פון די אנדערע זייט מחיצה

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ׳בין סתם נייגעריג וואו דו האסט געזעהן סאטירע דא :?:

וואס אנבאלאנגט די עצם מעשה מיט ברוריה האב איך עס קיינמאל נישט דורכגעטון, כ׳האב אמאל געהערט דערוועגן אין ישיבה אבער ס׳מיר קיינמאל נישט איינגעפאלן נאכצוצוקן ווייל די גאנצע מעשה האט מיר געשמעקט פאלש, אזויפיל געדענק איך יא אז די מפרשים זאגן שוין אז כל האומר ברוריה חטאה אינו אלא טועה, וואס דארפן מיר מער פון דעם?


פיר שוין אויס די גאנצע גמ', אלא מתוך שבלבלה יצועי וכו'
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

ברוריה האט געשריבן:אפילו אויב דו ביסט פון די וועלכע וואס האלטן אז פרויען באלאנגען נאטורליך אינדערהיים, און מענער דארפן קארעריעס, דער פאקט איז אז איינער וואס בלייבט אינדערהיים ווערט גלייך ווייניגער ווערד, נישט האבנדיג די זעלבע אינטעלעקטואלע מעגליכקייטן ווי איינער וואס דריידט זיך אינדרויסן.

...האבן א מוח איז ממש א שאד ווייל איך בין נישט קיין מאנספערזאן. איך פלעג ווערן זייער איבערגענומען ווען מ'האט מיר דאס געזאגט, ביז איך האב איינגעזעהן אז איך נעם אריין די זעלבסט דערנידערונג וואס מ'האט מיר אריינגעבאקט.

מיינסט אוודאי צו זאגן נישט האבנ'דיג די בעסיק בריאות הגוף מעגליכקייטן ווי צוטריט צו א בית כסא אינדרויסן פון דערהיים? האסט דאך אוודאי מיטגעלעבט יענע שווערע צייטן... (אדער נישט ביזט אוודאי געזעצן על התורה ועל עבודה...)און די גאנצע סיבה פארוואס מ'האט עס ענדליך אנגעהויבן איינצופירן איז געווען נישט ממש פון גוטהארציגקייט און גערעכטיגקייט, נאר ווייל מ'האט דיין גרופע באטראכט אלס אינפיריער שוואכלינקעס וואס קענען צו לאנג נישט שטיין אויף די אייגענע פיס, און אז מ'לאזט ענק שוין יא בלית ברירה צו צו א רעדיא אפערעיטינג מאשינדל, און אז מ'גיט ענק שוין יא בענקלעך צו זיצן ביי די ארבעט, און קורצערע שעות, מיט אפאר גראשן שכירות דערצו, אז מ'עפענט שוין יא אויף טעאטערס און דעפארטמענט געשעפטן אייך אויך צו לאזן אטעמען אביסל פרישע גאסן לופט, איז דאס נאך אלס נישט גענוג... משוגע האט דאך נישט קיין גבול... מוז מען ענק נאך געבן אייגענע אפרוה-צימערן דערינען, אויסגעשטאט מיט כלערליי באקוועמליכקייטן ווי בעדער, וועניטיס, סאופעס, און אויך געברויכן צוגעהערן צו די האנט. אלעס אין די זעלבע שטוב מיט א דאך איבערן קאפ, ווי עטס קענטס נעמען פאזע'ס פון די ארבעט וויפיל עטס שפירטס עטס שוואכערע אפגעמאטערטע סארט באגערטס. די ציל איז איין זאך: ענק מאכן זיך שפירן ממש ווי אינדערהיים! ווייל דארט איז עכט ווי עטס באלאנגטס... ששש...

יעצט וועלן זיי שוין זיכער זיין צופרידן! כ'זעה נישט וואס נאך מ'קען זיי צושטעלן... זאגט מיר מיין נערווירנדער שכן וואס קלאפט אויף מיינע הינער אויג מיטן גריצלדיגן טייפרייטער טאג איין און טאג אויס, אויפן וועג אראפ די שטיגן פון אפיס פאריגע וואך.

