מודעה אקעגן די כינוס אין מאנסי
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 123
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
- האט שוין געלייקט: 240 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
מודעה אקעגן די כינוס אין מאנסי
די חדרים אין מאנסי האבן אהיים געשיקט צעטליך די וואך אז די קומענדיגע זונטאג גייט פארקומען א כינוס פאר די קינדער אקעגן די אינטערנעט און א יעדע קינד זאל ברענגען 12 דאללאר אונטער געשריבן "רבני העיר".
למעשה קים איך יעצט אהיים פון גראסערי זאגט מיר מיין בני בית אז עס איז געוועין א ראבא קאל וואס האט געשימפט אקעגן די כינוס זי האט נישט אלעס פארשטאנען.
איינער ווייסט מער דיטאלן?
איז דא א רעקארדינג?
איך האט הנאה אז בקדרה שבישלו.... איינער טוט כאטש צום זאך מיט די זעלבע כלים וואס זיי ניצן.
Sent from my moto g(7) play using Tapatalk

- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
Re: מודעה אקעגן די כינוס אין מאנסי
אויב א קינד ברענגט נישט ס'געלט העט מען נישט קענען גיין צום כינוס?
Sent from my SM-G930V using Tapatalk
Sent from my SM-G930V using Tapatalk
Don’t ask unless you want to hear the answer.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
די ראבא קאל וואס איז ארומגעפארן איז געווען ווי פאלגענד:
1) קיינער ווייסט נישט ווער עס שטייט אונטער דעם ווער זענען די רופערס
2) פארוואס דארף מען צוזאמענשמעלצן קינדער וואס ווייסען נישט בחייכון וביומיכון פון די אלע זאכן מיט קינדער פון שוואכערע שטובער און צוזאמברענגן תחת קורת גג אחת - און זיי געבן דעם זעלבען תשובה פאר ביידע סארט אינאיינעם, און די אפגעהיטענע שטובער וועלן ווערן אנגערייצט פון זאכן וואס זי זענען קיינמאל נישט געווען באהאווענט דערמיט.
3) די דרך החינוך פון אלע יארן איז געווען אז "שמע בני מוסר אביך" די עלטערן געבן איבער די חינוך און נישט קיין אסיפות...
עד כאן לשונם פון דעם ראבא קאלל

- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
קיינער אינטערעסירט נישט די ערליכקייט פון דיינע קינדער, ס'איס א פליעינע ביזנעס, רעכן אויס 12 דאלאר א יונגעל טיימס 2000 (איך שאץ אז ס'איז דא 2000 קינדער אין מאנסי) איקוועלס פיר און צוואנציג טויזנט דאלער.
בנוסף צי די עשרים וארבע אלף ככר כסף עובר לסוחר, זענען זיי נאך עסקנים אויך, מען טאר נישט רעדן אויף זיי ווייל כל מעשיהם לשם שמים.
כ'ווייס נישט ווער ס'גייט רעדן דארט, אבער לכאורה וועט בערל טויבער זיין די ראש המדברים, איז לאמיר נאר קלאר מאכן אז ער איז די זעלבער וואס גור האט עים געצאלט צי רעדן צי די נדל"ן'ע מיידלעך אז זיי זאלן אויף הערן רעדן צי די ר' שאול'ס מיידלעך, יא יא פאר די ריכטיגע פרייז וועט ער אויכט שטיצן מחלוקת.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
בערל טויבער זיין די ראש המדברים, איז לאמיר נאר קלאר מאכן אז ער איז די זעלבער וואס גור האט עים געצאלט צי רעדן צי די נדל"ן'ע מיידלעך אז זיי זאלן אויף הערן רעדן צי די ר' שאול'ס מיידלעך
איז דאס אמת?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
Re: מודעה אקעגן די כינוס אין מאנסי
הערט זיך ווי א יאנקעלע כהן ארגומענט, לכאורה שטייט ער אינטערן ראבא קאלשמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:די ראבא קאל וואס איז ארומגעפארן איז געווען ווי פאלגענד:
1) קיינער ווייסט נישט ווער עס שטייט אונטער דעם ווער זענען די רופערס
2) פארוואס דארף מען צוזאמענשמעלצן קינדער וואס ווייסען נישט בחייכון וביומיכון פון די אלע זאכן מיט קינדער פון שוואכערע שטובער און צוזאמברענגן תחת קורת גג אחת - און זיי געבן דעם זעלבען תשובה פאר ביידע סארט אינאיינעם, און די אפגעהיטענע שטובער וועלן ווערן אנגערייצט פון זאכן וואס זי זענען קיינמאל נישט געווען באהאווענט דערמיט.
3) די דרך החינוך פון אלע יארן איז געווען אז "שמע בני מוסר אביך" די עלטערן געבן איבער די חינוך און נישט קיין אסיפות...
עד כאן לשונם פון דעם ראבא קאלל
Sent from my SM-G930V using Tapatalk
Don’t ask unless you want to hear the answer.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קהל'ס נער האט געשריבן:קיינער אינטערעסירט נישט די ערליכקייט פון דיינע קינדער, ס'איס א פליעינע ביזנעס, רעכן אויס 12 דאלאר א יונגעל טיימס 2000 (איך שאץ אז ס'איז דא 2000 קינדער אין מאנסי) איקוועלס פיר און צוואנציג טויזנט דאלער.
בנוסף צי די עשרים וארבע אלף ככר כסף עובר לסוחר, זענען זיי נאך עסקנים אויך, מען טאר נישט רעדן אויף זיי ווייל כל מעשיהם לשם שמים.
