וועלכע היינטיגע רבי'ס זענען ראוי לאותה איצטלא?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
petrishke
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 8:52 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך petrishke »

מיין פיק, איז ר' מיילעך טאשער שליט''א
און כ'בין מסכים מיט רוב וואס אלע האבן אויסגערעכענט.
אבער מיט איינעם נישט; און דאס איז פשעווארסק, וואס איך פערזענליך האב מיטגעהאלטן ווי ער האט מיט רשעות וויי געטון און צעשטערט שידוכים, ווייל ס'נישט געווען לפי דעתו
[און פון פרעמדע צדדים, און דאס איז אויסער די גרויסע גריסן וואס איז דא פון עהם אין די וועלט, זיינע קינדער און אייניקלעך, און זיינע מיאוסע שלוחים]

ר' יאנקעלע איז געווען א חד בדרא
The greatest science, changed their minds
מחצה''ק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 238
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך מחצה''ק »

בעלזא
קארלין
תולדות אהרן
באבוב ארבעים ושמונה
די האלט איך אז זיי האבן א כוח הנהגה
צי איך האלט פערסענאל פון זיי זאג איך נישט
מחצה''ק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 238
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך מחצה''ק »

petrishke האט געשריבן:מיין פיק, איז ר' מיילעך טאשער שליט''א
און כ'בין מסכים מיט רוב וואס אלע האבן אויסגערעכענט.
אבער מיט איינעם נישט; און דאס איז פשעווארסק, וואס איך פערזענליך האב מיטגעהאלטן ווי ער האט מיט רשעות וויי געטון און צעשטערט שידוכים, ווייל ס'נישט געווען לפי דעתו
[און פון פרעמדע צדדים, און דאס איז אויסער די גרויסע גריסן וואס איז דא פון עהם אין די וועלט, זיינע קינדער און אייניקלעך, און זיינע מיאוסע שלוחים]

ר' יאנקעלע איז געווען א חד בדרא

יא ר' ליבוש האט אויך א שווארצע זייט
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: וועלכע היינטיגע רבי'ס זענען ראוי לאותה איצטלא?

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

איך מיין יעדער איז איי שטומענג מיט @העניך׳ס ליסטע ווייל קיין איינע פין די גיין מיט קאלירטע בעקעטשעס וואס דעמאלטס ווערט די זאך טשעלענדזינג.

ווער אין ווי זוי קלויבט די רבי שליטא אויס וועלכע קאליר בעקעטשע היינט אונצוטעוהן אין ווען צו טוישען??
דאס מענטשעלע שפילט........
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך בעל דרשן »

[center][/center]
קאצקע ציקער האט געשריבן:האדמור מבאבוב -45


ס'האט מיר געקאסט א לאך ...
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: וועלכע היינטיגע רבי'ס זענען ראוי לאותה איצטלא?

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

אזוי זעהנדיג א פרישע אשכול פון דעם ספרא רבא @העניך קוק איך אריין און כ'ליין עס דורך, אבער די טאפיק האט נישט געצויגן מיין אינטערעססע, און כ'בין געגאנגן זוכן אינטערעסאנטערע אשכולות ווי וועלכע כ"ק אדמו"ר איז ראוי....
אבער לכבודו של העניך האב איך עס איבערגעליינט א צווייטע מאל און כ'האב אפגעמאכט ביי מיר אז כ'גיי יעצט ארויסקריכן פון מיין באקס און שרייבן זאכן קעגן מיין געווענליכע טראכטענסגאנג. דהיינו, אז רביס און דינאסטישע פירערס זענען טאקע נאר ווערט זייערע נעמען וואס זיי טראגן, נאך זייערע הויפן וואס זיי האבן ג'ירשנט און נישט מער, אן קיין שום ספעציעלע געלונגענקייט וואס זאל זיי באגלייטן און געבן די רעכט פון זיין פירער'ס פון די אנשטאלטן וואס טראגן זייערע בנשיאות כ"ק אדמו"ר שליט"א.

