שלום צווישן מהר"א און מהרז"ל?

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

פרנס החודש האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:דאס ענטפערט מען ווען מ'האט נישט בעסערס

מוטה פראנק קען קומען פראווענען אין בית רחל פאראדייס?

פון אלע רבי׳ס און רבנים האסטו געטראפן איין מוטה פראנק?

די ווייסט זייער גוט דעם תירוץ

אבער אפילו לשיטתך, האסטו געטראפן איינעם, איבעראל לאזט מען נישט קיינעם און מיט רעכט
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:אבער אפילו לשיטתך, האסטו געטראפן איינעם.
איבעראל לאזט מען נישט קיינעם און מיט רעכט.

פון אלע רבי'ס איז געווען איין מוטה פראנק וואס האט זיך דערשראקען...
Don’t ask unless you want to hear the answer.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:אבער אפילו לשיטתך, האסטו געטראפן איינעם, איבעראל לאזט מען נישט קיינעם און מיט רעכט

ווי געפינען זיך די איבעראל פון וואס דו רעדסט?
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

קהל'ס נער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:א חסיד פון ווילנא: לדעתי איז די גאנצע מחלוקת געקומען פן די צדדים מהרז"ל/בני יואל אקעגן מהר"א שליט"א. ער האט זיך נאר געשלאגן אנצוהאלטן זיינע (לעגיטימע) רעכטן. יא, זיינע חסידים האבן געשניטן רעדלעך און געבראכן שויבן (ווען און וואו מ'האט געדארפט) אבער דאס איז אלעס נאר געווען אין רעאקציע צו די (פינסטערע) כוחות וואס האבן זיך פארלייגט איהם צו בארויבן פון זיינע רעכטן...!

בערעלע: געווענליך שטייסטו און דו לאכסט פון אלע רעבאס, דא ביסטו עפעס מוראדיג צוקאכט, טעיק איט איזי.

מהר"א איז גארנישט אזא רודף שלום, ער איז א פיינע קאנטראל פריק, אפילו מען וועט נישט קיקן אויף די סאטמערע פייט, זיכט ער נאר פראבלעימען, ער האט זיך סתם אזוי אנגעהויבן מיט וויזניץ, וויי נאט, דזשאסט טו שאו ווהא איז טהע באסס, ער שטייט און כאפט גלילות, נאך אביסל וועט מאנסי אויך זיין פון זיינע גלילות, ביזי משוגע מאכן די גאנצע וועלט, פארנימען מיט יענעם'ס דדים, פארשטייט נישט פארוואס רבני עירינו מאנסי זענען פארנימען מיט אנדערע זאכן חוץ באטראכטן ווער ס'איז א מינקת חבירו, ווי פלעיגט בערל זאגן: זיין קאפ ליגט אין יענעמס מ****. סאררי כ'מיין צי זאגן דדים.

איי עם סאררי בערעל טייערע כ'האב מיך ארויס געלאזט דא אין א שטיקל רענט אויף דיין רעבא, ס'איז פשוט דברים היוצאים מן הלב ווי די ווערסט בלינד פאר די מענטש, ווען ס'וואלט געוועין א אנדערע רעבא וואלסטו שוין געהאט אסאך מער ציגיסן אויף עים.

קודם כל איז מיר א חידוש פארוואס ווען מ'רייסט אראפ מהר''א אלס די ערגסטע פונעם דור קען מען קיינמאל נישט האבן קיין טענות אויף זיינע מעשים זעלבסט, און שטענדיג דארף מען גיין מיט וואס ער האט אין קאפ. ער איז לוחם פאר זמן ר''ת? ער מיינט פאוער. ער איז לוחם קעגן ציונות? ער מיינט צו לייקענען גיוס. ער גייט נישט צום כינוס כלל ישראל? ער וויל ווייזן ער איז אנדערש. ער וויל נישט צולאזן סידור קידושין זאל ווערן א נחלת הכלל? זאגטס אלע מיט.... ער וויל ווייזן ער איז בעל הבית. ער ערלעדיגט פעלדער זאל מאכן א געזעץ לטובת נ.י. חינוך? אני ואפסי. ער האלט א פלאמעדיגע דרשה אז אין גלילות קרית יואל דארף מען זיך פירן אזויווי די מייסד בעיקר האט געוואלט? ער וויל בלויז ווייזן מאכט.

