ישן מלא חדש האט געשריבן:לגבי די חלק וואס מען פרעגט אויף בחירה,
תפילות השל"ה העלפט? אדער די קינד האט א בחירה?
א מאמעס טרער העלפט?
מתפלל זיין לא לידי נסיון העלפט?
אריין קריצן אין ציגל די נאמען פון א אפגעפארענעם קינד העלפט?
האט דוד געקענט ארויסנעמען אבשלום פון גיהנום נאכן טויט אפילו ער האט בוחר געווען ברע?
למעשה זעט מען אז אפי' א מענטש האט א בחירה קענען די ארומיגע האבן א שליטה אויפן בחירה, איך פארשטיי עס נישט אינגאנצן (און איך ווייס נישט צו די מעשה פונעם בני יששכר איז אמת) אבער אזוי קוקט עס אויס.
איך האב דאס טאקע באווארענט אין מיין צווייטן סיפור מיט'ן מזוזה. תפלה, והיינו א פעולה בכוונה פון א מענטש, קען לכאורה/אולי העלפן אז זיך אליין אדער דער אויף וועמען מען איז מתפלל זאל האבן "מער א נטייה" לטוב - נישט אבער אז מען איז שולל די בחירה. מ'קען טאקע ווייכער מאכן די מעשה מיט'ן בני יששכר און אזוי דאס אריינלערנען דארט, אבער די "כך הוה" וכו' ווערט שוין שוואכער - עס וואלט טאקע רואיג געקענט זיין אנדערש.