אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוינשטיין האט געשריבן:[
ברוינשטיין האט געשריבן:איך אלץ א בחור אין די טין עידש יארן ליינענדיג דעם ארטיקל, קומט מיר טרערן פון די אויגן. איך שפיר ווי די שידוכים וועלט מאכט פון מיר פשוט א געלעכטער, ס'איז באמת ווייטאגליך.

איין טאג זאגן מיר מיינע עלטערן אז עפעס א נייע שדכן טראגט אן א שידוך פון מאנטריאל, די מיידל איז אכצן יאר, נארוואס ארויס פון שולע, דער שדכן ווייסט ניטאמאל ווער איך בין, און ווי גוט קען שוין דעם ש(ד)חין קענען די מיידל?

וואס דארף איך ענטפערן יא? ניין? מ'גייט זיך נאכפרעגן? נאכפרעגן ביי וועם? וואס וועט יענער זאגן, אז אין די זומער איז די מיידל אן עסיסטענט העד קאונסלער? ווערדלאז.

סוף המעשה, איך האב געזאגט ניין, ווייל אין מיינע אויגן האט מען גארנישט אנגעטראגן.

שוין, וואלגערט מען זיך ווייטער אין בעט אליינס.

איך שפיר ווי עפעס א פארקריפעלטע סארט באשעפעניש, וואס מען האט ארויסגעשניטן פון די עקאו סיסטעם.
אדער ווי א מייזל אין לאבעטאריע וואס ווארט אז די שדכנים\סייענטיסטן זאלן אויף מיר מאכן אן עקספערימענט.
איך האב מיט גאט'ס נאטירליכע וועלט זילטש.

ברוינשטיין: איך קען דיר גאראנטירן אז דער אריגינאלער ר' לייבל ברוינשטיין האט זיך אויך נישט געלאזט אנטראגן שידוכים דורך עפעס א שדכן. ער האט ענדערש מקיים געווען וואס דער רמב"ם זאגט..."אדם פוגע אשה בשוק"... או ב'אוניווערסיטי......!

דו ביסט אפשר א (שטיקל) קרוב צו ר' לייב'ל...?! דו האסט געהערט? דער גרויסער רוצח דזשוגאשווילי (ימ"ש) האט איהם געלאזט אומברענגען. אין מעקסיקא. וואואהין ער (ר' לייבל) איז אנטלאפן פון זיין היימלאנד. וואו ער איז געווען פאררעכנט פאר איינעם פון די חשוב'ע בעלי בתים...!
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

שליחה דורך מונטסורי »

קהל'ס נער האט געשריבן:לאמיר צירקגיין צי דערהויבענעס משל פון ריעל עסטעיט, לויט דיך זאל איך אריינלייגן 100ק מיט פארמאכטע אויגן, ווייל אפילו אויב איך מאך ריסערטש און איך טרעף א גיטע פראפערטי, קען זיין אז אין 20 יאר ארום וועט עס גיין קראכן, מילא איז א שאד די גאנצע דו-דיליג'נס.

אוודאי נישט, פארדעם שלאג איך טאקע פאר אז די עלטערן וואס זענען האפענטליך אחריות׳דיג זאלן מאכן די ריסערטש און נישט די קינדער. עס קען זיין ס׳הערשט א נאכלעסיגקייט אין זיך נאכפרעגן כדבעי און/אדער א פראבלעם פון פשוט פארקויפען די קינדער פאר געלט, סטאטוס, און אנדערע נארישקייטען, אבער דאס זענען נישט סיסטעמאטישע פראבלעמען, יעדער יחיד קען גאנץ גרינג אפמאכן ביי זיך באמת צו טון דאס בעסטע פאר זייער קינד, און מאכן די בעסטע ריסערטש מעגליך וכו׳. וואס איז יא א סיסטעמאטישע פראבלעם איז דאס אז די מדובר/ת האבן כמעט נישט קיין אינפּוט ווי [tag]עצי שטים[/tag] און [tag]ברוינשטיין[/tag] באקלאגען זיך און שלאגען פאר אז די קינדער זאלן טון די גאנצע אדער רוב ארבעט, אויף דעם זאג איך אז אונזער מהלך החיים איז נישט ממש גרייט אויף דעם. אפשר אויב מ׳וואלט געשטופט די עלטער פון חתונה האבן צו פינף און צוואנציג און מ׳מאכט נישט קיין בעיביס פאר די ענדע פון שנה ראשונה קען מען אפשר רעדן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מונטסורי: דו זאגסט גאנץ גוט. נאר איין קליינע הערה. דו מיינסט זיכער צו זאגן..."סיסטעמ'ישע"...פראבלעמען. ס'איז א (שטיקל) חילוק פון סיסטעמיש ביז סיסטעמאטיש. ואכמ"ל. אפשר יא. אויב דו ווילסט...!
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