לאמיר עס מאכן בקיצור: יעדע זאך וואס ער טוט איז די טענה ''אאפס! ער מיינט פאוער''. איך מיין עס איז א שאד צו עפענען אשכולות ביי יעדע מערכה, לאמיר איינמאל פאר אלעמאל מגלה דעת זיין מיט רויטע אותיות: וואס מהר''א זאל נאר טון מעכשיו ולאחר מאה ועשרים מיינט ער בלויז זיך און זיך און זיך.

פארוואס קענען די ארוינים טרעפן אייביג אראפצורייסן מהרז''ל פאר זיינע מעשים זעלבסט? למשל זיך דערנענטערן צו אויערבאך, יא גיין צום כינוס כלל ישראל, צוזאמנעמען געלט פאר חינוך עצמאי, גיין אין בג''ץ, מבזה זיין דעם ראב''ד, זיך צוזאמשטעלן מיט יונייטעד מאנרא, און קיינמאל דארפן זיי נישט צוקומען צום לשם שמים קארטל? נישט אז זיי האלטן אז מהרז''ל מיינט נישט זיך, נאר זיי האלטן אז מהרז''ל טוט ראנג זאכן פאר זיין כבוד און די זאליס פארפירן אז מהר''א טוט גוטע זאכן פאר זיין כבוד... און די חידוש איז נאך אז ס'איז א חילוק הימל און ערד די שנאה פון די זאליס קעגן מהר''א צו די שנאה פון די ארוינים קעגן מהרז''ל און מיט דעם אלעם איז די איינציגסטע טענה שוין די לעצטע צענדליגער יארן '' האלאו ער מיינט נאר זיך...''

הדבר בזה אומר דרשוני.

יעצט אבער זע איך די ערשטע מאל א טענה אויף די פעולה זעלבסט פון מהר''א, דהיינו אז מהר''א האט זיכער געמאכט אז אין קרית יואל זאל מען נישט עובר זיין אויף א אפענע הלכה אין שולחן ערוך פון מינקת חבירו, איז אבער דא א טענה הלמאי דו ביסט פארנומען מיט יענעמ'ס דדים... איך מוז מודה זיין אז דאס איז ממש מרפסין איגרא און איך האב נישט קיין תירוץ דערויף.

יעצט, לגבי די וואס מאכן זיך תמ'וואטע איבער דאס פירן טיש פון פרעמדע רבנים אין קרית יואל, וועל איך עס מסביר זיין ברחל בתך הקטנה: די זעלבע מענטש וואס עטס פארפירטס אז ער מיינט נאר מאכט און אז ער איז שטענדיג פארנומען דערמיט, דער זעלבער האט נישט קיין שום פראבלעם אויב סיי ווער קומט פירן טיש אדער פראווענען א שבת אין זיין שטאט! און נאך בשעת ער פירט זיין אייגענע טיש! אפילו מהרז''ל אליינס האט קיינמאל נישט געהאט א פראבלעם צו פירן א שבת א האלבע גאס אוועק פון אים, ( ניין, איך רעד נישט אין די צייט ווען די מחלוקה האט געפלאקערט ווען ס'איז געווען א טו-וועי פייט), דער זעלבער מענטש האט אויך נישט קיין שום פראבלעם אז א פרעמדע רבי זאל זיך מאכן א אייגענע שטעטל צוויי מינוט אוועק פון זיין שטאט, און ער האט באקומען א ברייטע רשות פון אים טראץ וואס ער וואלט נישט געקענט טון אזא זאך ביי קיין שום אנדערע קהל'ישע שטאט! גראדע איין פארלאנג האט מהר''א יא געהאט, נישט אז ער זאל נישט שיקן די קינדער אין זיין קעגנערס מוסד, נישט אז ער זאל דוקא נעמען פלייש ביי זיין בית השחיטה, ניין ניין, ער האט פארלאנגט אז ער זאל האלטן שבת ווילאנג ס'איז נאך שבת אין קרית יואל, און איינמאל מ'האט זיך צוגעשטעלט דערצו הערט מען שוין ווייטער נישט קיין מוק פון דעם בעל גאווה...
שטורמישער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 10:37 pm
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך שטורמישער »

מ'קען שוין טוישן די קעפל צו "איז מהר"א גערעכט אדער נישט?"
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ווי געפינען זיך די איבעראל פון וואס דו רעדסט?

