אקס ליידט זיין יאך – דאס איז געווען די שווערע שטייערן מיט וואס סנחריב האט געדרוקט יהודה. און דאס בעל הבית וואס גייט אונטער זיין אקס דרוקט אים – דאס איז דאס ברוטאלקייט מיט וואס סנחריב האט זיך באנוצט איינצוקאסירן די שטייערן פון יהודה. און דאס ריט מיט וואס ער שלאגט זיין אקס – דאס איז די מעכטיגע ארמיי פון סנחריב אונטער די קאמנדא פון גענעראל רבשקה – הונדרעט און פינף און אכציג טויזענט אין צאהל - וועלכע זענען געווען געשטעלט דורך סנחריב צו אינפארסירן אז די שטייערן זאלן צייטליך באצהלט ווערן. דאס אלעס וועט אויפגעלעזט ווערן יענעם פסח אין מיטן די נאכט. די שווערע שטייערן אויף יהודה גייען אויפגעלעזט ווערן, סנחריב וועט גע'הרג'עט ווערן דורך זיינע אייגענע צוויי זון, און דאס גאנצע מיליטער פון אשור וועט אויספייגערן אויף איינמאל אין איין נאכט, אזוי ווי ס'האט אין די פארגאנגנהייט אויך שוין פאסירט מיט דאס מיליטער פון מדין - אין די צייטן פון גדעון, ווען דאס גאנצע מילטער פון מדין האט זיך מיטאמאל אפגעצויגן פון ארץ ישראל אין איין די נאכט – אויך טאקע אין די נאכט פון פסח, אלעס אין די זכות פון מצות העומר.
און ווי אזוי גייט זיך דאס אלעס אויסשפילן? זעצט דער נביא פאר מיט זיין נבואה:
אין יעדע קריג, הערט זיך א געפילדער פון די שטיוול פון די זעלנער און פון די פערד, און די קליידער ווערן פארשמירט פון מענטשליך בלוט דורכאויס די שלאכטן, אבער ביי די שלאכט צווישן יהודה מיט אשור וועט דאס נישט פאסירן! נאר ס'וועט גלייך צו א אינערליכער פייער, די זעלנער פון סנחריב וועלן פארברענט ווערן פון אינעווייניג אין דער שטאק שטילקייט פון דער נאכט, אן קיין טראפ בלוט פארגיסונג, ווי ס'האט ווירקליך פאסירט.
און ווען וועט זיך דאס אלעס אפשפילן? ניין! נישט איצט אין די טעג פון אחז דעם רשע! נאר ווען יא?
א קינד איז אונז געבוירן, א זון איז אונז געגעבן געווארן פונעם סאמע הויז פונעם קעניג אחז זעלעבסט, און דער באשפער דער וואונדערבארער סטראטעגיסט, וואס טראכט דורך א א זאך ביז צו איר ענדע, דערפאר האט ער נישט קיין חרטה אויף זיינע אויספירן. דער שטארקער גאט וועלכע איז אומשטאנד דורכצופירן אלע זיינע פלענער און קיינער איז נישט אומשטאנד אים אפצוהאלטן. דער פאטער אין הימל וואס לעבט אויף שטענדיג, גייט רופן זיין נאמען שר שלום! דאס געבוירן קינד איז געווען נישט קיין צווייטער ווי חזקיהו המלך!
פארוואס גייט ער אנגערופן ווערן שר שלום? עקלערט אונז דער נביא:
לְםרְבֵּה הַמִּשְׂרָה וּלְשָׁלוֹם אֵין-קֵץ, עַל-כִּסֵּא דָוִד וְעַל-מַמְלַכְתּוֹ, לְהָכִין אֹתָהּ וּלְסַעֲדָהּ, בְּמִשְׁפָּט וּבִצְדָקָה; מֵעַתָּה, וְעַד-עוֹלָם, קִנְאַת יְהוָה צְבָאוֹת, תַּעֲשֶׂה-זֹּאת!
צוליב זיין גרויסע הערשאפט, און צוליב די ענדלאזע פרידן וואס וועט הערשן אין זיינע טעג, ער וועט זיצן אויפן טראן און אויף די קעניגרייך פון דוד, ער וועט דאס אנגרייטן און אונטערלאנען מיט יוסטיץ און גערעכטיקייט פון איצט ביז שטענדיג, דורך זיין צערענונג פארן כבוד פון די באשעפער פון אלע הערשאפטן וועט ער דאס טאן! חזקיהו האט אין קאנטראסט פון זיין פאטער אחז, אויסגעריסן אלע אָפּגעטער פון די בערג פון יהודה און פון ירושלים, און ער האט באצווינגן דאס פאלק מיטן מאכט פון דער שווערד צו לערנען תורה, אזש ס'האט זיך נישט אפגעפונען קיין יונגל און קיין מיידל איבער גאנץ ארץ ישראל, וואס איז נישט געווען באהאווענט אין די הארבסטע הלכות פון טמאה און טהרה!
ווי מ'באמערקט אז די איינציגטע מאל אין גאנץ תנ''ך, וואו מיר געפונען א ענדע מם אין מיטן א ווארט, איז בלויז אין דעם דאזיגער פסוק לְםרְבֵּה הַמִּשְׂרָה! פארוואס? אנפלעקן אונז חז''ל, אז דער באשעפער האט געוואלט מאכן חזקיהו פאר משיח, און סנחריב פאר גוג ומגוג. אין אנדערע ווערטער, אין טעג פון חזקיהו וואלט שוין געדארפט זיין די לאנג-אויסגעבענקטער גאולה שלימה! און פארוואס האט זיך דאס נישט פארווירקליכט? ווייל די מידת הדין האט ארגומענטירט פארן באשעפער, דוד המלך, וועלכער האט געזונגען פאר דיר געזאנגן, האסטו נישט געמאכט פאר משיח, און חזקיהוו פארוועמען דו באסט געטאן די אלע וואונדערליכע וואונדער, און ער האט פאר דיר נישט געזונגען קיין געזאנג, גייסטו יא מאכן? און ווייל חזקיהו האט דאן נישט געזונגן שירה פארן באשעפער, זיצן מיר נאך ביז היינט אין ברוקלין ניו יארק![/justify]