קרית יואל לאו-איי-קיו פירער ווילן איינפירן מאנדאטן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וואס מיינסטו צו זאגן? אז יענע חסידות קויפט די אלע מאגאזינען? :roll:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

שמעקעדיג האט געשריבן:וואס מיינסטו צו זאגן? אז יענע חסידות קויפט די אלע מאגאזינען? :roll:

אז מען האט געדארפט 23 תקנות צו באהאלטן וועם מען צילט.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:וואס ווילסטו זאגן יעצט? אז סאטמאר רבי האט נישט געמאכט די תקנות ווייל ער איז נישט געווען דערקעגן? מאכסטעך נאריש?

דעמאלטס האט נישט אויסגעפעלט צו מאכן תקנות פון דעם, קיינעם איז ניטאמאל בייגעפאלן צו טון די אלע זאכן, ליידער ליידער היינט דארף מען שוין רעדן פון דעם.

אבי געהאקט אין קאפ, איך געדענק נאך ווען איך בין געווען א קינד, אין די ל' יארן זענען די עווערעדזש סאטמערע פרויען געגאנגען מיט קליידער וואס זענען קוים אנגעקומען ביז די קניען, ולא עד בכלל! אויב דו מיינסט אז איך בין מגזם, קענסטו טוהן איינע פון די צוויי זאכן, אדער נאכקוקן בילדער פון יענע צייטן, אדער פרעגן @בערל בעל עגלה וואס איז נאך עלטער פון מיר און ער וועט דיר פינקטלעך אראפלייגן די מצב הצניעות פון יענע יארן.

נאר וואזשע דען, די גאנצע וועלט איז געווען נארמאלער דעמאלטס, די רעבעס מיט די רביצין'ס מיט די עמך אידן זענען נישט געווען קיין עקסטרעמיסטן. כ'זאג נישט, סאטמארער רבי דער בעל דברי יואל האט געהאט זיינע עקסטרעמיסטישע אנשויאונגען, אבער ס'האט זיך ארום געדרייט איבער צוויי זאכן, און דאס איז אויך געווען צוטיילט צו צוויי זמנים אינעם יאר, ציונית, איז ער פארנומען געווען מערסטענסטייל אין די זומער חדשים, ש"ס תורות, דאמאלטס ווען ס'איז אויסגעפאלן די באקאנטע בנש"ק תורות. און די חטא הידוע מיט וואס ער האט געהאמערט אין ווינטער וואכן ביי די שובבי"ם ת"ת סעזאן, אבער וזהו. חוץ מזה איז ער געווען היפש א פראקטישער מענטש און האט פארשטאנען גאנץ גוט צו זיין עולם און האט בשו"א נישט טאלערירט עקסטרעמיזם, במילא האט טאקע נישט אויסגעפעלט קיינע תקנות.

און אז דו טראכסט אריין נאכמער וועסטו פארשטיין אז טאקע די צוויי זאכן מיט וואס ער איז געווען אזוי עקסטרעם, האט בעצם נישט בארירט קיינעם פערזענליך פון זיין עולם, ווייל ציונות בעיקר אין אמעריקע איז סתם לופט, ס'מיינט גארנישט, און חטא איז אויך לופט בעצם, ואכמ"ל.

איך מיין ס'איז דא א מיספארשטענדעניש דא.
@המלוכה האט געברענגט די תקנות וואס זענען געמאכט געווארן בזמנו של בעל דברי יואל (לענ"ד איז ער נישט געווען צופיל איוואלווד ווייל ס'געווען אין די נישט געזינטע יארן, אבער שוין), לכאורה ארויסצוברענגן די חילוק אז יענע תקנות זענען געווען פאר בעיסיק אידישקייט אנדערש ווי די היינטיגע תקנות וואס זענען בלויז צו קאנטראלירן די מאסן און בויען די אייגענע כבוד.
איז געקומען @מיליאנער און מסביר געווען אז בעצם וואלט די בעל דברי יואל אויך געמאכט די היינטיגע תקנות נאר ס'האט פשוט נישט אויסגעפעלט ווייל דער עולם האט עס איינגעהאלטן פון זיך אליינס.
עם איי רייט?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שמעון וואלף האט געשריבן:איז געקומען @מיליאנער און מסביר געווען אז בעצם וואלט די בעל דברי יואל אויך געמאכט די היינטיגע תקנות נאר ס'האט פשוט נישט אויסגעפעלט ווייל דער עולם האט עס איינגעהאלטן פון זיך אליינס.
עם איי רייט?

איז געקומען דער גאלדענער אדלער און מסביר געווען אז ס׳איז סתם געפלוידערט, דער עולם האט געליינט בעסערע זאכן ווי דעם מאמענט, ווער האט בכלל געהאט א פולע בארד אין יענע יארן? אבי געפלאפלט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: נישט נאר דער מאמענט, נאר די שרייבערס פון מאמענט זענען נאכנישט געבוירן אין די צייטן פון דברי יואל. דער עולם האט געליינט דעילי ניוס און ..."לייף"... מעגעזין אין גרויסן...! נאר ס'זענען געווען אידן מיט גאנצע בערד. אבער אויך א סאך געשעיווטע און געשטיצטע בערד...!
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

אבשלום בן מעכה האט געשריבן:די גאנצע אסיפה האט געמיינט דער נייער יישוב פון א געוויסער חסידות אין בלומינגראוו.

וויאזוי האט עס געצילט צו יענע חסידות זיי זענען זייער פרומע מענטשן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איש את רעהו האט געשריבן:
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:די גאנצע אסיפה האט געמיינט דער נייער יישוב פון א געוויסער חסידות אין בלומינגראוו.

וויאזוי האט עס געצילט צו יענע חסידות זיי זענען זייער פרומע מענטשן.

די אסיפה איז נישט געווען צי אדרעסירן פרומע זאכן, סאיז געווען צי אדרעסירן אז סאיז דא א באלעבאס אין ק"י, אין מהאי טעמא זאגן די יודעי דבר איז עס אין איילעניש צוריק געריקט געווארן צי דאנערשטיג,
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:די גאנצע אסיפה האט געמיינט דער נייער יישוב פון א געוויסער חסידות אין בלומינגראוו.