שליחה דורך מונטסורי »

ש׳כח ר׳ בערל! יעצט מגגל געווען ואין ק״ש בלא חידוש :)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס איז אמת אז אונזער שידוכים סיסטעם טויג נישט, אבער ווי עס קוקט אויס איז בכלל נישט דא עפעס בעסערס.

אויב מ'זאל פרעגן אפאר יאר נאך די חתונה יעדער איינער וואס האט געדעיט זיין שותף פאר א לענגערע צייט, סיי ביי יודן און סיי ביי די גויים, צו די רילעשענשיפ איז די זעלבע ווי ביים דעיטן, וועלן רוב מענטשן ענטפערן אז ניין, און זייער אסאך זוכן, אדער וואלטן געוואלט עפעס בעסערס.

דאס וואס די שרייבסט…

מען האלט שוין אסאך יארן נאך די מעשה, און איך בין נאך ב''ה פיין חתונה געהאט, אונז קומען זיך גוט דורך און שלאגן זיך ווייניג, אבער די מחשבות לויפן מיר כסדר אין קאפ, איז זי טאקע מיין נומער איינס אויסוואל?


שרייבסטו קלאר ארויס וואס דיין פראבלעם איז, ווייל אויב די אהבה איז תלוי בדבר, דעמאלט'ס וועט טאקע זיין פראבלעמען, ווייל ס'איז אייביג דא "שענער, קלוגער און בעסער", ממילא וועסטו זיין ביזי זוכן עפעס בעסערס.

אמת'ע אהבה איז "אנקאנדישנעל", דאס מיינט אז די דארפסט איר ליב האבן פאר "גארנישט" , נאר בלויז ווייל זי איז דיין ווייב, ווייל אויב די האסט איר ליב פאר "עפעס", וועסטו טרעפן "עפעס" בעסערס ביי יענעם!
עובדיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 12:52 am
האט שוין געלייקט: 157 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך עובדיה »

אור האמת האט געשריבן:עס איז אמת אז אונזער שידוכים סיסטעם טויג נישט, אבער ווי עס קוקט אויס איז בכלל נישט דא עפעס בעסערס.

אויב מ'זאל פרעגן אפאר יאר נאך די חתונה יעדער איינער וואס האט געדעיט זיין שותף פאר א לענגערע צייט, סיי ביי יודן און סיי ביי די גויים, צו די רילעשענשיפ איז די זעלבע ווי ביים דעיטן, וועלן רוב מענטשן ענטפערן אז ניין, און זייער אסאך זוכן, אדער וואלטן געוואלט עפעס בעסערס.

אמת'ע אהבה איז "אנקאנדישנעל", דאס מיינט אז די דארפסט איר ליב האבן פאר "גארנישט" , נאר בלויז ווייל זי איז דיין ווייב, ווייל אויב די האסט איר ליב פאר "עפעס", וועסטו טרעפן "עפעס" בעסערס ביי יענעם!

איך האב אמאל געהערט פון איינעם א גוטע סברה אין דעם, אז ווען א מענטש מאכט זיין אייגענע אויסוואל וועט ער עס נאכדעם אליינס דעפענדען, ווייל ס'איז זיין אויסוואל געווען און ער וויל זיין גערעכט, משא"כ ווען א צווייטער טוהט עס פאר עם [כל שכן ווען יענער מיינט נישט דוקא זיין טובה] פארוואס זאל ער זיין צופרידן מיט יענעמ'ס אויסוואל, און נישט טראכטן אז ער וואלט געקענט טוהן עפעס בעסערס.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שוין צייט צו טוישן דאס קעפל צו ״פארקרומטע סברות מיט וואס מענטשן ברעינוואשן זיך כדי צו פארענטפערן נארישקייטן וואס זיי זענען באגאנגען אין די אינגע יארן.״
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שוין צייט צו טוישן דאס קעפל צו ״פארקרומטע סברות מיט וואס מענטשן ברעינוואשן זיך כדי צו פארענטפערן נארישקייטן וואס זיי זענען באגאנגען אין די אינגע יארן.״

:like
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

אור האמת האט געשריבן:עס איז אמת אז אונזער שידוכים סיסטעם טויג נישט, אבער ווי עס קוקט אויס איז בכלל נישט דא עפעס בעסערס.

