אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

שליחה דורך פאליטיקאנט »

אייביג ווען מ'רעדט פון דעם נושא קומען אפאר חברה וואס ס'פאסט זיי נישט אז זיי זענען דורך די זעלבע צודרייטע סיסטעם, און קען גאר זיין זענען אויך נישט צופרידן מיט זייער בת זוג. און פארטיידיגן די היפך שכל צוגאנג מיט'ן געבן אזא פרעג 'דו מיינסט ביי די גוים / מאדערנע / ליטווישע איז עפעס בעסער'? אדער 'קוק וויפיל גיטין זיי האבן'!

די ענטפער איז שוין געווארן אויסגעשמועסט טויזנט מאל, און 'פרענקלי' איינער וואס פארשטייט עס נישט אליין איז א שאד מסביר צוזיין, אבער היער יו גוא.

קודם כל כ'ווייס נישט אויב ס'איז 'בעסער' אבער 'ערגער' פון אונז איז עס זיכער נישט, און מער מענטשליך איז דאך פשוט אז ס'איז.
יעצט דאס אז ביי זיי איז בעסער איז נישט קיין ספק, והוא הנותנת טאקע ווייל זיי האבן אזויפיל (כ'ווייס נישט וויפיל מער -אויב בכלל- פון אונז) גיטין, דהיינו עס איז נישט קיין בושה זיך צו גט'ן, און א גרוש איז נישט אפגעפרעגט, ממילא איינער וואס איז נישט צופרידן גט זיך 'אבער די רוב וואס גט זיך נישט איז פשוט צופרידן'....
משא"כ ביי די חרד'ישע עולם.


אגב כ'האב געשמועסט מיט א סירישע, זאגט ער מיר אז ביי זיי איז טאקע דא קאנצערטן און אווענטן בלויז אהערגעשטעלט אז סינגלס זאלן זיך טרעפן, און ער האט טאקע געטראפן זיין באשערטע אזוי.
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

שליחה דורך ברוינשטיין »

איך אלץ א בחור אין די טין עידש יארן ליינענדיג דעם ארטיקל, קומט מיר טרערן פון די אויגן. איך שפיר ווי די שידוכים וועלט מאכט פון מיר פשוט א געלעכטער, ס'איז באמת ווייטאגליך.

איין טאג זאגן מיר מיינע עלטערן אז עפעס א נייע שדכן טראגט אן א שידוך פון מאנטריאל, די מיידל איז אכצן יאר, נארוואס ארויס פון שולע, דער שדכן ווייסט ניטאמאל ווער איך בין, און ווי גוט קען שוין דעם ש(ד)חין קענען די מיידל?

וואס דארף איך ענטפערן יא? ניין? מ'גייט זיך נאכפרעגן? נאכפרעגן ביי וועם? וואס וועט יענער זאגן, אז אין די זומער איז די מיידל אן עסיסטענט העד קאונסלער? ווערדלאז.

סוף המעשה, איך האב געזאגט ניין, ווייל אין מיינע אויגן האט מען גארנישט אנגעטראגן.

שוין, וואלגערט מען זיך ווייטער אין בעט אליינס.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שמעון וואלף האט געשריבן:איך האלט גארנישט; איך ווייס נישט וועלכע וועג איז בעסער. איך ווינדער מיך נאר אויף די וואס זאגן מיט א פשטות אז די מאדערנע וועג איז בעסער. פון ווי נעמען זיי דאס?


נאך אלע תירוצים דא, וגם אני בתוכם, איז [tag]שמעון וואלף[/tag] געבליבען אן א תירוץ. איה"נ אז ס'נישט א קשיא אויף די הנחה, פונקט אזוי ווי יעדער האט געענפערט דא אז אונז האב מיר זיכער א פראבלעם, אבער א שאלה פון מהיכי תיתי בלייבט עס. ווער זאגט אז די מאדערנע וועג ארבעט?

