קהל'ס נער האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:א חסיד פון ווילנא: לדעתי איז די גאנצע מחלוקת געקומען פן די צדדים מהרז"ל/בני יואל אקעגן מהר"א שליט"א. ער האט זיך נאר געשלאגן אנצוהאלטן זיינע (לעגיטימע) רעכטן. יא, זיינע חסידים האבן געשניטן רעדלעך און געבראכן שויבן (ווען און וואו מ'האט געדארפט) אבער דאס איז אלעס נאר געווען אין רעאקציע צו די (פינסטערע) כוחות וואס האבן זיך פארלייגט איהם צו בארויבן פון זיינע רעכטן...!
בערעלע: געווענליך שטייסטו און דו לאכסט פון אלע רעבאס, דא ביסטו עפעס מוראדיג צוקאכט, טעיק איט איזי.
מהר"א איז גארנישט אזא רודף שלום, ער איז א פיינע קאנטראל פריק, אפילו מען וועט נישט קיקן אויף די סאטמערע פייט, זיכט ער נאר פראבלעימען, ער האט זיך סתם אזוי אנגעהויבן מיט וויזניץ, וויי נאט, דזשאסט טו שאו ווהא איז טהע באסס, ער שטייט און כאפט גלילות, נאך אביסל וועט מאנסי אויך זיין פון זיינע גלילות, ביזי משוגע מאכן די גאנצע וועלט, פארנימען מיט יענעם'ס דדים, פארשטייט נישט פארוואס רבני עירינו מאנסי זענען פארנימען מיט אנדערע זאכן חוץ באטראכטן ווער ס'איז א מינקת חבירו, ווי פלעיגט בערל זאגן: זיין קאפ ליגט אין יענעמס מ****. סאררי כ'מיין צי זאגן דדים.
איי עם סאררי בערעל טייערע כ'האב מיך ארויס געלאזט דא אין א שטיקל רענט אויף דיין רעבא, ס'איז פשוט דברים היוצאים מן הלב ווי די ווערסט בלינד פאר די מענטש, ווען ס'וואלט געוועין א אנדערע רעבא וואלסטו שוין געהאט אסאך מער ציגיסן אויף עים.
קודם כל איז מיר א חידוש פארוואס ווען מ'רייסט אראפ מהר''א אלס די ערגסטע פונעם דור קען מען קיינמאל נישט האבן קיין טענות אויף זיינע מעשים זעלבסט, און שטענדיג דארף מען גיין מיט וואס ער האט אין קאפ. ער איז לוחם פאר זמן ר''ת? ער מיינט פאוער. ער איז לוחם קעגן ציונות? ער מיינט צו לייקענען גיוס. ער גייט נישט צום כינוס כלל ישראל? ער וויל ווייזן ער איז אנדערש. ער וויל נישט צולאזן סידור קידושין זאל ווערן א נחלת הכלל? זאגטס אלע מיט.... ער וויל ווייזן ער איז בעל הבית. ער ערלעדיגט פעלדער זאל מאכן א געזעץ לטובת נ.י. חינוך? אני ואפסי. ער האלט א פלאמעדיגע דרשה אז אין גלילות קרית יואל דארף מען זיך פירן אזויווי די מייסד בעיקר האט געוואלט? ער וויל בלויז ווייזן מאכט.
לאמיר עס מאכן בקיצור: יעדע זאך וואס ער טוט איז די טענה ''אאפס! ער מיינט פאוער''. איך מיין עס איז א שאד צו עפענען אשכולות ביי יעדע מערכה, לאמיר איינמאל פאר אלעמאל מגלה דעת זיין מיט רויטע אותיות: וואס מהר''א זאל נאר טון מעכשיו ולאחר מאה ועשרים מיינט ער בלויז זיך און זיך און זיך.
פארוואס קענען די ארוינים טרעפן אייביג אראפצורייסן מהרז''ל פאר זיינע מעשים זעלבסט? למשל זיך דערנענטערן צו אויערבאך, יא גיין צום כינוס כלל ישראל, צוזאמנעמען געלט פאר חינוך עצמאי, גיין אין בג''ץ, מבזה זיין דעם ראב''ד, זיך צוזאמשטעלן מיט יונייטעד מאנרא, און קיינמאל דארפן זיי נישט צוקומען צום לשם שמים קארטל? נישט אז זיי האלטן אז מהרז''ל מיינט נישט זיך, נאר זיי האלטן אז מהרז''ל טוט ראנג זאכן פאר זיין כבוד און די זאליס פארפירן אז מהר''א טוט גוטע זאכן פאר זיין כבוד... און די חידוש איז נאך אז ס'איז א חילוק הימל און ערד די שנאה פון די זאליס קעגן מהר''א צו די שנאה פון די ארוינים קעגן מהרז''ל און מיט דעם אלעם איז די איינציגסטע טענה שוין די לעצטע צענדליגער יארן '' האלאו ער מיינט נאר זיך...''
הדבר בזה אומר דרשוני.
יעצט אבער זע איך די ערשטע מאל א טענה אויף די פעולה זעלבסט פון מהר''א, דהיינו אז מהר''א האט זיכער געמאכט אז אין קרית יואל זאל מען נישט עובר זיין אויף א אפענע הלכה אין שולחן ערוך פון מינקת חבירו, איז אבער דא א טענה הלמאי דו ביסט פארנומען מיט יענעמ'ס דדים... איך מוז מודה זיין אז דאס איז ממש מרפסין איגרא און איך האב נישט קיין תירוץ דערויף.
יעצט, לגבי די וואס מאכן זיך תמ'וואטע איבער דאס פירן טיש פון פרעמדע רבנים אין קרית יואל, וועל איך עס מסביר זיין ברחל בתך הקטנה: די זעלבע מענטש וואס עטס פארפירטס אז ער מיינט נאר מאכט און אז ער איז שטענדיג פארנומען דערמיט, דער זעלבער האט נישט קיין שום פראבלעם אויב סיי ווער קומט פירן טיש אדער פראווענען א שבת אין זיין שטאט! און נאך בשעת ער פירט זיין אייגענע טיש! אפילו מהרז''ל אליינס האט קיינמאל נישט געהאט א פראבלעם צו פירן א שבת א האלבע גאס אוועק פון אים, ( ניין, איך רעד נישט אין די צייט ווען די מחלוקה האט געפלאקערט ווען ס'איז געווען א טו-וועי פייט), דער זעלבער מענטש האט אויך נישט קיין שום פראבלעם אז א פרעמדע רבי זאל זיך מאכן א אייגענע שטעטל צוויי מינוט אוועק פון זיין שטאט, און ער האט באקומען א ברייטע רשות פון אים טראץ וואס ער וואלט נישט געקענט טון אזא זאך ביי קיין שום אנדערע קהל'ישע שטאט! גראדע איין פארלאנג האט מהר''א יא געהאט, נישט אז ער זאל נישט שיקן די קינדער אין זיין קעגנערס מוסד, נישט אז ער זאל דוקא נעמען פלייש ביי זיין בית השחיטה, ניין ניין, ער האט פארלאנגט אז ער זאל האלטן שבת ווילאנג ס'איז נאך שבת אין קרית יואל, און איינמאל מ'האט זיך צוגעשטעלט דערצו הערט מען שוין ווייטער נישט קיין מוק פון דעם בעל גאווה...