אויב מ'זאל פרעגן אפאר יאר נאך די חתונה יעדער איינער וואס האט געדעיט זיין שותף פאר א לענגערע צייט, סיי ביי יודן און סיי ביי די גויים, צו די רילעשענשיפ איז די זעלבע ווי ביים דעיטן, וועלן רוב מענטשן ענטפערן אז ניין, און זייער אסאך זוכן, אדער וואלטן געוואלט עפעס בעסערס.

דאס וואס די שרייבסט…

מען האלט שוין אסאך יארן נאך די מעשה, און איך בין נאך ב''ה פיין חתונה געהאט, אונז קומען זיך גוט דורך און שלאגן זיך ווייניג, אבער די מחשבות לויפן מיר כסדר אין קאפ, איז זי טאקע מיין נומער איינס אויסוואל?


שרייבסטו קלאר ארויס וואס דיין פראבלעם איז, ווייל אויב די אהבה איז תלוי בדבר, דעמאלט'ס וועט טאקע זיין פראבלעמען, ווייל ס'איז אייביג דא "שענער, קלוגער און בעסער", ממילא וועסטו זיין ביזי זוכן עפעס בעסערס.

אמת'ע אהבה איז "אנקאנדישנעל", דאס מיינט אז די דארפסט איר ליב האבן פאר "גארנישט" , נאר בלויז ווייל זי איז דיין ווייב, ווייל אויב די האסט איר ליב פאר "עפעס", וועסטו טרעפן "עפעס" בעסערס ביי יענעם!

איך ווייס נישט צו די האסט אמאל געזען די שאו, 'שטיסל', אויב נישט וואלט איך עס דיר שטארק רעקאמאנדירט,
ס'איז א נחת צו זען ווי עקיבא, גייט ממש מיט אונזער מהלך פון פשוט זיכן וועמען 'ער' האט 'באמת ליב' און פילט אן אמת'ן משיכת הלב צו איר,

וואס מיינסטו צו זאגן אז איך זאל ליב האבן מיין ווייב, בלויז ווייל זי איז מיין ווייב? זאג מיר ביטע וועליכע קנעפל צו דריקן? אפשר קען מען ארבייטן אויף דעם דורך איר פררבירן צו ציפרידנשטעלן, אבער דאס טו איך שוין, די משיכת הלב איז קיינמאל נישט דארט געווען,

גיב א קוק ווי די רמב''ם משל'ט אויס אהבת ה', צו אהבת אישה, ווי כל ימיו מחשבתו דבוק באותו האישה, האסטו אזוי געפילט דורך אויס דיין חתן'שאפט? אויב נישט דאן לעבסטו פשוט ציזאמען און איין הויז מיט איר, און די לעבסט זיך אפשר א פיין לעבן, אבער 'אהבה' פעלט,
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

אהבה איז עפעס וואס עס ווערט דעוועלאפט. דער וואס זאגט דיר א טאג נאך די חתונה ווי שטארק ער האט ליב זיין ווייב ווייסט לכאו' נישט וואס אהבה מיינט.

אבער כמים הפנים אל פנים ווען 2 מענטשן זענען איבערגעגעבן איינער פאר צווייטן, צוביסלעך ווערט דעוועלאפט אן אהבה, איז ס'קען זיין ס'איז געוועהן מתוך שלא לשמה, אבער ס'קומט נאכדעם אן צו אן אהבה שאינו תלוי בדבר.
דאס מענטשעלע שפילט........
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

עובדיה האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט פון איינעם א גוטע סברה אין דעם, אז ווען א מענטש מאכט זיין אייגענע אויסוואל וועט ער עס נאכדעם אליינס דעפענדען, ווייל ס'איז זיין אויסוואל געווען און ער וויל זיין גערעכט, משא"כ ווען א צווייטער טוהט עס פאר עם [כל שכן ווען יענער מיינט נישט דוקא זיין טובה] פארוואס זאל ער זיין צופרידן מיט יענעמ'ס אויסוואל, און נישט טראכטן אז ער וואלט געקענט טוהן עפעס בעסערס.

