גירוש אמעריקע - תרכ''ב לפ''ק

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

גירוש אמעריקע - תרכ''ב לפ''ק

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ס'איז אין יאר תרכ''ב – און אמעריקע איז צושפלינטערט אין צוויי - די אמעריקאנער בירגער קריג איז אין איר גרעסטער ברען - פון צפון שטייען די יוניאן שטאטן, און פון דרום שטייען די קאָנפעדעראַט שטאטן. די צוויי שטרייטענדע זייטן קעמפן ביטערליך צווישן זיך מיטן גרעסטן מאס פארביסנקייט, און קיין איין זייט האלט נישט ביים אראפלייגן דאס געווער. די קאָנפעדעראַט שטאטן ווילן נישט אויפגעבן זייער פּלאַנטאַציע לעבנסשטייגער, און די יוניאן שטאטן האלטן זיך געטריי צום פרעזידענט אברהם לינקאלן, און זיי זענען אויסן צו ארויפצווינגען אויף די קאָנפעדעראַט שטאטן – פרייהייט און גלייכבארעכטיגקייט פאר אלע ראסן אייניג גלייך. ס'איז א קריג אויף לעבן און טויט, און ס'זעט זיך נישט אן אויפן האריזאנט אז ס'וועט זיך נאך אמאל ענדיגן.

די קריג האט אבער נישט אפגעשטעלט די מאסיווע שמוגל אפעראציעס פון צפון און דרום און פארקערט. ערפארענע שמוגלער האבן געזען אין דעם ביטערן קריג א גאלד מינע. נעמליך, די פעלדער אין דרום זענען געליגן אנגעלייגט מיט בינטלעך וואטע, וועלכע האבן געזאלט געליפערט ווערן קיין צפון צו די ארטיגע קליידער פאבריקן. אבער די האנדל מיניסטעריום אין וואשינגטאן האט ארויסגעגעבן א פארבאט צו ליפערן וואטע, רייז און טאבאקא פון די דרום שטאטן – זיי האבן געוואלט מיט דעם שריט גענצליך אפהאקן די פינאנצן פון די קאָנפעדעראַט ארמיי. דאקעגן אין צפון איז געווען צו באקומען געווער און מוניציאן און מעדיצין, און אין די דרום שטאטן נישט. און דאס האט אריינגעשפילט אין די הענט פון שמוגלער ווי רייפע פרוכט. טאנען וואטע זענען געליפערט געווארן פון דרום קיין צפון אין אויסטויש פאר וואפן, און ווידער הויפנס וואפן און מעדיצין זענען געשמוגעלט געווארן קיין דרום אין אויסטויש פאר וואטע, און די שמוגלער האבן גאר שיין פארדינט...

עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז וואו מ'קען נאר מאכן א גרינגער טאלער, ווערן מיר אידלעך באלד פארמישט אינעם געשעפט, דאס איז דאך נאטורליך אזוי... און אזוי האט טאקע פאסירט אז געציילטע אידן, הויפטזעכליך פון די שטאטן מיסיסיפי, טענעסי, און קענטאקי, זענען געווארן העפטיג פארמישט אין די דאזיגע שמוגל אפעראציעס פון דרום צו צפון. דער יוניאן קאמנדיר אין יענעם ראיאן איז געווען נישט קיין צווייטער ווי דער בארימטער אמעריקאנער העלד, גענעראל יוליעס עס. גרענט. און ער איז געווען אנטשלאסן אפצושטעלן די דאזיגע שמוגלערייען פאר יעדע פרייז - האט ער צום באדויערן געטאן א שריט וועלכע ער האט שפעטער שטארק באוויינט. און אנשטאט ער זאל אפשטעלן בלויז די שמוגלער, איז ער געקומען צום אויספיר אז אלע אידן זענען שמוגלער, און ער האט נישט מער און נישט ווייניגער אררויסגעגעבן א גירוש דעקרעט, וועלכע האט געלויטעט אז אלע אידן פונעם גאנצן ראיאן, מענער, פרויען, און קליינע קינדער, דארפן ביז פיר און צוואנציג שטונדן פארלאזן דאס ארט, און זיך נישט צוריקערן! אט לייענט דעם געמיינעם דעקרעט:

אלגעמיינע פארארדענונגען נומ 11
הויפטקוואטיר, די דרייצענטע ארמיי קארפס.
אפטיילונג פון די טענעסיע, אקספארד, מיסיסיפי, דעצעמבער 7, 1862

