די קריג האט אבער נישט אפגעשטעלט די מאסיווע שמוגל אפעראציעס פון צפון און דרום און פארקערט. ערפארענע שמוגלער האבן געזען אין דעם ביטערן קריג א גאלד מינע. נעמליך, די פעלדער אין דרום זענען געליגן אנגעלייגט מיט בינטלעך וואטע, וועלכע האבן געזאלט געליפערט ווערן קיין צפון צו די ארטיגע קליידער פאבריקן. אבער די האנדל מיניסטעריום אין וואשינגטאן האט ארויסגעגעבן א פארבאט צו ליפערן וואטע, רייז און טאבאקא פון די דרום שטאטן – זיי האבן געוואלט מיט דעם שריט גענצליך אפהאקן די פינאנצן פון די קאָנפעדעראַט ארמיי. דאקעגן אין צפון איז געווען צו באקומען געווער און מוניציאן און מעדיצין, און אין די דרום שטאטן נישט. און דאס האט אריינגעשפילט אין די הענט פון שמוגלער ווי רייפע פרוכט. טאנען וואטע זענען געליפערט געווארן פון דרום קיין צפון אין אויסטויש פאר וואפן, און ווידער הויפנס וואפן און מעדיצין זענען געשמוגעלט געווארן קיין דרום אין אויסטויש פאר וואטע, און די שמוגלער האבן גאר שיין פארדינט...
עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז וואו מ'קען נאר מאכן א גרינגער טאלער, ווערן מיר אידלעך באלד פארמישט אינעם געשעפט, דאס איז דאך נאטורליך אזוי... און אזוי האט טאקע פאסירט אז געציילטע אידן, הויפטזעכליך פון די שטאטן מיסיסיפי, טענעסי, און קענטאקי, זענען געווארן העפטיג פארמישט אין די דאזיגע שמוגל אפעראציעס פון דרום צו צפון. דער יוניאן קאמנדיר אין יענעם ראיאן איז געווען נישט קיין צווייטער ווי דער בארימטער אמעריקאנער העלד, גענעראל יוליעס עס. גרענט. און ער איז געווען אנטשלאסן אפצושטעלן די דאזיגע שמוגלערייען פאר יעדע פרייז - האט ער צום באדויערן געטאן א שריט וועלכע ער האט שפעטער שטארק באוויינט. און אנשטאט ער זאל אפשטעלן בלויז די שמוגלער, איז ער געקומען צום אויספיר אז אלע אידן זענען שמוגלער, און ער האט נישט מער און נישט ווייניגער אררויסגעגעבן א גירוש דעקרעט, וועלכע האט געלויטעט אז אלע אידן פונעם גאנצן ראיאן, מענער, פרויען, און קליינע קינדער, דארפן ביז פיר און צוואנציג שטונדן פארלאזן דאס ארט, און זיך נישט צוריקערן! אט לייענט דעם געמיינעם דעקרעט:
אלגעמיינע פארארדענונגען נומ 11
הויפטקוואטיר, די דרייצענטע ארמיי קארפס.
אפטיילונג פון די טענעסיע, אקספארד, מיסיסיפי, דעצעמבער 7, 1862
די אידן אלס א קלאס, פארלעצן יעדע האנדל רעגולאציע, אראפגעשטעלט דורך די פינאנץ מיניסטעריום, און אויך די באפעלן פון די אפטיילונג. דערמיט זענען זיי ארויסגעווארפן פון די ראיאן אונטער די קאמאנדא. אין פיר און צוואנציג שטונדן פון דעם באפעל, וועלן סטאַנציע קאמאנדירן זען צו דעם, אז אלע פון די דאזיגע קלאס פון מענטשן, זענען באזארגט מיט רייזע פעסער און וועלן זיין פארליכטעט צו פארלאזן דאס ראיאן, און אז איינער וועט זיך צוריקקערן נאך אזא אָנזאָג, וועט ארעסטירט ווערן, און געהאלטן ווערן אונטער וואך ביז ס'וועט אונטערקומען די געלעגנהייט אים צו דעפארטירן אלס א קריגס געפאנגענער, סיידן מיט אן ערלויבעניש פון הויפטקווארטיר. קיין ערלויבעניש וועט נישט געגעבן ווערן פאר די דאזיגע מענטשן צו באזוכן דעם הויפטקווארטיר פארן צוועק צו מאכן פערזענליכע אפליקאציעס פאר האנדל ערלויבענישן...
ביי די פארארדענונג פון מעדזשער גענעראל יוליעס עס. גרענט.
זשאן עראן ראַולינס
ס'איז שווער צו גלייבן אז דאס האט ווירקליך פאסירט אין די פרייע אמעריקע.