און אזוי טראכטענדיג פון עפעס א קלינגעדיגן נאמען וואס זאל ארויסרופן צופרידנקייט און פארדרוס צוגלייך, ביים עולם דא אין שטיבל, איז מיר בהשקפה ראשונה ארויפגעקמען דער היינטיגער בעלזער רבי! יעצט איידער דער עולם דא הויבט אויף די ברעמען צו קוקן שארף אויף מיר פאר אזוינע חוצפה ווערטער! א רבי א כ"ק אדמו"ר א דינאסטישע פירער פונקט ווי אלע, מאי שנא פון זיינע שוואגערס אדער פון אנדערע רבי'שע פירערס??? איז קו"כ לאמיר אנהייבן מיט דעם דיסקלעימער, לא בעלזער ולא מכנובקער, וגם לא מתנגד לבעלז אנכי! אלע מיינע זיידעס און באבעס פון אלע זיי זייטן ארויף ביז משה רבינו זענען נישט געווען קיין בעלזע! יא מיין טאטע האט מיר פארציילט אז ער איז געווען אין געדענקט נאך ווען דער בעלזער רב רבי אהרן איז געווען אין בודאפעסט ווען ער איז אינאיינעם מיט זיין ברודער דער בולגרייער אנטלאפן פון די נאציס און ער געדענקט דעם באקאנטן דרשה וואס דער בולגרייער האט געהאלטן, אבער מער פון דעם וועגן בעלז ווייס איך נישט צו זאגן.

יעצט צוריק לענייננו, דער בעלזער רבי איז מיט עטליכע זאכן אנדערש ווי זיינע שוואגערס אדער ווי אנדערע כ"ק אדמו"רס פון די גאס און דאס מאכט עם ארויסשטיין פון אנדערע, און צו איז דאס וואס העניך מיינט "לאותה איצטלא" ווייס איך נישט, אבער דער בעלזער רבי קוקט מיר אויס צו זיין די נענסטע צו דעם קאטעגאריע.

איינס, דער בעלזער האט אויפגעבויעט זיין חסידות פון סקרעטש, נישט פון זיין טאטן, אזויווי רוב, און דאס ביסעל וואס בעלז האט פארמאגט נאך די מלחמה ווי רוב רובו פונעם פולישן אידענטום זענען פארטיליגט געווארן האט ער אנגעדרייט פאר א גרויסע חסידות מיט צווייגן אומעטום.

צווייטענס, ער איז געווען דער נחשון וואס האט איינגעפירט פראפעציאנעלע הילף פאר תלמידים ותלמידות אין אלע בעלזע מוסדות, א זאך וואס האט גענומען יארן לאנג מ'זאל עס נאכמאכן אין אנדערע מוסדות. נאר פארדעם אליין קומט עם דעם טיטל לאותה איצטלא!



Sent from my SM-G991U using Tapatalk
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

מצד זיינע גאלדענע מדות, און איידעלער שפראך איז ער זיכער ראוי.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך בעל דרשן »

מיין ליסטא איז גראדע זייער גרויס אינזער דור איז באשאנקען מיט גוטע אידן

אמשינאוו א קדוש וטהור
ליסקא
סקולען א עובד השם
טשערנאבל ביידע רבי'ס זענען לעכטיג און הייליג
נדבורנא פון בני ברק ער מאכט א פיינע רושם
דעעש פון בני ברק
מונקאטש
באבוב א מנהיג וואס איז גאר געטריי פאר זיינע חסידים שידוכים.. יתומים.. א שטארקע מנהיג וואס דערשרעקט זיך נישט פון די גאס
דושינסקיא פון די שענסטע מנהיגים היינט
לעלוב פון בית שמש זיין ברידער פון בני ברק איז אויך נישט אוועקצומאכן
בורשטין
קוזמיר
קאפיטשניץ פון ארץ ישראל
ביאיאן
רבי שאול אלתר
ספינקא פון בארא פארק
פאפא
צעהלים
קרעטשניף פון רחובות
דינוב
לויצק
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: וועלכע היינטיגע רבי'ס זענען ראוי לאותה איצטלא?

