ווער איז דער הייליגסטער מענטש - זייט נאכ'ן 2טן וועלטס קריג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
גוצא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 1:58 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

שליחה דורך גוצא »

petrishke האט געשריבן:לאזט הערן אייער אייגענעם מיינונג, ווער איז דער הייליגסטער בשר ודם, וואס האט געלעבט, נאכן חורבן אייראפע???

גאנדי ז״ל.
ובימינו, די דאלאו לאמא.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דורש אמת האט געשריבן:פאָרשלאגן בדרך אפשר ווי א ענטפער צו @טמיר און @berlbalegule בערל בעל עגלה.

פון אידישע וואס זענען ניטא מער
חזון איש

פון לעבעדיגע
יהודית פלעטשער. שפרה לאווען / קלארא וואסערשטיין און איר מאן יוחנן. נפתלי מאָסטער דזשין זילבערשטיין. שלום דין. מאלקי שווארץ. ). קטלא קניא.

טראצדעם וואס א חלק פון זיי זענען ניט מער פרום אדער ארטאדאקסיש און א חלק פון זיי האבן ניט אלעמאל מצליח געווען צו טרעפן די בעסטע און אויסגעהאלטנסטע מיטלען … פונדעסטוועגן נעמט עס ניט אוועק פון זייער איבערגעגעבנקייט און מסירות נפש פאר אונזער ציבור בנוגע -
- די חתונה מאכן און קינדלען ווי די שרצים - אביוז;
- זייערע אויפטוען לגבי חינוך פון די קינדער;
- די שטיצע און הילף וואס זיי אפפערן פארן ציבור בחינם
- די אומגעהויערע רדיפות, בזיונות, און שעדיגונגען וואס זיי זענען דורכגעגאנגען בעבר ובהווה צוליב זייער אמתדיגקייט , אקטיוויזם און אדוועקע״סי)

Sent from my iPad using Tapatalk

דורש אמת: די אלע (העלדן) וואס דו האסט דא אויסגערעכנט זענען זיכער לויבנסווערט. אבער קיין הייליגע מענטשן זענען זיי נישט...!
petrishke
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 8:52 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך petrishke »

אין פאקט ווערט ר' יואל מסאטמאר גערופן רבינו הקדוש, ווי כאילו מ'וויל וויסן א חילוק צווישן די הייליגע רבינו און די איינפאכע...
The greatest science, changed their minds
יָדוֹרָש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 12:53 am
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל

Re: ווער איז דער הייליגסטער מענטש - זייט נאכ'ן 2טן וועלטס קר

שליחה דורך יָדוֹרָש »

מי אני האט געשריבן:ס׳איז ל״ד א ״דעפיניציע/הגדרה״, און ווי ר׳ יצחק לאווי ברענגט ארויס אין די שיעור איז ״מהו קדושה״ שווער מגדיר צו זיין. (עס קען טאקע זיין אז מהלכו של הרב דר. סליפקין עפ״י הרמב״ם וואס איך צייכן דארט צו איז אויך נוגע למיהו ״איש קדוש״.)

וואס רבינו אברהם זאגט איז אז אויב ער איז מודה וחוזר על האמת דאן איז מוכח אז ער איז (שוין) א ״קדוש״. דאס באדייט אבער נישט דוקא אז די קאנווערס דערפון איז אויך אמת. מיינענדיג, עס מיינט נישט אז אויב איינער איז א ״קדוש״ דאן איז ער מודה וחוזר על האמת. און אוודאי נישט אז דאס איז די דעפיניציע דערפון ממש.

'קדוש' איז שווער צו דעפינירן ווייל מען נוצט דאס אין פארשידענע קאנטעקסטן. איך מיין אבער אז די מערסטע מתישב כל הלב איז דאס וואס רש''י טייטשט ביי לאַ תיהיה קדשה, מלשון הזמנה ויחוד. דאס הײסט איינער וואס איז מיוחד צו א געוויסע זאך הייסט א קדוש. דער ספורנו זאגט ערגעץ אז אידן הייסן קדושים ווייל זיי זענען מיוחד ומזומן לחיי עולם הבא.

למעשה נוצן מיר היינט קדוש נאר אויף העכערע זאכן, נישט אויף זנות. לויט דעם הייסט א צדיק א קדוש ווייל ער איז זיך מייחד זיין לעבן פאר עבודת השם.

