היסטאריע האט געשריבן:סמבטיון קיינער וויל נישט דו זאלסט חלילה אויפהערן גלייבן אין דיין רב, אבער טאמער די ווילסט איינעם דא איבערעדן טוסט דו א שוואכע דזשאב.
היסטאריע די אשכול איז נישט געמאכט צי שמדן/מגייר זיין קיינעם צי א נייע רבי. ס'איז געמאכט צי ארויסברעיגען וועים די האלטסט איז ראוי ותו לא. די אשכול איז אין געזעלשאפט און נישט אין צימעס פאר א סיבה.
העניך איז גערעכט אז מען איז אראפ פונעם טאפיק מיטן זיך נעמען איבער בעלזער רב, מען דארף עפענען א באזינדערן אשכול, מיטן קעפל, ''וואס איז פשט אז די בעלזערס זענען אזוי פארקויפט און א געטשיק'' און מען רעדט שוין דא פון די 'קליגע' און 'אויפגעקלערטע' איך וויל אבער אנמערקען, אז די אלע רבנים וואס אידן ברענגען דא ארויף אז זיי זענען ראוי לאותו איצטלא, קען אפשר זיין אז ס'זענען דא געוויסע וואס האבן טענות אויף זיי וכד', אבער די כלל איז, אז על פי רוב האלט 'כלל ישראל' פון זיי, און נישט 'נאר' זייערע חסידים, נעם למשל אמשינאוו, ראחמאסטריווקא, אדער סקולען, איך מיין אז די וועלט, נעמט זיי אן אלץ צדיקים, וואס מיינען די באשעפער און נישט זיך, משא''כ בעלזער רב, וואס חוץ די בעלזער חסידים וואס זענען פארגלייבט און אים ממש ווי און ג-ט אליין, און אפשר חוץ נאך אפאר אידן וואס האבן אמאל אפגעלעקט פון אים א ביינדל, לאכט די גאנצע וועלט אינטער זיין ריקן, און קיינער האלט אים נישט פאר קיין צדיק דאס איז א גרויסע קו הבוחן, ס'איז קלאר אז ס'קענען דא ארויפקומען סקווירא חסידים און אויך מסביר זיין ווי זייער רבי איז א צדיק אמת ממש, און אז ער האט שוין אויפגעטון כך וכך, און חסידי מרכז וויזניץ קענען דא ארויפקומען און מאכן א קעיס פאר זייערע רבי, אבער העי, ס'גארנישט ווערט, ענק באדן זיך און פראפעגאנדע דבר יום ביומו, און חזקה על פראפעגאנדע שאינו חוזרת ריקם, אזוי ווי מען זעט טאקע אויף די אלע 'אויפגעקלערטע' בעלזערס דא, אויב ווילסטו וויסן ווער ס'איז א צדיק, פוק פחי וואס די עולם התורה והחסידות נעמט אן אלץ א צדיק ס'קען זיין אז ס'דא דערביי יוצאי מן הכלל, אבער עס איז גאנץ א שטארקע כלל, און איז שטארק גילטיג ביים בעלזער
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you Edward I. Koch-