אגד באס 451 פון ירושלים קיין אשדוד

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

אגד באס 451 פון ירושלים קיין אשדוד

שליחה דורך ברוינשטיין »

מיינע מידע אויגן האבן זיך אויפגעקלעבט, די שארפע מיטל מזרח זון האט אנגעהויבן אדורך שיינען מיין אלט שטויביגע פענסטער, די פעשליך הינקעדיגע טויבן מיט אירע שפּאגעלדיג טונקל גרינע העלדזער וואס שאקלען זיך ביינעזאם מיט אירע טריט ווי  היפּיס,  הויבן אן קרעכצן און זיפצן ווי אלטע לייט.

מיין 1.5 ליטער עין גדי וואסער פלאַש זיצט סטאנציאנירט נעבן מיין בעט ווי אן אייראן דאום בעטערי גרייט נאס צי מאכן מיין אויסגעטריקענטע גארגל ווי נאר איך וועק מיר אויף פון מיין זיסער שלאף.

דער גערויש פון קאנסטראקציע דרילערייען איז מיר גאנץ קנאפ אנגעגאנגען, וויסענדיג אז די טאג איז א פאזיטיווער.

היינט איז פרייטאג, די ים און אשדוד איז היינט אויסשליסליך פאר דאס מענער פאלק.

מיינע פיס זענען אראפגענידערט געווארן פון דער איינציגע שטיקל שטח אין מיין באזיץ, ארויף אויף קאלטע שטיין כמנהוג מיטל מזרח, איך האב מיר צוזאמען געקליבן מיינע עטליכע חפצים פון מיין קארגע "אינווענטארי" איבער וואס איך הערש, ארויף געווארפן דעם ריקן-זאַק אויף מיין אויסגעריהטע אקסל, און געשטעלט טריט אינעם ריכטונג פינעם אייזערנעם בונקער טיר.

דער גאס האט געווירבעלט מיט טשאלמע'ס און אראבישע ארבייט'ס לייט, זיי שעלטן דעם טאג וואס האלט אינמיטן אפשטארבן.

אדורך קרייזנדיג די פילע ניסלעך געשעפטן אויפן ברעג פונעם שאסיי וועלכע ווערן אפערירט דורך די פארזויערטסטע פינעם מענטשהייט, זיי זענען מיך גרייט צו ארעסטירן פארן נישט קויפן זייער פייגל דרעק-באדעקטע ניסלעך וואס זענען אויסגעלייגט אינטערן פרייע הימל פולקאם גרייט איינצוזאפן טויבן אָפּפאַל. האב איך מיינע טריט מיט רעכט פארשנעלערט אין ריכטונג פונעם באס סטאנציע.

דער באס דרייווער איז געווען א מיטל יעריגער אשכנזי, א הוילן קאפ, וואס דערויף איז געווען פארקירט שווארצע זון ברילן, די עקן פון זיינע ברילן הענטלעך זענען געווען ווי אויף אייביג אריינגעדרוקט אין זיינע איבריג פלייש פון  קאפ, ער איז פון די סארטן וועלכע גיבן נישט קיין "הוד" פאר קיינעם, קורצע ארבל, הערט זיך זיינע אלטע ישראלישע פאלקס לידער און האלט זיינע אויגן אויפן שאסיי,

באצאלט.

מיינע אויגן זענען געוואנדן אויף די ארויפקומענדיגע קינדער געבענשטע פאמיליעס וועלכע פלאנירן צו וואוינען אויף דעם באס פאר די קומענדיגע וויילע.

ווי שוין דערמאנט פריער איז היינט ערב שבת, ס'האט אנגעהויבן אדורך לויפן מיין פנים א ווינט וואס שמעקט פון די היימישע לעידי פּערפיום,
ווען מיטאמאל זענען מיינע אויגן געפאלן אויף א גור'ע פּארפאלק. די מאמע האט געהאלטן איר פיצל באשעפעניש אין א משה רבינו קאסטן.  דער פאָטער א גרויסער מיט א גור'ער געשטאלט און טיף פאנאטישע אויגן, פול פרעים זילבערנע גלעזער וועלכע דערציילן אז ער איז א שיעור א' מגיד שיעור, מיט וועלכע די ראש הישיבה וועט זיך אלץ אדורך רעדן, די אומזיכערע כאלעט'ל פארבלאנדשעטע זענען איבערצייגט אז ער האט דאס לעצטע ווארט ביים אנעמען, און דאס טוט זיי פארכטן, ווי אויך האט די ישיבה א גוטע נאמען בלויז צוליב זיין אנוועזנהייט.