שליחה דורך פאליטיקאנט »

מי אני
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פאליטיקאנט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

מיין לאנגע ליסטע פון אדמורי"ם ורבנים געפונט זיך ביי די גרינע פעידזשעס אין בעק פון ביזנעס דיירעקטארי, מיט די בדחנים ליסטע פון איין זייט, און שוחטים פון צווייטען, כולם שוין לטובה...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

ר' איטשע מאיר מארגענשטערן

ר' יעקב מאיר שכטר

ר' יצחק יוחנן האגער

רב דקהל אמונת ישראל

ר' מיכל לעבאוויטש, אדמו''ר מניקלישבורג
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

האדמו"ר מתולדות אהרן

ובנו הרה"צ רבי אהרן קאהן שליט"א ממאנסי

ביידע געהויבענע עובדי ה' באמת מנעוריהם
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

בעלזער רב שליט"א
מישו מאוד מעניין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 19, 2016 8:54 am
האט שוין געלייקט: 115 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

שליחה דורך מישו מאוד מעניין »

@העניך!
איך גלייך נישט דיין אשכול,
זייט ווען דארף א רבי זוצען און לערנען תורה מיט די חסידים? יא ער שטעלט מחנכים אז אלעס זאל קלאפען אבער די רבי?
די קענסט אביסעל היסטוריה פונעם בעל שם טוב זי"ע?
אוי וואלסטו איהם בערעדט און יעדער אשכול...
למשל נעם 1 קליינע באוויסטע זאך, מוצאי שבת נאך הבדלה האט ער צאם גערופען זיינע גרעסטע תלמידים (היינט וואלט מען זיי גערופען די נאכשלעפערס/ליידיגערס) און גזאגט לאמיר אריבער פארן צו דער און דער שטאט, @העניך פאר מאנטיג זענען זיי נישט געוועהן צוריק און שטאט. יעצט טראכט אריין ווי זענען די ווייבער פון די אלע תלמידים? זייערע מענער זענען פשוט ארויס פון די היים שבת נאכמיטאג און צוריק געקומען מאנטיג, פארוואס? וועגן די רבי האט זיי גהייסען מיט קומען...

א רבי (נישט קיין חילוק וועלכע) איז גמאכט אז מען זאל זיין דבוק בלב ונפש און וואס ער הייסט וועט מען פאלגען.
דאס איז די סיבה פארוואס רוב פון דיינע נעמען וואס די האסט געשריבען זענען מגידים אדער משפיעים, זיי זאגן זעהר שיינע זאכן אבער גהערט און גאגנגען ווייטער. משא"כ א רבי וועט זאגן א זאך, אפילו יד ימין שזה שמאל דארפסטו גלייבען און דעם . און די האבען אסאך מענטשן די פראבלעם אז 2021 זאלן מען אננעמען א זאך וואס איינער גרעסער פון דיך זאגט...

@העניך ליין אביסעל די היסטוריה פון תלמידי בעל שם (אבער אלע פרטים) און נאכדעם שרייב ווייטער

נ.ב. אפטא רב זי"ע וואס איז באקאנט אז ער האט נישט אויף גהערט צו עסן, ווי אזוי וואלסטו איהם אנגעקוקט 2021???
ליפא מאכט לאכט פון א יעדער
petrishke
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 8:52 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך petrishke »

מישו מאוד מעניין האט געשריבן:@העניך!
איך גלייך נישט דיין אשכול,
זייט ווען דארף א רבי זוצען און לערנען תורה מיט די חסידים? יא ער שטעלט מחנכים אז אלעס זאל קלאפען אבער די רבי?
די קענסט אביסעל היסטוריה פונעם בעל שם טוב זי"ע?
אוי וואלסטו איהם בערעדט און יעדער אשכול...
למשל נעם 1 קליינע באוויסטע זאך, מוצאי שבת נאך הבדלה האט ער צאם גערופען זיינע גרעסטע תלמידים (היינט וואלט מען זיי גערופען די נאכשלעפערס/ליידיגערס) און גזאגט לאמיר אריבער פארן צו דער און דער שטאט, @העניך פאר מאנטיג זענען זיי נישט געוועהן צוריק און שטאט. יעצט טראכט אריין ווי זענען די ווייבער פון די אלע תלמידים? זייערע מענער זענען פשוט ארויס פון די היים שבת נאכמיטאג און צוריק געקומען מאנטיג, פארוואס? וועגן די רבי האט זיי גהייסען מיט קומען...