שיכון סקווירא
קרית פאפא
בבל
Don’t ask unless you want to hear the answer.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

קהל'ס נער האט געשריבן:
א חסיד פון וילנא האט געשריבן:קר"י איז די איינציגסטע שטאדט ווי יעדער רבילע קען קומען פירן טיש און פראווען שבתים, און ער איז גאר א טעראריסט

זאג עס פאר בעלזא רבי, ער ווייסט נאכנישט דערפון :lol:

בעלזע רבי קען פירן טיש אין קרית יואל די זעלבע ווי ער קען פירן טיש אין וויליאמסבורג....
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

מיליאנער האט געשריבן: יעצט אבער זע איך די ערשטע מאל א טענה אויף די פעולה זעלבסט פון מהר''א, דהיינו אז מהר''א האט זיכער געמאכט אז אין קרית יואל זאל מען נישט עובר זיין אויף א אפענע הלכה אין שולחן ערוך פון מינקת חבירו, איז אבער דא א טענה הלמאי דו ביסט פארנומען מיט יענעמ'ס דדים... איך מוז מודה זיין אז דאס איז ממש מרפסין איגרא און איך האב נישט קיין תירוץ דערויף.

מינקת חבירו איז א דין ממונות, כ'זעי נאך נישט אז מהר"א לאזט נישט חתונה מאכן אין קרית יואל פאר יעדער וואס גייט אריין אין מקווה אומבאצאלט.

איך האלט נישא אז מהר"א איז די ערגסטע פון אלע רבי'ס, איך האב עס געהאט געשריבען פאר ווער ס'לאכט פון אלע רבי'ס נאר מהר"א איז קדוש יאמרו לו, זאל וויסן אז ער האט זיך זיינע פעילערס.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

די עולם זאל געדענקען אז די אשכול איז אין שמייכל
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

קהל'ס נער האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן: יעצט אבער זע איך די ערשטע מאל א טענה אויף די פעולה זעלבסט פון מהר''א, דהיינו אז מהר''א האט זיכער געמאכט אז אין קרית יואל זאל מען נישט עובר זיין אויף א אפענע הלכה אין שולחן ערוך פון מינקת חבירו, איז אבער דא א טענה הלמאי דו ביסט פארנומען מיט יענעמ'ס דדים... איך מוז מודה זיין אז דאס איז ממש מרפסין איגרא און איך האב נישט קיין תירוץ דערויף.

מינקת חבירו איז א דין ממונות, כ'זעי נאך נישט אז מהר"א לאזט נישט חתונה מאכן אין קרית יואל פאר יעדער וואס גייט אריין אין מקווה אומבאצאלט.

איך האלט נישא אז מהר"א איז די ערגסטע פון אלע רבי'ס, איך האב עס געהאט געשריבען פאר ווער ס'לאכט פון אלע רבי'ס נאר מהר"א איז קדוש יאמרו לו, זאל וויסן אז ער האט זיך זיינע פעילערס.

איך מיין אז סיי איך און סיי קהל'ס נער האבן נישט קיין פראבלעם אז די אשכול איז אין שמייכל, זינט מ'דארף באמת אריבערפירן אלע די סארט אשכולות אין שמייכל, ווען איך שרייב בין איך זייער אויפגעלייגט און גוטמוטיג און שמייכלדיג, איך האב הנאה פון די דיסקוסיע.

יעצט לגבי מינקת חבירו, קודם כל ס'נישט קיין דיני ממונות שאלה, אויב עפעס איז עס דיני נפשות ווייל איך האב מורא ס'וועט זיין נעכר חלבה און זי וועט נישט קענען מניק זיין.