אדער פונקט קאפויער.

ווען איינער קויפט עפעס א ביליגערע ברענד (למשל א כינעזער פאון) אנדערש ווי דעם שטראם וועט ער געווענליך פארטיידיגן זיין באשלוס און ארויסברענגן די מעלות דערפון אפי' אויב ער איז נישט צופרידן פון דעם פראדוקט, פשוט ווייל עס פאסט אן נישט אז ער איז דורכגעפאלן און געווען א אויבער חכם.

מיט שידוכים קען עס גיין ביידע וועגן.
1) ער זאגט קלאר ער איז נישט צופרידן און אז די סיסטעם איז קרום - ווייל ער האט נישט געמאכט די באשלוס, ממילא פילט ער נישט ווי ער האט די אחריות דערצו.
2) ער באהאלט אלעס וואס איז נישט גוט און פארטיידיגט די צוגאנג - ווייל ער ווייסט ער גייט ממילא בלייבן לעבן מיט איר, ממילא פאסט עם נישט אז ער איז געווארן אריינגענארט, וועט ער שפילן (פאר זיך) כאילו אזוי איז די בעסטע מהלך (אזויווי מענטשן וועלן נישט רעדן ווען זיי ווערן אויסגענארט דורך שווינדלער).
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

עצי שטים האט געשריבן:איך ווייס נישט צו דו האסט אמאל געזען די שאו 'שטיסל', אויב נישט וואלט איך עס דיר שטארק רעקאמאנדירט,
ס'איז א נחת צו זען ווי עקיבא, גייט ממש מיט אונזער מהלך פון פשוט זיכן וועמען 'ער' האט 'באמת ליב' און פילט אן אמת'ן משיכת הלב צו איר

עקיבא שטיסל איז נישט קיין גוטע ראיה, ווייל ביי אים זעהט מען טאקע ווי זיין זוכן אזוי לאנג ברענגט אים קיינמאל נישט קיין גוטס, ער מאכט נערישע דעסיזשענס ווייל ער פאלט פאר איינעם, א חתן ווערן מיט א עלטערע אלמנה מיט א גרויס קינד וואס וויל זיך נישט קאמיטן אפילו צו חתונה האבן, אדער צו א מיידל וואס ליידט פון ערנסטע גייסטישע פראבלעמען אדער צו א טאכטער פון זיין צוקריגטע פעטער......
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

ער איז טאקע נישט קיין גוטע ראיה, און דעי בחור איז סתם אזוי גוט פארריקט, איך האב בלויז געוואלט ארויסברענגען אז מען זעט בכלל די מושג פון אהבת אשה דארטן , אויף אן אופן וואס וואלט געדארפט זיין ביי אונז אלע, בין איש לאשתו.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:אהבה איז עפעס וואס עס ווערט דעוועלאפט. דער וואס זאגט דיר א טאג נאך די חתונה ווי שטארק ער האט ליב זיין ווייב ווייסט לכאו' נישט וואס אהבה מיינט.

אבער כמים הפנים אל פנים ווען 2 מענטשן זענען איבערגעגעבן איינער פאר צווייטן, צוביסלעך ווערט דעוועלאפט אן אהבה, איז ס'קען זיין ס'איז געוועהן מתוך שלא לשמה, אבער ס'קומט נאכדעם אן צו אן אהבה שאינו תלוי בדבר.

:like
זייער פיין מסביר געווען!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עצי שטים האט געשריבן:
וואס מיינסטו צו זאגן אז איך זאל ליב האבן מיין ווייב, בלויז ווייל זי איז מיין ווייב? זאג מיר ביטע וועליכע קנעפל צו דריקן? אפשר קען מען ארבייטן אויף דעם דורך איר פררבירן צו ציפרידנשטעלן, אבער דאס טו איך שוין, די משיכת הלב איז קיינמאל נישט דארט געווען,