סברות, און געדאנקען אויף א זייט, ווער זאגט? אויף וואס פארלאזט מען זיך?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אלבערט איינשטיין האט געשריבן:די זאך איז אז עס איז נישט מעגליך צו אויפקלערן פאר די מנהיגי העדה דעם פראקטישע געדאנק. זיי וועט עס נישט געפעלן וועלן זיי זאגן גמרא איז נישט ווי כפשוטו אז מיידלעך האבן געגאנגען אויפן גאס טרעפן בחורים... בלא בלא בלא. זיי וועסטו נישט פארציילן ווי אזוי עס איז געווען אינדערהיים אדם פוגע אשה בשוק. מדארף מאכן די מעגלעכקייטן אז בחורים זאלן גרינגער קענען האבן קאנטאקט מיט מיידלעך פון די היימישע שולעס. די רגע עס ווערט אויפגעלאזט די ווענט צעווישן היימישע בחורים און היימישע מיידלעך און עס וועט זיין א נארמאלע זאך צו זעהן ביידע צוזאמען טאנצן ביי קאנצערט׳ס אדער פראווענען אין רעסטאראנען וועט שיין זיין שידוכים ביי יודן. און גלייב מיר די יונגע דור וועט נישט הערן וואס די אלטע רבנים געבן ארויס התאחדות קול קורס דער אויף... און אז זיי טרעפן אליינס די שידוך אן די טאטע שדכן באבע. וועלן זיי נישט אזוי ווייט קימערן אז די טאטע באדערט עס ווי באלד די שידוך איז געקומען אויף א געזונטע ליבליכע נאטורליכע וועג.

עס איז נישט פונקטליך וויאזוי דו ברענגסט עס ארויס, כאטש וואס די נקודה איז ריכטיג.

עס איז דא א גרויסע פראבלעם, און דאס איז אז מען טאר זיך נישט אנרירן, שחוק וקלות ראש איז אסור מיט פרעמדע ווייבער, און אוודאי טאר מען נישט [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] א פרוי אן איר מקדש זיין און חתונה האבן מיט איר. אין די צייטן פון די גמרא איז געווען א נארמאלע זאך צו חתונה האבן מיט אפאר ווייבער, און אויך איז געווען זייער נארמאל צו גלוסטן אויף פרויען און דאך האלטן די אייזלען ביז מען האט חתונה מיט איר (אדער נישט) און דעריבער האט זיך געמאכט אז עס האבן זיך פוגע געווען געווען אדם באשה בשוק. בדרך כלל איז געווען אנגענומען אז פרויען האבן זיך נאטורליך געדרייט אפגעטיילט פון די מענער און עס איז כמעט נישט געווען אזא זאך אז עמיצער זאל האבן א ׳גירלפרענד׳. קען זיין אז עס איז געווען ערגעצוואו, אבער די מערהייט האט זיך אזוי אויפגעפירט. מען קען עס אנרופן מער פרימיטיוו, מען קען עס אנרופן מער מאראליש, עס ווענדט זיך פון וועלכן שטאנדפונקט מען קומט.

ווען עס האט אנגעהויבן ווערן נארמאל דאס ארומהענגען יונגען און מוידן האט זיך אנגעהויבן די ערא פון שדכנים און שידוכים (אזוי מיין איך לענ״ד קען זיין אז איך האב א טעות, ביטע אויפמערקן) מען הערט אלס מעשיות פון שידוכים וואס עלטערן האבן געטון איבער זייערע בעיביס אין די וויגלען, נאך פאר מען האט געוואוסט וואס זיי גייען זיין און וויאזוי זיי גייען בכלל אויסזען. אויך איז דא מעשיות פון חתונות וואס מען האט געפראוועט מיט קינדער, און אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער.