ער לאזט בליען לאנגע וואנצעס וועלכע דריזלען א יעדעס מאל ער הייבט נאר אויף זיין וואנזיניגע קול, זיין מויל גערוך טוט באשטעטיגן אז ער פאַסט נאך היינט. א ראבערנע האנט זייגער טיט טיילווייז אפשטעלן דאס בלוט געלויף ווען שווארצע הארעלעך שטאַרצן ארויס פון צווישן זיין ארבל און האנט זייגער באדעקענדיג זיין בלאסע לאַב, אלץ כדי "ווייטאמין די" זאל חלילה נישט אריינדרינגען,

די זאקן זיינע זענען פון די אויסגעטריקענטע סארטן, אבער גענוג אויף אנצוהאלטן די גור'ע הויזן וואס זעהן ליבערשט אויס ווי קאזאקן מונדירן, אדער אין בעסטן פאל ווי  טראדיציאנאלע אייראפעישע טאנצער הויזן, ווער האט די גרעסטע שיך? דער וואס האט די גרעסטע פיס...
   
זיי קוועטשן זיך אדורך דעם באס. און יא, מיר זעהט אויס האט מען נישט געפרעגט, די פאטער ווייזט פארן רביצין מיט באפעל אויף די זיץ און פארנט פון מיר, איבריג צו זאגן אז זי האט געשיקטערהייט געטון דאס רצון פון איר געשעצטע בן תורה.

צו מיין וואונדער האט זיך דער ראש המשפחה געזעצט אויפ'ן זיץ שיף אנטקעגן איבער מיך, פּאַראַלעל מיט זיין שטוב.
אקעי! איך האב שוין מיטגעהאלטן ערגערס, כ'האב שוין אפילו אמאל געזען ווי א קאפל צעקריגט זיך, ס'מאכט זיך, אקעי, פיין.
דא איז אבער אנדערש- (איז גוט...! כאַכאַכאַאַאַ...), זײ שמועסן ווי צוויי בינען וואס האבן זיך נארוואס אריין געגנב'עט אינעם האניג האלטער,  מיט א שוואכע מוט און מיט אויסגעזויגענע כוח האט דער פאטער פראבירט ארונטער צו זעצן זיין פיצל קנעכטעלע אויפן שויס, אבער אן ערפאלג. דאס קינד יאמערט און וויינט מיט לאגישע אויגן וואס דערציילן אז מענטשן רעכט פארלעצונגען קומען פאר כסדר, זיינע פיצי ענערגישע פיסעלעך מאכן א ויתרוצצו הבנים, ווי אויך זיין קליין טשאבי האנט  גראדשעט און פאַטשט זיין אבא'ס געזיכט, אויגן, בארד, און וואס נישט, אלץ וואס איז נאר פארהאן אויף דעם גורע'ס ביין טאבע, די ברילן זיינע זענען שוין טיילווייז קווארטירט אין דעם שוויציגן כף פינעם יונגער מייזל זיינע. אבער אונזער ראש המשפחה פירט ווייטער זיין קריג ווי א רוימישע גענעראל וואס קעמפט צו אינוואדירן א בוים, מיט ווייניג סימפאטיע כאפן זיינע גרויסע טאטע הענט אָן די הייקעלע קניען, און מיט קראפט טוט ער איר איינקנייטשן.

אבער קנעכטעלע קוויטשעט און קאַכט מיט אויפברויז און מיט א טאון וואס פראטעסטירט פאר יוסטיץ..

די אשת חיל מיט איר מוטערליכער הארץ וואס לאזט נישט צוזעהן דאס קינד אומבאקוועם, ווייזט מיט איר האנט פלאך אויף אהער, א פארזארגטער געזיכט מיט אויגן וואס קוקן ווילדערהייט ארום אויס מורא פאר בושה.

די פאָטער קוקט רעכטס קוקט לינקס און גרייט זיך אויף עפּעס אן אקט, די מאמע אויף די אנדערע זייט שליידערט אראפ די קריספי שאפינג בעגס פון איר שויס, דרייט אויס אביסל אירע קניען און ריכטונג פון איר מאן, גראָדעט אויס איר שעסל און שטרעקט מיט א דערשראקענקייט אויס אירע אומזיכערע הענט.

ניין, ווייזט די טאטע מיטן קאפ און ציהט צוריק דאס קינד, איידער דאס הענט פונעם נדה גרייכן אין ציל. וויאזוי ווילסטו אז דאס שעפעלע זאל אנקומען צו מיר, האב איך געקענט ליינען די מוטער'ס פנים.

די ראש המשפחה הייבט אביסל הינטער דעם קנעכטעלע, ווי צו ווייזן אז איך וועל איהם וואוילטעטיג אריבערווארפן אויף דיינע הענט.
די מוטער האט זיך טיף אריינגעצויגן אין איר זיץ כדי צו קענען ווייזן דעם באהאלטענע ניין מיט איר פינגער.    
מיט א ערנסטע פנים ווייזט דער פּאַפּאַ אז ס'איז נישטא קיין אנדערע אויסוואל, מ'מוז, ווייזט ער מיט זיין אפענער האנט פלאך וואס קלאפט אריין אין קנעכטעלע'ס אקסל, און קוקט נאכאמאל ארום א אנגעצויגענער וואס וויל שוין ענדיגען די סומאטאכע, בעפאר א יעדער וועט קלארשטעלן אז הרחקה איז אין קראפט....