כ'ווייס נישט ווער ס'גייט רעדן דארט, אבער לכאורה וועט בערל טויבער זיין די ראש המדברים, איז לאמיר נאר קלאר מאכן אז ער איז די זעלבער וואס גור האט עים געצאלט צי רעדן צי די נדל"ן'ע מיידלעך אז זיי זאלן אויף הערן רעדן צי די ר' שאול'ס מיידלעך, יא יא פאר די ריכטיגע פרייז וועט ער אויכט שטיצן מחלוקת.
קהל'ס נער: בערל טויבער דארף אנהאלטן די פעמילי ביזנעס. און א מענטש וועט טון אלעס פאר פרנסה. מוז ער אויפקומען מיט עפעס א נייעם גימיק. ביטע, צו שטערטס נישט א איד'ס פרנסה. א צדיק האט אמאל מלמד זכות געווען אויף די וועלכע האלטן פארמאכט זייער ביזנעס אום ראש השנה און יום כיפור. אבער תיכף שבת נאכדעים מאכן זיי עס שוין אויף. האט ער געטייטשט דעם פסוק..."אך אם יום (איין טאג, יו"כ) או יומיים (צוויי טעג, ר"ה) יעמוד וועט ער נישט אויפמאכן די ביזנעס , לא יוקם, קומט זיך איהם נישט (אזא הארבע) שטראף. כי כספו הוא. ווייל ער מיינט דאך נאר געלט...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
קהל'ס נער האט געשריבן:קיינער אינטערעסירט נישט די ערליכקייט פון דיינע קינדער, ס'איס א פליעינע ביזנעס, רעכן אויס 12 דאלאר א יונגעל טיימס 2000 (איך שאץ אז ס'איז דא 2000 קינדער אין מאנסי) איקוועלס פיר און צוואנציג טויזנט דאלער.
בנוסף צי די עשרים וארבע אלף ככר כסף עובר לסוחר, זענען זיי נאך עסקנים אויך, מען טאר נישט רעדן אויף זיי ווייל כל מעשיהם לשם שמים.
כ'ווייס נישט ווער ס'גייט רעדן דארט, אבער לכאורה וועט בערל טויבער זיין די ראש המדברים, איז לאמיר נאר קלאר מאכן אז ער איז די זעלבער וואס גור האט עים געצאלט צי רעדן צי די נדל"ן'ע מיידלעך אז זיי זאלן אויף הערן רעדן צי די ר' שאול'ס מיידלעך, יא יא פאר די ריכטיגע פרייז וועט ער אויכט שטיצן מחלוקת.
שמעו נא רבתי.
קודם כל וויל איך זיך אנטשולדיגן דערויף וואס איך בין דא ווייניגער. איך דארף עס טאקע מתקן זיין, אבער וואס זאל איך טון אז טפליא טפלו בי און איך בין שטארק פארנומען. איך האב געוואלט נאך פאר ראש-השנה מאכן א באזונדערע טאג קבלת קהל פארן ציבור דאהי. ווען איך בין נישט אנגעקומען צו דעם, האב איך געטראכט אז איין טאג חול-המועד וועט זיין א 'עליה לרגל', וואו מען וועט קענען זיך צונויפשמועסן. שפעטער האב איך געטראכט אז איין טאג חנוכה וועל איך עפעס מאכן. איך קום אפילו נישט אן צו ענטפערן מיינע אישי'ס, וואס דאס איז שוין מער פערזענליך, נאך וואס אידן ווילן שמועסן און הערן. איך אנטשולדיג זיך זייער שטארק אז איך בין נישט צוריקגעקומען צו ענק, אבער איך גיי טון די השתדלות דאס מתקן צו זיין און זיין דא מער אפט.
יעצט לענינינו:
עס פארדרוסט מיר זייער שטארק וואס מען רעדט דא אויפן כינוס, ווייל איך בין בתוך הענינים און איך זעה וואס מען שמועסט דא. איך וויל דאס קלארשטעלן פארן ציבור.
קודם-כל לאמיר מאכן דעם חשבון. עס רעדט זיך פון בערך 5,000 קינדער, נישט פון 2,000. ממילא דער בעל החשבון קען רואיג רעכענען 5,000 קינדער מאל 12, וואס דאס קומט אויס 60,000 דאלער. א ריזיגע סכום. אמת? - ווער גייט מאכן דא א שיינעם אפותיקי? - פארוואס דארף מען האבן אזויפיל געלט? - איינער רייבט זיך שוין די בויך דא. ריכטיג?
לאמיר גיין ווייטער: עס איז נישט 12 פאר יונגל, באמת איז דאס 24 דאלער פאר יונגל. אין דער אסיפת מנהלים וואס איז פארגעקומען, האט מען אויפגעפאדערט פון די מנהלים, אז האלב פון די געלט וועט קומען פון די קינדער, און האלב וועט קומען פון די הנהלה. דאס מיינט אז די הנהלה לייגט צו פאר יעדע יונגל נאך 12 דאלער. אין קורצן, פאר יעדע יונגל קומט אריין צו די עסקנים 24 דאלער. יעצט לאמיר זיך צופלייסן און רעכענען: 5,000 דאלער מאל 24, קומט אויס 120,000 דאלער. פשיהא - מורא'דיג, איינער גייט דא ווערן אן עושר. ווער דארף 120K פאר דעם כינוס? - איינער פאקט דעם טאש מיט א געשמאק.
ווער איז יענער?
איך זאל גיין ווייטער? - איך קען אויסרעכענען געוויסע נדבות וואס קומען אריין פון עשירי עם, וואס ביישטייערן פאר דעם דאזיגן כינוס. איך האב פשוט נישט די ריכטיגע נומערן, אבער עס קומט אן צו א שיינעם סכום.
וואו גייט די געלט?
יעצט הערט מיר אויס, וועל איך אייך מגלה זיין א סוד. די עסקנים מוטשענען זיך, וויבאלד דער בודזשעט פון דעם כינוס איז ווייט פון געדעקט, און עס פעלט נאך אויס נדבות דערויף. דעם פונקטליכן חשבון האב איך נישט, אבער איך קען אייך אויסרעכנען בערך. עס איז פארהאן א פירמע מיטן נאמען "וויי-עף פראדאקשן", וואס זיי פירן אן אזעלכע סארט מעמדים און אווענטן. די עסקנים זענען געגאנגען מיט דעם פירמע. א טאג נאכן כינוס דארף איך האבן א שמועס מיט איינע פון די עסקנים אויפן פראיעקט, לתועלת הציבור וועל איך אים בעטן א פונקטליכן באריכט און אויב איך וועל קענען, וועל איך עס פראבירן ארויפצושטעלן דא. דערווייל קען איך זאגן בערך וואס איך ווייס, וואס עס קאסט און וואס די פירמע (נישט די עסקנים) נעמען דערפאר.
לאמיר אנהויבן מיטן פלאץ. דער פלאץ קאסט א שיינעם סכום (איך ווייס באמת נישט וויפיל, אבער איך קען זיך פארשטעלן אז ס'איז נישט בלויז נאך א זאל אין מאנסי). א סעקיורטי פירמע פון 60 סעקיורטי, איז אויך א זאך וואס איז נישט ביליג. דער פלאץ איז גאנץ א טונקעלער און עס איז נישט גענוג ליכטיג פאר אזא סארט מעמד מיט קינדער, האט מען אינוועסטירט אין לייטינג אז עס זאל זיין ליכטיג פאר די קינדער און פארן ציבור. איך גלויב אז עס איז נישט ביליג. מען דארף נעמען פארענטשעס, מיט סחורה אויף די פארענטשעס, כדי עס זאל זיין באקוועם פאר די קינדער צו זיצן. א שיינע הוצאה איז אויך טראנספארטאציע.
די בעלי-דרשנים נעמען אויך פיר דידזשעט נומערן (א זאך וואס איך האלט גראדע אז עס איז 'נישט' ריכטיג, אבער דער תירוץ איז אז עס איז א גרויסע לחץ אונטערצונעמען אזא דרשה, בפרט ווען מען דארף גיין לרוחו של כל אחד ואחד, ושל כל מוסד ומוסד. מען דארף מער אכטונג געבן וואס 'נישט' צו זאגן, מער ווי וואס 'יא' צו זאגן. זיי דארפן זיך צוגרייטן דערצו גאנצע טעג. ממילא זאגן זיי אז מען דארף באצאלן אסאך מער פון געווענליך. די נושא האשכול איז נישט דאס יעצט אצינד, אבער איך ברענג כאטש ארויס וואס פונקטליך זאכן קאסטן). נעם צוזאמען עטליכע בעלי-דרשנים און זעה וויפיל אלפים דא וועט מען דארפן באצאלן פאר דעם אליין, כולל די וועגן וואס א טייל פון די רבנים גייט מען דאס אויך דארפן באצאלן. צו דעם קומט אויך צו מייקס און ספיקערס, וואס אין אזא מצב און אזא פלאץ, מיינט דאס א גאנצע מערכת און עס קאסט אפ אסאך געלט.
מאכט א פשוט'ן חשבון: ביים אריינקומען אינעם פלאץ, וועט יעדער יונגל באקומען א פעקעלע מיטן סימבאל פונעם כינוס. דארט וועט זיך געפינעם א קוקי (בלעק-ענד-ווייט), א פענע מיט פאפיר צו שרייבן קבלות א.א.וו. אביסל ליין מאטעריאל און נאך (דאס זענען געווען אויף די פלענער, ווען מען האט גערעדט מיט מיר. יתכן אז זאכן האבן זיך געטוישט). יעדע פעקעלע איז ווערד בערך 7 דאלער (אזוי האט מען געשאצט דעמאלס). רעכן דאס אויס פאר 5,000 קינדער, קומט דאס אויס צו 35K. דאס איז שוין בלויז פון די קלייניגקייטן וואס קאסט.
א גרויסער חלק פון די הוצאות (און מעגליך דער עיקר חלק), גייט אויס אויף די פלאקאטן, אדווערטייזמענט, די צעטלעך אויף די באסעס פון די צאן-קדשים (א הערליכע זאך לדעתי...) דארט גייט אויס שווערע צענדליגע אלפים און מעגליך אז מער פון דעם... דאס קאסט אפ א געוואלד, און דאס איז וויכטיג פאר די הצלחה פונעם כינוס און פאר די סוקסעס.
סך-הכל: דער גאנצער כינוס קאסט אפ בערך 250K. בערך 150K. ווערט געדעקט דורך די קינדער און די מוסדות (וואס דארפן דאס אויך דעקן פון זייער בודזשעט) און די איבעריגע געלט נעמט מען צוזאמען פון אידן וועלכע האבן א ווארעמקייט צו דעם צוועק. דעם ערב-שבת צוויי שעה פארן זמן, האט אן עושר פון מאנסי געשריבן א טשעק פון 20K פאר דעם צוועק. איך דאנק דער אויבערשטער אז איך בין געווען דער גוטער שליח וואס האט אים באוואויגן דאס צו טון. דער איד איז משומעי לקחי, און הגם אז מיין עקזיסטענץ איז נישט אין בעטן געלט פון מענטשן. איך שטיי געווענליך אוועק פון די סארט זאכן כמחטוי קשת, וויבאלד איך פראביר צו שטרעבן אויף פנימיות און רוחניות, אויסהערן מענטשן און מאכן מענטשן עובדי ה' שטייגן, און איך גיב זיך נישט אפ מיט געלט זאכן, אפילו לדבר מצוה. איז דא געווען א געוויסע סיבה און מצב, אז איך האב יא געבעטן פון אים געלט - נישט פאר מיר נאר פאר דעם צוועק. און ברוך-השם אז יענער האט זיך משתתף געווען.