אין אונזערע צייטן האט זיך עטוואס ארויפגערוקט די חתונה עידזש פון צוועלף צו אכצן, און די שדכנים האבן זיך נישט אפגעטון פון דעם ציבור, טראץ וואס עס איז זייער נארמאל פאר אן ערוואקסענער בחור זיך צו טרעפן מיט אן ערוואקסענע מיידל. נאך א פראבלעם איז, אז מען האט אנגעהויבן מחרים צו זיין פרויען, אפילו פון די אייגענע משפחה, דאס איז א זאך וואס האט נישט עקזיסטירט אמאל. איך געדענק נאך ווען מיין זיידע, א שטרענג פרומער אויבערלענדער יעקישער אידל מיטן האמבורגער היטל האט זיך געהאלזט מיט זיין שוועסטער און איר דערלאנגט הייסע קושן אין א חתונה זאל בפני קהל ועדה. היינטיגע צייטן וואלט אזא מענטש אריינגעלייגט געווארן אין חרם. איך קען פילע מענטשן וואס נעמען נישט איבער זאכן אין די הענט פון זייערע שוועסטערס, אפגערעדט פון שוועגערינס. אמאליגע צייטן זענען פרויען געווען פאררעכנט אלס נארמאלע מענטשן, א טייל פון די משפחה מיט וועמען מען מעג קומען אין ווארט.

דאס אז מען האט אויסגעקרויזט פרויען אויף אזא אגרעסיווער שטייגער האט געמאכט אז בחורים פון פרומע שטיבער ווייסן נישט וויאזוי צו אינטעראקטן מיט פרויען. זיי טראכטן פון אונטער די הויזן אויף ארויף, וויפיל בחורים טרעפן זיך מיט מיידלעך און טראכטן גלייך פון די מצוה? וויאזוי איז דאס נארמאל בכלל?

דעריבער מיין איך אז מען מוז פשוט אראפנעמען דעם חרם פון די פרויען, אזוי ארום וועלן זיך די בחורים בעסער אויסקענען מיט די צווייטע דזשענדער און אויטאמאטיש וועט זיין בעסער די לופט צווישן די צוויי מינים, וועט עס שוין אויסקומען אז ווען א בחור און א מיידל טרעפן זיך מיינט עס נישט קיין חאזעריי, און אזוי אום וועט מען קענען מאכן געזונטע שידוכים.

די אויפגאבע פונעם שדכן איז בלויז צו זיין א ׳מעטשמעיקער׳. ער דארף מודיע זיין פאר זרח אז ברוך האט א טאכטער, ער דארף אבער נישט מברר זיין וויפיל געלט ער האט און אויב זיין זיידע האט געהאט א רבני׳שע שטעלע, דאס איז אלעס שטותים.
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

שליחה דורך ברוינשטיין »

[
ברוינשטיין האט געשריבן:איך אלץ א בחור אין די טין עידש יארן ליינענדיג דעם ארטיקל, קומט מיר טרערן פון די אויגן. איך שפיר ווי די שידוכים וועלט מאכט פון מיר פשוט א געלעכטער, ס'איז באמת ווייטאגליך.

איין טאג זאגן מיר מיינע עלטערן אז עפעס א נייע שדכן טראגט אן א שידוך פון מאנטריאל, די מיידל איז אכצן יאר, נארוואס ארויס פון שולע, דער שדכן ווייסט ניטאמאל ווער איך בין, און ווי גוט קען שוין דעם ש(ד)חין קענען די מיידל?

וואס דארף איך ענטפערן יא? ניין? מ'גייט זיך נאכפרעגן? נאכפרעגן ביי וועם? וואס וועט יענער זאגן, אז אין די זומער איז די מיידל אן עסיסטענט העד קאונסלער? ווערדלאז.

סוף המעשה, איך האב געזאגט ניין, ווייל אין מיינע אויגן האט מען גארנישט אנגעטראגן.

שוין, וואלגערט מען זיך ווייטער אין בעט אליינס.