וויאזוי האט עס געצילט צו יענע חסידות זיי זענען זייער פרומע מענטשן.

די אסיפה איז נישט געווען צי אדרעסירן פרומע זאכן, סאיז געווען צי אדרעסירן אז סאיז דא א באלעבאס אין ק"י, אין מהאי טעמא זאגן די יודעי דבר איז עס אין איילעניש צוריק געריקט געווארן צי דאנערשטיג,

צוריקגעריקט? עס האט געדארפט זיין זונטאג פאר דעים, די רבי האט נישט גוט געפילט, און די נעקסטע געלעגנהייט איז געווען דאנערשטאג

ד"א געהערט פון א מקורב צו וויזניצער רבי אז יעדע פעולה פרעגט ער און עס איז ברשות המרא דאתרא מהר"א
זיי האבן געקויפט די לאט פון עקיבא הערש קליין, ער וואלט עס קיינמאל נישט פארקויפט בלי הסכמת מהר"א

אויך זאגט ער אז די ראש ישיבה׳ס גיין צו די גרויסע פארטי ווי מ׳ האט אנאנסט די נייע ביהמ"ד ע"ה איז געווען צו ווארפן א ביינדעל פאר רז"ל

טשאדעלע, פארוואס רעדסטו נישט פון די נייע ביהמ"ד אין קר"?
ווי האלט עס? הא, פון דעים ווילסטו נישט רעדן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:

Re: קרית יואל לאו-איי-קיו פירער ווילן איינפירן מאנדאטן

שליחה דורך פרנס החודש »

עקיבא הערש קליין פרעגט מהר"א ווען צו פארקויפען אדער נישט פארקויפען לאטס......

Sent from my SM-G930V using Tapatalk
Don’t ask unless you want to hear the answer.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:די גאנצע אסיפה האט געמיינט דער נייער יישוב פון א געוויסער חסידות אין בלומינגראוו.

וויאזוי האט עס געצילט צו יענע חסידות זיי זענען זייער פרומע מענטשן.

די אסיפה איז נישט געווען צי אדרעסירן פרומע זאכן, סאיז געווען צי אדרעסירן אז סאיז דא א באלעבאס אין ק"י, אין מהאי טעמא זאגן די יודעי דבר איז עס אין איילעניש צוריק געריקט געווארן צי דאנערשטיג,

ווי מ׳ האט אנאנסט די נייע ביהמ"ד ע"ה איז געווען צו ווארפן א ביינדעל פאר רז"ל

טשאדעלע, פארוואס רעדסטו נישט פון די נייע ביהמ"ד אין קר"?
ווי האלט עס? הא, פון דעים ווילסטו נישט רעדן

די בהמ''ד איז אראפ פון טיש? מען האט אפגעשטעלט די דיעל?
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:וואס ווילסטו זאגן יעצט? אז סאטמאר רבי האט נישט געמאכט די תקנות ווייל ער איז נישט געווען דערקעגן? מאכסטעך נאריש?

דעמאלטס האט נישט אויסגעפעלט צו מאכן תקנות פון דעם, קיינעם איז ניטאמאל בייגעפאלן צו טון די אלע זאכן, ליידער ליידער היינט דארף מען שוין רעדן פון דעם.

אבי געהאקט אין קאפ, איך געדענק נאך ווען איך בין געווען א קינד, אין די ל' יארן זענען די עווערעדזש סאטמערע פרויען געגאנגען מיט קליידער וואס זענען קוים אנגעקומען ביז די קניען, ולא עד בכלל! אויב דו מיינסט אז איך בין מגזם, קענסטו טוהן איינע פון די צוויי זאכן, אדער נאכקוקן בילדער פון יענע צייטן, אדער פרעגן @בערל בעל עגלה וואס איז נאך עלטער פון מיר און ער וועט דיר פינקטלעך אראפלייגן די מצב הצניעות פון יענע יארן.

נאר וואזשע דען, די גאנצע וועלט איז געווען נארמאלער דעמאלטס, די רעבעס מיט די רביצין'ס מיט די עמך אידן זענען נישט געווען קיין עקסטרעמיסטן. כ'זאג נישט, סאטמארער רבי דער בעל דברי יואל האט געהאט זיינע עקסטרעמיסטישע אנשויאונגען, אבער ס'האט זיך ארום געדרייט איבער צוויי זאכן, און דאס איז אויך געווען צוטיילט צו צוויי זמנים אינעם יאר, ציונית, איז ער פארנומען געווען מערסטענסטייל אין די זומער חדשים, ש"ס תורות, דאמאלטס ווען ס'איז אויסגעפאלן די באקאנטע בנש"ק תורות. און די חטא הידוע מיט וואס ער האט געהאמערט אין ווינטער וואכן ביי די שובבי"ם ת"ת סעזאן, אבער וזהו. חוץ מזה איז ער געווען היפש א פראקטישער מענטש און האט פארשטאנען גאנץ גוט צו זיין עולם און האט בשו"א נישט טאלערירט עקסטרעמיזם, במילא האט טאקע נישט אויסגעפעלט קיינע תקנות.

און אז דו טראכסט אריין נאכמער וועסטו פארשטיין אז טאקע די צוויי זאכן מיט וואס ער איז געווען אזוי עקסטרעם, האט בעצם נישט בארירט קיינעם פערזענליך פון זיין עולם, ווייל ציונות בעיקר אין אמעריקע איז סתם לופט, ס'מיינט גארנישט, און חטא איז אויך לופט בעצם, ואכמ"ל.

איז אזוי, די ערשטע זאך איז, דו ביסט דאך נישט קיין סאטמארער. איז אויב ווילסטו האקן אויף סאטמאר, פיין קען מען הערן, מ'קען אפילו ענטפערן, אבער אויב קומסטו איינטיילן פאר סאטמאר וואס סאטמאר איז אמאל געווען, און וויאזוי סאטמאר ברויך זיך פירן, איז בעצם יעדע ווארט א שאד, פון דיין הודעה זע איך אז דו האסט ניטאמאל משפחה סאטמארע, ניטאמאל א שכן גלייב איך האסטו א סאטמארער און דו קומסט ווי א גאנצע היסטאריקער מסביר זיין וואס אויטענטישע סאטמאר איז.... אבער אז דו רעדסט, איז לאמיר דיר אביסל ענטפערן (ווילאנג עס איז אומזיסט).