און ס'איז א פשוט'ע חילוק פון דעם ביז א מקוה, ביי מינקת איז די חתונה שלא כהלכה, משא''כ ביי אומבאצאלטע מקוה איז נישט דא אין די תורה א עונש פון נישט לאזן חתונה מאכן צוליב גזילה ודו''ק.

אגב בינעך נייגעריג וועלכע רבי האלסטו איז ערגער פון מהר''א?
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

מיליאנער האט געשריבן:

ג"א מצטרף
הק' קהל'ס נער

יעצט לגבי מינקת חבירו, קודם כל ס'נישט קיין דיני ממונות שאלה, אויב עפעס איז עס דיני נפשות ווייל איך האב מורא ס'וועט זיין נעכר חלבה און זי וועט נישט קענען מניק זיין.
ס'דיני ממונות ווייל זי נעמט אוועק די מילך וואס קימט זיך פאר איר מאן'ס קינד, אויב איז עס א דין אין יורה דעה וואלטן פרויען נישט געמיעיגט טראגעדיג ווערן תוך 24 חודש אפילו מיט די אייגענע מאן

און ס'איז א פשוט'ע חילוק פון דעם ביז א מקוה, ביי מינקת איז די חתונה שלא כהלכה, משא''כ ביי אומבאצאלטע מקוה איז נישט דא אין די תורה א עונש פון נישט לאזן חתונה מאכן צוליב גזילה ודו''ק.
כנ"ל ס'האט גארנישט מיט די חתונה, זי גנב'ט מילך וואס קימט זיך פאר איר מאן'ס קינד

אגב בינעך נייגעריג וועלכע רבי האלסטו איז ערגער פון מהר''א?די נקודה איז נישט געוועין צי מעסטן ווי שלעכט אדער גיט יעדער איז, כ'האב נאר געוואלט ארויס ברעינגען אז כ'האב גארנישט מער קעיגן מהר"א ווי אנדערע, און אז די גאנצע געשרייבעכץ דא איז נאר להוציא מלבם של אלו וואס גייען משוגע פאר מהר"א בו זמנית וואס זיי לאכן פון אנדערע רבי'ס
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קהל'ס נער: וויבאלד איך בין א גרויסער עניו ווייס (וועיס) איך פאר זיכער אז דו האסט נאר מיך געמיינט...! יא. איך בין מודה. איי פליעד גילטי...! נאר נישט אינגאנצן. איך מאך נישט (ח"ו ) חוזק פון אלע רבי'ס. נאר פון די וועלכע מיינען טאקע אז זיי זענען א לעבעדיגע עבודה זרה. דאס איז דער חילוק פון א געוויינליכע ע"ז. די געטשקע קען גארנישט טון. נישט גוטס און נישט שלעכטס. אבער א לעבעדיגער עבודה זרה/רעבע קען יא...!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: וויבאלד איך בין א גרויסער עניו ווייס (וועיס) איך פאר זיכער אז דו האסט נאר מיך געמיינט...! יא. איך בין מודה. איי פליעד גילטי...! נאר נישט אינגאנצן. איך מאך נישט (ח"ו ) חוזק פון אלע רבי'ס. נאר פון די וועלכע מיינען טאקע אז זיי זענען א לעבעדיגע עבודה זרה. דאס איז דער חילוק פון א געוויינליכע ע"ז. די געטשקע קען גארנישט טון. נישט גוטס און נישט שלעכטס. אבער א לעבעדיגער עבודה זרה/רעבע קען יא...!

מודה (ולא) עוזב ירחם :lol:
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

קהל'ס נער האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:
יעצט לגבי מינקת חבירו, קודם כל ס'נישט קיין דיני ממונות שאלה, אויב עפעס איז עס דיני נפשות ווייל איך האב מורא ס'וועט זיין נעכר חלבה און זי וועט נישט קענען מניק זיין.
ס'דיני ממונות ווייל זי נעמט אוועק די מילך וואס קימט זיך פאר איר מאן'ס קינד, אויב איז עס א דין אין יורה דעה וואלטן פרויען נישט געמיעיגט טראגעדיג ווערן תוך 24 חודש אפילו מיט די אייגענע מאן

טעות, די חשש איז נישט אז מען נעמט עפעס אוועק, נאר אז דאס קינד וועט אויסגיין פון נישט האבן וואס צו עסן. אמאל איז נישט געווען קיין פארמילע.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

מפיל קינד האט געשריבן:

גערעכט, כ'בין יעצט איבער געגאנגען די נושא ס'איז א דין יורה דעה.