כפי ידיעתי, איז דער זאך נאך ווייט פון געדעקט, און עס איז נאך דא א לאך דאס צו ערפילן.
ממילא, דער איד וואס האט געמאכט דעם חשבון, אז איינער פארדינט 24K. האט שוואכע השגות... ס'איז אסאך מער...
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
רעד מיך נישט איין אז ער האט מאה ועשרים אלף דולר עקספענסעס פאר א נארישע מעמד.
רעכן צאם וואס קאסט, א אלפ'ל פאר בערל טויבער, אפאר אלפים גרעפיקס, אפאר אלפים סעקיוריטי, אפאר אלפים פאר די זאל אפאר אלפים פאר די סאונד סיסטעם, אפאר אלפים פאר די פען מיט די פעיפער צי שרייבן קבלות.
סך הכל בכל מכל כל 30K.
איינער גייט דא אהיים מיט ניינציג טויזנט דאלער, יא טויזנט מיט א טי"ת.
הריני מוסר מודעה, נעקסטע וואך מאך איך אויך א מעמד לחזק הענין צי האבן סימס אויפן טייץ, אלע מיידלעך זאלן ברעינגען 12 דאלער, מ'וועט צאלן פאר בערל טויבער צי רעדן ווי הייליג סימס איז.
וזה התרנגול ילך למיתה, ואני נשאר עם תשעים אלף דולר.
רעכן צאם וואס קאסט, א אלפ'ל פאר בערל טויבער, אפאר אלפים גרעפיקס, אפאר אלפים סעקיוריטי, אפאר אלפים פאר די זאל אפאר אלפים פאר די סאונד סיסטעם, אפאר אלפים פאר די פען מיט די פעיפער צי שרייבן קבלות.
סך הכל בכל מכל כל 30K.
איינער גייט דא אהיים מיט ניינציג טויזנט דאלער, יא טויזנט מיט א טי"ת.
הריני מוסר מודעה, נעקסטע וואך מאך איך אויך א מעמד לחזק הענין צי האבן סימס אויפן טייץ, אלע מיידלעך זאלן ברעינגען 12 דאלער, מ'וועט צאלן פאר בערל טויבער צי רעדן ווי הייליג סימס איז.
וזה התרנגול ילך למיתה, ואני נשאר עם תשעים אלף דולר.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
איך בין דא פאר דעם, צו שמועסן מיטן עולם.
אפשר גייסטו אראפ מער אין דעטאלירטע נומערן (בערך פארשטייט זיך), זאג מיר דיין חשבון בערך, אבער געשניטן. וויפיל דארף קאסטן זאל, וויפיל סעקיורטי וכו'. שנייד מיר די נומערן מער פונקטליך. איך וועל דיר אויך ברענגען מיינע פונקטליכע נומערן (נאכן כינוס - האפנטליך), און לאמיר זען למי החותמת ולמי הפסולים.
אפשר גייסטו אראפ מער אין דעטאלירטע נומערן (בערך פארשטייט זיך), זאג מיר דיין חשבון בערך, אבער געשניטן. וויפיל דארף קאסטן זאל, וויפיל סעקיורטי וכו'. שנייד מיר די נומערן מער פונקטליך. איך וועל דיר אויך ברענגען מיינע פונקטליכע נומערן (נאכן כינוס - האפנטליך), און לאמיר זען למי החותמת ולמי הפסולים.
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
מורינו ורבנו האט געשריבן:איך בין דא פאר דעם, צו שמועסן מיטן עולם.
אפשר גייסטו אראפ מער אין דעטאלירטע נומערן (בערך פארשטייט זיך), זאג מיר דיין חשבון בערך, אבער געשניטן. וויפיל דארף קאסטן זאל, וויפיל סעקיורטי וכו'. שנייד מיר די נומערן מער פונקטליך. איך וועל דיר אויך ברענגען מיינע פונקטליכע נומערן (נאכן כינוס - האפנטליך), און לאמיר זען למי החותמת ולמי הפסולים.
איך האב נישט זייער עקסעל שיט, אבער פינקט אזוי ווי יעדער ווייסט אז א קאפי איז בערך א דאלער פיפציג, און א דעניש בערך א דאלער פינף און זיבעציג קען מען אליין אויסרעכענען די מעמד.
לאמיר אפילו זאגן כ'האב מיך פארעכנט מיט 10 אדער 20 טויזענט דאלער, נא קימט ער אהיים מיט 70K. ביי אינז זאגט מען נישקשה.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
אנטשולדיגט, אבער איר דרייט זיך ארויס.
פיל אריין ביטע (בערך, נישט פונקטליך):
דער פלאץ________________________
לייטינג___________________________
סעקיורטי_________________________
ספיקערס_________________________
דרשנים__________________________
פעקל פאר קינדער__________________
טראנספארטאציע___________________
פארענטשעס______________________
שרייבן, גראפיק, פרינטינג_____________
וויי-עף פראדאקשן (זייער פראצענט)______
סך-הכל___________________________
כמובן אז אלעס איז נאר בערך, מוז נישט זיין פונקטליך. לאמיר זען וויפיל די עסקנים פאקעטן אין טאש.