איך שפיר ווי עפעס א פארקריפעלטע סארט באשעפעניש, וואס מען האט ארויסגעשניטן פון די עקאו סיסטעם.
אדער ווי א מייזל אין לאבעטאריע וואס ווארט אז די שדכנים\סייענטיסטן זאלן אויף מיר מאכן אן עקספערימענט.
איך האב מיט גאט'ס נאטירליכע וועלט זילטש.
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

שליחה דורך ברוינשטיין »

אזוי שרייבענדיג מיינע ווערטער פון ווייטאג, פאלט מיר איין א קריאויזע אבער שטארקע געדאנק.
היות די חברים דא אין קאווע שטיבל זענען היפש אפענע קעפ, און כמעט אלע זענען אויף איין בלעטל ווען עס קומט צו די נושא פון שידוכים.
לאמיר מאכן אייגענע שידוכים!

מען דארף דאס פארשטייט זיך גוט אויסארבעטן, אבער "יאַלאַ" לאמיר טון אין דעם.
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

דערהויבענע איד האט געשריבן:אסאך מענטשן וואונדערן זיך פארוואס אונז נעמען זיך אן פאר מעלעסטרעס, דו שוטה דו גיי אריין יעדע נאכט צו א "חתונה" ביים חסידי'שן עולם ווי מ'צווינגט א "חתן" און א "כלה" צו חתונה האבן, און אונז פערדן טאנצען נאך ארום.


[emoji22][emoji22][emoji22]
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

מאך זיכער האט געשריבן:אין די צייטן פון די גמרא איז געווען א נארמאלע זאך צו חתונה האבן מיט אפאר ווייבער

דאס איז לכאורה פאקטיש נישט ריכטיג. כאטש צרותיהן וצרות צרותיהן ווערן ברייט ארומגערעדט אין דער משנה און גמרא איז עס אלס טעארעטיש. פאקטיש ווערט נישט דערמאנט קיין איין תנא אדער אמורא וואס האט געהאט מער ווי איין פרוי.

אלגעמיין, זיך פארגלייכן מיט געזעלשאפטן פון טויזנט יאר צוריק האט נישט קיין גרויסער תועלת אויף למעשה. נישט אלעס איז הלכה און אונזער לעבן היינט אין 2021, איז סיי באאיינפלוסט און סיי באגרעניצט פון דער היינטיגער הילוך העולם. אז אונזער סיסטעם דארף א תיקון איז אפגערעדט און די אבות הקדושים און חז"ל זענען בעסער אויף צו ווייזן וויאזוי אונז זענען פארפארן ווי איידער וועגווייזער וויאזוי צו פאררעכטן.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

דערהויבענע זאגט דאך אזעלכע דערהויבענע ווערטער.
"וואלט עני פון די א.ג. מאמינים אריינגעלייגט 100ק אין א שטיק ריעל עסטעיט בלויז ווייל דער בראוקער האט אזוי געזאגט?"
מען דארף דאס שרייבן בכתב אשורית על הקלף און אויפהענגען אין יעדע שול!

די אלע וואס פרעגן ווער זאגט אז די אנדערע מהלכים זענען בעסער, לאמיר זעהן, ווארף אריין א מאה אלפ'ל אין א השקעה בלויז ווייל דער בראוקער זאגט אזוי, ווער זאגט אז די מהלך ארבעט נישט?

אז די מחותן וועט זיין א אויבן-אן איד, פארלאזן מיר זיך נישט אויפן אויבערשטן, אז ער וועט אויסצאלן 80% פון די חתונה אויך נישט, אז די כלה זאל ח"ו נישט האבן קיין פעטער וואס האט זיך ג'גט, פארלאזט מען זיך זיכער נישט אויפן אייבערשטן.
אבער אז די חתן כלה מעטשן, דא נעמט מען ארויס די בטחון קארטל ס'באשערט פון אויבן.