אינעם היינטיגן קאנטעקסט וואלט איך געזאגט אז יעדער וואס איז זיך מייחד זיין לעבן צו א געוויסע אידעאל, און מיט דעם דערהייבט ער זיך פון פשוט'ן געלויף פון לעבן, הייסט א קדוש. ער איז מיוחד צו עפעס העכער.

און אזוי פארשטיי איך וואס ר' אברהם זאגט. איינער וואס איז זיך מייחד ומקשר צום אמת און איז גרייט מודה צו זיין ווען ער מאכט א טעות, איז ער מיוחד צום אידעאל פון אמת און דערפאר א קדוש.

Sent from my Kyocera 4g LTE flip phone
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:איך וואלט געפרעגט ווער האט די מערסטע אויפגעטון פאר ערליכע אידישקייט נאך די קריג
אוועקגעגעבן זיין רוחניות און אוודאי זיין גשמיות צו אויפבויען אידישקייט

נו ווער?

לכאורה די ברך משה
פיניע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 12:33 am
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

Re: ווער איז דער הייליגסטער מענטש - זייט נאכ'ן 2טן וועלטס קר

שליחה דורך פיניע »

ר' אברהם נועם כאמסקי

הגם ער איז געבוירן נאך פארן קריג, אבער פונדעסטוועגן קען ער ווערן באצייכענט אלץ איינע פין די גרעסטע גדולים פין נאך די מלחמה.
Free country, authoritarian town
petrishke
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 8:52 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך petrishke »

שמעון וואלף האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:איך וואלט געפרעגט ווער האט די מערסטע אויפגעטון פאר ערליכע אידישקייט נאך די קריג
אוועקגעגעבן זיין רוחניות און אוודאי זיין גשמיות צו אויפבויען אידישקייט

נו ווער?

לכאורה די ברך משה

האסט אוודאי געמיינט דער ויואל משה

ס'איז באקאנט די ווערטל, ווען א מוכר ספרים האט געהאנגן א טאוועל; כל ספרי רבינו הקדוש חצי בחינם; און א יונגערמאן האט געכאפט א סעט משניות - וואס כידוע האט עס רבינו הקדוש מחבר געווען...
האט דער מוכר ספרים פאר'ראכטן דעם טאוועל; כל ספרי רבינו הקדוש והטהור...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום petrishke, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest science, changed their minds
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פיניע האט געשריבן:ר' אברהם נועם כאמסקי

הגם ער איז געבוירן נאך פארן קריג, אבער פונדעסטוועגן קען ער ווערן באצייכענט אלץ איינע פין די גרעסטע גדולים פין נאך די מלחמה.

פיניע: מיט ר' אברהם נועם'ס (זיכרונו לק-לה/לקלקלה)תיקון עולם וואלטן מיר געהאט אן ערגער פנים ווי די צדיקים פון סדום...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אין דעם היינטיגן דור איז ר' מרדכי אליהו מהר נופת צוף (וכל טעם) בלי שום ספק איינער פון די גרעסטע צדיקי הדור ומזכי הרבים. ער איז אזוי שטארק איבערגעגעבן פאר אידישקייט אז ער האט איין יאר געבאקן המן טאשן פאר פורים צוזאמען מיט זיין כינעזער גוי'טע. אויך האט ער געהאלטן א דרשה אין כינעזיש פאר א געפאקטן עולם אין בעידזשינג, יצ"ו.

ס'זעהט אויס אז ער האט געמאכט דעם זעלבן טעות וואס די טעכטער פון לוט האבן געמאכט. זיי האבן געמיינט אז די וועלט האטציך געענדיגט. ער האט אויך געמיינט אז ס'איז שוין נישט דא קיין אידישע מיידלעך מיט וועם מ'קען חתונה האבן. איז ער געפארן צו אונזערע קאזינס אין טשיינע זוכן א כלה. אייגנטליך איז די כלה שוין געקומען אהער קיין אמעריקע...!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

petrishke האט געשריבן:ס'איז באקאנט די ווערטל, ווען מוכר ספרים האט געהאנגן א טאוועל; כל ספרי רבינו הקדוש חצי בחינם; און א יונגערמאן האט געכאפט א סעט משניות - וואס כידוע האט עס רבינו הקדוש מחבר געווען...
האט דער מוכר ספרים פאר'ראכטן דעם טאוועל; כל ספרי רבינו הקדוש והטהור...