איז דו טענה'סט אז אין די צייטן פון סאטמאר רבי'ן האט מען נישט גע'אסרט די אלע תקנות, איז לאמיר זען:

1) שניידן די בארד הערשט דא א צומישעניש @רביה'ק זי''ע טענה'ט אז עס איז נישט געווען קיין פולע בארד אין יענע צייט, דאס איז א שקר מוחלט! ס'נישט געווען אזא זאך אז א היימישע איד זאל זיך אנרירן די בארד. יא, די ערשטע יארן נאך די מלחמה האט מען נאכנישט געזען צופיל בערד אבער דאס האט זיך זייער שנעל געטוישט, א סאטמארע חסיד האט זיך נישט געוואגט צו טאטשן די בארד. עטס קענטס אלע די ניגון פון ליפא שמעלצער פון בארד ווי איז דיין איד... די מעשה קומט פון סאטמאר רבי'ן אז מ'האט אים געפרעגט מיט וואונדער פארוואס ער איז מקרב א איד אן א בארד האט ער גענטפערט די באקאנטע ווארט, לשיטת @גאלדענע אדלער שטימט אפילו די מעשה???

2) טעלעוויזיע דארף איך ניטאמאל רעדן.(אפשר יא? גאלדענע אדלער האלט מסתם אז די רבי האט געהאט טיווי ביי אים אינדערהיים...)

3) האר ביי פרויען האט די רבי פארפירט ווען ער האט נאר געקענט 4) קיין שום פרוי האט נישט געדרייוט אדער געפארן מיט א בייק 5) רבינו תם איז געווען דעם רבינ'ס נשמה 6) סווימינג פול מיט מחיצות, דארף איך מיך נאך נאכפרעגן... 7) די רבי האט באפוילן נישט אריינצולאזן אין ווייבער שול אפענע שייטלעך 8) נישט געווען אזא זאך א לאנגע שייטל, ווער רעדט נאך קורלי וכדו', אדרבה קוקטס ביי די זעכציג יעריגע ( סאטמארע) פרויען 9) מקוואות און עירובין, יחוד ביי ארבעטס פלעצער, מסירה וערכאות, צניעות ביי עקסערסייז, נישט פארקויפן בגדים פרוצות, האט מיט שולחן ערוך און נישט מיט סאטמאר 10) אינטערנעט איז נאך דעמאלטס נישט געווען 11) רעדן איבער אויסגעהאלטענע עדס איז אפילו נישט בייגעפאלן, ווען די עדס זענען מער ווייניגער געלאפן ''קומטס צו ברוך שמואל'ס בעסטע פיש....'' 12) איבער ענגלישע צייטונגען, איז די איינציגסטע פלאץ ווי ס'איז דא א שטיקל אמת, דער עולם, פארשטייט זיך מער די בעל בתישע עולם, האט געליינט די אלגעמיינע צייטונגען, און דאס האט טאקע געקרענקט דעם רבי'ן און פארדעם האט מען אפגעקויפט דער איד, ס'זיכער אז זאגן אז אין צייטן פון סאטמאר רבי'ן איז נישט געווען קיין שום פראבלעם צו ליינען פרעמדע צייטונגען איז ווייטער פארדרייט די פאקטן, די היינטיגע תקנות וואס נעמט אריין אויך צב'ש די היימישע בילדער מאגאזינען איז שוין טאקע היבש עקסטרעמיסטיש, אבער די עמי, משפחה, וכדו' איז פשוט אסור פאר איינער וואס וויל זיינע קינדער זאלן זיין סאטמארע. 13) ארבעטער זאלן אוועקגיין גענוג פרי פאר שבת איז אויך נישט מיט סאטמאר נאר א פשוט'ע פארשטענדליכע תקנה פאר א ריין אידישע שטאט פאר ווער עס קען אביסל שולחן ערוך איבער זילותא דשבת וכו'.

בלייבט איבער די תקנה פון נישט האלטן אפן רעסטאראנטן אין די נאכט שעות וואס דאס איז זיכער אז אין צייטן פון סאטמארער רבי האט נישט אויסגעפעלט צו רעדן פון דעם, איך האלט גראדע אויך אז ס'איז אביסל עקסטרעם, אבער אלע יארן איז דאס געווען איינגעפירט אין קרית יואל אפילו פאר די היינטיגע רבי און אפילו פארן פריערדיגע רבי.

די איבריגע זענען מער ווייניגער סטראשונקעס אז מ'גייט נישט אננעמען אין די מוסדות, ארגעניזאציעס, נישט פארדינגען קיין דירות, וואס איינמאל די תקנות בעצם זענען פארשטענדליך האט מען דאך שוין א רעכט צו אינפארסירן די תקנות.

אינטערשטע שורה אלע תקנות זענען שוין געווען אנגענומען פאר א דבר פשוט אלע יארן אין סאטמאר, און אויב איינער איז מחולק און ער האט א אנדערע מיינונג איבער די אלע נושאים איז כל הכבוד, אבער למעשה האט די שטאט קרית יואל געגרינדעט סאטמארע רבי און ביי אים זענען די אלע תקנות געווען זייער הארב ממילא איז נישט מער ווי יושר אז דער וואס האט היינט די קאנטראל אויפ'ן שטאט זאל זיכער מאכן אז אלעס וואס די מייסד האט געוואלט האלט ווייטער אן, פונקט ווי די פאונדינג פאדערס פון אמעריקע האבן געשריבן א קאנסטיטוציע וואס פון דעם קענסטו זיך נישט אוועקרירן, און יעדער פארשטייט דאס, זיי האבן געגרינדעט דאס לאנד זיי האבן זיך געשלאגן פאר דעם, האבן זיי א רעכט אוועקצושטעלן דאס לאנד וויאזוי זיי ווילן, אז דו ביסט נישט צופרידן מאך א אייגענע רעוואלוציע אה, דאס ווילסטו שוין נישט, שלאגן ווילסטו דיך שוין נישט, די זעלבע זאך ביי קרית יואל אז דו האלטסט אז די תקנות זענען עקסטרעם און נישט אויסגעהאלטן, גיי האק אויס אפאר בײמער אין וואלד און טו די זעלבע זאך וואס סאטמאר רבי האט געטון, קום נישט אויף זיין בלוט און שווייס און מאך די שטאט פאר א ליבעראלע צענטער.

