privacy policy, מדיניות פרטיות = פריוואטקייט פאליטיק?

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4735 מאל

privacy policy, מדיניות פרטיות = פריוואטקייט פאליטיק?

שליחה דורך יידל »

איך זע אז די הנהלה האט זיך גענומען צו די עבודה פון איבערטייטשן די סייט אויף א ריינעם אידיש. פון "נושא חדש" איז געווארן "נייע אשכול", פון "שלח תגובה" איז געווארן "רעאגיר", און אזוי ווייטער. קודם וויל איך באדאנקען פאר די הנהלה פאר זייער געטריישאפט און איבערגעגעבענע ארבייט צו מאכן דעם סייט בא'טעמ'ט און באקוועם פאר אידיש רעדנדע.

איך האב נאר איין שאלה. די אמת איז אז איך בין נישט זיכער צו דיזען אשכול באלאנגט אינעם פראגרעס באריכט אשכול, אדער אינעם גראמאטיק פארום, און אז די גבאים ווילן, קענען זיי עס אריבעררוקן. מיין שאלה איז אזוי: ביים זיך איינשרייבן, קען יעדער זען אז פון אונטערן איינשרייבען פארום שטייט די פאלגענדע ווערטער: "כדי זיך צו קענען איינשרייבען, מיזט איר זיך קודם רעגעסטרירן. זיך צו רעגיסטרירן נעמט נאר אפאר מינוט, און עס געט אייך פילע מעגליכקייטן, אזוי ווי עפענען נייע אשכולות, שרייבן הודעות, געבן לייקס און נאך. פאר איר רעגיסטרירט זיך, ביטע מאכט זיכער אז איר האט דורכגעליינט די באניצען טערמינען און די פריוואטקייט פאליטיק און אז איר גייט איין אויף זיי."

איך ליין און איך וואונדער זיך. פריוואטקייט פאליטיק? עפעס א נייע פאליטיק וואס קאווע שטיבל פירט און איך ווייס נישט דערפון? איך לויף שנעל אריבער צו אייוועלט און איך זע אז דאס איז פשוט איבערגעזעצט פון "מדיניות הפרטיות" - privacy policy בלע"ז. הכלל. איז מיין פראגע ווי פאלגנד: וויאזוי זאגט מען פאליסי אין אידיש? ואת"ל פאליטיק - דאס איז דאך שוין מוקדש פאר politic?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר