ריכטיג האט געשריבן:הייסט עס ווען ער דינגט זיך אויף "א ספעציפישע פאל" מיט א געוויסע מורה הוראה ווערט עס א "פירצה אין קרית יואל!". כ'הער.
האסט נאכנישט געברענגט א מורה הוראה וואס האט מתיר געווען דעי פאל.
חוץ פון דעם, מהר''א האט בכלל נישט געפירט א מערכה מיט מינקת חבירו, איך ווייס נישט וואס די מעשה איז געווען, אבער מהר''א האט געהאלטן אז מ'טאר נישט מאכן די חתונה, איך ווייס נישט צו זיי האבן געהאט א היתר בכלל, קען זיין אז ווען זיי האבן ווען א היתר פון א פוסק וואלט עס מהרא דורכגעשמועסט מיט יענעם און ס'וואלט נישט געווען קיין פראבלעם, אבער וויאזוי ס'זאל נאר זיין האט מהר''א געהאלטן אז ס'איז אסור, און אלס מרא דאתרא האט ער געהאלטן אז אזא חתונה טאר נישט פארקומען אין שטאט, האבן זיי אריבערגעפירט די חתונה קיין מאנסי. עד כאן המעשה.
יעצט, ביי די דרשה האט מהר''א סך הכל ארויסגעברענגט א נקודה אז מ'זעט אז ווען מ'לאזט עפעס נישט אין קרית יואל דארף מען עס טראגן קיין מאנסי, האפט ער אז ס'זאל נישט ווערן א מצב אז וואס מ'לאזט נישט טון אין קרית יואל זאל מען קענען טון אין די גלילות ק''י, ס'זאל נישט ווערן ווי מאנסי. פינטל. דאס איז די גאנצע מעשה, ער האט נישט אראפגעריסן רבנים, ניטאמאל די משפחה האט ער אראפגעריסן, ער האט בכלל נישט געצילט אויף דעם.
א שטורעם אין א גלעזל וואַסער.