פיל אריין ביטע (בערך, נישט פונקטליך):
דער פלאץ________________________
לייטינג___________________________
סעקיורטי_________________________
ספיקערס_________________________
דרשנים__________________________
פעקל פאר קינדער__________________
טראנספארטאציע___________________
פארענטשעס______________________
שרייבן, גראפיק, פרינטינג_____________
וויי-עף פראדאקשן (זייער פראצענט)______
סך-הכל___________________________
כמובן אז אלעס איז נאר בערך, מוז נישט זיין פונקטליך. לאמיר זען וויפיל די עסקנים פאקעטן אין טאש.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
מורינו ורבנו האט געשריבן:אנטשולדיגט, אבער איר דרייט זיך ארויס.
פיל אריין ביטע (בערך, נישט פונקטליך):
דער פלאץ________________________
לייטינג___________________________
סעקיורטי_________________________
ספיקערס_________________________
דרשנים__________________________
פעקל פאר קינדער__________________
טראנספארטאציע___________________
פארענטשעס______________________
שרייבן, גראפיק, פרינטינג_____________
וויי-עף פראדאקשן (זייער פראצענט)______
סך-הכל___________________________
כמובן אז אלעס איז נאר בערך, מוז נישט זיין פונקטליך. לאמיר זען וויפיל די עסקנים פאקעטן אין טאש.
איך ווייס נישט פינקטליך, ביסט אבער מסכים אז אזא מעמד קאסט אונטער 50K און זיכיר נישט 120K?
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
נעבעך, ממש א רחמנות! די עסקנים מוטשען זיך צוזאמענצושטעלן די געלט...
מי בקש זאת מידכם? דו מאכסט אייגענע כינוסים און דו ביסט מחייב די טאטעס?
פארגעסט נישט, דא רעדט מען אויך פון עלטערן וואס האבן נישט קיין שום כלים, און האבן צב"ש 6 יונגלעך, אבער דארפן יעצט צאלן אויסגעהארעוועטע $72 ווייל אפאר עסקנים האבן באשלאסן צו מאכן א וויכטיגע כינוס....
נישט גענוג אז מען דארף צאלן אין מאנסי יעדע יאר $45 פאר די וועד האישור, קען מען ביטע לאזן די עלטערן לעבן?

וירח ה' את ריח הניחוח
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
היסטאריע האט געשריבן:בערל טויבער זיין די ראש המדברים, איז לאמיר נאר קלאר מאכן אז ער איז די זעלבער וואס גור האט עים געצאלט צי רעדן צי די נדל"ן'ע מיידלעך אז זיי זאלן אויף הערן רעדן צי די ר' שאול'ס מיידלעך
איז דאס אמת?
אזוי איז געשטאנען אין א גליון בשם די ארויסגעווארפענע מיידלעך.
דארף דא באמערקט ווערן אז טויבער איז אליינס א גערער, מען דארף איהם נישט באצאלן דערפאר.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
מורינו ורבנו האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:קיינער אינטערעסירט נישט די ערליכקייט פון דיינע קינדער, ס'איס א פליעינע ביזנעס, רעכן אויס 12 דאלאר א יונגעל טיימס 2000 (איך שאץ אז ס'איז דא 2000 קינדער אין מאנסי) איקוועלס פיר און צוואנציג טויזנט דאלער.
בנוסף צי די עשרים וארבע אלף ככר כסף עובר לסוחר, זענען זיי נאך עסקנים אויך, מען טאר נישט רעדן אויף זיי ווייל כל מעשיהם לשם שמים.
כ'ווייס נישט ווער ס'גייט רעדן דארט, אבער לכאורה וועט בערל טויבער זיין די ראש המדברים, איז לאמיר נאר קלאר מאכן אז ער איז די זעלבער וואס גור האט עים געצאלט צי רעדן צי די נדל"ן'ע מיידלעך אז זיי זאלן אויף הערן רעדן צי די ר' שאול'ס מיידלעך, יא יא פאר די ריכטיגע פרייז וועט ער אויכט שטיצן מחלוקת.
שמעו נא רבתי.
קודם כל וויל איך זיך אנטשולדיגן דערויף וואס איך בין דא ווייניגער. איך דארף עס טאקע מתקן זיין, אבער וואס זאל איך טון אז טפליא טפלו בי און איך בין שטארק פארנומען. איך האב געוואלט נאך פאר ראש-השנה מאכן א באזונדערע טאג קבלת קהל פארן ציבור דאהי. ווען איך בין נישט אנגעקומען צו דעם, האב איך געטראכט אז איין טאג חול-המועד וועט זיין א 'עליה לרגל', וואו מען וועט קענען זיך צונויפשמועסן. שפעטער האב איך געטראכט אז איין טאג חנוכה וועל איך עפעס מאכן. איך קום אפילו נישט אן צו ענטפערן מיינע אישי'ס, וואס דאס איז שוין מער פערזענליך, נאך וואס אידן ווילן שמועסן און הערן. איך אנטשולדיג זיך זייער שטארק אז איך בין נישט צוריקגעקומען צו ענק, אבער איך גיי טון די השתדלות דאס מתקן צו זיין און זיין דא מער אפט.
יעצט לענינינו:
עס פארדרוסט מיר זייער שטארק וואס מען רעדט דא אויפן כינוס, ווייל איך בין בתוך הענינים און איך זעה וואס מען שמועסט דא. איך וויל דאס קלארשטעלן פארן ציבור.