די אידן אלס א קלאס, פארלעצן יעדע האנדל רעגולאציע, אראפגעשטעלט דורך די פינאנץ מיניסטעריום, און אויך די באפעלן פון די אפטיילונג. דערמיט זענען זיי ארויסגעווארפן פון די ראיאן אונטער די קאמאנדא. אין פיר און צוואנציג שטונדן פון דעם באפעל, וועלן סטאַנציע קאמאנדירן זען צו דעם, אז אלע פון די דאזיגע קלאס פון מענטשן, זענען באזארגט מיט רייזע פעסער און וועלן זיין פארליכטעט צו פארלאזן דאס ראיאן, און אז איינער וועט זיך צוריקקערן נאך אזא אָנזאָג, וועט ארעסטירט ווערן, און געהאלטן ווערן אונטער וואך ביז ס'וועט אונטערקומען די געלעגנהייט אים צו דעפארטירן אלס א קריגס געפאנגענער, סיידן מיט אן ערלויבעניש פון הויפטקווארטיר. קיין ערלויבעניש וועט נישט געגעבן ווערן פאר די דאזיגע מענטשן צו באזוכן דעם הויפטקווארטיר פארן צוועק צו מאכן פערזענליכע אפליקאציעס פאר האנדל ערלויבענישן...
ביי די פארארדענונג פון מעדזשער גענעראל יוליעס עס. גרענט.
זשאן עראן ראַולינס


ס'איז שווער צו גלייבן אז דאס האט ווירקליך פאסירט אין די פרייע אמעריקע.

אין די ווירקליכקייט האט זיך דער גירוש נישט אינגאנצן אויסגעארבייט. דאס איז געווען צוליב די שוואכע קאמיוניקאציע צווישן גענעראל גרענט און זיינע אפיצירן אין די מיליטערישע פארפאסטנס. דאס מיליטער האט זיך באנוצט מיטן טעלעגראף אנצוהאלטן פארבינדונג. און די קאָנפעדעראַט ארמיי האבן סוקסעספול באוויזן צו סאבאטאזשירן די טעלעגראף שטאנגען, און דאס האט אויף צייטווייליג פארקריפלט די מיליטערישע אפעראציעס פון די יוניאן ארמיי אין יענעם ראיאן.

דעצעמבער 28' האבן זיך דרייסיג אידישע פאמיליעס פון די שטאט פּאַדאוקא, אין קאַנטאַקי זיך צוזאם געפאקט די געפעק, אראפגעצויגן די לאדן אויף די געשעפטן וועלכע זיי גייען קיינמאל מער נישט זען, און אנגעהויבן צו צושפאנען צופוסנס אזוי מיט די קליינע קינדער, גענוי ווי זייערע זיידעס אין שפאניע יארן פריער... ביז זיי האבן דערגרייכט דעם אהייא ריווער. דארט ביים טייך האט מען זיי ארויפגעזעצט אויף א שיף, וואס האט זיי אפגעפירט צו אנדערע אמעריקאנע שטאטן אין צפון.

דאס גרעסטע רשעות איז נאך געווען, אז ס'האט זיך שפעטער גאר ארויסגעשטעלט – אז בלויז פיר אידן האבן אנטייל גענומען אין די שמוגלערייען! און אז די הויפט שמוגלער זענען גאר געווען די זעלנער פון די יוניאן ארמיי זעלבסט... ס'ארא שאנדע.

סאזאר קאסקל, א איינוואוינער פון פּאַדאוקא, האט נישט געקענט שטיין אזוי אין דער זייט, און צוזען מיט זיינע אויגן ווי אזא שוידערליכער פארברעכן ווערט דורכגעפירט אינמיטן העלן טאג. ער האט אפגעשיקט גאר א שארפער טעלעגראם צו פרעזידענט לינקאלן אין וואשינגטאן. אינעם טעלעגראם שרייבט ער:
די גרעסטע פארלעצונג אויף די קאנסטיטוציע און אונזערע רעכטן אלס גוטע בירגער אונטער איר... דאס וועט אונז מאכן פאר א געזעצלאזע פאלק אין די אויגן פון די וועלט. מיר בעטן אייך פאר אייער אויפמערזאמקייט אויף די סקאנדאל אויף געזעץ און מענטשליכקייט....