א רבי (נישט קיין חילוק וועלכע) איז גמאכט אז מען זאל זיין דבוק בלב ונפש און וואס ער הייסט וועט מען פאלגען.
דאס איז די סיבה פארוואס רוב פון דיינע נעמען וואס די האסט געשריבען זענען מגידים אדער משפיעים, זיי זאגן זעהר שיינע זאכן אבער גהערט און גאגנגען ווייטער. משא"כ א רבי וועט זאגן א זאך, אפילו יד ימין שזה שמאל דארפסטו גלייבען און דעם . און די האבען אסאך מענטשן די פראבלעם אז 2021 זאלן מען אננעמען א זאך וואס איינער גרעסער פון דיך זאגט...

@העניך ליין אביסעל די היסטוריה פון תלמידי בעל שם (אבער אלע פרטים) און נאכדעם שרייב ווייטער

נ.ב. אפטא רב זי"ע וואס איז באקאנט אז ער האט נישט אויף גהערט צו עסן, ווי אזוי וואלסטו איהם אנגעקוקט 2021???

כ'האב דאס גראדע געטראכט, אבער אויף א ערליכע וועג.
א רבי היינט וואס פליעט אין הימל אזויווי דער אמשונאווער, פליעט מסתמא זיין ווייב\רעבעצין כביכול אין די צווייטע עק קוטב הצפוני.
קודם דארף מען זיין א גוטער יוד אין שטוב, און נאכדעם אז מ'קען זיין פאר א צווייטן אויך, הייבט מען הערשט אן צו הייסן א גוטע יוד אין גאס.
The greatest science, changed their minds
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

כ'וועל ארויס קימען פון די קלאזעט......האלט אייך די אטעם.....כ'בין א בעלזער...

בעלזא רבי איז א צדיק וואס איז ראוי לאותו איצטלא.

לאמיר נישט רעדן פון belz & co. וואס איז קארופטירט דורך און דורך, דעיס האט נישט מיט עים, ער לאזט יעדע מנהל, ראש ישיבה, עסקן, עקסטרעמיסט, נאכשלעפער, וויכטיגמאכער פירן זייער אפטיילונג וויאזוי זיי פארשטייען, איי ער זאגט די רב האט מיר אזוי געזאגט, ס'מיינט נישט אז די רב האט אזוי געזאגט ס'מיינט אז די עסקן זאגט אז די רב האט אזוי געזאגט. (קיין איין בעלזער וועט נישט מודה זיין פאר א פרעמדער ווי פארפאלט אינזער סיסטעם איז, אבער צווישן זיך וועט אפילו די גרעסטע נאכשלעפער פון רב האקן אויף די קאמפאני)

איך וויל יעצט רעדן פון הרב ר' ישכר דוב רוקח אדמו"ר מבעלזא.

ווען מען גייט אריין צי עים ביחידות פאלט א אימה ויראה רתת וזיעה, דעיס האב איך נאכנישט געהאט ביי קיין איין רבי (און איך בין שוין געוועין ביי אסאך).
@דערהויבענע @גאלדענע @סמבטיון זייטס מעיד אז ס'איז טאקע אזוי.
לאמיר זעין די אלע וואס זאגן אז ער איז א גארנישט, גייטס אריין צי עים און עפן דיך דאס מויל, וועסט נישט קענען, וועסט ציטערן ווי א כתה א' יונגל פון די רבי, ס'איז א יראת הרוממות וואס הערשט דארט, ס'איז נישט קיין קינץ צי זיצן אין א עסקעלעיד פאלי-לאודעד און זאגן אז די בעלזער איז א ......, גיי אריין צי עים וועסט שוין אלעס פארשטיין.

און איך בין נישט קיין אונגערישע וואס גלייבט באבע מעשיות מיט בליי גיסעכץ מיט סגולות און נארישקייטן אפילו אין בעלזא רבי האב איך נישט געוואלט גלייבן, וואס זאל איך טין מיינע פיס זענען געוועים דא לדא נקשן, מלאך רע בע"כ יענה אמן, עפעס העכערס גייט פאר דארט.

