ברוריה האט געשריבן:אפילו אויב דו ביסט פון די וועלכע וואס האלטן אז פרויען באלאנגען נאטורליך אינדערהיים, און מענער דארפן קארעריעס, דער פאקט איז אז איינער וואס בלייבט אינדערהיים ווערט גלייך ווייניגער ווערד, נישט האבנדיג די זעלבע אינטעלעקטואלע מעגליכקייטן ווי איינער וואס דריידט זיך אינדרויסן.
...האבן א מוח איז ממש א שאד ווייל איך בין נישט קיין מאנספערזאן. איך פלעג ווערן זייער איבערגענומען ווען מ'האט מיר דאס געזאגט, ביז איך האב איינגעזעהן אז איך נעם אריין די זעלבסט דערנידערונג וואס מ'האט מיר אריינגעבאקט.
מיינסט אוודאי צו זאגן נישט האבנ'דיג די בעסיק בריאות הגוף מעגליכקייטן ווי צוטריט צו א בית כסא אינדרויסן פון דערהיים? האסט דאך אוודאי מיטגעלעבט יענע שווערע צייטן... (אדער נישט ביזט אוודאי געזעצן על התורה ועל עבודה...)און די גאנצע סיבה פארוואס מ'האט עס ענדליך אנגעהויבן איינצופירן איז געווען נישט ממש פון גוטהארציגקייט און גערעכטיגקייט, נאר ווייל מ'האט דיין גרופע באטראכט אלס אינפיריער שוואכלינקעס וואס קענען צו לאנג נישט שטיין אויף די אייגענע פיס, און אז מ'לאזט ענק שוין יא בלית ברירה צו צו א רעדיא אפערעיטינג מאשינדל, און אז מ'גיט ענק שוין יא בענקלעך צו זיצן ביי די ארבעט, און קורצערע שעות, מיט אפאר גראשן שכירות דערצו, אז מ'עפענט שוין יא אויף טעאטערס און דעפארטמענט געשעפטן אייך אויך צו לאזן אטעמען אביסל פרישע גאסן לופט, איז דאס נאך אלס נישט גענוג... משוגע האט דאך נישט קיין גבול... מוז מען ענק נאך געבן אייגענע אפרוה-צימערן דערינען, אויסגעשטאט מיט כלערליי באקוועמליכקייטן ווי בעדער, וועניטיס, סאופעס, און אויך געברויכן צוגעהערן צו די האנט. אלעס אין די זעלבע שטוב מיט א דאך איבערן קאפ, ווי עטס קענטס נעמען פאזע'ס פון די ארבעט וויפיל עטס שפירטס עטס שוואכערע אפגעמאטערטע סארט באגערטס. די ציל איז איין זאך: ענק מאכן זיך שפירן ממש ווי אינדערהיים! ווייל דארט איז עכט ווי עטס באלאנגטס... ששש...
יעצט וועלן זיי שוין זיכער זיין צופרידן! כ'זעה נישט וואס נאך מ'קען זיי צושטעלן... זאגט מיר מיין נערווירנדער שכן וואס קלאפט אויף מיינע הינער אויג מיטן גריצלדיגן טייפרייטער טאג איין און טאג אויס, אויפן וועג אראפ די שטיגן פון אפיס פאריגע וואך.
אונז האב מיר שפעטער יענעם אווענט פארברענגט אינאיינעם אין א סעלאאן, ווי ס'איז פארבאטן פאר א פרוי איבערצוטרעטן די שוועל. אזוי האט מען געקענט רוהיג דורכטוהן דעם ענין איבער א גלעזל ביר, אפגעזונדערט פון א פעמענין אויער.