גיב א קוק ווי די רמב''ם משל'ט אויס אהבת ה', צו אהבת אישה, ווי כל ימיו מחשבתו דבוק באותו האישה, האסטו אזוי געפילט דורך אויס דיין חתן'שאפט? אויב נישט דאן לעבסטו פשוט ציזאמען און איין הויז מיט איר, און די לעבסט זיך אפשר א פיין לעבן, אבער 'אהבה' פעלט,


מיין פוינט איז געווען, אז שידוכים מיט דעיטן וועלן זיין די זעלבע תוצאות אין די ענדע, יעצט צו דיין פראגע וועלכע קנעפלעך צו דרוקן צו באקומען אמת'ע אהבה, אױף דעם איז נישט דא קיין גלייכע ענטפער, ווייל א יעדע קאפל און מענטש איז אינגאנצן אנדערש, ממילא דארף מען קוועטשן אנדערע קנעפלעך, און אסאך מאל דארף מען שוין צוקומען צו "הילף" צו קענען קוועטשן.

דאס וואס די מיינסט, אז ווייל דיינע עלעטערן האבן זי אויסגעוועהלט, וועגן דעם קלערסטו אז א צווייטער וואלט געווען בעסער, זאג איך דיר, אז דו וואלסט אויך אזוי געטראכט ווען די וואלסט אליינס געקליבן, אפשר טאקע נישט אין אנפאנג, אבער נאך א שטיק צייט ווען די משיכת הלב וועפט אויס, זיכער.

ס'איז נישט דא קיין גלייכע וועג אנצוקומען צו אמת'ע אהבה, מ'דארף ארבעטן פאר דעם, איינער שווערער און איינער גרינגער, פארשטייט זיך אז מ'דארף קודם כל בכלל "וועלן".

איין זאך וואס פאר אונדז פרומע אידן העלפט אנצוקומען צו אמת'ע אהבה, איז "אמונה פשוטה" דאס העלפט אריבער גיין די גרעסטע בערג און אלע שוועריקייטן וואס קומען אן אין לעבן, און נאכדעם האט מען אזא רואיגע און געשמאקע לעבן און מ'איז צופרידן וואס מ'האט יא.

ווער ס'פארשטייט לשון הקודש קען זען דא אין די קליפ וואס מיינט אמת'ע אהבה מיט אמונה פשוטה.
https://www.youtube.com/watch?v=7Yy6i7b7B08
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

תרמב האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:איך ווייס נישט צו דו האסט אמאל געזען די שאו 'שטיסל', אויב נישט וואלט איך עס דיר שטארק רעקאמאנדירט,
ס'איז א נחת צו זען ווי עקיבא, גייט ממש מיט אונזער מהלך פון פשוט זיכן וועמען 'ער' האט 'באמת ליב' און פילט אן אמת'ן משיכת הלב צו איר

עקיבא שטיסל איז נישט קיין גוטע ראיה, ווייל ביי אים זעהט מען טאקע ווי זיין זוכן אזוי לאנג ברענגט אים קיינמאל נישט קיין גוטס, ער מאכט נערישע דעסיזשענס ווייל ער פאלט פאר איינעם, א חתן ווערן מיט א עלטערע אלמנה מיט א גרויס קינד וואס וויל זיך נישט קאמיטן אפילו צו חתונה האבן, אדער צו א מיידל וואס ליידט פון ערנסטע גייסטישע פראבלעמען אדער צו א טאכטער פון זיין צוקריגטע פעטער......

קיווע שטיסל איז יא א גוטע ראי’ - נישט אז מען דארף נאכגיין יעדע משיכת הלב. נאר אפילו ווען דו גייסט ארויס צו זוכען א מיידל דארפסטו נעמען גוטע עדווייס פון איינעם וואס דו טראסט און איז א נארמאלע מענטש. זיין טאטע ר’ שולם איז געווען צו משוגע און אומטראסטבאר פאר קיווע'ן צוליב וואס ער האט איהם פאראטען עטליכע מאל אנגעהויבן פון אלס אינגער בחור...