אונז האב מיר שפעטער יענעם אווענט פארברענגט אינאיינעם אין א סעלאאן, ווי ס'איז פארבאטן פאר א פרוי איבערצוטרעטן די שוועל. אזוי האט מען געקענט רוהיג דורכטוהן דעם ענין איבער א גלעזל ביר, אפגעזונדערט פון א פעמענין אויער.

מיינע קא-ווארקערס האלטן אלע חי וקים אז א פרוי האט נישט וואס צו זוכן אין א סאויאינג פעקטארי, און זי זאל זיך, מיט די גאנצע שוויץ באד לאונדזש אינאיינעם לאזן אינדערהיים, ווייל דארט וועט זי זיך "אייביג" פילן מער באקוועמער וויפיל מ'זאל איר נאר פרובירן איינצוגלידערן אין די ביזנעס געזעלשאפט, וועט עס נישט ארבעטן. א שאד די צייט, אך, ס'וועט קיינמאל נישט קומען דערצו... ווער רעדט נאך פון א קארפרעט פאזיציע? ביזט אינגאנצן פארנארט? א צווייטער האט צוגעשטימט: יא, זיי וועלן אלס בלייבן ביים צאמנייען לאטעס און דאכענע ציכן, וואס דאס קענען זיי פונקט אזוי טוהן אינדערהיים אויך, איך זעה עכט נישט די גאנצע אויפטוה... איך האב מיך געגעבן א רוף אן האלב צו מיר: כ'מיין אז די אלע פעדעסטעלס פעלט אפשר נישט אויס זיי צו דערהייבן אין סאסייעטי און טריעטן מיט מער דיגניטי און רעספעקט ווי די מאנספערזאן'ס צימער נאר א מער איינפאכע שטעלונג; מ'זאל זיי טריעטן מיט גלייכבארעכטיגונג ווי נאך א מענטש צווישן מענטשן, באהאנדל איר נישט ווי א צווייטע קלאס געשטרויכלטע סארט באשעפעניש און אויך נישט ווי א פארצעלטע פרינצעסן פון די מיטל אלטער... נארמאל. אבער מ'האט מיך אויסגעלאכט און קאטעגאריש באשטעטיגט אז איך האב נישט קיין איין פארבליבן שרייפל וואס איז נישט לויז אדער אינגאנצן ארויס פון פלאץ... "יעדער" ווייסט אז א פרוי איז נידריגער אין ראנג פון די פעטריארכי און די מאן וועט אייביג שולט זיין אויף איר, און זי מוז זיך צושטעלן צו ס'געפעלט איר צו נישט. אזוי איז עס! האט ער געשריגן מיט רעליגיעזע חשק. א פרוי האט נישט קיין רעכט צו גט'ן איר מאן, צו זיין אן איינגעטומערין אויף פראפערטי, באקומען איר אייגענע וועידזש, זיי קענען ניטאמאל שטימען!! זיי דארף מען נאכגעבן? פארוואס? פארוואס? פארווען? ווער זענען זיי שוין אין געזעלשאפט? זייער צירקל איז די פאמיליע לעבן. און דארט ענדיגט זיך עס! און חוץ דעם מ'האט קוים באפרייט די אפריקאנע פון קנעכטשאפט, דאס קען מען נאך פארשטיין, וויפיל קנעכט איז שוין דא אין גאנצן לאנד... אבער פרויען? דאס עקזיסטירט אומעטום! ווילסטו זיי געבן פרייהייט?! מיינסט מ'וועט אמאל ענדיגן? און וואס וועט זיין די סוף? דו האסט א מושג וואס פרי לאוו וועט אנווערטשאפטן? פליז. זיי זאלן זיצן אינדערהיים ווי די נאטור פון א "עכטע פרוי" און ליינען Godey's Lady's Book

אוי... ביז עטס האטס ענק בכלל געפילט באקוועם דאס אפי' צו נעמען אין באטראכט און נעמען עדווענטעדזש פון דעם נייעם המצאה, און זיין דער אויבער חכם'טע וואס קען שוין נישט נוצן קיין outhouse ווי יעדער איינער... און דערנאך ווילאנג ס'האט געדויערט ביז עטס האטס ענק צוגעוואוינט צו די מאדנע אויפפירעכץ פון נוצן א עפנטליכע סאציאלע בית הכבוד אן קיין בושות אדער פחדים אז יעדער מאן טראכט יעצט פון ענקער פריוואטע מינוטן אלעס אדאנק אריינקויפנדיג אין די דערנידערנדע דזשענדער בייעסד כל כבודה און ענליכע דאגמאטישע אידילאגיעס...