הני חסידאי טיפשאי דמשדכי טליא וטליתא דלא קא חזינא בהדייהו
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
עוקר הרים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

שליחה דורך עוקר הרים »

ברוינשטיין האט געשריבן:אזוי שרייבענדיג מיינע ווערטער פון ווייטאג, פאלט מיר איין א קריאויזע אבער שטארקע געדאנק.
היות די חברים דא אין קאווע שטיבל זענען היפש אפענע קעפ, און כמעט אלע זענען אויף איין בלעטל ווען עס קומט צו די נושא פון שידוכים.
לאמיר מאכן אייגענע שידוכים!

מען דארף דאס פארשטייט זיך גוט אויסארבעטן, אבער "יאַלאַ" לאמיר טון אין דעם.
אלע זענען אפענע קעפ ביז ס'קומט למעשה....
פתחון פה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 11:52 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

שליחה דורך פתחון פה »

תנחום האט געשריבן:די ריכטיגע און רעאליסטישטע סעלושען איז א דאטאבעיס פון יעדע רווק העכער אכצן מיט א דעטאלירטע פראפיל ווי יעדער שדכן אדער עלטערן האבן צוטריט.
B"S

Sent from my moto g(100) using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

שליחה דורך ברוינשטיין »

פתחון פה האט געשריבן:
תנחום האט געשריבן:די ריכטיגע און רעאליסטישטע סעלושען איז א דאטאבעיס פון יעדע רווק העכער אכצן מיט א דעטאלירטע פראפיל ווי יעדער שדכן אדער עלטערן האבן צוטריט.
B"S

Sent from my moto g(100) using Tapatalk
גראדע האט מען שוין אנגעהויבן אזא פראיעקט מיטן נאמען bashert4me.
ווי ווייט איך ווייס זענען די רעזולטאטן שוואך.


Sent from my SM-A125F using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

שליחה דורך ברוינשטיין »

מען קען זיך איינשרייבן אויף www. Bashert4me.com

לאזט וויסן פאר די חברים אייער עקספיריענס

Sent from my SM-A125F using Tapatalk
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

Shabbat.com איז טויזענט מאל מער עפפעקטיוו.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

שליחה דורך ברוינשטיין »

דאס איז פאר אידיש רעדנדע?
אדער מער פאר באדערענע?

Sent from my SM-A125F using Tapatalk
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ווער ס׳וויל, ס׳דא גענצליך סעקולארע אויך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

שליחה דורך מונטסורי »

ס'לאזט זיך קלערן אויב טרעפען א בת זוג וואס זאל זיין פאסיג פאר די קומענדע זיבעציג יאר איז בכלל שייך, מענטשען עוואלווען, וואס איז פאסיג היינט וועט גאנץ מעגליך נישט שטימען אין צען יאר ארום, אלזא, פאר די אלגעמיינע וועלט ווי מ'פארשטייט גרינגער די קאנצעפט פון זיך אפטיילן ווען די קאפל איז פונאדערגעוואקסען קען צוואנציג יעריגע אינגעל מיט א מויד זיך פארן לויט זייער יעצטיגע פארשטאנד. משא"כ ביי אונז ווי א שידוך איז לעולם ועד אויף די וועלט און לנצח נצחים אין גן עדן איז שווערער אנצונעמען אז גאר אינגע מענטשען זאלן קענען מאכן גוטע לאנג-טערמיניגע באשלוסען, נישט אז עלטערע זענען פערפעקט, אבער איך קען זען די סברה אז עלטערן דארפען זיין גאר שטארק אריינגעמישט און זאגאר מאכן די שידוך פארשלאגען. אויף אזויפיל יא, די מדובר/ת דארף אויך זיין פיל מער אריינגעטון אין די פראסעס פון די סאמע אנהויב, אויך אפשר דארפען זיי מער ארויסגיין ווי ביי די ליטאים און זיי זאלן האבן די פולע פרייהייט אין זייער ענדגילטיגע באשלוס.

