לייבל שטילער האט געשריבן:די פותח האשכול ווייסט לכאורה אז אין רעפובליקאנע שטאטן איז כמעט נישטא קיין וואקסין מאנדאטן, סוי די וויירוס פרעגט די מענטש צו ער איז א רעפובליקאנער אדער דעמאקראט? געווענליך דארף מען טאקע נאכגיין די העלט איסטאנצן, דאס מיינט אבער נישט אז ווען עפעס ווערט פארוואנדעלט אין פאליטיק דארף איך נאך אלץ זיין פארגלייבט אין די אינסטאנצן ווי א חסיד אין זיין רבי.
איך ווייס נישט ווי פאליטיק קומט דא אריין ַ. אבער אז דערמאנסט פאליטיק איז אונטער צו ווייזן אז אין רויטע קאונטיס שטארבט מען בערך 6 מאל אזויפיל ווי אין בלויע.
20211216_180954.jpg
אינטערסאנט פארוואס דו האסט געברענגט א רעפארט וואס הייבא זיך אן 6/30/2021.... איינער קען געססען פארוואס??
דאס איז שוין חוץ פון דעם וואס ווען Adjusted פאר Age איז פלארידע (מיט איר "רוצח'ישער" רויטע גאווערנאר) פיל בעסער ווי ניו יארק און ניו דזשערסי מיט זייערע "העלדישע" בלויע גאווערנארס וואס פייניגן און אונטערדריקן זייערע איינוואונער.
יָדוֹרָש האט געשריבן:הצלה איז נישט קיין מעדעצינישע אוטאריטעט. זיי קענען נישט מאכן קיין מעדעצינישע החלטות אדער זאגן ווער עס איז פארפוילט. וואלט געווען צוויי שיטות אין די מעדעצינישע וועלט, וואלט אפשר הצלה געקענט אננעמען א מהלך. אבער גיין אנטקעגן יעדע מעדעצינישע אוטאריטעט?
2 שיטות אז וואס??? למען השם, וואס פארדרייסטו א קאפ? ווייז מיר וועלכע דאקטוירים האלטן אז די וואקסין האלט אפ פון "איבערגיבן" די וויירוס (ספעציעל עטליכע וואכן נאכן עס נעמען)?
פונקט ווי אין די קאנסטראקשן אינדוסטריע פארשטייט מען אז א גאר גוטע עלעקטרישען מיינט נישט קיין עקספערט אין זאונינג רעגולאציעס, און אין געזעץ, א קרימינאלע לאויער מיינט נישט זיין באהאוונט אין אימיגראציע, די זעלבע מיט יעדע אנדערע חכמה ובפרט מעדיצין.
הצלה איז סך הכל א גרופע פון EMTs (און פאראמעדיקס) דהיינו ערשטע הילף און עמערדשענסי קעיר "ביז'ן שפיטאל". א פראפעסיע וואס נעמט בערך צוויי חדשים זיך צו לערנען. אוואדי זענען זיי געטריי און פלינק און אפדעיטעד מיט די מערסט פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, און טאקע דערפאר פון די בעסטע אמבולאנס סערוויסעס איבער'ן לאנד. אבער דאס האט "גארנישט" מיט ערנסטע מעדיצינישע איינגעלעגנהייטן אפגערעדט עפעס ווי א וויירוס וואס אפי' רוב דאקטוירים פארשטייען נישט צו דעם פעלד. פונקט ווי דו גייסט זיך נישט באראטן מיט דיין שכן הצלה מעמבער אויב ח"ו איינער זאל נעמען קימאו טעראפיע, אדער אן אפעראציע...
בוני עולם איז ריזיג גרויס אין גענעטישע איינגעלעגנהייטן, אבער דאס מיינט נישט אז זיי זענען אן אויטאריטעט אויף צו באהאנדלן סיזשערס און אסטמא.
יָדוֹרָש האט געשריבן:דערפאר איז מיר געווען ווי א דונער אינעם העלן טאג ווען ביי א שמחה האב איך אינטערגעהערט א קרוב דערציילן אז איינע פון די הצלה מאכערס זענען אריין צו א לאקאלע העלט צענטער און געמאכט פאלשע וואקסין קארטלעך פאר די חברי הצלה. מיינע אויגן האבן זיך ברייט צועפענט....