קודם-כל לאמיר מאכן דעם חשבון. עס רעדט זיך פון בערך 5,000 קינדער, נישט פון 2,000. ממילא דער בעל החשבון קען רואיג רעכענען 5,000 קינדער מאל 12, וואס דאס קומט אויס 60,000 דאלער. א ריזיגע סכום. אמת? - ווער גייט מאכן דא א שיינעם אפותיקי? - פארוואס דארף מען האבן אזויפיל געלט? - איינער רייבט זיך שוין די בויך דא. ריכטיג?
לאמיר גיין ווייטער: עס איז נישט 12 פאר יונגל, באמת איז דאס 24 דאלער פאר יונגל. אין דער אסיפת מנהלים וואס איז פארגעקומען, האט מען אויפגעפאדערט פון די מנהלים, אז האלב פון די געלט וועט קומען פון די קינדער, און האלב וועט קומען פון די הנהלה. דאס מיינט אז די הנהלה לייגט צו פאר יעדע יונגל נאך 12 דאלער. אין קורצן, פאר יעדע יונגל קומט אריין צו די עסקנים 24 דאלער. יעצט לאמיר זיך צופלייסן און רעכענען: 5,000 דאלער מאל 24, קומט אויס 120,000 דאלער. פשיהא - מורא'דיג, איינער גייט דא ווערן אן עושר. ווער דארף 120K פאר דעם כינוס? - איינער פאקט דעם טאש מיט א געשמאק.
ווער איז יענער?
איך זאל גיין ווייטער? - איך קען אויסרעכענען געוויסע נדבות וואס קומען אריין פון עשירי עם, וואס ביישטייערן פאר דעם דאזיגן כינוס. איך האב פשוט נישט די ריכטיגע נומערן, אבער עס קומט אן צו א שיינעם סכום.
וואו גייט די געלט?
יעצט הערט מיר אויס, וועל איך אייך מגלה זיין א סוד. די עסקנים מוטשענען זיך, וויבאלד דער בודזשעט פון דעם כינוס איז ווייט פון געדעקט, און עס פעלט נאך אויס נדבות דערויף. דעם פונקטליכן חשבון האב איך נישט, אבער איך קען אייך אויסרעכנען בערך. עס איז פארהאן א פירמע מיטן נאמען "וויי-עף פראדאקשן", וואס זיי פירן אן אזעלכע סארט מעמדים און אווענטן. די עסקנים זענען געגאנגען מיט דעם פירמע. א טאג נאכן כינוס דארף איך האבן א שמועס מיט איינע פון די עסקנים אויפן פראיעקט, לתועלת הציבור וועל איך אים בעטן א פונקטליכן באריכט און אויב איך וועל קענען, וועל איך עס פראבירן ארויפצושטעלן דא. דערווייל קען איך זאגן בערך וואס איך ווייס, וואס עס קאסט און וואס די פירמע (נישט די עסקנים) נעמען
כאטש כ'דיסעגרי מיט לכאורה רוב פון דיינע מיינונגען (אנטשולדיגט... ) ובפרט אויף די נושא פון טעכנאלאגיע, טוה איך אבער שעצן דיין הסברה אויף די געלט חשבון.
כ'בין אויך געווען פארמישט אין א גרעסערע טראנספארטאציע אקציע נישט לאנג צוריק און לויט מיין חשבון דארף די טראנספארטאציע אין אזא פאל אפקאסטן ארום 10,000 (פארשטייט זיך אז דאס ווענט זיך צו די זאל איז לאקאל אדער נישט).
בנוגע די זאל ווענט זיך דאס אויב ס'איז א פראפעשענעל פלאץ (ווי א סטעדיום אדג.), וואס דאן קען עס טאקע קאסטן זייער אסאך, אבער אויב איז עס אין א ביהמ"ד אדג איז עס נישט אזא טייערע זאך.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
מורינו ורבנו האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:קיינער אינטערעסירט נישט די ערליכקייט פון דיינע קינדער, ס'איס א פליעינע ביזנעס, רעכן אויס 12 דאלאר א יונגעל טיימס 2000 (איך שאץ אז ס'איז דא 2000 קינדער אין מאנסי) איקוועלס פיר און צוואנציג טויזנט דאלער.
בנוסף צי די עשרים וארבע אלף ככר כסף עובר לסוחר, זענען זיי נאך עסקנים אויך, מען טאר נישט רעדן אויף זיי ווייל כל מעשיהם לשם שמים.
כ'ווייס נישט ווער ס'גייט רעדן דארט, אבער לכאורה וועט בערל טויבער זיין די ראש המדברים, איז לאמיר נאר קלאר מאכן אז ער איז די זעלבער וואס גור האט עים געצאלט צי רעדן צי די נדל"ן'ע מיידלעך אז זיי זאלן אויף הערן רעדן צי די ר' שאול'ס מיידלעך, יא יא פאר די ריכטיגע פרייז וועט ער אויכט שטיצן מחלוקת.
שמעו נא רבתי.
קודם כל וויל איך זיך אנטשולדיגן דערויף וואס איך בין דא ווייניגער. איך דארף עס טאקע מתקן זיין, אבער וואס זאל איך טון אז טפליא טפלו בי און איך בין שטארק פארנומען. איך האב געוואלט נאך פאר ראש-השנה מאכן א באזונדערע טאג קבלת קהל פארן ציבור דאהי. ווען איך בין נישט אנגעקומען צו דעם, האב איך געטראכט אז איין טאג חול-המועד וועט זיין א 'עליה לרגל', וואו מען וועט קענען זיך צונויפשמועסן. שפעטער האב איך געטראכט אז איין טאג חנוכה וועל איך עפעס מאכן. איך קום אפילו נישט אן צו ענטפערן מיינע אישי'ס, וואס דאס איז שוין מער פערזענליך, נאך וואס אידן ווילן שמועסן און הערן. איך אנטשולדיג זיך זייער שטארק אז איך בין נישט צוריקגעקומען צו ענק, אבער איך גיי טון די השתדלות דאס מתקן צו זיין און זיין דא מער אפט.