שוין האסט מיך אריינגעלייגט אין קערעקטער... קאָט!

וועלקאם אויפן ברעט! יעדע ווארט איז אזוי טיף אז איך קען שווער קאמענטירן דערויף ס'איז בכלל נישט אויף מיין מדריגה. דו/זיי/עטס האטס א זעלטענע פאעטישע פעדער, כ'גיי דאס נאך מוזן גוט איבערליינען... אבער אויף דעם שטיקל האב איך געמוזט ציטירן. כ'בין מוח פאר'נפחה'ט אויף מיר איז מקוים געווארן מידה כנגד מידה פון גברים דעתן קלות וואס דיין גאטזעליגער מאן האט אויף דיר געזאגט ווען ער האט דיר פארראטן...

איין שורה האב איך עכט געהאט א הארד טיים מיט: ווען כ'בין עלטער געווארן האט מען ווידער און ווידער געזאגט כ'זאל מיך אויסמעקן? ס'מיינט באגיין זעלבסטמארד?
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

אין ארץ ישראל איז דא א (בעלזע) פרוי מיט'ן נאמען מלכי רוטנער וואס איז שטארק פארנומען מיט'ן נושא האשכול, זי הארעוועט דף היומי, ועוד, געטס א זוך איר פעיסבוק אקאונט ותמצאו נחת...
טיילונג איצט!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

צקון לחש האט געשריבן:אין ארץ ישראל איז דא א (בעלזע) פרוי מיט'ן נאמען מלכי רוטנער וואס איז שטארק פארנומען מיט'ן נושא האשכול, זי הארעוועט דף היומי, ועוד, געטס א זוך איר פעיסבוק אקאונט ותמצאו נחת...


מיסטער לחש: די מישט גאלע מיט גריז.
מלכי רוטנר איז א באקאנטע פעמיניסט וואס גייט אויף אלע ט"וו סטאנציעס אבער זי געט נישט קיין שיעור אין דף יומי, איר אגענדע איז בעיקר צי אריינברעינגען חרדים אין די שוק העבודה (אין אנדערע ווערטער די כולל שטיפערס זאלן גיין ארבעטען).
ס'דא א אנדערע פרוי "מישל פרבר" א מזרחיסט וואס געט שיעורים אין דף היומי.
זי האט אויך א BA אויף גמרא, כ'ווייס נישט וויאזוי מען לערנט גמ' אין קאלעדזש.
"לימא מתני' דלא כבן ננס" איז עס נישט ווי בן ננס, who cares?
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קהל'ס נער: ס'איז דא אן אנדערע פרוי אין ארץ ישראל (כ'האב פארגעסן איהר נאמען) וואס לערנט גמרא, און זי קען טאקע לערנען. אבער זי ציעט איהרע אייגענע , פעמיניסטישע מסקנות פון א יעדן מאמר חז"ל. זי האט אויך אפגעלערנט א שטיקל גמרא ביים אויפמאכן פון די כנסת סעסיע ווען יאיר לפיד איז דאס ערשטע מאל געלאפן צום כנסת...א יעדער, (שטייצעך, אויסער ווער נישט) האט דאס באוואונדערט...!
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

[tag]קהל'ס נער[/tag], איך האב נישט שטודירט דעם מלכי'ן, אבער געב נאר א בליק וועסטו זעהן אז נישט נאר זי לערנט דף היומי (און איז מקפיד אויף ביטול תורה!) נאר זי צינדט אויך חנוכה לעכט...
https://www.facebook.com/malki.rotner
טיילונג איצט!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

צקון לחש האט געשריבן:[tag]קהל'ס נער[/tag], איך האב נישט שטודירט דעם מלכי'ן, אבער געב נאר א בליק וועסטו זעהן אז נישט נאר זי לערנט דף היומי (און איז מקפיד אויף ביטול תורה!) נאר זי צינדט אויך חנוכה לעכט...
https://www.facebook.com/malki.rotner


מיין הייליגע פילטער לאזט מיר נישט צי צום ספר הפרצופים קענסט ביטע ק/פ?
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