:lol:
דא הא׳מיר מעורר געווען אז אזא טיטל איז דאך לפי המסילת ישרים א זו ואין צריך לומר זו…
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פיניע האט געשריבן:ר' אברהם נועם כאמסקי

הגם ער איז געבוירן נאך פארן קריג, אבער פונדעסטוועגן קען ער ווערן באצייכענט אלץ איינע פין די גרעסטע גדולים פין נאך די מלחמה.

נישטא קיין מענטש לכאורה וואס האט אמאל געלעבט אויף דעם עולם השפל, וואס האט געהאט אזוי סאך אינפארמאציע אין זיין מוח ווי פראפעסאר כאמסקי. וואס ער ליינט אין איין טאג, ליינען רוב מענטשען נישט אין אפאר יאהר! ער קען אלעס! ממש אלעס! A walking Wikipedia.

דאס מיינט נישט אז ער איז הייליג און אייביג גערעכט. אבער א חכם און א גאון עולם? זיכער! נאכנישט געוועהן אזאנס!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius

גוצא האט געשריבן:
petrishke האט געשריבן:לאזט הערן אייער אייגענעם מיינונג, ווער איז דער הייליגסטער בשר ודם, וואס האט געלעבט, נאכן חורבן אייראפע???

גאנדי ז״ל.
ובימינו, די דאלאו לאמא.

די Dalai Lama איז טאקע א הייליגע מענטש. כבין זיין חסיד. ער מיינט נאר גוטס, ווי אויך די היינטיגע פויפסט. הגם איך האלט נישט פון זיין נערישע רעליגיע. אבער ער אליינס איז א ערליכע אמתע מענטש.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

berlbalaguleh האט געשריבן:
יָדוֹרָש האט געשריבן:
petrishke האט געשריבן:לאזט הערן אייער אייגענעם מיינונג, ווער איז דער הייליגסטער בשר ודם, וואס האט געלעבט, נאכן חורבן אייראפע???
אלבערט איינשטיין

Sent from my Kyocera 4g LTE flip phone

פעטרישקע: אלבערט איינשטיין איז געווען א איד. און סוף ימיו א מאמין אויך. אבער א !..."הייליגער"...קענמען איהם נישט אנרופן

רבי בערל, איר האט שוין כמה פעמים געשריבן אז איינשטיין איז געווארן א מאמין אויף דער עלטער. איך וואלט געקענט באשטיין איר זאלט מיר זאגן פון וואנעט איר נעמט די אינפארמאציע. ווייל קיין איין היסטאריקער זאגט דאס נישט. אריינגערעכנט זיין משפחה, זיין אייניקל וואס האט אסאך געשריבן וועגן אים, זיינע ביאגראפיערס וכו׳

פארקערט גאר, איינשטיין אלץ יונגע בחור איז געווארן רעליגעיז פאר א קורצע צייט, אנגעטוהן תפילין, וכו׳ און דערנאך זיין גאנץ לעבן געלעבט אלץ א פרייער-איד secular. ער שרייבט אז ער גלייבט נישט אז די אידישע רעליגיע איז מעהר אמת ווי אלע אנדערע, און ער נעמט נישט אן די עם הנבחר נאראטיוו.

ס׳מאכט נישט גאט ב״ה גרעסער אדער קלענער אויב איינשטיין האט יא געגעלייבט אדער נישט! אבער דעם אמת טאר מען נאכאלץ נישט פארדרייען, איינשטיין איז געוועהן א פרייער איד. זיינע צוויי גרעסטע רביס אין פילאסאפיע זענען געוועהן ברוך שפינוזה, די ערשטע אפענע סעקיולער איד. און ארטור שאפענהאוער די ערשטע גענצליכער פרייע פילאסאפער (איינשטיין האט געהאט דריי בילדער הענגן אין דייטשלאנד העכער זיין ארבעטס טישל, מייקל פאראדעי, מעקסוועל, און מיין רבי ארטור שאפענהאוער)
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ערענסט גערעדט. איך האב נישט ליב צו מעסטן קיין צדיקים און גרויסע מענטשען. יעדער האט געהאט אנדערע מעלות. אבער זייטס נישט בייז, אויב איך מוז דוקא יא אויסוועהלן פון אלע חסידישע רביס נאכן קריג די גרעסטער איד לדעתי, וואלט איך געגעבן די פרייז פארן הייליגען “דמשק אליעזר” פון וויזניץ. הגם ער איז אוועק ממש ווען די קריג האט זיך גענעדיגט אין 1946.