קאסקל האט זיך נישט באגענוגט בלויז מיטן שיקן א טעלעגראם, נאר ער האט איינגעשפאנט זיין פערד, און ער האט אפגריטן קיין וואשינגטאן. אפגעזען פון די שווערע געפארן וועלכע האבן דאן געלאקערט אויף די וועגן, ס'איז פארט געווען קריגס צייטן... יאנואר דריי איז ער אנגעקומען אויף וואשינגטאן, און ער באלד פארלאנגט אן אוידיענץ ביי לינקאלן. לינקאלן האט אים אויפגענומען, און קאסקל האט אים געצייגט דעם שאנדפולן באפעל-עלף פון גענעראל גרענט. לינקלאן האט דאס נישט געוואלט גלייבן, ער האט ווירקליך נישט געקענט פארשטיין פארוואס גרענט באשטראפט א גאנצע קלאס פון מענטשן פאר די זינד פון איינצלנע אין דעם קלאס. דער פרעזידענט איז געווען צו גראד דאס צו פארשטיין. ער האט אבער פארט פארדעכטיגט קאסקל, און האט נישט געקענט דארט אויפן ארט קומיוניקירן מיט גענעראל גרענט אויפן פראנט, האט ער אפגעשריבן פאר גרענט דאס פאלגענד:
א דעקרעט וואס זעט אויס אז ס'איז א מיליטערישער באפעל, נומער 11, וואס איר האט אנגעבליך ארויסגעגעבן דעצעמבער 17' און איך שיק דיר עס דא מיט. ס'איז פארגעשטעלט געווארן דא אין וואשינגטאן, וואס טרייבט ארויס אלע אידן פון דיין מיליטערישער ראיאן. אויב אזא דעקרעט איז ארויסגעגעבן געווארן, זאל עס שוין זיין אפגערופן...


גענעראל גרענט האט געמוזט צוריקציען פון זיין רשעות'דיגער דעקרעט, און ס'איז געווען ליהודים היתה אורה...[/justify]
בן נון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 207
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

שליחה דורך בן נון »

הערליך יש”כ קיינמאל נישט געזען אזוי שיין אפגעשריבן
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
בן נון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 207
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

שליחה דורך בן נון »

עס איז אירניש אז די זייט פון די א”ג פרייהייט קעמפער די זייט פון די יואניען וואס האט זיך געשלאגן פאר גלייך בארעכטיגנג איז ארויסגעקומען מיט די גזרה כעין די ליבעראלן היינט
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

די היינטיגע ליבעראלן - קאמוניסטן, זענען אויסגעשפראכן קעגן פרייהייט, גענוי ווי זייערע ראסיסטישע זיידעס די דעמאקראטן פון ווייטן דרום פון בימים ההם...
----
די קאָנפעדעראַט שטאטן האבן געגלייבט אין פּלאַנטאַציע - זיי האבן אויסגעהאלטן שווארצע קנעכט, און זיי באזארגט מיט אלע זייער באדערפענישן, ס'האט פאר די שווארצע קנעכט גארנישט געקאסט צום לעבן. געזונטהייט דעקונג, ערציאונג, עסן, וואוינונג, אלעס, אלעס, איז געווען פאר די קנעכט גענצליך אומזיסט. אין אויסטויש פאר זייער ארבייט אויף די וואטע פעלדער...
פרעזידענט לינקלאן האט דאס אנגעקוקט אלס פרעכע גניבה. ער האט נישט געקענט פארשטיין ווי אזוי יענער ארבייט, און דאס געלט וואס איז אין אלגעמיין פול מער וויפול די קנעכט האבן אפגעקאסט גייט פארן האר אין טאש. יענער פלאנצט און דער צווייטער עסט די פרוכט. און ציגאב האט ער אויך געהאלטן אז דאס איז קעגן פרייהייט און גלייכבארעכטיקייט, אז איין קלאס פון דאס מענטשהייט, און אונזער פאל די שווארצע, זענען די ארבייטער. און די אנדערע קלאס, די ווייסע זענען די הארן.
די היינטיגע ליבעראלע קאמוניסטן האלטן נאך ביז היינט כמעט די זעלבע...
דער האר היינט צו טאגס איז די מאכטפולע פעדעראלע רעגירונג אין וואשינגטאן, זיי איינקאסירן / גנבענען כמעט די גאנצע איינקונפט פון דעם ארבייטער, מ'רופט דאס שטייער. און אויסטויש באקומט דער ארבייטער אומזיסטיגע ערציאונג, אומזיסטיגע וואוינונג, אומזיסטיגע מעדיצינישע דעקונג און נאך. און זייי נוצן קאמוניסטישע רעטאריק און קלאס-קאמף, און היינט אויך קאוויד 19, דאס צו בארעכטיגן. מיר זענען אלע קנעכט פאר אנקל סעם....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