נאכן דורך קוקן די פוסקים זעיט מען אזוי.
הגר"ע יוסף איז מתיר בתנאי אז די נייע מאן נעמט זיך אינטער צי אויסהאלטן די קינד, ווייל היינטיגע צייטן פעילט שוין נישט אויס הנקה די טעם פון די דין איז אז די קינד זאל האבן פון וואס צי לעיבן.
הגר"מ פיינשטיין איז מתיר נאך 18 חדשים ווייל ער האלט אז היינטיגע צייטן איז 18 חדשים געניג.
הרב קוק איז מתיר וויבאלד די תקנה איז לטובת די קינד, און היינטיגע צייטן ווען די קינד קען ווען רעדן וואלט ער געזאגט אי אפשי בתקנת חכמים, ווייל ער וויל ענדערש האבן א נערמאלע משפחה, ווי צי האבן מילך פון זיין מאמע וואס פעילט עים נישט אויס אויף צים לעיבן.

נאר וואס, מהר"א גייט מיטן אונגערישן חדש אסור מן התורה קאפ און וואנט, זאל יעדער ליידן, איי זי האט היתרים, ניין, אונז גיי מיר לוחם זיין קעיגן יעדע היתר (פרצה לשיטיתי'), ווייל איך בין עס נישט מתיר כאטש אנדערע זענען יא ביסטו א שייגעץ.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט.

מהר''א האט עפעס סתם מוחה געווען אויף עפעס א פירצה וואס איז דא התירים?

ער האט לוחם געווען אז עס זאל נישט פארקומען אין 'קרית יואל' עפעס וואס ער קוקט אן ווי א פירצה. דו האלטסט טאקע אז אין א סאטמארע שטאט איז מען מחיוב צו לאזן אפהאלטן חתונות וואס האט די היתר פון הרב קוק? ווי קומט דא אריין חדש אסור מן התורה?

מהר''א איז מרא דאתרא אין שטאט ער האט א אחריות אויף אלע פירצות וואס קומען פאר אין שטאט און ער האט זיכער געמאכט אז אין קרית יואל קומט נישט פאר א פירצה לשיטת אונגארן פון ווי די מייסד העיר שטאמט, און זיי האבן טאקע געדארפט אוועקפירן די חתונה קיין מאנסי, און קרית יואל איז געבליבן אפגעהיטן, און מהר''א האט ערפילט זיין אחריות אלס שטאטס רב.

פון דארט און ווייטער האט מהר''א מער נישט גערעדט קיין ווארט פונקט ווי ער איז נישט מוחה אויף פירצות אין בארא פארק ווילאנג ס'האט נישט מיט קרית יואל וואס איז אינטער זיין אחריות, סך הכל האט ער מעורר געווען אז ער האפט אז די גלילות ק''י זאל נישט ווערן ווי מאנסי ווי מ'זאל קענען מאכן אלע חתונות וואס איז נישט ערלויבט אין ק''י גופא.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיליאנער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט.

נאר די חתונה איז א פראבלעם, דאס וואוינען ציזאמען מיט אז קידושין איז נישט קיין פראבלעם?
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:

ניין, די קידושין איז א גוטע קידושין.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

מיליאנער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט.

מהר''א האט עפעס סתם מוחה געווען אויף עפעס א פירצה וואס איז דא התירים?

ער האט לוחם געווען אז עס זאל נישט פארקומען אין 'קרית יואל' עפעס וואס ער קוקט אן ווי א פירצה. דו האלטסט טאקע אז אין א סאטמארע שטאט איז מען מחיוב צו לאזן אפהאלטן חתונות וואס האט די היתר פון הרב קוק? ווי קומט דא אריין חדש אסור מן התורה?