די הייליגער דמשק איז געוועהן אנגענומען אין די גאנצע חרדישע וועלט אלץ א צדיק, קדוש וטהור. ער האט געהאט יעדע מעלה וואס א מענטש קען נאר האבן! מהאט געזאגט אויף אים “ער איז אוועק יונג ווייל ער האט שוין אלעס אויפגעטוהן אויף די וועלט, ער האט נישט געהאט קיין איין איינציגער מתנגד”!!!

פאר ענק סאטמארער שרייען אויף מיר, קוקטס קודם אויף די נאנטע שייכות וואס ענקער רבי רבי יואליש האט געהאט מיטן דמשק אין ארץ ישראל. וואס ער האט געזאגט אויף אים אויפן וועג אהיים פון זיין לוי׳ אין תל אביב. און די ליבשאפט און רעספעקט וואס סאטמארער רב האט אים ארויסגעוויזן ווען זיי האבן זיך געטראפן אפאר מאל, און זיך מפלפל געוועהן מיט אים אין תורה פאר אפאר שעה.

די וועלט האט אנגענומען אז רבי אהרן בעלזער איז געוועהן א קדוש. אבער ער איז געוועהן א קדוש פאר זיך אליינס. ער האט כמעט נישט געהאט קיין שייכות מיט די מענטשען. ער האט כמעט קיינמאל גארנישט גערעדט. און נישט געוועהן קיין עסקן, ער איז נישט ארומגעגאנגען נאך געלט פאר צדקה, און זיך פערזענליך געזארגט פאר ארימעלייט, צובראכנע מענטשען, יתומים און אלמנות. ווידער די דמשק איז געוועהן א קדוש פאר זיך, און אויך א מענטש וואס איז געוועהן “צווישן אונז” Down to earth. און א מענטש וואס האט פארשטאנען צו די “מענטשהייט” צו יעדע נפש, און א גרויסע עסקן חוץ א גרויסע יחסן און א גרויסע רבי, א ראש ישיבה וואס האט אויפגעשטעלט טויזנטער תלמידים אין בוקעווינא.

א שאד ער האט נישט געלעבט לענגער!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
petrishke
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 8:52 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך petrishke »

איך גראדע בין יא א מתנגד קעגן דעם דמשק, פשוט אז דו זאלסט נישט קענען זאגן אז ער האט נישט קיין איין מתנגד...

אבער באמת גערעדט, איז א טעות צו מאכן איין כללות'דיגע פראגע, און מ'דארף עס צוטיילען אזוי; ווער צווישן יודען איז בזמננו - פון תש''י ביז תש''פ - דער הייליגסטער 'ביי אייך'!

איך וואלט סתם ארויסגעלייגט א קליינע רשימה'לע, און איר קענט לייגן אייער רשימה...
מיכאל שניצלער
יואלי ראטה
מנשה לוסטיג
דער ינוקא מסדיגערע
רעב-שויל
קיטשי סורי
שפיטיווקער
זשיגעלע
קים גאן אול
ואחרון חביב אמנון יצחק
The greatest science, changed their minds
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

[center]אדונינו מורינו ורבינו
גאון ישראל וקדושו
גדול מרבן שמו
רבינו שלמה זצוק"ל
תורתו מגן לנו
[/center]
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים האט געשריבן:
פיניע האט געשריבן:ר' אברהם נועם כאמסקי

הגם ער איז געבוירן נאך פארן קריג, אבער פונדעסטוועגן קען ער ווערן באצייכענט אלץ איינע פין די גרעסטע גדולים פין נאך די מלחמה.

נישטא קיין מענטש לכאורה וואס האט אמאל געלעבט אויף דעם עולם השפל, וואס האט געהאט אזוי סאך אינפארמאציע אין זיין מוח ווי פראפעסאר כאמסקי. וואס ער ליינט אין איין טאג, ליינען רוב מענטשען נישט אין אפאר יאהר! ער קען אלעס! ממש אלעס! A walking Wikipedia.

דאס מיינט נישט אז ער איז הייליג און אייביג גערעכט. אבער א חכם און א גאון עולם? זיכער! נאכנישט געוועהן אזאנס!