דאס אלעס איז געבשריבען מיט אונזער איצטיגע סטיגמא פון זיך אפטיילן, און דאס פלאשען אזויפיל געלט פאר אינגע שנוקעס וואס האבן נאכנישט פארדינט א פעני אין זייער לעבן, און דאס מאכן בעביס בשעת די אייגענע מח איז נאך ניטאמאל גענצליך אנטוויקעלט. כ'זאג נישט אז ס'איז שלעכט אזוי, אפשר איז דאס טאקע די ריכטיגע וועג, אבער דאן מוזן די ערוואקסענע זיין אינוואלווד מיט די אינגע קינדער, כנלע"ד.
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

שליחה דורך ברוינשטיין »

מאך עס נישט הייליגער ווי ס'איז, מיט גן עדן.
לאנגע הויזן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך לאנגע הויזן »

אפאר הערות צו @עצי שיטים

קודם כל אפילו דו שרייבסט אז היינטיגע טעג האסטו גאר גוטע שלום בית קוקט עס נישט אויס אזוי. אויב איר האט אוועקגעגעבן די פולע שעה צו שרייבן די ווייטאגליכער ווערטער, מיינט אז איר זענט נישט אזוי העפי מיט דיין בני בית.

דאס וואס דו זאגסט אז מען זאל מאכן די זאך פון זיך צוזאם טרעפן בחורים מיט מיידלעך אין א זאל איז אויך נישט קיין גוטע עצה, ווייל אפילו דו וועסט דארט טרעפן עפעס א שיינע מיידל וואס געפעלט דיך וועסטו אלע מאל שפעטער טרעפן נאך שענערע מיידלעך וואס וועלן דיך אנרייצן און מאכן דיין יעצטיגע שיינע ווייב אויסקוקן כעגילי דבילה קעגן די נייע.. אזוי ווי די שרייבסט אז דיין ווייב'ס שוועסטער אדער חברתות האבן דיך שפעטער נאכן חתונה בעסער געפאלן..

בקיצור, ביי די גוים גייט עס טאקע אז מען טוישט יעדע צוויי וואכן צו שענערס, אבער נישט ביי די אידן.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

מונטסורי האט געשריבן:ס'לאזט זיך קלערן אויב טרעפען א בת זוג וואס זאל זיין פאסיג פאר די קומענדע זיבעציג יאר איז בכלל שייך, מענטשען עוואלווען, וואס איז פאסיג היינט וועט גאנץ מעגליך נישט שטימען אין צען יאר ארום, אלזא, פאר די אלגעמיינע וועלט ווי מ'פארשטייט גרינגער די קאנצעפט פון זיך אפטיילן ווען די קאפל איז פונאדערגעוואקסען קען צוואנציג יעריגע אינגעל מיט א מויד זיך פארן לויט זייער יעצטיגע פארשטאנד. משא"כ ביי אונז ווי א שידוך איז לעולם ועד אויף די וועלט און לנצח נצחים אין גן עדן איז שווערער אנצונעמען אז גאר אינגע מענטשען זאלן קענען מאכן גוטע לאנג-טערמיניגע באשלוסען, נישט אז עלטערע זענען פערפעקט, אבער איך קען זען די סברה אז עלטערן דארפען זיין גאר שטארק אריינגעמישט און זאגאר מאכן די שידוך פארשלאגען. אויף אזויפיל יא, די מדובר/ת דארף אויך זיין פיל מער אריינגעטון אין די פראסעס פון די סאמע אנהויב, אויך אפשר דארפען זיי מער ארויסגיין ווי ביי די ליטאים און זיי זאלן האבן די פולע פרייהייט אין זייער ענדגילטיגע באשלוס.