נאכאמאל, איך האלט אויך אז צוויי פון די תקנות איז עקסטרעם, ווייל עס איז נישטא קיין שום אינדיקעישאן אז סאטמאר רבי וואלט איינגעפירט אזא זאך דאס איז די אידישע מאגאזינען און רעסטאראנטן (כאטש וואס די צווייטע איז מער פארשטענדליך, איז עס נאך אלס אביסל עקסטרעם) אבער צו אראפרייסן די איבריגע איין אין צוואנציג תקנות איז פארדרייט פאקטן און געהאקט אין קאפ.

און דאס וואס דו זאגסט אז סאטמאר רבי האט גערעדט פון ציונות נאר זומער איז א געלעכטער, ער האט גערעדט דערפון ווען ער האט געהאט א געלעגענהייט, זאל עס זיין א של''ס תורה (א גאנץ יאר), ביי א דינער, פריוואטע שמועסן, ס'אפילו א שאד צו רעדן... סאטמאר וואלט נישט געווען אנטי ציוני ווען ער רעדט ווען זומער ביי של''ס קעגן ציונית...

און צו זאגן אז ציונות אין אמעריקע איז ליפט... שוין.... גיי לערן א... ברטנורא, די רבי האט געשריגן אז ווער עס האט נאר א מחשבה פון ציונות זאל שוין ארויסגיין פון בית המדרש, ער האט געהאלטן אז ציונית איז גאר א צווייטע זאך ווי וואס רוב וועלט האלט.

און די חטא איז אויך ליפט.... שוין, העמיר זיך אפשטעלן דא..
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:די גאנצע אסיפה האט געמיינט דער נייער יישוב פון א געוויסער חסידות אין בלומינגראוו.

וויאזוי האט עס געצילט צו יענע חסידות זיי זענען זייער פרומע מענטשן.

די אסיפה איז נישט געווען צי אדרעסירן פרומע זאכן, סאיז געווען צי אדרעסירן אז סאיז דא א באלעבאס אין ק"י, אין מהאי טעמא זאגן די יודעי דבר איז עס אין איילעניש צוריק געריקט געווארן צי דאנערשטיג,

אזוי גוט ארויס צו האבן וואס די ציל איז געווען מיט די אסיפה? יאפ! די ציל איז געווען צו זאגן פאר יעדן אז עס איז דא א באלעבאס און ס'איז דא א קאנטראל.

דו ביסט מחולק אויף די עצם תקנות? דו האלטסט אז קרית יואל מעג אויסקוקן ווי בארא פארק? אויב יא ליין מיין פריערדיגע הודעה. אויב נישט, דו האלטסט נאר אז מהר''א מיינט דא נישט די תקנות ער מיינט בלויז זיין כבוד, דאן לאמיר דיר פרעגן, פארוואס הערט מען נישט קיין ווארט פון מהרז''ל איבער סיי וועלכע תקנה אדער הנהגה אין קרית יואל? ער האט לשיטתכם האלב קרית יואל און ניטאמאל זארגט ער זיך פארן שטאט אז ס'זאל זיך פירן אזויווי די מייסד האט געוואלט? יעצט קוק וואס ס'איז געשען, אז מהרז''ל נעמט נישט קעיר דארף מען צוקומען צו די פארשטיקענע מידות פון מהר''א ער זאל מאכן סדר, וואס זאל מען טון? מ'וועט מוזן אראפשלינגן זיינע שלעכטע כוונות, אבער אבי די שטאט פירט זיך אזויווי סאטמאר רבי ז''ל האט געוואלט, ניין? בעסער ווי גארנישט איז עס....
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

איש את רעהו האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:וויאזוי האט עס געצילט צו יענע חסידות זיי זענען זייער פרומע מענטשן.

די אסיפה איז נישט געווען צי אדרעסירן פרומע זאכן, סאיז געווען צי אדרעסירן אז סאיז דא א באלעבאס אין ק"י, אין מהאי טעמא זאגן די יודעי דבר איז עס אין איילעניש צוריק געריקט געווארן צי דאנערשטיג,

ווי מ׳ האט אנאנסט די נייע ביהמ"ד ע"ה איז געווען צו ווארפן א ביינדעל פאר רז"ל

טשאדעלע, פארוואס רעדסטו נישט פון די נייע ביהמ"ד אין קר"?
ווי האלט עס? הא, פון דעים ווילסטו נישט רעדן

די בהמ''ד איז אראפ פון טיש? מען האט אפגעשטעלט די דיעל?

יאפ. די בית המדרש איז א פארגאנגענהייט, די ווילידזש האט באשלאסן אז זיי זענען נאך ווייט פון אויסגעוואקסן די יעצטיגע ביהמ''ד און ס'פעלט בכלל נישט אויס ארויסצושנארן פרישע צען מיליאן דאלער פונעם עולם פאר דעם.

האסט נאכנישט געהערט פון דעם? ווען עס וואלט געווען אויף די פארקערטע זייט וואלט שוין געווען דא עטליכע אשכולות איבער די מאסיווע דורכפאל פון די ארוינים, און ווי נישטיג און מאכטלאז די ארוינים זענען אין קרית יואל, אבער יעצט איז שא שטיל, די זאליס האלטן אפ סוקסעס נאך סוקסעס ביים סידור קידושין מערכה און זיי האבן בעצם האלב אדער גאר רוב קרית יואל....
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

פרנס החודש האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס מיינסטו צו זאגן? אז יענע חסידות קויפט די אלע מאגאזינען? :roll:

אז מען האט געדארפט 23 תקנות צו באהאלטן וועם מען צילט.

אמת. איך בין נישט פון די הנהלה און אויך נישט פון די געלאדענטע רבנים ביים אסיפה, אבער ס'איז נישט אויסגעשלאסן, און ס'איז שטארק מסתבר, אז א גרויסע שטופ פאר די אסיפה, און אפשר גאר די גאנצע ציל איז געװען וועגן וויזניץ.