און אוואדי האט ער אליינס געבויט זיין חסידות, ס'טאקע געוועין אפאר הינדרעט חסידים פאר עים, וואס רובם האבן זיך נישט מכניע געוועין צי עים, ערשט ווען ער איז גרויס געווארען האבן זיי זיך אינטערטעניגט, ווען עני אנדערע מענטש וואלט געווארען בעלזא רבי, וואלט בעלזא געוועין נאך עפעס א חסידות'ל אזוי קרעטשניף סיגעיט צי צאנז זשמיגריד, יא אפאר הינדרעט משפחות, אן קיין מוסדות, אינטערטעניגט צום עדה הטרוריסטית, וזהו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

העניך במחילת כבודך, ווייסטו נישט וואס דו רעדסט בחייכון וביומייכון,
איך וויל נישט איבערדרייען די אשכול דא איבער בעלזער רב,און עס פארוואנדלן צו א צימעס אשכול, אבער נאר דיר צו ענפערן ממש בקיצור,
בעלזער רב האט באקומען זיין חסידוצת אויף א גאלדענע טאץ?? איז בערך ווי די זאגסט אז די הכתרה פון ר' שאול איז געווען שמחת תורה אין ירמיהו בראשות גערער רבי שליט"א.., רוב עלטערע חשובע בעלזע חסידים זענען אויסדריקליך נישט געגאנגן מיט היינטיגן בעלזער רב, די וואס יא זענען נאכגעקומען שפעטער , בעלזער רב האט געבויט זיין חסידות מיט די 10 פינגער און געהאסעלט און געריסן שטיקער פון זיך צו אויפבויען בעלזא די לעצטע 50 יאהר, און אין די זעלבע צייט נאך פאר סעגעווען אין סטייל צו מאכן בעלי תשובות האט בעלזער רב אויפגעטוהן גדולות ונצורות צוריק ציברענגן יידישע קינדער צו זייער אמונה אין די מאסן!, און דאס האט גארנישט מיט בעלזא איינגעלייגט און נאך הינדערטע פעולת פארן כלל און פרט, וואס איז יעצט נישט דער צייט אויסצורעכענען, ווער דען איז ראוי לאותו איצטלא אויב נישט אזא יוד? ווייל זיין הארוואניע האט זיך אויסגעצאלט אין זיינע מעשים זענען פארוואנדעלט געווארן צו א מעכטיגע אימפעריע איז ער געווארן אויסקוואלעפיצירט?
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

@ברוינשטיין די זיי אויך מעיד
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: וועלכע היינטיגע רבי'ס זענען ראוי לאותה איצטלא?

שליחה דורך ברוינשטיין »

א סקרוך איז מיר פארלאפן אין די קישקעס, זעהנדיג ווי מען רירט צו אזא הייליגער איד, אפילו עס איז בדרך כבוד דארף מען נאך אלץ אבאכט גיבן.
מ'מיינט אמאל אז ס'איז נאר א ווערטל, א ווארט אהער, א ווארט אהין.
ס'איז גארנישט קיין וויץ.
אסאך האבן שוין געטון דעם טעות פון בארעדן ד'רב, און האבן ביטערליך חרטה געהאט אויף דעם, ביים סוף זענען זיי אלע געגאנען איבער בעטן ס'רב ווייל דער מצב ביי זיי האט נישט געטויגט.
רבותי, ס'איז א שפיל מיט פייער!


Sent from my SM-A125F using Tapatalk
ישן מלא חדש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re: וועלכע היינטיגע רבי'ס זענען ראוי לאותה איצטלא?

שליחה דורך ישן מלא חדש »

ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רבי יואל ראטה
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ר' דויד שטיינער, פון מאנסי. ער איז א שטארקער עובד ה'. ער איז בבחינת ווי די גמ' זאגט..."שייף עייל, שייף נפיק. ולא מחזיק טיבותא לנפשיה"...!


איר מיינט ר׳ מרדכי שטיינער?