לויט ווי איך פארשטיי, הייבט זיך די גאנצע פראבלעם אן ווייל דו האסט שלא כהלכה מקבל געווען לשון הרע וואס דו האסט זיך "אונטערגעהערט" פון א קרוב. נעקסט טיים זיי נישט מקבל לשון הרע, וועסטו מער נישט דארפן אויפמאכן אזעלכע גג-על-גג אשכולות.
פאליטיקאנט האט געשריבן:הצלה איז סך הכל א גרופע פון EMTs (און פאראמעדיקס) דהיינו ערשטע הילף און עמערדשענסי קעיר "ביז'ן שפיטאל". א פראפעסיע וואס נעמט בערך צוויי חדשים זיך צו לערנען.
יָדוֹרָש האט געשריבן:דאס אז דאס מאל איז זייער החלטה לויט דיין געשמאק, מיינט נישט אז קומענדיגע מאל וועט אויך אזוי זיין. זאלן זיי זיין די וואס מאכן די החלטות?
ווי זעסטו אז חברי הצלה האבן געמאכט החלטות? די לעדערהעד פון הצלה האט עדווערטייזט צענדליגע מאל אז מען זאל נעמען די וואקסין, יעדע מענטש פאר זיך קען דעסיידן וואס צו טון מיט זיין אייגענע גוף.
הצלה איז די וויכטיגסטע פון אלע ארגאניזאציעס און טוט למעשה אויף גדולות ונצורות, אבער דאס מיינט נישט אז אלס איז גאלד דארט, די מצב דארף א שטארקע תיקון און פארערגערט זיך נאר פון יאר צו יאר.
פונקט ווי אין די קאנסטראקשן אינדוסטריע פארשטייט מען אז א גאר גוטע עלעקטרישען מיינט נישט קיין עקספערט אין זאונינג רעגולאציעס, און אין געזעץ, א קרימינאלע לאויער מיינט נישט זיין באהאוונט אין אימיגראציע, די זעלבע מיט יעדע אנדערע חכמה ובפרט מעדיצין.
הצלה איז סך הכל א גרופע פון EMTs (און פאראמעדיקס) דהיינו ערשטע הילף און עמערדשענסי קעיר "ביז'ן שפיטאל". א פראפעסיע וואס נעמט בערך צוויי חדשים זיך צו לערנען. אוואדי זענען זיי געטריי און פלינק און אפדעיטעד מיט די מערסט פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, און טאקע דערפאר פון די בעסטע אמבולאנס סערוויסעס איבער'ן לאנד. אבער דאס האט "גארנישט" מיט ערנסטע מעדיצינישע איינגעלעגנהייטן אפגערעדט עפעס ווי א וויירוס וואס אפי' רוב דאקטוירים פארשטייען נישט צו דעם פעלד. פונקט ווי דו גייסט זיך נישט באראטן מיט דיין שכן הצלה מעמבער אויב ח"ו איינער זאל נעמען קימאו טעראפיע, אדער אן אפעראציע...
בוני עולם איז ריזיג גרויס אין גענעטישע איינגעלעגנהייטן, אבער דאס מיינט נישט אז זיי זענען אן אויטאריטעט אויף צו באהאנדלן סיזשערס און אסטמא.
פאליטיקאנט: איך בין א ביסל מחולק מיט דיר. דער משל וואס דו ברענגט איבער לאיערס איז א גוטער. אבער ס'איז דאך נישט אינגאנצן גלייך צו דעם מצב מיט הצלה. ווייל הצלה, זייענדיג אין דעם פעלד פון מעדיצין (אין סיי וועלכע פארם) באקומען שטענדיג אפדעיטס, פון עקספערטן איבער די שטארקייט פון עפידעמיעס און די פארשריט וואס די מעדיצינישע וועלט מאכט אין וואקסינען. ממילא זענען זיי אין א בעסערע פאזיציע צו וויסן די לעצטע נייעס איבער א יעדע געלעגנהייט וואס האט צו טון מיט מעדיצין...!