יעצט לענינינו:
עס פארדרוסט מיר זייער שטארק וואס מען רעדט דא אויפן כינוס, ווייל איך בין בתוך הענינים און איך זעה וואס מען שמועסט דא. איך וויל דאס קלארשטעלן פארן ציבור.
קודם-כל לאמיר מאכן דעם חשבון. עס רעדט זיך פון בערך 5,000 קינדער, נישט פון 2,000. ממילא דער בעל החשבון קען רואיג רעכענען 5,000 קינדער מאל 12, וואס דאס קומט אויס 60,000 דאלער. א ריזיגע סכום. אמת? - ווער גייט מאכן דא א שיינעם אפותיקי? - פארוואס דארף מען האבן אזויפיל געלט? - איינער רייבט זיך שוין די בויך דא. ריכטיג?
לאמיר גיין ווייטער: עס איז נישט 12 פאר יונגל, באמת איז דאס 24 דאלער פאר יונגל. אין דער אסיפת מנהלים וואס איז פארגעקומען, האט מען אויפגעפאדערט פון די מנהלים, אז האלב פון די געלט וועט קומען פון די קינדער, און האלב וועט קומען פון די הנהלה. דאס מיינט אז די הנהלה לייגט צו פאר יעדע יונגל נאך 12 דאלער. אין קורצן, פאר יעדע יונגל קומט אריין צו די עסקנים 24 דאלער. יעצט לאמיר זיך צופלייסן און רעכענען: 5,000 דאלער מאל 24, קומט אויס 120,000 דאלער. פשיהא - מורא'דיג, איינער גייט דא ווערן אן עושר. ווער דארף 120K פאר דעם כינוס? - איינער פאקט דעם טאש מיט א געשמאק.
ווער איז יענער?
איך זאל גיין ווייטער? - איך קען אויסרעכענען געוויסע נדבות וואס קומען אריין פון עשירי עם, וואס ביישטייערן פאר דעם דאזיגן כינוס. איך האב פשוט נישט די ריכטיגע נומערן, אבער עס קומט אן צו א שיינעם סכום.
וואו גייט די געלט?
יעצט הערט מיר אויס, וועל איך אייך מגלה זיין א סוד. די עסקנים מוטשענען זיך, וויבאלד דער בודזשעט פון דעם כינוס איז ווייט פון געדעקט, און עס פעלט נאך אויס נדבות דערויף. דעם פונקטליכן חשבון האב איך נישט, אבער איך קען אייך אויסרעכנען בערך. עס איז פארהאן א פירמע מיטן נאמען "וויי-עף פראדאקשן", וואס זיי פירן אן אזעלכע סארט מעמדים און אווענטן. די עסקנים זענען געגאנגען מיט דעם פירמע. א טאג נאכן כינוס דארף איך האבן א שמועס מיט איינע פון די עסקנים אויפן פראיעקט, לתועלת הציבור וועל איך אים בעטן א פונקטליכן באריכט און אויב איך וועל קענען, וועל איך עס פראבירן ארויפצושטעלן דא. דערווייל קען איך זאגן בערך וואס איך ווייס, וואס עס קאסט און וואס די פירמע (נישט די עסקנים) נעמען דערפאר.
לאמיר אנהויבן מיטן פלאץ. דער פלאץ קאסט א שיינעם סכום (איך ווייס באמת נישט וויפיל, אבער איך קען זיך פארשטעלן אז ס'איז נישט בלויז נאך א זאל אין מאנסי). א סעקיורטי פירמע פון 60 סעקיורטי, איז אויך א זאך וואס איז נישט ביליג. דער פלאץ איז גאנץ א טונקעלער און עס איז נישט גענוג ליכטיג פאר אזא סארט מעמד מיט קינדער, האט מען אינוועסטירט אין לייטינג אז עס זאל זיין ליכטיג פאר די קינדער און פארן ציבור. איך גלויב אז עס איז נישט ביליג. מען דארף נעמען פארענטשעס, מיט סחורה אויף די פארענטשעס, כדי עס זאל זיין באקוועם פאר די קינדער צו זיצן. א שיינע הוצאה איז אויך טראנספארטאציע.
די בעלי-דרשנים נעמען אויך פיר דידזשעט נומערן (א זאך וואס איך האלט גראדע אז עס איז 'נישט' ריכטיג, אבער דער תירוץ איז אז עס איז א גרויסע לחץ אונטערצונעמען אזא דרשה, בפרט ווען מען דארף גיין לרוחו של כל אחד ואחד, ושל כל מוסד ומוסד. מען דארף מער אכטונג געבן וואס 'נישט' צו זאגן, מער ווי וואס 'יא' צו זאגן. זיי דארפן זיך צוגרייטן דערצו גאנצע טעג. ממילא זאגן זיי אז מען דארף באצאלן אסאך מער פון געווענליך. די נושא האשכול איז נישט דאס יעצט אצינד, אבער איך ברענג כאטש ארויס וואס פונקטליך זאכן קאסטן). נעם צוזאמען עטליכע בעלי-דרשנים און זעה וויפיל אלפים דא וועט מען דארפן באצאלן פאר דעם אליין, כולל די וועגן וואס א טייל פון די רבנים גייט מען דאס אויך דארפן באצאלן. צו דעם קומט אויך צו מייקס און ספיקערס, וואס אין אזא מצב און אזא פלאץ, מיינט דאס א גאנצע מערכת און עס קאסט אפ אסאך געלט.
