ברוינשטיין האט געשריבן:[ברוינשטיין האט געשריבן:איך אלץ א בחור אין די טין עידש יארן ליינענדיג דעם ארטיקל, קומט מיר טרערן פון די אויגן. איך שפיר ווי די שידוכים וועלט מאכט פון מיר פשוט א געלעכטער, ס'איז באמת ווייטאגליך.
איין טאג זאגן מיר מיינע עלטערן אז עפעס א נייע שדכן טראגט אן א שידוך פון מאנטריאל, די מיידל איז אכצן יאר, נארוואס ארויס פון שולע, דער שדכן ווייסט ניטאמאל ווער איך בין, און ווי גוט קען שוין דעם ש(ד)חין קענען די מיידל?
וואס דארף איך ענטפערן יא? ניין? מ'גייט זיך נאכפרעגן? נאכפרעגן ביי וועם? וואס וועט יענער זאגן, אז אין די זומער איז די מיידל אן עסיסטענט העד קאונסלער? ווערדלאז.
סוף המעשה, איך האב געזאגט ניין, ווייל אין מיינע אויגן האט מען גארנישט אנגעטראגן.
שוין, וואלגערט מען זיך ווייטער אין בעט אליינס.
איך שפיר ווי עפעס א פארקריפעלטע סארט באשעפעניש, וואס מען האט ארויסגעשניטן פון די עקאו סיסטעם.
אדער ווי א מייזל אין לאבעטאריע וואס ווארט אז די שדכנים\סייענטיסטן זאלן אויף מיר מאכן אן עקספערימענט.
איך האב מיט גאט'ס נאטירליכע וועלט זילטש.
ברוינשטיין: איך קען דיר גאראנטירן אז דער אריגינאלער ר' לייבל ברוינשטיין האט זיך אויך נישט געלאזט אנטראגן שידוכים דורך עפעס א שדכן. ער האט ענדערש מקיים געווען וואס דער רמב"ם זאגט..."אדם פוגע אשה בשוק"... או ב'אוניווערסיטי......!
דו ביסט אפשר א (שטיקל) קרוב צו ר' לייב'ל...?! דו האסט געהערט? דער גרויסער רוצח דזשוגאשווילי (ימ"ש) האט איהם געלאזט אומברענגען. אין מעקסיקא. וואואהין ער (ר' לייבל) איז אנטלאפן פון זיין היימלאנד. וואו ער איז געווען פאררעכנט פאר איינעם פון די חשוב'ע בעלי בתים...!