אין די ווירקליכקייט האט זיך דער גירוש נישט אינגאנצן אויסגעארבייט. דאס איז געווען צוליב די שוואכע קאמיוניקאציע צווישן גענעראל גרענט און זיינע אפיצירן אין די מיליטערישע פארפאסטנס. דאס מיליטער האט זיך באנוצט מיטן טעלעגראף אנצוהאלטן פארבינדונג. און די קאָנפעדעראַט ארמיי האבן סוקסעספול באוויזן צו סאבאטאזשירן די טעלעגראף שטאנגען, און דאס האט אויף צייטווייליג פארקריפלט די מיליטערישע אפעראציעס פון די יוניאן ארמיי אין יענעם ראיאן.
דעצעמבער 28' האבן זיך דרייסיג אידישע פאמיליעס פון די שטאט פּאַדאוקא, אין קאַנטאַקי זיך צוזאם געפאקט די געפעק, אראפגעצויגן די לאדן אויף די געשעפטן וועלכע זיי גייען קיינמאל מער נישט זען, און אנגעהויבן צו צושפאנען צופוסנס אזוי מיט די קליינע קינדער, גענוי ווי זייערע זיידעס אין שפאניע יארן פריער... ביז זיי האבן דערגרייכט דעם אהייא ריווער. דארט ביים טייך האט מען זיי ארויפגעזעצט אויף א שיף, וואס האט זיי אפגעפירט צו אנדערע אמעריקאנע שטאטן אין צפון.
דאס גרעסטע רשעות איז נאך געווען, אז ס'האט זיך שפעטער גאר ארויסגעשטעלט – אז בלויז פיר אידן האבן אנטייל גענומען אין די שמוגלערייען! און אז די הויפט שמוגלער זענען גאר געווען די זעלנער פון די יוניאן ארמיי זעלבסט... ס'ארא שאנדע.
סאזאר קאסקל, א איינוואוינער פון פּאַדאוקא, האט נישט געקענט שטיין אזוי אין דער זייט, און צוזען מיט זיינע אויגן ווי אזא שוידערליכער פארברעכן ווערט דורכגעפירט אינמיטן העלן טאג. ער האט אפגעשיקט גאר א שארפער טעלעגראם צו פרעזידענט לינקאלן אין וואשינגטאן. אינעם טעלעגראם שרייבט ער:
די גרעסטע פארלעצונג אויף די קאנסטיטוציע און אונזערע רעכטן אלס גוטע בירגער אונטער איר... דאס וועט אונז מאכן פאר א געזעצלאזע פאלק אין די אויגן פון די וועלט. מיר בעטן אייך פאר אייער אויפמערזאמקייט אויף די סקאנדאל אויף געזעץ און מענטשליכקייט....
קאסקל האט זיך נישט באגענוגט בלויז מיטן שיקן א טעלעגראם, נאר ער האט איינגעשפאנט זיין פערד, און ער האט אפגריטן קיין וואשינגטאן. אפגעזען פון די שווערע געפארן וועלכע האבן דאן געלאקערט אויף די וועגן, ס'איז פארט געווען קריגס צייטן... יאנואר דריי איז ער אנגעקומען אויף וואשינגטאן, און ער באלד פארלאנגט אן אוידיענץ ביי לינקאלן. לינקאלן האט אים אויפגענומען, און קאסקל האט אים געצייגט דעם שאנדפולן באפעל-עלף פון גענעראל גרענט. לינקלאן האט דאס נישט געוואלט גלייבן, ער האט ווירקליך נישט געקענט פארשטיין פארוואס גרענט באשטראפט א גאנצע קלאס פון מענטשן פאר די זינד פון איינצלנע אין דעם קלאס. דער פרעזידענט איז געווען צו גראד דאס צו פארשטיין. ער האט אבער פארט פארדעכטיגט קאסקל, און האט נישט געקענט דארט אויפן ארט קומיוניקירן מיט גענעראל גרענט אויפן פראנט, האט ער אפגעשריבן פאר גרענט דאס פאלגענד:
א דעקרעט וואס זעט אויס אז ס'איז א מיליטערישער באפעל, נומער 11, וואס איר האט אנגעבליך ארויסגעגעבן דעצעמבער 17' און איך שיק דיר עס דא מיט. ס'איז פארגעשטעלט געווארן דא אין וואשינגטאן, וואס טרייבט ארויס אלע אידן פון דיין מיליטערישער ראיאן. אויב אזא דעקרעט איז ארויסגעגעבן געווארן, זאל עס שוין זיין אפגערופן...
גענעראל גרענט האט געמוזט צוריקציען פון זיין רשעות'דיגער דעקרעט, און ס'איז געווען ליהודים היתה אורה...[/justify]