זייער שיין ערעב קאך לעפל, גיי אן מיט די סארט ארטיקלען!
אגב ס'ליגט מיר אין קאפ אז איך האב געלייענט ערגעץ אז יוליעס גרענט שפעטער אלץ פרעזידענט האט זיך יא אהערגעשטעלט אלץ א אוהב ישראל.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

תרמב האט געשריבן:זייער שיין ערעב קאך לעפל, גיי אן מיט די סארט ארטיקלען!
אגב ס'ליגט מיר אין קאפ אז איך האב געלייענט ערגעץ אז יוליעס גרענט שפעטער אלץ פרעזידענט האט זיך יא אהערגעשטעלט אלץ א אוהב ישראל.

דאס איז ריכטיג. די גאנצע גירוש איז געווען עפעס א מיספארשטענדעניש פון אינפארמאציע אז די אידן זענען שפיאנען פאר די קאנפעדערעיט, נישט קיין קאלטע אנטיסעמעטיזם אדער חשדות פון בלויז שמוגלעריי.

-------

אין דעם ארטיקל פעלט אסאך פרטים. איינס פון זיי, דער וואס איז געלאפן קיין וואשינגטאן מיט'ן פערד איז געווען א אידישער אימיגראנט. ער האט געזוכט זיין מזל און זיך איינגערעדט ער גייט קענען רעדן צום פרעזידענט וואס איז נישט געווען קיין גרינגע זאך בשעת א מלחמה.

אנקומענדיג האט ער אנגעהויבן רעדן צום ערשטן מענטש וועם ער האט געטראפן, צו זיין מזל איז יענער פונקט געווען א קאנגרעסמאן וואס האט אים אויך אויסגעהערט. יענער האט רחמנות געהאט און אים ערלעדיגט אן אודיענץ ביים פרעזידענט. די מוסר השכל איז, אז מ'וויל עכט שטארק קען מען אנקומען (אדער יא אדער נישט...)
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

א משה מארגערעטן בשעתו........
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א דאנק פאר די שטיק היסטאריע. זייער אינטערעסאנט!

קאך_לעפל האט געשריבן: גענעראל יוליעס עס. גרענט. און ער איז געווען אנטשלאסן אפצושטעלן די דאזיגע שמוגלערייען פאר יעדע פרייז - האט ער צום באדויערן געטאן א שריט וועלכע ער האט שפעטער שטארק באוויינט.

וואס איז געווען די מעשה? ווען און פארוואס האט ער עס שפעטער באוויינט?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שמעקעדיג האט געשריבן:א דאנק פאר די שטיק היסטאריע. זייער אינטערעסאנט!

קאך_לעפל האט געשריבן: גענעראל יוליעס עס. גרענט. און ער איז געווען אנטשלאסן אפצושטעלן די דאזיגע שמוגלערייען פאר יעדע פרייז - האט ער צום באדויערן געטאן א שריט וועלכע ער האט שפעטער שטארק באוויינט.

וואס איז געווען די מעשה? ווען און פארוואס האט ער עס שפעטער באוויינט?


און פארוואס ַפייערן מיר נישט א יום טוב ?
וואס וואלט מען געגעסן? Fried chicken and apple pie?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

וואלווי האט געשריבן:און פארוואס ַפייערן מיר נישט א יום טוב ?
וואס וואלט מען געגעסן? Fried chicken and apple pie?

נישט סתם Fried, נאר Southern Fried chicken! א גרויסע חילוק צווישן א גאטליעב'ס פריי און א סאטערן פריי
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אין יענע יארן האט ראביי יצחק מאיר ווייס אנגעפירט מיט די קאנסערוואטיווע אידישע געמיינדע אין טענעסי. ער האט זיך געטראפן מיט פרעזידענט לינקאלן אין וואשינגטאן, און זיך הערצליך באדאנקט פאר אים אין די נאמען פון אלע אידן, פארן אנולירן דאס גירוש דעקרעט פון גרענט. לינקאלן האט אים דאן קלאָר געמאַכט: איך בין געווען טאטאל שאקירט פון דעם דעקרעט, צו פארדאמען א גאנצע שיכט פון מענטשן, אזוי צו זאגן - צו באשולדיגן די גוטע מיט די שלעכטע. איך מאך נישט קיין שום אונטערשייד צווישן אידן אין זשענעטילן, און איך וועל נישט ערלויבן פאר קיין שום אמעריקאנער דאס צו טאן!