מהר''א האלט אז דאס בויען א וויזניצע שכונה אין קרית יואל וועט אינטערברענגען די גאנצע האראוואניע פונעם סאטמאר רבי'ן ז''ל, און יעדע בר דעת פארשטייט עס, אז אויב פארמירט זיך א א שטעטל פון א פרעמדע חסידות אין א סאטמארע שטאט וואס זייערע אנשויאונגען און מנהגים איז גאר ווייט פון די יסודות אויף וואס סאטמאר רב האט געגרינדעט דאס שטאט, איז די גאנצע שטאט אין א סכנה.

הסבירים זענען איבריג פאר ווער עס האט שכל, אבער אז איינער וויל דווקא זיך איבערצייגן זאל קוקן אויף די שמחה פון די זאליס אז וויזניץ קומט, נאך וואס מ'האט קיינמאל נישט געוואוסט אז די זאליס זענען אזוי אויסגעארבעט אין הכנסת אורחים... נאר זיי קענען אויך באשטיין אז די גאנצע שטאט זאל גיין קראכן אבי מהר''א זאל פארלירן קאנטראל, מ'האט שוין געזען ווען זיי האבן זיך צאמגעשטעלט מיט יונייטעד מאנרא אז זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם אינטערצוברענגען גאנץ קרית יואל, אבי צו ווייזן פאר די ארוינים.

און אגב זיינע ברודערס פון מאנסי און קיימישא האבן עפעס יא פארשטאנען אז בויען א שטעטל אינטער יענעמ'ס נאז ברענגט אינטער די אייגענע שטאט, און דאס איז שוין ווען ס'איז די זעלבע חסידות מיט די זעלבע אנשויאונגען און יסודות. ווען ס'קומט צו סאטמאר אין וויזניץ וואס ממש זיי זענען צוויי אנדערע וועלטן, מיט קיין שום ווארעמקייט פאר יעדע זאך וואס סאטמאר רבי ז''ל האט געהאלטן טייער איז אפילו א שאלה אז ס'איז א סכנה פארן רבינ'ס שטאט?!

יעצט כדי אייך צו שפארן צייט וועל איך ענטפערן וואס עס ליגט ענק אויפן צינג, אה, מהר''א מיינט בכלל נישט דעם רבינ'ס שטאט, ער מיינט בלויז זיין כבוד, ער וויל ווייזן אז ער איז בעל הבית, ער האט מורא וויזניץ וועט צוברעכן זיין פאער.... גוט צוגעטראפן?

איינער וועט נאך באלד זאגן אז סאטמאר רב האט געוואלט אז יעדער זאל קומען וואוינען אין קרית יואל, דאס איז שקר מיסודו! אלס דעם וואלט ער געקענט בלייבן אין וויליאמסבורג, ס'נאכנישט געווען קיין מאנגל אין דירות דעמאלטס... ער האט בלויז געוואלט אז אזעלכע וואס פירן זיך הונדערט פראצענט מיט זיין מהלך זאלן קומען וואוינען אין זיין שטאט! אודאי איז אים נישט אנגעגאנגען אז א צווייטע רבי קומט וואוינען אין ק''י אבער בלויז אויב ער איז זיך גרייט צוצושטעלן צו סאטמאר, ווען ער האט געזאגט אז ער דארף א אייגענע שטאט האט ער אודאי נישט געמיינט קיין פאבליק האוזינג...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מיליאנער: איך בין מחולק מיט דיר: ווען דער סאטמאר'ע רבי זצוק"ל האט פארגעשלאגן זיין אריגינאלן פלאן צו בויען א שטעטל, איז געווען אויפ'ן טיש א פלאן צו בויען א שטעטל אין ניו דזשערזי. האט דער סאטמאר'ע רבי זצ"ל געזאגט אז ער וויל אזא שטעטל וואו א יעדער ערליכער איד, אפילו אשכנז'ישע (נישט דוקא חסיד'ישע) אידן זאללן האבן א פלאץ. זיכער האט ער נישט געמיינט אז ס'זאלל זיין א פלאטץ פאר מחלוקת און פילוג. וואו א יעדער איינער און זיין גרופ וועללן..."מאכן שבת פאר זיך"... און צוברעכן די אנגענומענע הנהגה. אזוי ווי די בני יואל דרבינו יאסל (וואלדמאן) האבן געטון. ועוד ידם נטויה. נאר מ'האט זיי (ב"ה) שטילל געמאכט. די גרעסטע ראיה אז מהר"א שליט"א האט דא גארנישט (שלעכט) געמיינט. אויסער באשיצן זיינע רעכטן וואס די מהרסים האבן געוואלט אוועקנעמען פון איהם...! אז ווען זיי זענען שטילל געווארן טשעפעט מען זיי בכלל נישט. פארקערט. מ'לאזט זיי לעבן בדרך כבוד. וואס איז זיכער נישט דער פאל ביי א סאך אנדערע חסידות'ן (ואין צריך לפרוט את שמותם)...!

יא. איך ווייס וואס די חכמים יודעי העיתים וועללן טראכטן און שרייבן..."ער איז שוין ווידער דא מיט זיין אגענדא פון ארוינישקייט"... זאל זיין...!
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

מיליאנער האט געשריבן:
פרנס החודש האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס מיינסטו צו זאגן? אז יענע חסידות קויפט די אלע מאגאזינען? :roll:

אז מען האט געדארפט 23 תקנות צו באהאלטן וועם מען צילט.

מהר''א האלט אז דאס בויען א וויזניצע שכונה אין קרית יואל וועט אינטערברענגען די גאנצע האראוואניע פונעם סאטמאר רבי'ן ז''ל, און יעדע בר דעת פארשטייט עס, אז אויב פארמירט זיך א א שטעטל פון א פרעמדע חסידות אין א סאטמארע שטאט וואס זייערע אנשויאונגען און מנהגים איז גאר ווייט פון די יסודות אויף וואס סאטמאר רב האט געגרינדעט דאס שטאט, איז די גאנצע שטאט אין א סכנה....

וויאזוי טוט א אסיפה צווישן לויטער חסידי סאטמאר לעזן אזא שווערע אישו
ענדערש דאס זאגן אין די 6 lee שול.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

איש את רעהו האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:
פרנס החודש האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס מיינסטו צו זאגן? אז יענע חסידות קויפט די אלע מאגאזינען? :roll:

אז מען האט געדארפט 23 תקנות צו באהאלטן וועם מען צילט.