מהר''א איז מרא דאתרא אין שטאט ער האט א אחריות אויף אלע פירצות וואס קומען פאר אין שטאט און ער האט זיכער געמאכט אז אין קרית יואל קומט נישט פאר א פירצה לשיטת אונגארן פון ווי די מייסד העיר שטאמט, און זיי האבן טאקע געדארפט אוועקפירן די חתונה קיין מאנסי, און קרית יואל איז געבליבן אפגעהיטן, און מהר''א האט ערפילט זיין אחריות אלס שטאטס רב.

פון דארט און ווייטער האט מהר''א מער נישט גערעדט קיין ווארט פונקט ווי ער איז נישט מוחה אויף פירצות אין בארא פארק ווילאנג ס'האט נישט מיט קרית יואל וואס איז אינטער זיין אחריות, סך הכל האט ער מעורר געווען אז ער האפט אז די גלילות ק''י זאל נישט ווערן ווי מאנסי ווי מ'זאל קענען מאכן אלע חתונות וואס איז נישט ערלויבט אין ק''י גופא.

לסיכום.
הגר"ע יוסף איז א שייגעץ, הרב קוק איז א שייגעץ, הגר"מ פיינשטיין איז א פערטל שייגעץ, נאר מהר"א איז א צדיק ואני ועמי הרשעים.

נניח אז ער איז טאקע מרא דאתרא (ער איז נישט אבער דאס איז נישט די נושא דא) איז ער נאר בהע"ב אין קרית יואל, וואס האט ער טענות אויף רבני מאנסי?

ווי קומט דא אריין שייגעץ?

הרב קוק, עובדי' יוסף, ר''מ פיינשטיין זכר כולם לברכה זענען נישט געווען אנגענומענע פוסקים ביים סאטמארען חדר. אויב ווילסטו וויסן פארוואס דאן קענסטו פרעגן כ'וועל דיר ענטפערן.

יעצט, מהר''א דארף לאזן אין א סאטמארע שטאט מאכן א חתונה וואס האט התירים פון פרעמדע רבנים?! אין סאטמאר?

ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין טענות אויף רבני מאנסי, איך ווייס נישט וואס ס'מאכט דיך טראכטן אזוי, ער האט ארויסגעברענגט די הפקירות וואס ס'הערשט אין מאנסי און געזאגט אז ער האפט אז גלילות קרית יואל וועט נישט ווערן אזוי, און אלס משל האט ער געברענגט די מעשה צו אפשפיגלען אז יעדע זאך וואס מ'לאזט נישט אין קרית יואל לויפט מען קיין מאנסי, און מ'זאל זען ס'זאל נישט פאסירן דא.

ס'קען אפשר זיין אז די משל איז נישט אזוי אין פלאץ אבער ער האט אפילו איין סעקונדע נישט אראפגעריסן רבני מאנסי אויף דעם. ס'שקר וכזב.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

ער האט געהאט טענות אויף רבני מאנסי פארוואס זיי לאזן צי די חתונה.
אז סאטמאר וויל זיי נישט אננעמען, i could not care less, אבער איך דארף נישט אננעמען דיינע חומרות.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

קהל'ס נער האט געשריבן:ער האט געהאט טענות אויף רבני מאנסי פארוואס זיי לאזן צי די חתונה.
אז סאטמאר וויל זיי נישט אננעמען, i could not care less, אבער איך דארף נישט אננעמען דיינע חומרות.

נאכאמאל איבערזאגן א ליגנט מאכט עס נישט פאר א פאקט.

זאג מיר וואס ער האט געזאגט.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

מיליאנער האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:ער האט געהאט טענות אויף רבני מאנסי פארוואס זיי לאזן צי די חתונה.
אז סאטמאר וויל זיי נישט אננעמען, i could not care less, אבער איך דארף נישט אננעמען דיינע חומרות.

נאכאמאל איבערזאגן א ליגנט מאכט עס נישט פאר א פאקט.

זאג מיר וואס ער האט געזאגט.

הער איבער די רעקרדירונג.

פארשפארט