די וואך שבת איז אין בארא פארק געווען א איד הרב ר' יחזקאל ראפפארט פון לאנדאן.
ער איז א זון פון ר' אברהם חיים ראפפארט און אייניקל פון ר' געצל בערגער.
זייענדיג ביי אים אפאר שעה שבת ביינאכט איז מיר אויסגעקומען אביסל צו באקומען א שמעק פון דעם געהויבענעם יונגערמאן.
ר' יחזקאל איז געזעסן ביים טיש, געזאגט הערליכע אייגנארטיגע דברי תורה און געזינגען שירות ותשבחות פון הארץ ארויס מיט געוואלדיגע השתפכות הנפש. דארט אין זאל זענען אנוועזנד געווען ארום הונדערט און צוואנציג אידן, מערסטנס טייל פון זיי בחורי חמד וועלכע האבן א נאנטן שייכות מיט ר' יחזקאל.
ר' יחזקאל האט אין לאנדאן א ישיבה פאר עלטערע בחורים און שבת איז דער בנין א בית המדרש וואו עס דאווענען צווישן פופציג און זיבעציג יונגעלייט.
ר' יחזקאל איז א געוואלדיגער עובד ה', אים גרינג צו מגדיר זיין אלס א מיני רבי צבי מאיר זילבערבערג. רצ"מ איז אבער א פוילישער/ליטווישער חסיד און רבי יחזקאל איז א פשעווארסקער/קאלאשיצער/רבי יודעלע דזשיקוב'ער/סאטמארער חסיד.
ס'קוקט אויס ווי ער גייט שטארק אין די פיסטריט פון זיין טאטן ר' אברהם חיים, ער שיינט צו זיין א נארמאלער רואיגער יונגערמאן, ער פראבירט אין זיינע דרשות ארויסצוברענגען אז היינט פעלט אסאך מחשבה, מ'לעבט מלומדה'דיג, אבער עכט איז אריגינעלע אידישקייט זייער בא'טעמ'ט. אין די זעלבע צייט אבער איז א פלאם פייער מיט אן אויסנאמליכן אש קודש, ווען ער זינגט קה רבון עולם קוקט אויס ווי ער עסט אויף די ווערטער און צעגייט פאר מתיקות.
א חסיד'ל זיינער זאגט מיר אז אין לאנדאן איז ער היינט פון די גרעסטע שלום בית מאכער. דאס אילוסטרירט זיין דמות, אז ער איז נישט דער קאפ אין וואנט עובד ה'. נאר ער שטייט מיט ביידע שלאנקע פיס דא אויף דער ערד אבער ראשו מגיע השמימה.
במשך די פאר טאג וואס ער איז דא אין ניו יארק האט ער שוין אויפגעטרעטן אין אסאך ישיבות און כוללים.
ווער עס ווייסט נאך איבער דעם איד איז מכבוד זיך צו לאזן הערן.
הרב ר' יחזקאל ראפפארט
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
וויאזוי זאגט מען דער לעצטער נאמען. איז ראפארט, אדער ראפאפארט?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
איך קען אים גוט פערזענליך. ווען איך האב געלערנט אין ישיבה איז ער געווען א שטיקל משגיח דארטן, ער פלעגט געבן חסידישע שמועסן ליל שישי. ער פלעגט זיין דער געשמאקער אינגערמאן וואס האט זיך צוגעשארט צום קופקע און ארויסגעשנארט אינפארמאציע און עס איבערגעגעבן למחצה לשליש ולרביע צום משגיח.
ער איז זייער א קלוגער, איך געדענק אז איינמאל האט געלערנט אין ישיבה א פרומער-קרומער וואס האט זיך געיאוועט ארום ר׳ יחזקאל. ער פלעגט אים נאכמאכן מיט קולי קולות ביים דאווענען, ער פלעגט זיך קאכן ווי א קניידל אין מקוה פאר שעות, און פארשטייט זיך זיצן הכנות אזוי לאנג ווי ׳רעבחעזקל׳ זיצט... אבער ר׳ יחזקאל האט אים נישט אויפגעהערט צו צימבלען און זאגן אז ער דארף טעראפיע.
איך האב זיך געוואונדערט פארוואס ר׳ יחזקאל נעמט אים נישט אריין אין זיין געהויבענע חבורה, איך האב אנגעקוקט אלע זיינע שלעפער׳ס אייניג און איך האב נישט פארשטאנען וואס ער וויל פון אים, אבער אין יענע תקופה האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער פרומער-קרומער איז געווען א געפארפולער פעדאפיל און ר׳ יחזקאל האט דאס באלד געשמעקט אויף אים און אים דעריבער דערווייטערט פון זיין חבורה און פון די בחורים ארום אים.
היינטיגע טעג איז דער פרומער-קרומער א נארמאלער באזעסענער אינגערמאן מיט א נארמאלע שטוב, נאכן גיין אויף די נויטיגע טעראפיע וואס ר׳ יחזקאל האט אים צוגעשטעלט.
ער האט א כולל און א ישיבה אין לאנדאן וואס הייסט ׳תפארת ישראל׳ און אויך א שול פאר שפעטע אויפשטייער מיטן נאמען ׳נועם התורה׳. ביי אים איז לאקשן קוגל שבת די זעלבע גרויסע מצוה ווי כיבוד אב ואם, און ער איז איבערצייגט אז ער איז ממתיק דינים מיטן טאנצן ׳וחסד האאאשייים׳ אויפן קרעטשניפער נוסח מיט פארגלייזטע אויגן. אבער מיט די אלע משוגעת׳ן איז ער א אונטערגעציפטער חכם ווי מען קען זען אין מיין אויבנדערמאנטע מעשה.

- שריפטשטעלער
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: הרב ר' יחזקאל ראפפארט
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=535300#p535300
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=535324#p535324
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=535324#p535324
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל
Re: הרב ר' יחזקאל ראפפארט
ער פלעגט אמאל דאווענען אין 86 יעדן טאג פאר עטליכע שעות אין א צי, מיט א זעלטענע געשמאק, זיך אינטערגעזינגען הארציגע תנועות און געדאווענט מיט א שטארקע דביקות ביז ארום 2-3 נאכמיטאג.