איינס-צוויי-דריי-און....
כל מי שלא ראה זאת! לא ראה כלום מימיו...

א בילד איז אין מיינע אויגן פאראייביגט געווארן, ווי קנעכטעלע טוט פליען הילפסלאז און א צעקלאפטער פאלט צו די ערד!       

וויי איז פאר קנעכטעלע....
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

מ׳קען דאך דאס בעצם מתיר זיין, ביי א קינד אין דעם גיל, אלס חי נושא את עצמו ועיין בתשב״ץ (ח״ג סימן נח וסימן רל) והובא בפתחי תשובה ביו״ד סימן קצה ס״ק ט. וועגן דעם רופסטו אים ״קנעכטעלע״ ווייל עבד אין לו חייס - דער בהמה (וואס ביי א בהמה זאג איך טאקע נישט חי נושא את עצמו וכבשבת צד.), איך מיין צו זאגן בן תורה, האט זיך נישט געוואלט פארלאזן אויף דעם. נעבעך.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: אגד באס 451 פון ירושלים קיין אשדוד

שליחה דורך ברוינשטיין »

מי אני האט געשריבן:מ׳קען דאך דאס בעצם מתיר זיין, ביי א קינד אין דעם גיל, אלס חי נושא את עצמו ועיין בתשב״ץ (ח״ג סימן נח וסימן רל) והובא בפתחי תשובה ביו״ד סימן קצה ס״ק ט. וועגן דעם רופסטו אים ״קנעכטעלע״ ווייל עבד אין לו חייס - דער בהמה (וואס ביי א בהמה זאג איך טאקע נישט חי נושא את עצמו וכבשבת צד.), איך מיין צו זאגן בן תורה, האט זיך נישט געוואלט פארלאזן אויף דעם. נעבעך.
ווייסעך נישט, דארפסט פרעגן זיין קאמענדאנט

Sent from my SM-A125F using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום ברוינשטיין, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

שלום עליכם מיסטער ברוינשטיין, דיינע מליצות אין אויסדריקן זענען געוואלדיג, קיפ איט אפ!
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: אגד באס 451 פון ירושלים קיין אשדוד

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

הרב ברוינשטיין דיין שפראך איז רייך! ברענג נאך סחורה!
ייש"כ

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוינשטיין האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:מ׳קען דאך דאס בעצם מתיר זיין, ביי א קינד אין דעם גיל, אלס חי נושא את עצמו ועיין בתשב״ץ (ח״ג סימן נח וסימן רל) והובא בפתחי תשובה ביו״ד סימן קצה ס״ק ט. וועגן דעם רופסטו אים ״קנעכטעלע״ ווייל עבד אין לו חייס - דער בהמה (וואס ביי א בהמה זאג איך טאקע נישט חי נושא את עצמו וכבשבת צד.), איך מיין צו זאגן בן תורה, האט זיך נישט געוואלט פארלאזן אויף דעם. נעבעך.
ווייסעך נישט, דארפסט פרעגן זיין מאנדאט (איך האף אז איך שרייב ארויס גוט דעם ווארט, אויב נישט פארעכט מיר ביטע)

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

דאס האב איך פונקט געוואלט זאגן. וואס א (נארמאלער) מורה הוראה, וועלכער האט אויך דעם פינפטן, וועט איהם זאגן אינטרעסירט איהם (דעם טאאטן) נישט. ער דארף זיך צוערשט שואל עצה זיין מיט זיין (פערזענליכן) מורה דרך וועלכער וועיסט זיין מצב אין בעדרום...!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שרייבסט גאר גוט, נאר א משהוא צו נעגעטיוו.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: אגד באס 451 פון ירושלים קיין אשדוד

שליחה דורך ברוינשטיין »

איך אויך האט געשריבן:שרייבסט גאר גוט, נאר א משהוא צו נעגעטיוו.
אויף מענטשהייט?
אדער אויף דעם אימפאראנטווארטליכן קאָפל?
אפשר באדערט דיר אז איך בארעדט אזוי דאס מדינה?