סקרינשאט
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

הרב דר. מלך שפירא שרייבט לגבי דעם רמב״ם׳ס מבט אויף פרויען:
it’s necessary to say something about Maimonides’ attitude in this matter, especially since many assume that his view of women was quite negative

Among medieval writers one can, to be sure, find all sorts of terrible statements about women. Misogyny was common in non-Jewish literature and there are plenty of Jewish counterparts to this. Yet Maimonides is not to be placed in this category. It is true that he often places women together with children and the ignorant, and in some of these passages it is clear that he did not think women had much religious sophistication (see the list of passages in A. Melamed, 'Maimonides on Women', 119-22. Melamed overlooked Mishneh torah, 'Hilkhot avodah zarah' I: 16, where Maimonides states that women and children have 'undeveloped intellects') When it comes to the study of Torah, he writes (Mishneh torah, 'Hilkhot talmud torah' 1: 13): ‘Our Sages commanded that one should not teach his daughter Torah, because most women cannot concentrate their attention on study, and they transform the words of Torah into nonsensical matters due to their lack of understanding.' Nevertheless, Maimonides should not be placed with other medieval figures who speak negatively about women. In fact, he is actually one of the most progressive medieval Jewish writers when it comes to views on women

As is well known, Maimonides was greatly influenced by Aristotle and followed his outlook in numerous ways. In Aristotle's opinion, a woman is defective by nature. It is the man who provides the 'form', while the woman is left to provide the 'matter' (see the Aristotelian sources and secondary literature cited in Kellner, Torah in the Observatory, 284. See also M. C. Horowitz, 'Aristotle and Woman'; Allen, Concept of Woman, ch. 2; Maloney, The Argument for Women's Difference, 44ff.; Tuana, The Less Noble Sex, 55-6). This viewpoint was, it need hardly be said, quite influential in medieval thought. For most medieval thinkers, women were naturally defective, both intellectually and spiritually, and R. Isaac Abarbanel (1437-1508) goes so far as to claim that women are not created in the image of God! After all, the Bible states that God created man in His image (Gen. I: 27). Abarbanel reads this literally, to mean man and not woman (Netanyahu, Don Isaac Abravanel, 136. See Abarbanel's commentary on Gen. I: 27. R. Jacob Anatoli had earlier claimed that women are not created in God's image. See Anatoli, Malmad hatalmidim, 25b, 73a), for only man can comprehend the secrets of divine wisdom and therefore man alone was the aim of creation

Maimonides, however, broke with Aristotle when it came to the latter's view of women. For Maimonides, any judgement to be made about the intelligence of women is due to their social circumstances, living in what was a Taliban-like society. However, they are not inherently inferior to men. Maimonides, in fact, asserts that women too are required to obtain knowledge of God and that this is necessary to fulfil God and that this is necessary to fulfill various commandments. They are inferior because they have received no education, but this is not something 'hardwired' into them. In the words of Menachem Kellner, according to Maimonides the position of women 'was a function of sociology, not of ontology'. Seen in the context of medieval times, when negative views of women's nature were standard, Maimonides' alternative perspective can be seen as a
'radical egalitarian stance'
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

מורא'דיגע כאפ פין די אגיל'ים, אז היינט אז פרויען זענען פונקט אזוי געלערנט, זענען זיי פונקט אזוי מחוייב במצוות. זיי טענה'ן אז זיי זענען מחמירים, נישט מקילים.

ממילא, ביי חרדים, ווי פרויען זענען נאך יא אונטערדריקט, זענען זיי נאך יא פטור פין זייערע מצוות.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

היסטאריע האט געשריבן:מורא'דיגע כאפ פין די אגיל'ים, אז היינט אז פרויען זענען פונקט אזוי געלערנט, זענען זיי פונקט אזוי מחוייב במצוות. זיי טענה'ן אז זיי זענען מחמירים, נישט מקילים.

ממילא, ביי חרדים, ווי פרויען זענען נאך יא אונטערדריקט, זענען זיי נאך יא פטור פין זייערע מצוות.
והאידנא, אז ביי חרדים ווי אויך די מענער זענען אינטערדריקט, זענען אויך די מענער פטור פון אלע מצוות.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
פארשפארט