מהר''א האלט אז דאס בויען א וויזניצע שכונה אין קרית יואל וועט אינטערברענגען די גאנצע האראוואניע פונעם סאטמאר רבי'ן ז''ל, און יעדע בר דעת פארשטייט עס, אז אויב פארמירט זיך א א שטעטל פון א פרעמדע חסידות אין א סאטמארע שטאט וואס זייערע אנשויאונגען און מנהגים איז גאר ווייט פון די יסודות אויף וואס סאטמאר רב האט געגרינדעט דאס שטאט, איז די גאנצע שטאט אין א סכנה....

וויאזוי טוט א אסיפה צווישן לויטער חסידי סאטמאר לעזן אזא שווערע אישו
ענדערש דאס זאגן אין די 6 lee שול.

איך האב מיך אפשר נישט אזוי גוט ארויסגעברענגט, קוק איבער די הודעה וועסטו זען אז איך האב בכלל נישט געפאקוסט אויף וויזניץ זעלבסט, איך האב געזאגט אז אויב איז דא א וויזניצע שטעטל אין קרית יואל דאן איז די ''גאנצע'' שטאט אין א סכנה - פארשטייט זיך פון א סאטמארע פערספעקטיוו - קרית יואל וועט ווערן א שטח הפקר, און עס איז פשוט אזוי.

מהר''א וויל נישט טוישן וויזניץ, ער האט גארנישט קעגן זייער דרך, ער וויל נאר האלטן די שטאט אויף די ניווא וואס די גרינדער האט געוואלט, און װעגן דעם האט ער געזאגט די דרשה אין 'קרית יואל'.

פארוואס פונקט ביי אים אין ביהמ''ד? קודם ווייל דאס איז די גרעסטע אינדאר שטח געאייגנט פאר אזא מאסיווע עולם, און צווייטנס ווייל עס פאסט אז די תקנות העיר זאל געזאגט ווערן אינעם מרא דאתרא'ס ביהמ''ד, ניין?

וואס עס האט אויפגעטון איז אזוי: מהר''א האט באפעסטיגט זיין כח סיי אין קרית יואל און סיי אין די גלילות, עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אפיציעלע תקנות פאר קרית יואל. און דאס האט יעצט געמאכט אסאך שווערער פאר וויזניץ צו מאכן א חיים טובים דארט ווייל יעצט וועלן זיי מוזן גיין אפיציעל אקעגן די הנהגה אין קרית יואל, נאך דערצו ווען די תקנות זענען כמעט אלעס ממש א-ב פון סאטמאר, וואס ווילאנג עס איז נישט געווען אפיציעלע תקנות האט וויזניץ געקענט טענה'ן לאמיך טון וואס איך וויל, אבער איינמאל סאטמאר האט אראפגעשטעלט אז צו וואוינען אין א סאטמארע שטאט דארף מען זיך צושטעלן צו די סאטמארע הנהגות, האט מען זיי געלייגט אין א ספאט.

סאו דאס איז וואס די דרשה האט אויפגעטון.

יעצט אויב וויזניץ האלט נאך אלס נישט ביים זיך צושטעלן וועט נישט העלפן פאר מהר''א אפילו אויב ער וועט האַלטן א דרשה ביי זיי אין ביהמ''ד אויף 6 לי, ניטאמאל אויב ער וועט האלטן די דרשה אין חדר הפרטי פון וויזניצע רבי'ן... װאס ער קען טון איז בלויז ווייזן אז ער איז דא. און איך גלייב אז וויזניץ ווייסט אז מהר''א איז א הארטע ניסל און א שווער בחור, אסאך האבן אים שוין אויספרובירט במשך די יארן, און איך גלייב אז וויזניץ ווייסט עס, ווען עס איז געקומען צו זיינע פרינציפן אין אידישקייט און מסורה האט מהר''א פארגעסן פון אלע דיפלאמאטיע, ער האט זיך נישט דערשראקן נישט פון סקולענער רבי, נישט פון ר' מלכיאל קאטלער, קאשוי רב, וויזניצע רבי, (פארשטייט זיך דאס אלעס איז געווען ווען זיי האבן זיך אריינגעמישט אין זיינע פריוואטע ענינים, א זאך װאס ער האט קיינמאל נישט געטון פאר א צווייטן) און וויזניץ ווייסט דאס.

וראי' לדברי, געב א קוק אין וועלכע ביהמ''ד די דרשה איבער די זמן ר''ת איז געזאגט געווארן, און זאג דו מיר אויס ס'טוט אויף אדער נישט.

איך וויל אבער צולייגן, איך רעדט דא אזוי כאילו וויזניץ זוכט דא אינטערצוברענגען קרית יואל, עס מוז בכלל נישט זיין אזוי, עס קען זיין אז וויזניץ איז גרייט זיך צוצושטעלן צו סאטמאר מיט אלעם, איך זאג נאר אויף דעם וואס די זאליס דא רייסן אראפ אז ער האט נאר געמיינט וויזניץ, זאג איך אז ס'איז יתכן, און ס'איז אויך שטארק פארשטענדליך און נאך שטערקער בארעכטיגט.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:וואס ווילסטו זאגן יעצט? אז סאטמאר רבי האט נישט געמאכט די תקנות ווייל ער איז נישט געווען דערקעגן? מאכסטעך נאריש?

דעמאלטס האט נישט אויסגעפעלט צו מאכן תקנות פון דעם, קיינעם איז ניטאמאל בייגעפאלן צו טון די אלע זאכן, ליידער ליידער היינט דארף מען שוין רעדן פון דעם.

אבי געהאקט אין קאפ, איך געדענק נאך ווען איך בין געווען א קינד, אין די ל' יארן זענען די עווערעדזש סאטמערע פרויען געגאנגען מיט קליידער וואס זענען קוים אנגעקומען ביז די קניען, ולא עד בכלל! אויב דו מיינסט אז איך בין מגזם, קענסטו טוהן איינע פון די צוויי זאכן, אדער נאכקוקן בילדער פון יענע צייטן, אדער פרעגן @בערל בעל עגלה וואס איז נאך עלטער פון מיר און ער וועט דיר פינקטלעך אראפלייגן די מצב הצניעות פון יענע יארן.

