petrishke האט געשריבן:ער איז זיכער נישט גערעסער פונעם ויואל משה
דאס קענסטו זאגן. דו האסט די רעכט צוהאלטן וואס דו ווילסט. און אז דער ויואל משה איז געוועהן גרעסער ווי די דמשק אליעזר. אבער שרייבן אז דו ביסט א מתנגד קעגן אים? ווען דו האסט אים ניטאמאל געקענט? דו האסט נישט קיין מינדעסטע אהנונג פון וועמען מרעדט. און דיין תגובה לייגסטו אים אריין מיט אפאר משוגעים?
כבעט דיך א טובה? גיי צוריק צו טעלעגראם, חיימא׳ס סטאטוס און די טונא בייגלעך און דריי א קאפ פאר א צווייטן. איך בין זעקס טאג עלטער ווי די שיט!
האסט אמאל געזעהן א בילד פונעם דמשק? קוק אויף אזא “הייליגער צורה”. מקען זעהן אויף א מענטש׳ס צורה וואס פארא מענטש ער איז!
קוק אויף די בילדער. אזא הייליגער צורה ווי א “מלאך אלקים” די רבי פון ביידע סקולענער רביס וואס האבן געטוהן אזויפיל חסד פאר אידן!
די טשערנאוויצער רבי האט מספיד געוועהן זיין גרויסער טאטען גאב״ד מאנטשעסטער און ער זאגט “סאיז נישט דורך איין טאג אין זיין לעבן וואס ער זאל לכה״פ איינמאל דערמאנען זיין רבין דער דמשק און דער אהבת ישראל. גערעדט און זיך געקאכט אין זיי טאג און נאכט”
נישט געוועהן אזא געלונגער מענטש לדעתי נאך זיין טאטען די אהבת ישראל. נישט געוועהן! נישט די רוזינער, נישט צאנזער רב, נישט די רבי ר׳ אלימלך, נישט די בעש״ט.
קיינער נישט! אזא געלונגער מענטש געשעהט נישט יעדן טאג... הייב אן צו ליינען וועגן אים. וועסטו זעהן אז איך טרייב גארנישט איבער.