נאצי אידעאלאגיע איז געווען מער (אן עקסטרעמע)
יוּדזשעניקס (ובפרט ביחס צו גרופעס). דאס מיינט הייבן די גוטע דזשיִנס אינעם מענטשהייט און אויסראטען די שלעכטע.
***
אינעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט האט מען געזעהן וואס ווערט גערופן דעם
פלין עפעקט. דאס איז אז דורכאויס די צייט אפשניט זענען די עוורידזש IQ נומערן פון די פאפולאציע אין אסאך לענדער וואס זענען געווארן מער און מער מאדערן ארויפגעגאנגען. אבער כהיום זענען דא שטודיעס וואס צייגן/טענה׳ן אז דאס הייבט אָן אפשר גיין אין א פארקערטן ריכטונג, ומכח דעם אז עס איז דא אן אינווערס/נעגאטיווע קאָרעלעישאן אז ווי קלוגער מ׳איז [ווי א העכערע IQ מ׳האט] אלס ווייניגער קינדער האט מען. דאס גייט אין איינקלאנג אז ווי מער פארמעגליך און געלערענט [עדוּקעיטעד] מ׳איז, וואס זענען דאך
פּאזיטיוולי קאָרעלעיטעד מיט קלוגשאפט, אלס ווייניגער קינדער האט מען אויך. דאס זעהט מען ספעציעל ביי פרויען. דאס איז א סארט זארג פון
דיסדזשעניקס וואו די דזשיִנס בכלליות אין די פאפולאציע ווערן שוואכער.
עס איז אבער דאך נישט אזוי פשוט ווייל עס איז יתכן אז מיט מאדעריניזירן [עדוקעישאן און געזונטהייט על הכלל וכו׳ וכו׳] וועלן IQ סתם אזוי ארויפגיין על הכלל כולו וכדומה.
(דאס, אז מיט דעם אלעמען גייען IQ ארויפגיין, האט מען א נאמען געגעבן דעם קאטעל פאראדאקס).) ווי אויך איז דאך דא א שטארקע אינווערס/נעגאטיווע קאָרעלעישאן בסתם צווישן IQ און א פריע-טויט; קלוגע איבערלעבן און לעבן לענגער.
עס איז אויך אינטרעסאנט צו באמערקן אז עס איז
יתכן (עכ״פ לגבי עדוקעישאן) אז די נעגאטיווע קאָרעלעישאן האלט בנוגע ווי נאנט אין געבורט איין קינד איז צו די אנדערע אין א פאמיליע און נישט צו ווי סאך קינדער דייקא זיי האבן.
ועיין ג״כ באשכול זו.נ.ב. עס איז דא א קאמעדי פילם Idiocracy וואס האט דאס אלס איר טעמע, וואו מ׳שלעפט איין א מענטש און ער וועקט זיך אויף אין די ווייטע צוקונפט וואו, אלס דעם אז קלוגע האבן נישט קיין סאך קינדער און נאַרישע יא, איז די וועלט געווארן גאר נאריש. מ׳קען עס זעהן
דא.
ומענין לענין באותו ענין איז מערקווידיג צו באטאנען אז עס זענען אויך דא שטודיעס וואס צייגן א נעגאטיווע קאָרעלעישאן צווישן אינטעלידזשענס און רעליגיע/רעלידזשיאסיטי; עכ״פ לגבי גלויבונג. ועיין (מ)כאן וכאן.