נאר וואזשע דען, די גאנצע וועלט איז געווען נארמאלער דעמאלטס, די רעבעס מיט די רביצין'ס מיט די עמך אידן זענען נישט געווען קיין עקסטרעמיסטן. כ'זאג נישט, סאטמארער רבי דער בעל דברי יואל האט געהאט זיינע עקסטרעמיסטישע אנשויאונגען, אבער ס'האט זיך ארום געדרייט איבער צוויי זאכן, און דאס איז אויך געווען צוטיילט צו צוויי זמנים אינעם יאר, ציונית, איז ער פארנומען געווען מערסטענסטייל אין די זומער חדשים, ש"ס תורות, דאמאלטס ווען ס'איז אויסגעפאלן די באקאנטע בנש"ק תורות. און די חטא הידוע מיט וואס ער האט געהאמערט אין ווינטער וואכן ביי די שובבי"ם ת"ת סעזאן, אבער וזהו. חוץ מזה איז ער געווען היפש א פראקטישער מענטש און האט פארשטאנען גאנץ גוט צו זיין עולם און האט בשו"א נישט טאלערירט עקסטרעמיזם, במילא האט טאקע נישט אויסגעפעלט קיינע תקנות.

און אז דו טראכסט אריין נאכמער וועסטו פארשטיין אז טאקע די צוויי זאכן מיט וואס ער איז געווען אזוי עקסטרעם, האט בעצם נישט בארירט קיינעם פערזענליך פון זיין עולם, ווייל ציונות בעיקר אין אמעריקע איז סתם לופט, ס'מיינט גארנישט, און חטא איז אויך לופט בעצם, ואכמ"ל.

כ'וויל גראדע מוסיף זיין פאר די וואס האבן מיך נישט אזוי גוט פארשטאנען (מ'האט מיך גע'אישי'ט), וועל איך מער מסביר זיין. דער סאטמארער רב איז געווען אן עקסטרעמיסט לכל הדעות, כ'נוץ אן איידעלער ווארט, געמיינט האב איך עפעס אנדערש, נאר אזוי ווי ס'זענען דא פארהאן איידעלע אידן וואס וועלן מיך אויסטייטשן אז כ'האב געמיינט ווער ווייסט וואס, במילא ניץ איך דעם ווארט "עקסטרעמיסט" און נישט....

עכ"פ, צו זיין עקסטרעמיסטישע זייט האט ער אבער אויך געהאט א שטארקע פראקטישע זייט, ווי מ'קען עס אפילו זעהן ווי ער האט איינגעפירט ענגליש לערנען פאר בערך צוויי שעה א טאג, און ווי ער האט ארום געדרייט די חינוך בי מיידלעך אנדערש ווי ער האט איינגעפירט פאר די מלחמה יארן. אויך האט ער געשיקט זיין עולם ארבייטן, ער האט נישט געלאזט כולל'ן און קוועטשן די באנק.

און אפילו די תקנות וואס ער האט געמאכט ביי זיך אין קהילה ווי למשל פאלם טייץ, אדער בחורים דרייוון אדער למשל נישט אריין קומען ימים נוראים אין די סאטמערע שולן מיט א שייטל, וכדומה, (ביי די וועי די תקנה פארשטיי איך אינגאנצן נישט) האט ער עס אויך געטוהן אין א פראקטישע וועג, דאס טייטש אז ער האט גאנץ גוט געקענט זיין אריסטאקראטישן באלעבאטישן עולם און ער האט געוואוסט אז צו אסר'ן אלעס און אנטוהן דעם עולם ווי אין דער אמאליגער היים, גייט קיין גוטס נישט ברענגן פאר קיינעם, האט ער עס געטוהן אין מער א פארווע אופן, ווי למשל ימים נוראים אין שול. אבער ער האט געוויסט ווען און וואו צו טשוזען זיינע פייטס. זיינע עכטע פייטס האט ער איבערגעלאזט פאר די דרויסענדע וועלט ווי למשל ציונות, וואס האט זיין עולם כמעט נישט בארירט, עכ"פ חוץ ארץ ישראל, און זיין עולם איז אויך געווען עקסיידעט פון די פייט קעגן ציונות, אזוי האבן זיי געקענט שפירן ווי זיי זענען פון די, אשר לא כרעו לבעל הציונות, און ס'האט זיי מאחד געווען, און אויך געהאט עפעס וואס צו פארקויפן און אויסשרייען פאר די וועלט און האבן א דעה אין אידישע וועלטליכע פאליטיק.

זיין עולם האט אויך ליב געהאט צו וויינען און צו כליפענען, למשל ביי א כל נדרי דרשה, אדער אנדערע געהויבענע צייטן, האט ער זיי סערווירט מיט שובבי"ם תורות און אנגעזאלצן דעם עולם מיט חטא (שאינה) הידוע רח"ל (וואס האט עכט קיינעם נישט בארירט, ווייל מ'קען זיך סיי ווי נישט ארויסדרייען דערפון) אבער מער ווייניגער זענען זיין עולם געווען מערסטענסטייל א באלעבאטישער עולם, און אפילו מיט די געציילטע תקנות וואס איז שוין יא געווען דאמאלטס איז יעדער גערן מיטגעפארן דערמיט.

אבער דאס איז אלעס געווען פאר דער רבי איז נישט געזונט געווארן, נאכ'ן סטראוק האבן זיך די אלע זאכן געענדערט, ס'געווארן א וואקיום אין פאוער און די עקסטרעמיסטן וואס האבן זיך שטענדיג געשטופט צום רבי'ן, ווייל פאר זייער תכונת הנפש איז די סאטמארער רבינ'ס עקסטרעמיזם געווען ווי לופט צו אטעמען, ווי אקסעדזשין פאר א פאר'חלש'טן, האבן איבערגענומען די מאכט טאקע נאר למחצה לשליש ולרביע, אבער גענוג שטארק צו מאכן שינוים אינעם חינוך, אין אינעם טאג טעגליכן סדר היום, אין די ת"ת און אין די מיידלעך שולע.