דאס אלעס איז געבשריבען מיט אונזער איצטיגע סטיגמא פון זיך אפטיילן, און דאס פלאשען אזויפיל געלט פאר אינגע שנוקעס וואס האבן נאכנישט פארדינט א פעני אין זייער לעבן, און דאס מאכן בעביס בשעת די אייגענע מח איז נאך ניטאמאל גענצליך אנטוויקעלט. כ'זאג נישט אז ס'איז שלעכט אזוי, אפשר איז דאס טאקע די ריכטיגע וועג, אבער דאן מוזן די ערוואקסענע זיין אינוואלווד מיט די אינגע קינדער, כנלע"ד.

אביסל ענליך האב איך דא (טענטעטיוולי) פּאזיטירט.

דאס גייט סתם אזוי צוזאמען דערמיט אז עס איז נישט אזוי פשוט צו זאגן (פון א סייענטיפישן מבט) אז דאס מענטש איז בעצם אויסגעשטעלט פאר מאַנאַגעמי בכלל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:Shabbat.com איז טויזענט מאל מער עפפעקטיוו.

ס'איז כמעט נישט דא דארט קיין חסידישע פראפילן, פון רווקים
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

מונטסורי האט געשריבן:ס'לאזט זיך קלערן אויב טרעפען א בת זוג וואס זאל זיין פאסיג פאר די קומענדע זיבעציג יאר איז בכלל שייך, מענטשען עוואלווען, וואס איז פאסיג היינט וועט גאנץ מעגליך נישט שטימען אין צען יאר ארום, אלזא, פאר די אלגעמיינע וועלט ווי מ'פארשטייט גרינגער די קאנצעפט פון זיך אפטיילן ווען די קאפל איז פונאדערגעוואקסען קען צוואנציג יעריגע אינגעל מיט א מויד זיך פארן לויט זייער יעצטיגע פארשטאנד. משא"כ ביי אונז ווי א שידוך איז לעולם ועד אויף די וועלט און לנצח נצחים אין גן עדן איז שווערער אנצונעמען אז גאר אינגע מענטשען זאלן קענען מאכן גוטע לאנג-טערמיניגע באשלוסען, נישט אז עלטערע זענען פערפעקט, אבער איך קען זען די סברה אז עלטערן דארפען זיין גאר שטארק אריינגעמישט און זאגאר מאכן די שידוך פארשלאגען. אויף אזויפיל יא, די מדובר/ת דארף אויך זיין פיל מער אריינגעטון אין די פראסעס פון די סאמע אנהויב, אויך אפשר דארפען זיי מער ארויסגיין ווי ביי די ליטאים און זיי זאלן האבן די פולע פרייהייט אין זייער ענדגילטיגע באשלוס.

דאס אלעס איז געבשריבען מיט אונזער איצטיגע סטיגמא פון זיך אפטיילן, און דאס פלאשען אזויפיל געלט פאר אינגע שנוקעס וואס האבן נאכנישט פארדינט א פעני אין זייער לעבן, און דאס מאכן בעביס בשעת די אייגענע מח איז נאך ניטאמאל גענצליך אנטוויקעלט. כ'זאג נישט אז ס'איז שלעכט אזוי, אפשר איז דאס טאקע די ריכטיגע וועג, אבער דאן מוזן די ערוואקסענע זיין אינוואלווד מיט די אינגע קינדער, כנלע"ד.


לאמיר צירקגיין צי דערהויבענעס משל פון ריעל עסטעיט, לויט דיך זאל איך אריינלייגן 100ק מיט פארמאכטע אויגן, ווייל אפילו אויב איך מאך ריסערטש און איך טרעף א גיטע פראפערטי, קען זיין אז אין 20 יאר ארום וועט עס גיין קראכן, מילא איז א שאד די גאנצע דו-דיליג'נס.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
ים רויבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 102
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 4:59 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

שליחה דורך ים רויבער »

אגב, די ליטווישע האבן א וועג פון שידוכים וואס הייסט "דעיטן" און זיי האבן דארט גענוג און נאך אלטע בחורים און (נאך מער) מיידלעך, אדרבא פרעגט אייך נאך.
פארשפארט