מאכט א פשוט'ן חשבון: ביים אריינקומען אינעם פלאץ, וועט יעדער יונגל באקומען א פעקעלע מיטן סימבאל פונעם כינוס. דארט וועט זיך געפינעם א קוקי (בלעק-ענד-ווייט), א פענע מיט פאפיר צו שרייבן קבלות א.א.וו. אביסל ליין מאטעריאל און נאך (דאס זענען געווען אויף די פלענער, ווען מען האט גערעדט מיט מיר. יתכן אז זאכן האבן זיך געטוישט). יעדע פעקעלע איז ווערד בערך 7 דאלער (אזוי האט מען געשאצט דעמאלס). רעכן דאס אויס פאר 5,000 קינדער, קומט דאס אויס צו 35K. דאס איז שוין בלויז פון די קלייניגקייטן וואס קאסט.
א גרויסער חלק פון די הוצאות (און מעגליך דער עיקר חלק), גייט אויס אויף די פלאקאטן, אדווערטייזמענט, די צעטלעך אויף די באסעס פון די צאן-קדשים (א הערליכע זאך לדעתי...) דארט גייט אויס שווערע צענדליגע אלפים און מעגליך אז מער פון דעם... דאס קאסט אפ א געוואלד, און דאס איז וויכטיג פאר די הצלחה פונעם כינוס און פאר די סוקסעס.
סך-הכל: דער גאנצער כינוס קאסט אפ בערך 250K. בערך 150K. ווערט געדעקט דורך די קינדער און די מוסדות (וואס דארפן דאס אויך דעקן פון זייער בודזשעט) און די איבעריגע געלט נעמט מען צוזאמען פון אידן וועלכע האבן א ווארעמקייט צו דעם צוועק. דעם ערב-שבת צוויי שעה פארן זמן, האט אן עושר פון מאנסי געשריבן א טשעק פון 20K פאר דעם צוועק. איך דאנק דער אויבערשטער אז איך בין געווען דער גוטער שליח וואס האט אים באוואויגן דאס צו טון. דער איד איז משומעי לקחי, און הגם אז מיין עקזיסטענץ איז נישט אין בעטן געלט פון מענטשן. איך שטיי געווענליך אוועק פון די סארט זאכן כמחטוי קשת, וויבאלד איך פראביר צו שטרעבן אויף פנימיות און רוחניות, אויסהערן מענטשן און מאכן מענטשן עובדי ה' שטייגן, און איך גיב זיך נישט אפ מיט געלט זאכן, אפילו לדבר מצוה. איז דא געווען א געוויסע סיבה און מצב, אז איך האב יא געבעטן פון אים געלט - נישט פאר מיר נאר פאר דעם צוועק. און ברוך-השם אז יענער האט זיך משתתף געווען.
כפי ידיעתי, איז דער זאך נאך ווייט פון געדעקט, און עס איז נאך דא א לאך דאס צו ערפילן.
ממילא, דער איד וואס האט געמאכט דעם חשבון, אז איינער פארדינט 24K. האט שוואכע השגות... ס'איז אסאך מער...
אויב איז דאס אלץ אמת איז די פלא אסאך שטערקער. ווער פארדינט פון די 120 טויזענט דאלארדיגן אסיפה? וואס איז דער פארדינסט פון אזא הוצאה?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
ליב צו וויסן האט געשריבן:
כאטש כ'דיסעגרי מיט לכאורה רוב פון דיינע מיינונגען (אנטשולדיגט... ) ובפרט אויף די נושא פון טעכנאלאגיע, טוה איך אבער שעצן דיין הסברה אויף די געלט חשבון.
כ'בין אויך געווען פארמישט אין א גרעסערע טראנספארטאציע אקציע נישט לאנג צוריק און לויט מיין חשבון דארף די טראנספארטאציע אין אזא פאל אפקאסטן ארום 10,000 (פארשטייט זיך אז דאס ווענט זיך צו די זאל איז לאקאל אדער נישט).
בנוגע די זאל ווענט זיך דאס אויב ס'איז א פראפעשענעל פלאץ (ווי א סטעדיום אדג.), וואס דאן קען עס טאקע קאסטן זייער אסאך, אבער אויב איז עס אין א ביהמ"ד אדג איז עס נישט אזא טייערע זאך.
ס'איז מיר אינטערעסאנט צו הערן, ווייל איך געדענק נישט האבן געזאגט דא א מיינונג בנוגע טעכנעלאגיע, אז איר זענט מחולק מיט מיר. אבער... אפשר געדענק איך נישט אלעס.
עס איז די רעדע פון א פראפעשנל פלאץ.
יָדוֹרָש האט געשריבן:
אויב איז דאס אלץ אמת איז די פלא אסאך שטערקער. ווער פארדינט פון די 120 טויזענט דאלארדיגן אסיפה? וואס איז דער פארדינסט פון אזא הוצאה?
עס האט זיך אנגעהויבן מיט איין מנהל, וואס האט געוואלט מאכן אזא אסיפה פאר זיין מוסד. ער האט געוואלט צוברענגען עטליכע אנדערע מוסדות זאלן זיך מצרף זיין מיט אים. אנדערע מוסדות האבן זיך ארויפגעכאפט און אלע האבן זיך געוואלט אנשליסן.
אזוי איז געווארן דער מאסיווער כינוס.