יעדן טאג זענען זיי אנגעקומען מיט פרישע תורה'ס וואס דער רעבע האט אלץ געמיינט. דער בראך איז נאר געווען אז דעם פאזעטיווע זייט און די כאריזמאטישע זייט וואס סאטמארער רבי האט פארמאגט אין זיך האבן זיי נישט פארמאגט און די ווארעמקייט און אפגעגעבנקייט וויאזוי ער האט זיך אפגעגעבן מיט זיין עולם האבן די עקסטרעמיסטן אויך נישט פארמאגט, ממילא זענען מיט די צייט ארויסגעוואקסן א גאנצע עקסטרעמיסטישע באוועגונג אין סאטמאר, וואס סיי די אינער חסידות און סיי די דרויסענדע גאס האט שטארק געליטן פון זיי.

און דאס האט זיך נאך מער אנגעמערקט נאכן סאטמארער רבי'נס פטירה, ווען זיין נעפיו דער סיגעטער האט איבערגענומען די מאכט. איינע פון די טענות וואס די עקסטרעמיסטן (מתנגדים, רביצין'ס מענטשן) האבן גע'טענה'ט קעגן דעם סיגעטער איז, אז ער איז מער א באלעבאטישער מענטש, ער עסט צב"ש קענד פוד אום פסח, און נאך אזאנע שטותים. פון זייערע טענות האט מען געקענט שפירן וואספארא עקסטרעמיסטן די זענען געווען און זיי האבן עס טאקע ג'ירש'נט פון זייער רבי'ן, אבער אזויווי זיי האבן נישט פארמאגט דעם פראקטישן זייט מיט דעם כעריזמאטישן זייט פון זייער רבין, נאר דעם עקסטרעמיסטישן זייט, דערפאר קוקן טאקע אויס אלע זייערע תקנות אזוי, און אויך די גאנצע חינוך זייערע, און מ'איז געבליבן מיט אסר'ן סושי אין שטעטל, און ביז נישט צו לאנג צוריק האט מען אפילו קיין טשואינג גאם נישט געקענט קויפן אין שטעטל. מיט נאך מאדנע תקנות.

אזוי שרייבענדיג האלט איך מיך אין איין דערמאנען פרישע חרמים מיט איסורים, הזמן והנערוון יוכלו והם לא יוכלו, א שאד אויסצוגעבן די ענערגיע אויף דעם.

די אונטערשטע שורה איז, אז סאטמארער רב דער ערשטער, האט זיין עולם קיינמאל נישט עכט טעראריזירט מיט תקנות שאין רוב 99.99% הציבור יכולין לעמוד בה, און דאס קען זיך אנזעהן בעיקר אין די ערשטע דור נאכן קריג, ווי שטארק זיי האבן עם געגליכן, ווייל ער האט שטענדיג גערעדט שיין צו זיי, און זיך נישט ארויפגעווארפן אויף זיי מיט תקנות כחול אשר על שפת הים. אנדערש ווי זיינע נאכפאלגערס, וואס לאזן נישט נאך א טאג פון טעראריזירן זייערע אייגענע מענטשן מיט ענדלאזע און ציללאזע תקנות שאין השכל סובלתן! און דאס איז חוץ זייער אומבא'חנ'טע צוגאנג.

עניוועי דאס איז בקיצור ממש, אויב ברויך איך שרייבן נאך איבער דעם ענין, קען איך שרייבן גאנצעטע בלעטער און ביכער דערוועגן און עפענען א פרישן אשכול, כ'האב שוין גראדע אסאך מאל געקלערט צו עפענען אן אשכול דערוועגן.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

מיליאנער האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:[quote="

מהר''א האלט אז דאס בויען א וויזניצע שכונה אין קרית יואל וועט אינטערברענגען די גאנצע האראוואניע פונעם סאטמאר רבי'ן ז''ל, און יעדע בר דעת פארשטייט עס, אז אויב פארמירט זיך א א שטעטל פון א פרעמדע חסידות אין א סאטמארע שטאט וואס זייערע אנשויאונגען און מנהגים איז גאר ווייט פון די יסודות אויף וואס סאטמאר רב האט געגרינדעט דאס שטאט, איז די גאנצע שטאט אין א סכנה....

וויאזוי טוט א אסיפה צווישן לויטער חסידי סאטמאר לעזן אזא שווערע אישו
ענדערש דאס זאגן אין די 6 lee שול.

יעצט אויב וויזניץ האלט נאך אלס נישט ביים זיך צושטעלן וועט נישט .

וואס מיינט צושטעלן זיי זאלן טוישן זייער השקפה אדער זייער מהלך הלימודים אין די בתי חינוך?
ס'מאכט עפעס נישט קיין סענס.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

איש את רעהו האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:[quote="

מהר''א האלט אז דאס בויען א וויזניצע שכונה אין קרית יואל וועט אינטערברענגען די גאנצע האראוואניע פונעם סאטמאר רבי'ן ז''ל, און יעדע בר דעת פארשטייט עס, אז אויב פארמירט זיך א א שטעטל פון א פרעמדע חסידות אין א סאטמארע שטאט וואס זייערע אנשויאונגען און מנהגים איז גאר ווייט פון די יסודות אויף וואס סאטמאר רב האט געגרינדעט דאס שטאט, איז די גאנצע שטאט אין א סכנה....

וויאזוי טוט א אסיפה צווישן לויטער חסידי סאטמאר לעזן אזא שווערע אישו
ענדערש דאס זאגן אין די 6 lee שול.

יעצט אויב וויזניץ האלט נאך אלס נישט ביים זיך צושטעלן וועט נישט .

וואס מיינט צושטעלן זיי זאלן טוישן זייער השקפה אדער זייער מהלך הלימודים אין די בתי חינוך?
ס'מאכט עפעס נישט קיין סענס.

ניין. זיך צושטעלן צו די דריי און צוואנציג תקנות.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

שווער צו גלויבן אז די וועג זיך אן עצה צו געבן וועט זיין דורך אזא גירוש גוש קטיף, ארויסצוווארפן א עדה אידן פון זייער שטיקל לאנד ווען ליגאל הערשט נישט די בעלות פון מרא דאתרא ביז אהין,
אויכעט איז נישט מסתבר מען זאל קענען טוישן א עדה אידן אין אזויפיל יסודות'דיגע שינויים,
פארשטיי איך נישט וואס די פלאן איז דא.
פארשפארט