ולעניננו, ווען א בחור גייט ארויס זוכען [און אפילו ער גייט נישט ארויס זוכען וויבאלד אונזער באקאקטע סיסטעם לאזט נישט] זאלן זיך די עלטערן אדורך שמועסן מיטן קינד. אדער זאלן די עלטערן איהם שיקען צו איינעם וועמען ער טראסט, און קלאר מאכן זיינע דיזייערס.
איך בין צופיל באקאנט פון שידוכים וואס די עלטערן האבן מחליט געווען וואס איז גוט פארן קינד און האט זיך אויסגעלאזט מיט ווייטאג. אדער די קינדער זיצן נאך און ווארטן פארן באשערטן ווייל די מאמע האט נאכנישט געטראפן וואס "זי" זוכט...
ויש כאן מקום להאריך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמחה'לע קאפשטיק: ס'האט מיר געגעבן א בליץ אריין אזא מחשבה אין קאפ נאך מיט יארן צוריק. איבער 2 מענטשן וועם איך קען. א יעדער פון זיי א תלמיד חכם און מגיד שיעור. אן אנגעזעהענער מענטש. א יעדער איינער א בעל בכי. (אדער עגיל ואשמח.). אז זיי וואלטן זייער שטארק געפאסט צו זיין מחותנים...! אויב די קינדער פאסן אלס שידוך, דאס ווייס איך שוין נישט...!
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

berlbalaguleh האט געשריבן:שמחה'לע קאפשטיק: ס'האט מיר געגעבן א בליץ אריין אזא מחשבה אין קאפ נאך מיט יארן צוריק. איבער 2 מענטשן וועם איך קען. א יעדער פון זיי א תלמיד חכם און מגיד שיעור. אן אנגעזעהענער מענטש. א יעדער איינער א בעל בכי. (אדער עגיל ואשמח.). אז זיי וואלטן זייער שטארק געפאסט צו זיין מחותנים...! אויב די קינדער פאסן אלס שידוך, דאס ווייס איך שוין נישט...!

לויט די היינטיגע סיסטעים איז דאך עס ממש ענבי הכרם [ליין: הכרס] בענבי הבייכל...

נ.ב. רש"י פאריגען וואך: ששה בכרס אחד האט דער רבי געטייטש זעקס אויפאיינמאל. און נישט געטייטשט אין איין בויך...
אן אנדערע רבי האט ב"ה געטראפן א גירסא "ששה בכרם אחד" אין איין וויינגארטען...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמחה'לע קאפשטיק: מיין רבי האט אויך אזוי פארטייטשט די רש"י. איך געדענק נאך איינער א חכם האט געפרעגט פון די רבי (אני הקטן) ווי קומען די קינדער אין וויינגארטן?...לאל
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

איז דא איינער דא וואס האט וועריפייד מיט די קאמיוניטיס וואס פראקטיצירן די דעיטינג סיסטעם, צו ביי זיי איז נישט דא די אלע פראבלעמען אדער אומצופרידענהייט וואס הערשט דא?

מ'דארף נישט אויפנעמען קיין חוקרים וואס זאלן אונז פארקויפן טעאריעס איבער יענעם סיסטעם, זיי זענען אונזערע ליטווישע/מאדערנע שכינים וואס פראקטיצירן שוין דאס פאר גענעראציעס, און איר קענט זיי אליין פרעגן צו די סוקסעס ראטע איז איבעריג הויעך, דאס יא ווען ס'קומט צו באשולדיגן קען ער נאר זיך אליין.

די פאקט אז מיר זענען אינג און נאאיוו ביים הייראטן, האט זיך זיינע חסרונות (נארישע אופפירונג וואס גייט אפט ארויס פון קאנטראל), אבער ס'איז גאנץ מעגליך אז די בענעפיט וועגט איבער, וויפיל שווערער איז עס פאר צוויי ערוואקסענע זיך צו שמעלצען? פרעגט נאר די סעקאנד מערידזשעס.

בכלל איך מיין אז יעדער וואלט געטוישט ווייב עטליכע מאל דורכאויס דעם לעבן לויט וויאזוי ער טוישט זיך, איין טאג וואלט ער געוואלט א מער מאדערנע פרוי, און 10 יאר שפעטער וואלט ער ענדערש געוואלט האבן איינער וואס פיט אין די באקס. ס'איז זינלאז צו קלעימן אז א 18 יעריגער גייט מאכן א אינטעלעקטואלע אויסוואהל פאר לייף. (איך רעד נישט יעצט צו די עלטערן קענען יא מאכן די ריכטיגע באשלוס פאר זייער קינד, אבער זיכער נישט דער 18 יעריגער מיט א אומערוואקסענעם בליק אויפן לעבן)
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

ים רויבער האט געשריבן:אגב, די ליטווישע האבן א וועג פון שידוכים וואס הייסט "דעיטן" און זיי האבן דארט גענוג און נאך אלטע בחורים און (נאך מער) מיידלעך, אדרבא פרעגט אייך נאך.