Sent from my SM-A125F using Tapatalk
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

בכלליות.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דאס פארביטערטקייט שרייט ארויס פון יעדעס ווארט, הגם איך ווייס נישט צו דו ביזט טאקע פארביטערט צו דו שרייבסט נאר נאך א געוויסע סטייל וואס פארביטערטע מענטשן האבן ערפינדן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
בר גיורא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך בר גיורא »

wow סאבאבא! keep it up ברוינשטיין
btw די קו פון ירושלים-אשדוד איז 448...
ביטע פארעכטען
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
באניצער אוואטאר
בר גיורא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

look it up

שליחה דורך בר גיורא »

look it up ;)
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

שליחה דורך ברוינשטיין »

בר גיורא האט געשריבן:wow סאבאבא! keep it up ברוינשטיין
btw די קו פון ירושלים-אשדוד איז 448...
ביטע פארעכטען

ביידע פארן קיין אשדוד
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

ברוינשטיין האט געשריבן:
בר גיורא האט געשריבן:wow סאבאבא! keep it up ברוינשטיין
btw די קו פון ירושלים-אשדוד איז 448...
ביטע פארעכטען
ביידע פארן קיין אשדוד

Sent from my SM-A125F using Tapatalk


אויב וויל מען זיין טעכניש גערעכט איז עס די 450
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איז דאס א נאוועל? אדער בעיסד אן עי טרו סטארי?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

שמעקעדיג האט געשריבן:איז דאס א נאוועל? אדער בעיסד אן עי טרו סטארי?


איך ווייס נישט צי ס'איז געשעין, אבער ווי זאגט מען אין סאטמאר, מען דארף גלייבן אז ס'וואלט געקענט געשעין.

אלץ א (געוועיזענע) 450 רייזענדער האב איך מיטגעהאלטן אסאך ענליכע מעשיות, און בכלל צידרייטע געשעינישן פון די גור'ע, אז אלעס מאכט שוין סענס.

@ברוינשטיין פארוואס האסטו גענומען די 451, ס'סתם א אומוועיג צי אדורך פארן בית חלקיה, קוממיות, יסודות און גבעת ושינגטון?
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

שמעקעדיג האט געשריבן:איז דאס א נאוועל? אדער בעיסד אן עי טרו סטארי?


איך ווייס נישט צי ס'איז געשעין, אבער ווי זאגט מען אין סאטמאר, מען דארף גלייבן אז ס'וואלט געקענט געשעין.

אלץ א (געוועיזענע) 450 רייזענדער האב איך מיטגעהאלטן אסאך ענליכע מעשיות, און בכלל צידרייטע געשעינישן פון די גור'ע, אז אלעס מאכט שוין סענס.

@ברוינשטיין פארוואס האסטו גענומען די 451, ס'סתם א אומוועיג צי אדורך פארן בית חלקיה, קוממיות, יסודות און גבעת ושינגטון?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: אגד באס 451 פון ירושלים קיין אשדוד

שליחה דורך ברוינשטיין »

שמעקעדיג האט געשריבן:איז דאס א נאוועל? אדער בעיסד אן עי טרו סטארי?
אלץ-דינג איז אמת , חוץ דעם אויספיר ווי קנעכטעלע פאלט צו די ערד א צעקלאפטער.
אבער נישט געזארגט ער איז א צעקלאפט קינד.

Sent from my SM-A125F using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]ברוינשטיין[/tag] ברענגסט אריין א פרישקייט אין שטיבל, ווער נאר נישט פארשוואונדן אזוי ווי אסאך פרישע לייט. און א גרוס צו קנעכטעלע.
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: אגד באס 451 פון ירושלים קיין אשדוד

שליחה דורך ברוינשטיין »

איך זעה ווי די גרויסע לייבן דא, באווארפן מיך מיט הערצלעך און קאמפלימענטן, דער אין די עפענטליכקייט און געוויסע אין אישי.
טא, וואס פארפירט מען אז עס זענען ניטא קיינע ליבע ביים היימישן עולם?
קאפויער גאר!

Sent from my SM-A125F using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: אגד באס 451 פון ירושלים קיין אשדוד

שליחה דורך ברוינשטיין »

קהל'ס נער האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:איז דאס א נאוועל? אדער בעיסד אן עי טרו סטארי?


איך ווייס נישט צי ס'איז געשעין, אבער ווי זאגט מען אין סאטמאר, מען דארף גלייבן אז ס'וואלט געקענט געשעין.

אלץ א (געוועיזענע) 450 רייזענדער האב איך מיטגעהאלטן אסאך ענליכע מעשיות, און בכלל צידרייטע געשעינישן פון די גור'ע, אז אלעס מאכט שוין סענס.

@ברוינשטיין פארוואס האסטו גענומען די 451, ס'סתם א אומוועיג צי אדורך פארן בית חלקיה, קוממיות, יסודות און גבעת ושינגטון?
השגחה פרטית

Sent from my SM-A125F using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוינשטיין: ברוך שכיוונת. או שכיוונתי. איך האב פונקט געוואלט געבן דעם ענטפער (צו קהל'ס נער) נאך פאר איך האב געזעהן דברי קדשיך...!
פארשפארט