אין יאר 1868, ווען גרענט איז געלאפן פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, האבן זיינע פאליטישע קענגנער אויפגעברענגט די געשיכטע. די קאמפיין פון גרענט האט דאן פארעפענטליכט א פאליטישער קארטאן, ווי גרענט נעמט זיך אן פאר די אידן וועלכע ווערן פארפאלגט אינעם צארישן רוסלאנד, אבער די געשיכטע פונעם גירוש האט אים געפאטשט אין פנים. ראביי ווייס האט אויך אנגעפירט מיט א מאסיווער קאמפיין אז די אידן זאלן נישט שטימען פאר גרענט, פארט האט דאס מערהייט פון די אידן אין אמעריקע יא געשטימט פאר אים, און דאס איז געווען ווייל די דעמאקראטן זענען דאן געווען שרעקליכע אנטיסעמיטן...

צי גרענט איז געווען אן אנטיסעמיט צי נישט? ס'זעט נישט אויס אזוי. זיין קאבינעט האט געהאט די מערסטע אידן - מער ווי אין אלע אנדערע פריערדיגע קאבינעטן.

אין אלגעמיין זענען די רעפובליקאנער דאן געווען אויסגעשפראכן קעגן אנטיסעמיטיזם, זיי האבן הייס געגלייבט אין די דעקלעראציע פון זעלבסטשטענדיגקייט, אז אלע מענטשן זענען באשאפן געווארן אייניג, אז זיי זענען באשאנקען געווארן דורך זייער באשאפער מיט די רעכטן צו לעבן, פרייהייט, און א שטרעבונג צו צופרידנקייט.

גרענט איז געווען א שטארק גלויביגער גוי, און ער האט געהאלטן אז דאס פרייהייט פון א מענטש איז געשאנקען געווארן צו אים דורך זיין באשעפער. ער האט אויף קיין פאל נישט געהאלטן ווי די היינטיגע דעמאקראטן / קאמוניסטן – אז נישט ג-ט, נאר די רעגירונג שענקט פרייהייט, און דערפאר קען דאס די רעגירונג אויך אוועק רויבן.

קייזער נאפאליען האט נאך געזאגט אז רעליגיע איז דאס וואס שטייט אין וועג אז די ארימע זאלן נישט אויסהרג'נען די פארמעגליכע.
און אז מ'נעמט אוועק רעליגיע און דאס גלויבן אין ג-ט, קען מען אנרייצן די ארימע אויף די רייכע - און אוועקרויבן דאס פרייהייט פון א מענטש. ווי מיר הערן נאכאנאנד פון די היינטיגע קאמוניסטן אין שפיץ פון דעם יעווסעקע בערניו סאנדערס: ס'איז צייט אז די רייכע זאלן באַצאָלן זייער טייל! און אז נישט? גייט דאס די רעגירונג אוועקרויבן? יא! דאס איז א בלוט-בלאט ארויסגעריסן פון די מארקסיסטישע דאָקטערין...

און דאס וואס מיר זעען היינט צום באדויערן אז מאנכע קאנסערוואטיווע האסן אידן, איז בלויז צוליב דעם!

ווען זיי זעען הארט פאר זייער אויגן, ווי אזוי דער אויבער-קאמיסאר יאשע ביידן, נעמט זיך ארום מיט קאמוניסטישע שלענג, אידישע אפשטאמיגע פון די געוועזענע בונד מיטגלידער פון מזרח אייראפע, א שטייגער ווי אַנטאָני בלינקען – א רעכטער אייניקל פון דעם קאמוניסטישער ים-חזיר מאיר בלינקען פון פריאסלאב, און דער שעף פון די יוסטיץ אפטיילונג קאמיסאר מעריק גארלאנד. און ווי אזוי די צוויי פארפוילטע אידישע יעווסעקעס זלמן נאדלער פון ניו יארק און זיין קאמעראד דער ליגנער אדם שיט פון קארליפארניע, דערגייען דאס לעבן פון א פרעזידענט פאר וועם זיי האבן אריינגעוועלט און שעצן אים, זיכער גייט זיי דאס בלוט ארויף אין קאפ, און עס אנטוויקלט זיך אין זיי א טיפע פיינטשאפט קעגן אידן...

די דאזיגע רעפובליקאנער באגייען די זעלבע טעות וואס פרעזידענט גרענט איז באגאנגען בימים ההם...[/justify]
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

אן אינטערעסאנטע שטיקל היסטאריע, יישר כח, נייע ידיעות באקומען.

כה לחי.
פארשפארט