די אלע וואס ברענגען די נושא פון דעיטן, און זיך טרעפן מער פאר די חתונה, האבן נישט פארשטאנען מיין עיקר נקידה
ס'דא איין נושא, פון זיך טרעפן מער מאל און דורך א דעיט, סיי פארן שידוך שליסן און סיי דערנאך, און דאס מאכט טאקע נישט אויס גאר א סאך בנוגע דעם אויסוואל, דאס איז בעיקר געמאכט אז מען זאל נישט אהיימגיין די נאכט פון די חתונה מוט א פרעמדן מיידל, און רעיפן,

וואס איך האב בעיקר גערעדט איז אז אונז האבן נישט קיין שום אויסווייל, אונז באקומען נישט קיין שאנס נאכן בעשוי, צו כאפן א צען מינוטיגן שמועס מיט נאך צען מיידלעך פון איר קלאס, צו זען אפשר איז דא עפעס מער פאסיג פאר מיר, איינער וואס מיין הארץ ציט מער צו, איינער וועם איך האב ליב, אויב מען וואלט דאס געטון, וואלט מען אפשר איינגעזען אז די ערשטע האסטו בכלל נישט ליב,

און דאס טוען די ליטווישע אויך נישט, מען טראגט אן איינעם, און מיט דעם איינעם גייט מען טשילן מיט, פאר צוואנציג שעה,

ווען מען בויעט א נייע דעוועלאפמענט פון 200 הייזער, מיט 8 אנדערע אויסשטעלן ( layouts ) און די גייסט גיין קויפן איינס צו וואונען דיינע קומענדיגע זיבעציג יאר, וועסטו דען בלויז גיין קוקען איין הויז? ביזט גערעכט אז קוקען א הויז פאר צוויי שעה איז כמעט אזוי גוט ווי פיפצן שעה, און מען ווערט נישט ציפול קליגער, און ביסט אויך גערעכט, אז אויב האסטו נישט געקוקט קיין צווייטע הויז קודם, און געקלויזט אזוי אויפן ערשטן הויז וואס די האסט געקוקט, דאן איז דא וועגן וויאזוי אפילו יעצט אויפציבויען אן אהבה צו דיין הויז, אפילו די גייסט שפעטער זען אז דיין שכן'ס אויסשטעל איז מער געאייגנט פאר דיר, און בעיקר דורך אמונה אז בית פלוני לפלוני, וכ' וואס שטייט בדרך אגב ביי א הויז פינקט ווי ביי א שידוך, בלא בלא בלא,
אבער ביסטו פון קאפ געפאלן? אזוי מאכט מען א לעבנס החלטה? בלויז ווייל די ברויקער האט געזאגט אז ער האלט אז די לעיאוט איז די מערסטע פאסיג פאר דיר? אוודאי אז נישט, די וועסט שטיין און מדמה זיין מילתא למילתא און זעהן וועלעכע זעט אויס צו זיין די מערסטע ציגעפאסט פאר דיר, פאר דיינע פראזענליכע געברויכן, און אינטערעסן,

דאס איז די מיליאן דאלער קשיא, מיט וואס איז אנדערש די 'בת' פלוני לפלוני, צום 'בית' פלוני לפלוני???
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
ים רויבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 102
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 4:59 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

שליחה דורך ים רויבער »

עצי שטים האט געשריבן:
און דאס טוען די ליטווישע אויך נישט, מען טראגט אן איינעם, און מיט דעם איינעם גייט מען טשילן מיט, פאר צוואנציג שעה,

גענוג און נאך ליטווישע האבן ליסטעס מיט מיידלעך וואס זיי האבן שוין געדעיט.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

ים רויבער האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
און דאס טוען די ליטווישע אויך נישט, מען טראגט אן איינעם, און מיט דעם איינעם גייט מען טשילן מיט, פאר צוואנציג שעה,

גענוג און נאך ליטווישע האבן ליסטעס מיט מיידלעך וואס זיי האבן שוין געדעיט.

גוט האבן זיי געטון, אפשר זענען זיי גאר די צעפרידענע
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
פארשפארט