איינשטיין...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

חכמת שלמה האט געשריבן:[center]אדונינו מורינו ורבינו
גאון ישראל וקדושו
גדול מרבן שמו
רבינו שלמה זצוק"ל
תורתו מגן לנו
[/center]

וואס זאלל איך זאגן? כ'זאג גארנישט...!
petrishke
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 8:52 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך petrishke »

berlbalaguleh האט געשריבן:
חכמת שלמה האט געשריבן:[center]אדונינו מורינו ורבינו
גאון ישראל וקדושו
גדול מרבן שמו
רבינו שלמה זצוק"ל
תורתו מגן לנו
[/center]

וואס זאלל איך זאגן? כ'זאג גארנישט...!

אויב איך מעג זאגן, האב איך צו זאגן
The greatest science, changed their minds
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

petrishke האט געשריבן:איך גראדע בין יא א מתנגד קעגן דעם דמשק, פשוט אז דו זאלסט נישט קענען זאגן אז ער האט נישט קיין איין מתנגד...

אבער באמת גערעדט, איז א טעות צו מאכן איין כללות'דיגע פראגע, און מ'דארף עס צוטיילען אזוי; ווער צווישן יודען איז בזמננו - פון תש''י ביז תש''פ - דער הייליגסטער 'ביי אייך'!

איך וואלט סתם ארויסגעלייגט א קליינע רשימה'לע, און איר קענט לייגן אייער רשימה...
מיכאל שניצלער
יואלי ראטה
מנשה לוסטיג
דער ינוקא מסדיגערע
רעב-שויל
קיטשי סורי
שפיטיווקער
זשיגעלע
קים גאן אול
ואחרון חביב אמנון יצחק

דו ביסט א מתנגד פארן הייליגען דמשק? מרעדט דא נישט פון דיר. מרעדט נאר פון מענטשען וואס האבן געלעבט אין יענע יאהרן! ווער ביסטו צורעדן אויף אזא הייליגער איד ווי די דמשק אליעזר? האסט אים געקענט? וואס דרייסטו א קאפ??? וואס ביסטו מתנגד אויף אים? ביטע לאמיר הערן.

ביסט נישט cute, לייגסט אריין די הייליגער דמשק צווישן אפאר משוגעים. שעם דיך אין דיין פנים אריין! א איד וואס האט זיך מוסר נפש געוועהן פאר פשוטע אידן אינדערהיים. א איד וואס האט זיך אוועקגעגעבן פארן כלל. וואס געהאלפן און מחזק געוועהן יעדען צובראכנע מענטש? אפגעפליקטער בהמה וואס דו ביסט! דו גרויליגער מענטש וואס דו ביסט! שוטה! קראנקע זכור! פוי! שעם דיך אין דיין פנים אריין! איך האב נישט קיין ווערטער פאר אזא רשע מרושע ווי דו!

מעק עס דיין גרויליגע תגובה און זיי מודה אז דו האסט נישט די מינדעסטע אהנונג ווער די דמשק אליעזר איז געוועהן ווייל ווען ער האט געלעבט איז נישט קיין איינער נישט קיין חילוק פון וועלכע חדר, חסידות וואס האט געהאט די חוצפה צורעדן אנטעקן אזא אויסגעארבעטער הייליגער איד!!! קיין איינער נישט! פאקט!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
petrishke
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 8:52 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך petrishke »

ער איז זיכער נישט גערעסער פונעם ויואל משה
The greatest science, changed their minds
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים: איך בין זיכער מסכים מיט דיר אז מ'דארף נישט (און מ'קען נישט) אריינלייגן אזא . הייליגן איד ווי דער דמשק מיט פשוט'ע, טאג טעגליכע, גאנץ וואוילע מענטשן. אבער צו וואס פעהלן אויס די פערזענליכע אטאקעס און צו נעמען. מ'קען האבן א ציוויליזיר'טע דעבאטע אן די סייד עפעקטס אויך...! (נישט אזוי ווי דער (עקל'דיגער), קאק לעפל וואס אטאקירט אומשולדיגע מענטשן על לא דבר. מיט די גרעסטע מאס חוזק און בזיונות. וואס מ'קען אים צוריקגעבן מנה אחת אפיים אז ער זאלל האבן צו געדענקען. און אנדערע רישעות. אויסער זיין מתכבד זיין זיך בקלון חבירו...!
פארשפארט