מיינע קא-ווארקערס האלטן אלע חי וקים אז א פרוי האט נישט וואס צו זוכן אין א סאויאינג פעקטארי, און זי זאל זיך, מיט די גאנצע שוויץ באד לאונדזש אינאיינעם לאזן אינדערהיים, ווייל דארט וועט זי זיך "אייביג" פילן מער באקוועמער וויפיל מ'זאל איר נאר פרובירן איינצוגלידערן אין די ביזנעס געזעלשאפט, וועט עס נישט ארבעטן. א שאד די צייט, אך, ס'וועט קיינמאל נישט קומען דערצו... ווער רעדט נאך פון א קארפרעט פאזיציע? ביזט אינגאנצן פארנארט? א צווייטער האט צוגעשטימט: יא, זיי וועלן אלס בלייבן ביים צאמנייען לאטעס און דאכענע ציכן, וואס דאס קענען זיי פונקט אזוי טוהן אינדערהיים אויך, איך זעה עכט נישט די גאנצע אויפטוה... איך האב מיך געגעבן א רוף אן האלב צו מיר: כ'מיין אז די אלע פעדעסטעלס פעלט אפשר נישט אויס זיי צו דערהייבן אין סאסייעטי און טריעטן מיט מער דיגניטי און רעספעקט ווי די מאנספערזאן'ס צימער נאר א מער איינפאכע שטעלונג; מ'זאל זיי טריעטן מיט גלייכבארעכטיגונג ווי נאך א מענטש צווישן מענטשן, באהאנדל איר נישט ווי א צווייטע קלאס געשטרויכלטע סארט באשעפעניש און אויך נישט ווי א פארצעלטע פרינצעסן פון די מיטל אלטער... נארמאל. אבער מ'האט מיך אויסגעלאכט און קאטעגאריש באשטעטיגט אז איך האב נישט קיין איין פארבליבן שרייפל וואס איז נישט לויז אדער אינגאנצן ארויס פון פלאץ... "יעדער" ווייסט אז א פרוי איז נידריגער אין ראנג פון די פעטריארכי און די מאן וועט אייביג שולט זיין אויף איר, און זי מוז זיך צושטעלן צו ס'געפעלט איר צו נישט. אזוי איז עס! האט ער געשריגן מיט רעליגיעזע חשק. א פרוי האט נישט קיין רעכט צו גט'ן איר מאן, צו זיין אן איינגעטומערין אויף פראפערטי, באקומען איר אייגענע וועידזש, זיי קענען ניטאמאל שטימען!! זיי דארף מען נאכגעבן? פארוואס? פארוואס? פארווען? ווער זענען זיי שוין אין געזעלשאפט? זייער צירקל איז די פאמיליע לעבן. און דארט ענדיגט זיך עס! און חוץ דעם מ'האט קוים באפרייט די אפריקאנע פון קנעכטשאפט, דאס קען מען נאך פארשטיין, וויפיל קנעכט איז שוין דא אין גאנצן לאנד... אבער פרויען? דאס עקזיסטירט אומעטום! ווילסטו זיי געבן פרייהייט?! מיינסט מ'וועט אמאל ענדיגן? און וואס וועט זיין די סוף? דו האסט א מושג וואס פרי לאוו וועט אנווערטשאפטן? פליז. זיי זאלן זיצן אינדערהיים ווי די נאטור פון א "עכטע פרוי" און ליינען Godey's Lady's Book
אוי... ביז עטס האטס ענק בכלל געפילט באקוועם דאס אפי' צו נעמען אין באטראכט און נעמען עדווענטעדזש פון דעם נייעם המצאה, און זיין דער אויבער חכם'טע וואס קען שוין נישט נוצן קיין outhouse ווי יעדער איינער... און דערנאך ווילאנג ס'האט געדויערט ביז עטס האטס ענק צוגעוואוינט צו די מאדנע אויפפירעכץ פון נוצן א עפנטליכע סאציאלע בית הכבוד אן קיין בושות אדער פחדים אז יעדער מאן טראכט יעצט פון ענקער פריוואטע מינוטן אלעס אדאנק אריינקויפנדיג אין די דערנידערנדע דזשענדער בייעסד כל כבודה און ענליכע דאגמאטישע אידילאגיעס...
שוין האסט מיך אריינגעלייגט אין קערעקטער... קאָט!
וועלקאם אויפן ברעט! יעדע ווארט איז אזוי טיף אז איך קען שווער קאמענטירן דערויף ס'איז בכלל נישט אויף מיין מדריגה. דו/זיי/עטס האטס א זעלטענע פאעטישע פעדער, כ'גיי דאס נאך מוזן גוט איבערליינען... אבער אויף דעם שטיקל האב איך געמוזט ציטירן. כ'בין מוח פאר'נפחה'ט אויף מיר איז מקוים געווארן מידה כנגד מידה פון גברים דעתן קלות וואס דיין גאטזעליגער מאן האט אויף
דיר געזאגט ווען ער האט דיר פארראטן...
איין שורה האב איך עכט געהאט א הארד טיים מיט: ווען כ'בין עלטער געווארן האט מען ווידער און ווידער געזאגט כ'זאל מיך אויסמעקן? ס'מיינט באגיין זעלבסטמארד?