א חסיד פון וילנא: זעהט די הגהות הב"ג (בעל עגלה)...!
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

קהל'ס נער האט געשריבן:כ'וועל ארויס קימען פון די קלאזעט......האלט אייך די אטעם.....כ'בין א בעלזער...

בעלזא רבי איז א צדיק וואס איז ראוי לאותו איצטלא.

לאמיר נישט רעדן פון belz & co. וואס איז קארופטירט דורך און דורך, דעיס האט נישט מיט עים, ער לאזט יעדע מנהל, ראש ישיבה, עסקן, עקסטרעמיסט, נאכשלעפער, וויכטיגמאכער פירן זייער אפטיילונג וויאזוי זיי פארשטייען, איי ער זאגט די רב האט מיר אזוי געזאגט, ס'מיינט נישט אז די רב האט אזוי געזאגט ס'מיינט אז די עסקן זאגט אז די רב האט אזוי געזאגט. (קיין איין בעלזער וועט נישט מודה זיין פאר א פרעמדער ווי פארפאלט אינזער סיסטעם איז, אבער צווישן זיך וועט אפילו די גרעסטע נאכשלעפער פון רב האקן אויף די קאמפאני)

איך וויל יעצט רעדן פון הרב ר' ישכר דוב רוקח אדמו"ר מבעלזא.

ווען מען גייט אריין צי עים ביחידות פאלט א אימה ויראה רתת וזיעה, דעיס האב איך נאכנישט געהאט ביי קיין איין רבי (און איך בין שוין געוועין ביי אסאך).
@דערהויבענע @גאלדענע @סמבטיון זייטס מעיד אז ס'איז טאקע אזוי.
לאמיר זעין די אלע וואס זאגן אז ער איז א גארנישט, גייטס אריין צי עים און עפן דיך דאס מויל, וועסט נישט קענען, וועסט ציטערן ווי א כתה א' יונגל פון די רבי, ס'איז א יראת הרוממות וואס הערשט דארט, ס'איז נישט קיין קינץ צי זיצן אין א עסקעלעיד פאלי-לאודעד און זאגן אז די בעלזער איז א ......, גיי אריין צי עים וועסט שוין אלעס פארשטיין.

און איך בין נישט קיין אונגערישע וואס גלייבט באבע מעשיות מיט בליי גיסעכץ מיט סגולות און נארישקייטן אפילו אין בעלזא רבי האב איך נישט געוואלט גלייבן, וואס זאל איך טין מיינע פיס זענען געוועים דא לדא נקשן, מלאך רע בע"כ יענה אמן, עפעס העכערס גייט פאר דארט.

און אוואדי האט ער אליינס געבויט זיין חסידות, ס'טאקע געוועין אפאר הינדרעט חסידים פאר עים, וואס רובם האבן זיך נישט מכניע געוועין צי עים, ערשט ווען ער איז גרויס געווארען האבן זיי זיך אינטערטעניגט, ווען עני אנדערע מענטש וואלט געווארען בעלזא רבי, וואלט בעלזא געוועין נאך עפעס א חסידות'ל אזוי קרעטשניף סיגעיט צי צאנז זשמיגריד, יא אפאר הינדרעט משפחות, אן קיין מוסדות, אינטערטעניגט צום עדה הטרוריסטית, וזהו.

@קהל'ס נער
איך בין קיינמאל נישט געווען מיט בעלזער רבי אינטער איין דאך! בשכינות אינטער איין הימל יא, ווייסט ווען אין תש"מ ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע און געוואלט קומען באזוכן וויליאמסבורג, נאך די געשטאפטע גענז דרשה ווען די סאטמערע הונגעריקע וועלף האבן עם געוואלט צופליקן, און עם אפגעווארט אויף די דעכער אויף בעדפארד עוועניו, יוש געדענק איך נאך יענעם נאכט.
בכלל בין איך נישט קיין רבי גייער, נישט צו לעבעדיגע און נישט צו קברים, ס'בכלל נישט מיין סטייל, שוין מן הסתם קרוב צו דרייסיג יאר וואס כ'ריר נישט צו צו די זאכן. און בכלל וואלסט מיך נישט געוואלט האבן אלס א בעלזער חסיד
[emoji1787]
פארשפארט